והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?

מחשבה, השקפה ועיון
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

שליחה דורך shtriemel »

געוואלדיג האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס דו ווילסט פון וועסטשעסטער, א אינוועסמענט פאר צענדליגע יארן, איז געבויעט אויף פארשונגען פון צענדליגע יארן, דו וואלטסט געמאכט א אינוועסמענט געבויעט אז אין ביליאנען יארן ארום גייט זיין כך וכך? אזוי אויך אויף צוריק צו וועגס, נאטור טוישט זיך אזוי שטארק און קאטאסטראפעס טוישן אזויפיל, אז צו שטעלן פון אבזערוואציעס פון איינצעלנע הונדערטער יארן א פונקטליכע מהלך פאר ביליאנען יארן איז אבסורד,

איינער אינוועסט ווייל ער זעהט ווי אזוי ס'ארבייט.

די אנדערע אינוועסט ווייל מ'זאגט עם אז,ס'קען זיין, אז נשתנו הטבעיים.

איך וויל דעם לעצטען פארקויפען גאנץ וועסטשעסטער. איך וויל חתונה מאכען אלע מיינע קינדער און אייניקלעך פאר 10 דורות. פארוואס זאל איך אפלאזען דעם וועסטשעסטער?
חכמה בגויים אל תאמין
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אקעי, האסט זיך שוין אינגאנצען אויפגעדעקט, נתגלה העטרה מזל טוב.
דו פארדרייסט יעדעמ׳ס ווערטער, אי צוליעב דיין אומפארשטאנד, אי צוליעב דיין אומווילונג צו פארשטייען.

דער גיאות פון א טאטע וואס האט די תשובה צו אלע שאלות, וואס קען ניטאמאל קלערען פון א הו"א פון זאגען צו א קינד "שעפעלע, איך ווייס נישט די תשובה צו די שאלה", איז אסאך גרעסערע פארברעך ווי דאס זאגעם האלב געבאקענע פשטים ווייל נאר דאס ווייסט מען.

די עפעקט פון קליימעט אויף די בריאה איז נישט קיין אויסגעפארשטע זאך. די עפעקט פון די צייקעל פון ווינטער זומער אויף ביימער איז א חלק דערפון. אין די קליינע צאל יארען וואס זיי פארשען, האלטען זיי אז זיי האבען עס אנטדעקט. איך ווייס נישט די עפעקט פון טויזענט רינגלעך אויף א בוים. נישט נשתנו הטבעים, די זעלבע טבע גייט נאך אן היינט, נאך טויזענט רינגלעך פאסירט עפעס, מעגליך.

דער וועג עפעס אויפצוווייזען איז דורך נעמען יענעמ׳ס ארגומענט און דאס אפווענדען. ביזדערווייל האסטו נאך נישט גענומען קיינעמ׳ס ארגומענט אין דיין הענט און דאס באהאנדעלט. נאר אביסל ליצנות, פונקט ווי דער טאטע וואס האט געלאכט אויפ׳ן קול ביים הערען מיליאנער יארען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

סא לכאורה איז די שאלה דיר שוין פארענטפערט, און קעיס קלאוזט,
נאר אויב מעגליך ביים ממשיך זיין שמועסן ביטע רעד גלייך פונעם נמשל עס איז גרינגער צו דיסקוסירן אזוי.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

שליחה דורך shtriemel »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אקעי, האסט זיך שוין אינגאנצען אויפגעדעקט, נתגלה העטרה מזל טוב.
דו פארדרייסט יעדעמ׳ס ווערטער, אי צוליעב דיין אומפארשטאנד, אי צוליעב דיין אומווילונג צו פארשטייען.

דער גיאות פון א טאטע וואס האט די תשובה צו אלע שאלות, וואס קען ניטאמאל קלערען פון א הו"א פון זאגען צו א קינד "שעפעלע, איך ווייס נישט די תשובה צו די שאלה", איז אסאך גרעסערע פארברעך ווי דאס זאגעם האלב געבאקענע פשטים ווייל נאר דאס ווייסט מען.

די עפעקט פון קליימעט אויף די בריאה איז נישט קיין אויסגעפארשטע זאך. די עפעקט פון די צייקעל פון ווינטער זומער אויף ביימער איז א חלק דערפון. אין די קליינע צאל יארען וואס זיי פארשען, האלטען זיי אז זיי האבען עס אנטדעקט. איך ווייס נישט די עפעקט פון טויזענט רינגלעך אויף א בוים. נישט נשתנו הטבעים, די זעלבע טבע גייט נאך אן היינט, נאך טויזענט רינגלעך פאסירט עפעס, מעגליך.

