כאאס אין שארלאטסוויל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1098
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
- האט שוין געלייקט: 619 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל
כאאס אין שארלאטסוויל
היינט ביי א פראטעסט אין שארלאטסוויל, פון ווייסע סופרעמאסיסטן און קאנטער פראטעסטירער, איז די מצב געווארן אנגעצויגן אזש ביז גאר. ביי איין מאמענט, איז א קאר אריינגעפארן אין א גרופע מענטשן און געהארגעט א פרוי און פארוואונדעט אנדערע.
די סיטואציע איז אזוי ווייט ארויס פון קאנטראל, נאך פאר די אפיצילע צייט וואס די פראטעסט האט זיך געדארפט אנהייבן, אז דער גאווערנאר האט געדארפט דערקלערן א סטעיט אוו עמערדזשענסי עס אפצושטעלן.
עקסטער איז געווארן א שטיקל סומאטאכע, אז עס האט גענומען א ביסל לאנג פאר פרעזידענט טראמפ ארויסצוקומען און פארדאמען די violence. אפילו פירסט לעידי מילאניא, האט געטוויט א האלבע שעה פאר טראמפ האט געמאכט א סטעיטמענט.
נאכן קראכן אין די קאר איז די קאר אוועקגעפארן צוריקציוועגס
די קאר וואס איז אריינגאפארן אין מענטשן.

- קאמענטירער
- ידיד ותיק
- הודעות: 768
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
- געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
- האט שוין געלייקט: 306 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
איך ווער משוגע! אין אזא לאנד וואוין איך מרצון?! און דער פרעזידענט פארדאמט ביידע צדדים?!
רח"ל! ס'מאכט עכט נישט קיין חילוק, אבער קוק וואס טראמפ מיט זיינע שטיצערס זענען ווערד. די אלע פון אונז וואס האבן געוועהלט פאר איהם זענען נישט שולדיג און די מעגליכע פאגראמען וועלן נישט פארמיטן ווערן ווען מיר וואלטן אלע געוועהלט פאר קלינטאן, אבער קוקט'ס צו וואס דא טוט זיך!

- היימישער באניצער
- הודעות: 539
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
- האט שוין געלייקט: 875 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל
טראמפ איז א קוריאזער פארשוין, איך וועל אים נישט פארענטפערן, אבער איך וויל מיך באציען צו דער פרשה בכלליות.
ס'איז פאראן א גרופע פון ווייסע סופרעמאסיסטן וועלכע זענען א מציאות, כאטש ס'איז רעלאטיוו א קליינע גרופע. די גרופע וויל זיך לאזן הערן און זיי האבן למעשה דאס רעכט לויטן פרינציפ פון "פרייהייט פון אויסדרוק". ס'איז נאטירליך אז די אלגעמיינע אנטי-ווייסע ווינטן אין אמעריקע מאכן שטערקער די רעאקציע ביי די ווייסע סופרעמאסיסטן. טראמפ האט נישט געבוירן די גרופע, און ער האט זיי אויך נישט שטארק געמאכט. זיי עקזיסטירן שוין מקדמת דנא און במשך די לעצטע יארן וואקסט זייער פאפולאריטעט, ווי א רעזולטאט פון ראדיקאליזם ביי ביידע פארטייען (די לינקע און די רעכטע ווערן ביידע מער ראדיקאל).
אויב זאל מען ניצן די מעטאדן פון די ליבעראלן ווען ס'קומט צו איסלאמישער טעראר, וואלט מען געדארפט ניצן זיידענע הענטשיך קעגן די ווייסע סופרעמאסיסטן, און מ'וואלט נישט געקענט באשולדיגן די גאנצע גרופע בלויז צוליב איינעם וואס האט אטאקירט וכו'. למעשה זענען די לינקע אומטאלעראנט ווען ס'קומט צו די ווייסע סופרעמאסיסטן און אלע ווערן באטראכט ווי טעראריסטן, בשעת די רעכטע האבן דעם צוגאנג דוקא צו איסלאם. ביידע זייטן זענען נישט קאנסעקווענט, אבער יעדער צד וועט האבן תירוצים פארוואס דא יא און דארט נישט.