דער וועג עפעס אויפצוווייזען איז דורך נעמען יענעמ׳ס ארגומענט און דאס אפווענדען. ביזדערווייל האסטו נאך נישט גענומען קיינעמ׳ס ארגומענט אין דיין הענט און דאס באהאנדעלט. נאר אביסל ליצנות, פונקט ווי דער טאטע וואס האט געלאכט אויפ׳ן קול ביים הערען מיליאנער יארען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?

1. אקעי, האסט זיך שוין אינגאנצען אויפגעדעקט, נתגלה העטרה מזל טוב.

2. דו פארדרייסט יעדעמ׳ס ווערטער, אי צוליעב דיין אומפארשטאנד, אי צוליעב דיין אומווילונג צו פארשטייען.

3. שעפעלע, איך ווייס נישט די תשובה צו די שאלה (נראין דבריך מדבריך...)

4. נאכאמאל עפעס מיט קליימעט.

5. טויזענט רינגלעך פאסירט עפעס, מעגליך.

איך זיך נישט צו ווייזען, ווענדען, אפווענדען, שפעיניגען אדער ווידערשפעניגען. איך פרעג מהיכן דנתני. אז פארצייל דיר אז איך האב געפארשט עפעס און ס'שטימט נישט מיט וואס מ'האט מיר פארציילט אלס קינד.

פליז, ווען איך וואלט נישט געווען בייעסד/לץ/טיזער וכו' וכו' וואס וואלסטו מיר גענטפערט? וואס ענפערטסטו פאר דיר אליין? אל תמנע טוב מבעליו. (א יעדער מאל וואס די מדבר וועט די נושא פאקרוכט מען אוועק פון די נושא. פאר קלארקייט געבט דאס נישט צו.)
חכמה בגויים אל תאמין
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

והיה כי ישאלך בנך לאמר וגו׳. וענית ואמרת הארץ אשר אתה רואה בעיניך הוא ישן נושן עד אין שעור אבל רק כשאתה נמצא במקומך. וידוע תדע כי זמן נברא רק בעולם הזה. ובעולמות ופליטים אחרים בחלל רחוק מכאן יש זמן אחר לגמרי כמו שגילה לנו העלוי אלברט איינשטיין. וככל שאתה רחוק בחלל הזמן משתנה. הוא היה אומר, מקום וזמן הם דברים אחדים הנקראים ספייסטיים. ולכן הקושיא מעיקרא ליתא, שהעולם שאנו רואים ומשיגים בעינינו הוא מוגבלת לספעיסטיים שלנו. והנה כל חכמי האומות בעלי הפיזקה מודים היום שהיוניבערס התחיל ממקור אחד הנקרא ביג בנג. וכל העניין של זמן הוא מושג שהתלבש כאן בעולמנו השפל.
ולכן בני דע שבראשית ברא אלקים וגו׳ הוא כפשוטו ורק המושג זמן ויום אחד וגו משתנה לפי המקום והזמן.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ווען איך ענטפער, טאנצסט דו צוריק אויף זייטיגע זאכען. דו ביסט שוין נישט דער ציל. נאר א פרעמדע וואס פאלט דא אריין און קען קלערען אז דו האסט וואס צו טענה׳ן.

אז דו ווילסט, נעם מיין ווערטער וועגען קליימעט, פארשטיי זיי, און ווענד זיי אפ. גארנישט אנדערש. פארוואס ביסטו זיכער פון די פופציג רינגלען אויף אכט טויזענט? אפשר פאסירט עפעס אינדערמיט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

שליחה דורך shtriemel »

געוואלדיג האט געשריבן:סא לכאורה איז די שאלה דיר שוין פארענטפערט, און קעיס קלאוזט,
נאר אויב מעגליך ביים ממשיך זיין שמועסן ביטע רעד גלייך פונעם נמשל עס איז גרינגער צו דיסקוסירן אזוי.

איך האב די שאלה שוין גענטפערט אין די פתיחה.

מיין טייער קינד:

די בוים איז היבש עלטער ווי 50 יאר.