די ליבעראלן וועלן זאגן אז אמעריקע איז באזירט אויף "פארשידנקייט" (diversity) און מ'טאר נישט לאזן אז פחדים פון איסלאמאפאביע זאלן צעשטערן די שיינקייט פונעם אמעריקאנער מולטי-קולטוראליזם, בשעת די ווייסע וועלן זאגן פונקט פארקערט. איסלאם איז א פרעמדע פלאנץ און אמעריקאנער האבן נישט קיין שום חיוב זיי אריינצונעמען, כל זמן ס'איז קלאר אז ס'איז דא צווישן זיי א פראצענט פון מענטשן וואס גלייבן אז מ'דארף טוישן די פאליטישע סיסטעם פון דער מערב וועלט, און די וועלט פלאגט זיך מיט איסלאמישע טעראריסטן, אבער ווען ס'האנדלט זיך פון ווייסע רעדט מען דאך פון אייגענע מענטשן צו וועמען מיר האבן א חיוב. די מחלוקת צווישן די לינקע און די רעכטע וועט זיין אינעם אידעאלאגישן יסוד וואס טיילט אפ די צוויי פארטייען.
היות די ווייסע סופרעמאסיסטן זענען ראסיסטן, איז עס פאר אונז (און פאר נאך גרויסע טיילן פון דער אמעריקאנער באפעלקערונג) א שרעקעדיגע באוועגונג. דאך גייט מען דא אריין אין דער דעליקאטער טעריטאריע פון "פרייהייט פון אויסדרוק". דאס אז א מענטש איז גע'הרג'עט געווארן דורך דער רציחה'שער אויטא אטאקע איז זייער טראגיש, אבער לויט דער טענה פון דער ווייסער גרופע איז עס נאר געווען איין מענטש וואס האט עס געטון און מ'קען נישט באשולדיגן די גאנצע גרופע אויף דעם, אין דער צייט וואס די דעמאנסטראנטן פון "אנטיפא" אדער BLM האבן געווארפן שטיינער און געשפריצט מעיס וכו' פראוואצירנדיג די ווייסע. לכאורה איז די פאליציי דורכגעפאלן מיטן באשיצן די סיטואציע, ווייל ס'האט יעדער געקענט פארשטיין אז אזעלכע דעמאנסטראציעס פון צוויי גרופעס וואס זענען דם-שונאים איינע פאר דער אנדערער קען זייער שנעל אנקומען צו בלוט פארגיסונג.
היות אז ס'איז גע'הרג'עט געווארן א מענטש טאר מען עס חלילה נישט פארוואסערן דורכ'ן רעדן וועגן "ביידע צדדים", אבער ס'איז אויך שווער ארויפצואווארפן דעם גאנצן שולד אויף דער גאנצער גרופע, אן דעם וואס מ'זאל אננעמען א דאפלטן סטאנדארט. זיי קענען זיין די ערגסטע מענטשן, מיט די בייזוויליגסטע מחשבות, אבער דאס טוישט נישט די דינאמיק פון דעם וואס איז פארגעקומען. מיינע ווערטער באציען זיך נישט צו טראמפ, נאר צו דער פרשה בכלליות און די דילעמע פון free speach. ס'קען זיין אז איך האב א טעות אין מיין אפשאצונג, אדער אין די פרטים פון דעם וואס איז פארגעקומען, אבער מאמענטאל קומט מיר אזוי אויס.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פלאוויוס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
דיין צושטעל פון מוסלעמענער צו ווייסע סופרעמאסיסטען איז עפעס לעכערליך. דער מוסלעמענער מעג עקזיסטירן, מאראליש און געזעצליך. די עקסטרעמיסטען זענען די פראבלעם.