די אייז איז היבש עלטער ווי 800 אלף שנה.

די תורה זאגט קיינמאל נישט פארקערט! די שקרים פון מזרחי/אמנון און די באבע מעשיות דעבידי להתגלות וואס מ'האט דיר פארקויפט אין חדר זענען געמאכט פאר די יאמין-לכל-דבר'ניקס. קיינמאל זאלסטו נישט אינוועסטען אויף א כולי האי ואולי!
חכמה בגויים אל תאמין
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

שליחה דורך shtriemel »

געוואלדיג האט געשריבן:שטריימל, פארוואס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז ווען דער בורא כל עולמים האט באשאפן די ביימער האבן זיי גלייך געהאט מער פון איין רינגל?

https://en.wikipedia.org/wiki/Omphalos_hypothesis - אומאפאליזם בלע"ז?
חכמה בגויים אל תאמין
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

שליחה דורך shtriemel »

תורה ומדע האט געשריבן:והיה כי ישאלך בנך לאמר וגו׳. וענית ואמרת הארץ אשר אתה רואה בעיניך הוא ישן נושן עד אין שעור אבל רק כשאתה נמצא במקומך. וידוע תדע כי זמן נברא רק בעולם הזה. ובעולמות ופליטים אחרים בחלל רחוק מכאן יש זמן אחר לגמרי כמו שגילה לנו העלוי אלברט איינשטיין. וככל שאתה רחוק בחלל הזמן משתנה. הוא היה אומר, מקום וזמן הם דברים אחדים הנקראים ספייסטיים. ולכן הקושיא מעיקרא ליתא, שהעולם שאנו רואים ומשיגים בעינינו הוא מוגבלת לספעיסטיים שלנו. והנה כל חכמי האומות בעלי הפיזקה מודים היום שהיוניבערס התחיל ממקור אחד הנקרא ביג בנג. וכל העניין של זמן הוא מושג שהתלבש כאן בעולמנו השפל.
ולכן בני דע שבראשית ברא אלקים וגו׳ הוא כפשוטו ורק המושג זמן ויום אחד וגו משתנה לפי המקום והזמן.

אמת ויציב ונכון וקיים וישר. 5777 אויף די עולם איז גאנץ אנדערעשט ווי אויף אן אנדערע עולם. ממילא דער וועלט איז ביליאנען יאר אלט לפי מנין שאנו מונין.

וכאן הבן שואל, עס איז ה'תשע"ז יאר פון וואס? שבת וינפש?
חכמה בגויים אל תאמין
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

געוואלדיג האט געשריבן:שטריימל, פארוואס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז ווען דער בורא כל עולמים האט באשאפן די ביימער האבן זיי גלייך געהאט מער פון איין רינגל?

אויב האט עס גאט דוקא געמאכט אויסקוקן אלט. נישט נאר די איינצעלע בוים אין שוועדן וואס איז אכט טויזנט יאהר אלט, נאר טויזנטער פאסיליס און ווי א נאטראליסט גרובט נאר אויף, וועט ער זיך באגעגענען מיט עלטערע ביינער פונעם מבול. און אויב סאיז טאקע אזוי ווי דו ווילסט זאגן איז דאך די קשיא פול שווערער.
הלמאי וויל גאט דוקא צומישן די מענטשען? די תורה זאגט דאך בפיך ובלבבך לעשותו?
יעדער קען עס פארשטיין.

שטעל דיך פאר דיין טאטע וואקסט דיך אויף מיט א גלייבונג אז א יעדע ״נוריסיג האום״ (מושב זקינים) זענען די אלטע לייט באמת ״בעיבס״ .

אז דו ווילסט גלייבן אין דעם? גוד פאר יו! אבער פאר מיר איז עס זייער unsettling
און שווער.

עכ״פ איך וואלט נישט געהאט קיין טענות צו מיינע קינדער אז זיי גלייבן נישט אז דער נייציג יעריגער אין נורסינג האום איז נאר דריי טעג אלט.

מיינע עלטערן זענען ממש געשטארבן פאר צער אז איך האב זיי געזאגט אז איך גלייב נישט אז די וועלט איז נאר זעקס טויזנט יאהר, אזש אז איך קען אפילו נישט אפענרהייט זאגן מיינע עלטערן אין וואס איך גלייב און מיין ווערסיע פון ״מעשה בראשית״ ווייל זיי מיינען אז די נעקסטע סטעפ מיינע איז דזשוינען אייסעס רח״ל...

וואס זאל איך טוהן?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

און לאמיר זאגן ביסט גערעכט דער אייבישטער האט געמאכט אויסקוקן די בוים עלטער. ביסט רעדי פאר מיין נעקסטע קשיא? און איין קשיא נאכדעם? און הונדרעטער אנדערע סתירות?

איך דארף גלייבן אין א זאך וואס לייגט זיך נישט אויפן שכל און איז פול מיט סתירות, קלאר קעגן סייענס און נאטור און אז אויב נישט איז ״אחת דתו להמית״?

אויף פרשת בראשית און נח אליינס, האב איך איבער 100 שטארקע קשיות... באמת.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

שליחה דורך shtriemel »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווען איך ענטפער, טאנצסט דו צוריק אויף זייטיגע זאכען. דו ביסט שוין נישט דער ציל. נאר א פרעמדע וואס פאלט דא אריין און קען קלערען אז דו האסט וואס צו טענה׳ן.

אז דו ווילסט, נעם מיין ווערטער וועגען קליימעט, פארשטיי זיי, און ווענד זיי אפ. גארנישט אנדערש.

הנני העני בדעת נרעש ונפחד. איך פארשטיי נישט דיין תירוץ. ס'קען זיין ווייל איך בין אביסעל שטאט סלאו בלע"ז.

איך הייב נישט אן צו פארשטיין ווי קליימעט קומט דא אריין. איך בין זיכער אז עס איז א חיסרון אין מיר. אבער פליז זיי עס מיר מסביר. א יעדער מאל איך זאג דער סיביר גראבער אז קליימעט אהין און קליימעט אהער פרעגט ער מיר מה עניין קליימעט צו ווינטער און זימער סייקעלס? ווייל ס'אויך בגדר קליימעט? ממילא?

אייז פאקט 1: עס נעמט א גאנצע יאר, א סייקעל פון א גאנצע ווינטער און א גאנצע זומער צו פארמירען א שיכט הנראה לעין.

אייז פאקט 2: עס איז דא 800 טויזענט שיכטען.

שאלה: ווי אזוי איז דאס אלעס געשען אין 4000 זייט נח.

תשובה?

------

בוים פאקט 1: עס נעמט א גאנצע יאר, א סייקעל פון א גאנצע ווינטער און א גאנצע זומער צו פארמירען א שיכט הנראה לעין.

בוים פאקט 2: עס איז דא 500 שיכטען.

שאלה: ווי אזוי איז דאס אלעס געשען אין 50 יאר זייט די צווייטע וועלט מלחמה.

תשובה?

----
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: פארוואס ביסטו זיכער פון די פופציג רינגלען אויף אכט טויזענט? אפשר פאסירט עפעס אינדערמיט?

ניין, איך בין נישט זיכער. ס'קען זיין דעם דוחק. ס'ביי מיר ברור כשמש אז ס'קען זיין אז ס'נעכטען באשאפען געווארען אויסצוקוקען ווי 500 יאר אויך. ס'קען אויך זיין אז די רבי האט מיר געבאבקעט באבע מעשיות. אלעס קען זיין!

ס'קען אויך זיין אז שבת'ס חבר אין אלטען-היים, דער מיט די לאנגע ווייסע בארד און א הויקער פון 72 אייניקלעך אויפען פלייצע איז גאר דריי יאר אלט. אלעס קען זיין.

בלעים נישט דיין זוהן ווען ער וועט דיר שוין מער גארנישט גלייבען - נישט יעדער וויינט א גאנץ יום כיפור כולי האי ואולי און מוצאי יו"כ שרייט ער שוין והוא רחום. ס'דא וואס כאפען זיך אז מ'פיטערט זיי חלומות מיט לגיונות און נאכדעם שרייט מען "ווי ווייסטו? ביסט געווען און מושב זקינים פאר דריי יאר צוריק"?

"ניין"!

"ממילא קען זיין אז דער אלטער איד איז נאר דריי יאר אלט".

נו נו. ס'קען טאקע זיין.
חכמה בגויים אל תאמין
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

שליחה דורך shtriemel »

שבת אחים האט געשריבן:און לאמיר זאגן ביסט גערעכט דער אייבישטער האט געמאכט אויסקוקן די בוים עלטער. ביסט רעדי פאר מיין נעקסטע קשיא? און איין קשיא נאכדעם? און הונדרעטער אנדערע סתירות?

איך דארף גלייבן אין א זאך וואס לייגט זיך נישט אויפן שכל און איז פול מיט סתירות, קלאר קעגן סייענס און נאטור און אז אויב נישט איז ״אחת דתו להמית״?

אויף פרשת בראשית און נח אליינס, האב איך איבער 100 שטארקע קשיות... באמת.

שבת אחים,
איך וויל נישט פאקרוכען אבער איך בין מיר דיר שטארק מחולק. ס'נישט דא קיין איין קשיה! קיין איין! אויף די תורה מסיני.

קשיות אויף ווי אזוי מענטשען זענען זיך מגלה פנים בתורה שלא כהלכה, ושלא כדרך הטבע, ושלא כפי ההגיון - און די ערגסטע, שלא כפי זיי וואלטען אינוועסטעד א דאלער פאר אזעלכע אפשר'ס - איז דא אזאך מער ווי 100!
חכמה בגויים אל תאמין
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

לויט דער היינטיגע קליימעט, נעמט עס א גאנצע סיזאן צו פארשאפען א שיכט פון אייז.
אבער דאס איז דאך יעדער מודה אז די היינטיגע קליימעט איז נישט אייביג געווען. אלזא, ווער זאגט דיר אז אונטער אלע אומשטענדען ווערען שיכטען פארשאפען אין נישט ווייניגער ווי א יאר?

נאך א מעגליכקייט. ווען טויזענט שיכטען זאמלען זיך צוזאם, קען עס האבען אן עפעקט אויף וואס פאסירט אונטער די שיכטען. איך ווייס נישט און איך ווייס נישט וויאזוי מ׳פארשט עס.

די צוויי נקודות גילטען אויך אויף ביימער, דון מינה ואוקי באתרה.

אז אן אומוויסענדע קינד פרעגט א שאלה וואס פאדערט א לאנגע הסבר, זאגט מען איהם אז דאס איז א שאלה וואס פאדערט א לאנגע הסבר. ווען מיר ווייסען נישט די תשובה, ענטפערט מען אז מיר ווייסען נישט.

אבער צו זאגען אז זע׳ען 8000 ליניעס אין א בוים איז ׳געזע׳ען אלט׳ איז זייער איבערגעטריבען. ס׳איז סה"כ נישט מער ווי א קשיא, ווייל אנדערע תשובות זענען אויך מעגליך, ווי אויך געוואלדיגס תשובה אז דער אויבישטער האט עס אזוי באשאפען. דאס נישט קענען אננעמען אזוי ווייל מ׳פארשטייט נישט פארוואס ער האט עס געטוהן, איז אבסורד ביז גאר, אשר ע"ז כתיב ׳וכסיל לא יבין את זאת׳.

ובפרט מיט וואס געוואלדיג האט שוין פיין מסביר געווען. ווען מ׳זאגט דער קינד אז מיר האבען געהערט פון באשעפער אליינס, איז דאס א דבר פשוט אז דער באשעפער פון דער וועלט איז מער באגלויבט אויף זיין וועלט ווי סיי וועלכע חשבון מיט וואס מ׳קומט אויף.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

שליחה דורך shtriemel »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לויט דער היינטיגע קליימעט, נעמט עס א גאנצע סיזאן צו פארשאפען א שיכט פון אייז.

ניין. איך האב נאך נישט געהערט פון קיין איינער - קיין איינער - וואס איז מודה אז זייט די מבול איז געווען 800,000 ווינטערס און זומערס. טאקע, לא שמענו אינו ראיה, מילא תיתי ספר ונחזי.

מעגליכקייטען איז דא בעסערע. עס איז מעגליך אז עס איז נישט קיין אייז נאר אייז קריעם, ס'קוקט נאר אויס מיט אונזער פליישיגע אויגען ווי מילכיגע אייז קריעם. איז עס נישט מעגליך? מ'קען נישט מכריח זיין א נעגאטיוו. כלל גדול בידיעה.

וכאן הבן שואל. מאכט מיר משוגע? ווילסט וויסען דעם אמת גיי פארש. אז די ווייסט נישט ווי אזוי מ'פארשט דאס שאט דע פ*& אף. וואס דרייסט מיר א קאף. ער קוקט אויס ווי א בן תשעים!!! פאר'ן קריג האט מען זיך גע'עלטערט יום לשנה, נאר די ווייסט נישט ווי אזוי מ'פארשט עס?

מה יעשה הבן ולא יחטא. עס סאונד עם ווי פוסטע דמיונות. גלאטע שקרים. ער גלייבט שוין גארנישט וואס מ'זאגט עם.

אהההה, ער'ס א לץ! אההההה, ער איז גאר בייעסד אז ער גלייבט נישט דעם זקן מופלג איז נאך נישט מחוייב במצות.

פארוואס זאל ער דיר גלייבען אז די האסט געהערט פון באשעפער אליין ווען ער האט א חזקה אז מען איז שוין מוריש שקר לבניהם ולבני בניהם שנים ארוכים?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום shtriemel, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
חכמה בגויים אל תאמין
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

הייסט׳ס שטריימל האט א בעסערע תשובה "שאט דע פ?#ק אפ". פשיאאא! דאס איז אן אויפריכטיגע תירוץ, מיט פארשטאנד און אחריות.

מה יעשה הבן ולא יחטא?
פארוואס זאל ווינער רב קלערען פאר איין מינוט אז מ׳מיינט עפעס דא ערנסט, ווען די תשובה איז "שאט דע פ?#ק אפ"?

און פאר דער וואס וויל וויסען, איך האב נישט געזאגט אז ס׳איז געווען מיר ווי 8000 זומערס און ווינטערס אין ווייניגער יארען. דאס איז פרי דמיונו פון דער וואס איז זייער מקפיד נאר צו זאגען דער אמת צו זיין קינדער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

א) כדלעיל, מעמד הר סיני איז די סיבה פאר אמונה בה' נישט די וואונדער פון ה' יצירה,

ב) אבזערוואציעס פון א גארנישט פון א פראצענט זאגט גארנישט אויף די גאנצע בילד.

ג) אונז ווייסן כהיום וויפיל נאטור טוישט זיך און די השפעה אויפן ארום כסדר, אונז האבן קיין פאקטן איבער נאטור פאר איין מיליאן יאר צוריק, כ''ש ביליאנען יארן.

די) ווי שטריימל זאגט, אלעס קען און שטימט מיט די תורה הניתנה לנו מסיני.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

shtriemel האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:והיה כי ישאלך בנך לאמר וגו׳. וענית ואמרת הארץ אשר אתה רואה בעיניך הוא ישן נושן עד אין שעור אבל רק כשאתה נמצא במקומך. וידוע תדע כי זמן נברא רק בעולם הזה. ובעולמות ופליטים אחרים בחלל רחוק מכאן יש זמן אחר לגמרי כמו שגילה לנו העלוי אלברט איינשטיין. וככל שאתה רחוק בחלל הזמן משתנה. הוא היה אומר, מקום וזמן הם דברים אחדים הנקראים ספייסטיים. ולכן הקושיא מעיקרא ליתא, שהעולם שאנו רואים ומשיגים בעינינו הוא מוגבלת לספעיסטיים שלנו. והנה כל חכמי האומות בעלי הפיזקה מודים היום שהיוניבערס התחיל ממקור אחד הנקרא ביג בנג. וכל העניין של זמן הוא מושג שהתלבש כאן בעולמנו השפל.
ולכן בני דע שבראשית ברא אלקים וגו׳ הוא כפשוטו ורק המושג זמן ויום אחד וגו משתנה לפי המקום והזמן.

אמת ויציב ונכון וקיים וישר. 5777 אויף די עולם איז גאנץ אנדערעשט ווי אויף אן אנדערע עולם. ממילא דער וועלט איז ביליאנען יאר אלט לפי מנין שאנו מונין.

וכאן הבן שואל, עס איז ה'תשע"ז יאר פון וואס? שבת וינפש?

מבריאת אדם הראשון שהוא האדם הראשון בפורמט שלנו הנקרא הומוספיאן.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

שליחה דורך shtriemel »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:הייסט׳ס שטריימל האט א בעסערע תשובה "שאט דע פ?#ק אפ". פשיאאא! דאס איז אן אויפריכטיגע תירוץ, מיט פארשטאנד און אחריות.

מה יעשה הבן ולא יחטא?
פארוואס זאל ווינער רב קלערען פאר איין מינוט אז מ׳מיינט עפעס דא ערנסט, ווען די תשובה איז "שאט דע פ?#ק אפ"?

און פאר דער וואס וויל וויסען, איך האב נישט געזאגט אז ס׳איז געווען מיר ווי 8000 זומערס און ווינטערס אין ווייניגער יארען. דאס איז פרי דמיונו פון דער וואס איז זייער מקפיד נאר צו זאגען דער אמת צו זיין קינדער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

((לדעתי איז דאס סענטענס "אז די ווייסט נישט ווי אזוי מ'פארשט דאס שאט דע פ*& אף" זייער א וויכטיגע נקודה. וואס, די אומאיידעלקייט שבו זענען זענען א נחתום המעיד אויף די נקודה אז ס'שקר? זאגסט עס נאך פון ווינער רב אדער דאס איז שוין אייגענס?))

די ווייסט אז אויב דיין זוהן גייט זען אז פין א גאנצע תגובה כאפסטו נאר אן די ווארט מיט שטרעכעלעך און שלעפסט עם אריין אין די ווינע רב וועט ער פארשטיין פארוואס. א ווונדער מ'דארף אזעלכע ז' אדר דרשות? דער עולם איז צומישט אויף טויזענט. הונדרעטער אידען ווייסען שוין נישט וועם צו גלייבען.

די קענסט מיר זאגען מורינו ר' ליטוואק אז דיר האבען אט די קשיות קיינמאל נישט געבאדערט? האסט דיר קיינמאל נישט אריינגעטראכט חובת האדם בעולמו, מהיכן? פארוואס אין פאר ווען? ווער האט געזאגט? ווער האט געהייסען? ווער דארף פאלגען? ווער זאגט?

את"ל אז די ביסט דאס מכשול איבערגעקומען דורך די הילף פון דעם חונן לאדם דעת, נו בעט איך זיך ביי דיר ליטוואק לעבען זאג מיר ווי אזוי די האסט זיך אפגעשטעלט ביי "מעגליכקייטען איז דא בעסערע"? האסט דיך איינגע'חזר'ט דעם "למד לשונך לומר איני יודע" און געגאנגען קויפען א לולב? וואס גייסטו זאגען דיינע קינדער אויב די חונן לאדם דעה באשאנקט דיר מיט א חנון בדעת?

און לאמיר זאגען אז דער נותן ליעף כח האט דיר געשאנקען די מתנה נפלאה פון תכלית הידיעה שנדע שלא נדע, וואס ווילסטו פון מיר? כלך לך למי שעשנו!!!

וואס גייסטו זאגען אויב חלילה וחס דיינ'ס א קינד פרעגט דיר "וואס ווילסטו פון מיר? כלך לך למי שעשנו!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום shtriemel, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
חכמה בגויים אל תאמין
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

shtriemel האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:און לאמיר זאגן ביסט גערעכט דער אייבישטער האט געמאכט אויסקוקן די בוים עלטער. ביסט רעדי פאר מיין נעקסטע קשיא? און איין קשיא נאכדעם? און הונדרעטער אנדערע סתירות?

איך דארף גלייבן אין א זאך וואס לייגט זיך נישט אויפן שכל און איז פול מיט סתירות, קלאר קעגן סייענס און נאטור און אז אויב נישט איז ״אחת דתו להמית״?

אויף פרשת בראשית און נח אליינס, האב איך איבער 100 שטארקע קשיות... באמת.

שבת אחים,
איך וויל נישט פאקרוכען אבער איך בין מיר דיר שטארק מחולק. ס'נישט דא קיין איין קשיה! קיין איין! אויף די תורה מסיני.

קשיות אויף ווי אזוי מענטשען זענען זיך מגלה פנים בתורה שלא כהלכה, ושלא כדרך הטבע, ושלא כפי ההגיון - און די ערגסטע, שלא כפי זיי וואלטען אינוועסטעד א דאלער פאר אזעלכע אפשר'ס - איז דא אזאך מער ווי 100!

ביי מיר הייסט עס ״קשיות. דו קענסט עס רופן ווי אזוי דו באגערסט. הארץ און גערן...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

שליחה דורך shtriemel »

כ'דארף דיר דאנקען ליטוואק, כ'האב שוין די נייע וועקער אפאר טעג, אפשר שוין אפאר וואכען און חוץ פון בלעטערען בין איך נאך נישט אנגעקומען. יעדער מאל איך שטויס אן אין דעם פראנט-קאווער זעה איך דעם איד מיט די טלית, א געטליכער צורה - אויב איז דא אזא זאך - מיט א קליינע ז' אדר/אמונה קרייסיס קעפאלע. דא אויפען שטיבעל האב איך עס אויך געזען, אבער נאך נישט געליינט. די האסט עס נאכאמאל דערמאנט אפאר תגובות ארויף און אפאר מינוט שפעטער אן השגחה פרטית!

גיי איך אריבער דעם ליווינג רום און אונטער די טריפה'נע טעלעווישען זעה איך נאכאמאל די איד מיט'ן טלית און איך באמערק אויפ אים אזא שמייכעל, א פינק און דער אויגען. עס האט מיר אויסגעקוקט א צורה פון א הויכע מדרגה, א שמייכעל וואס שרייט מיט פרייד "אין שמחה כהתרת הספיקות".

מיט דעם בין איך צוגעגאנגען צום ארטיקעל. ס'האט מיר געגעבען חיי שעה. אויך די ארטיקעל פון הרב הנפלא יצחק הלוי. נורא נוראות. שכוייח.
חכמה בגויים אל תאמין
[NAMELESS]

Re: והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?

שליחה דורך [NAMELESS] »

געוואלדיג האט געשריבן:שטריימל, פארוואס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז ווען דער בורא כל עולמים האט באשאפן די ביימער האבן זיי גלייך געהאט מער פון איין רינגל?
פארוואס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז בראשית ברא אלוקים מיינט נישט 'אין אנהייב האט גאט באשאפן די וועלט' נאר אז גאט האט דעמאלטס געטראכט פון די וועלט?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

שליחה דורך shtriemel »

תורה ומדע האט געשריבן:
shtriemel האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:והיה כי ישאלך בנך לאמר וגו׳. וענית ואמרת הארץ אשר אתה רואה בעיניך הוא ישן נושן עד אין שעור אבל רק כשאתה נמצא במקומך. וידוע תדע כי זמן נברא רק בעולם הזה. ובעולמות ופליטים אחרים בחלל רחוק מכאן יש זמן אחר לגמרי כמו שגילה לנו העלוי אלברט איינשטיין. וככל שאתה רחוק בחלל הזמן משתנה. הוא היה אומר, מקום וזמן הם דברים אחדים הנקראים ספייסטיים. ולכן הקושיא מעיקרא ליתא, שהעולם שאנו רואים ומשיגים בעינינו הוא מוגבלת לספעיסטיים שלנו. והנה כל חכמי האומות בעלי הפיזקה מודים היום שהיוניבערס התחיל ממקור אחד הנקרא ביג בנג. וכל העניין של זמן הוא מושג שהתלבש כאן בעולמנו השפל.
ולכן בני דע שבראשית ברא אלקים וגו׳ הוא כפשוטו ורק המושג זמן ויום אחד וגו משתנה לפי המקום והזמן.

אמת ויציב ונכון וקיים וישר. 5777 אויף די עולם איז גאנץ אנדערעשט ווי אויף אן אנדערע עולם. ממילא דער וועלט איז ביליאנען יאר אלט לפי מנין שאנו מונין.

וכאן הבן שואל, עס איז ה'תשע"ז יאר פון וואס? שבת וינפש?

מבריאת אדם הראשון שהוא האדם הראשון בפורמט שלנו הנקרא הומוספיאן.

מען דארף צו דעם אויך אביסעל פונ'ם ווינער אמונה פשוטה אבער עט ליסט איז קיין געמיינע שקרים דא נישט דא!

אורייתא, קוב"ה וסייענס זענען נישט קיין סתירה. ווי אזוי עס איז זיך נישט סותר איז דא גענוג און נאך וועגען, מ'דארף נאך נישט עובר זיין אויף מדבר שקר תרחק אלס עת לעשות לה'. דאס איז די גאנצע וואס איך זאג.

איך דארף נאר לאזען ראובן רעדען פון די נושאים ווייל איך קריך גלייך אריין אין בוים מיטן רינגלעך. און somehow איז דאס שווערער צו הערען. הלוואי וואלט איך פארשטאנען פארוואס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום shtriemel, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
חכמה בגויים אל תאמין
פארשפארט