ווידער די ווייסע סופרעמאסיסטען זענען עקעלהאפטיג מחוטב עציך עד שואב מימיך. דער גאס יונג מיט א בארד, א בויך און א מגילה אויף זיין ארעם איז פונקט אזא פאסקודניק ווי דער פראפעסאר וואס ווייזט אויף אז שווארצע האבען קלענערע מוחות. יא, די סכנה און אומגעזעצליכע אויפפיהרונג איז קעגען די געזעץ אויך, און אויף זיי דארף די רעגירונג זיך שטעלן, און לאזן די פאסקודנע רייד פון די דעמאנסטרירערס ווייטער גיין.
דעריבער דארפן די באציאונגען זיין אנדערש, ופשוט. נאר א פלא אז מ'דארף עס אויסרעדן.
ווידער די ווייסע סופרעמאסיסטען זענען עקעלהאפטיג מחוטב עציך עד שואב מימיך. דער גאס יונג מיט א בארד, א בויך און א מגילה אויף זיין ארעם איז פונקט אזא פאסקודניק ווי דער פראפעסאר וואס ווייזט אויף אז שווארצע האבען קלענערע מוחות. יא, די סכנה און אומגעזעצליכע אויפפיהרונג איז קעגען די געזעץ אויך, און אויף זיי דארף די רעגירונג זיך שטעלן, און לאזן די פאסקודנע רייד פון די דעמאנסטרירערס ווייטער גיין.
דעריבער דארפן די באציאונגען זיין אנדערש, ופשוט. נאר א פלא אז מ'דארף עס אויסרעדן.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 539
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
- האט שוין געלייקט: 875 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דיין צושטעל פון מוסלעמענער צו ווייסע סופרעמאסיסטען איז עפעס לעכערליך. דער מוסלעמענער מעג עקזיסטירן, מאראליש און געזעצליך. די עקסטרעמיסטען זענען די פראבלעם.
ווידער די ווייסע סופרעמאסיסטען זענען עקעלהאפטיג מחוטב עציך עד שואב מימיך. דער גאס יונג מיט א בארד, א בויך און א מגילה אויף זיין ארעם איז פונקט אזא פאסקודניק ווי דער פראפעסאר וואס ווייזט אויף אז שווארצע האבען קלענערע מוחות. יא, די סכנה און אומגעזעצליכע אויפפיהרונג איז קעגען די געזעץ אויך, און אויף זיי דארף די רעגירונג זיך שטעלן, און לאזן די פאסקודנע רייד פון די דעמאנסטרירערס ווייטער גיין.
דעריבער דארפן די באציאונגען זיין אנדערש, ופשוט. נאר א פלא אז מ'דארף עס אויסרעדן.
דער פרינציפ פון "פרייהייט פון אויסדרוק" איז נישט נאר באזירט אויף עטיק, נאר אויך אויף א פראקטישער סיבה. אפילו ווען מ'איז איבערצייגט אז די אנדערע גרופע איז אוממאראליש, האבן זיי דאס רעכט זיך אויסצודרוקן, כל זמן זיי רופן נישט צו אטאקירן אייגענע בירגער. אויב וואלט די פרייהייט פון אויסדרוק געווען באגרעניצט צו "מאראליש-בארעכטיגטע אויסדרוקן" וואלט יעדער פארטיי שטענדיג גע'טענה'ט אז דער צד שכנגד איז אוממאראליש און נישט געלאזט יענעם רעדן. אין כמעט יעדער מלחמה פון אידעאלאגיעס איז דער צד שכנגד אוממאראליש.
ווי געזאגט פריער איז די גרופע א רעאליטעט, און נישט קיין פראגע צי מיר ווילן זיי לאזן עקזיסטירן אדער נישט. די פראגע איז צי מיר ווילן זיי געבן פרייהייט פון אויסדרוק. היות אז זיי זענען ראסיסטן איז דא א כמעט קאנצענזוס אז זיי זענען אוממאראליש, אבער צוריק געשמועסט קען זיין בעסער ווען מ'לאזט זיי דעמאנסטרירן אן קיין פראוואקאציעס, אזוי ווי זיי טוען שוין יארן לאנג, ווי איידער צו געבן שטאף פאר דער גרופע צו טענה'ן אז ס'איז פאראן א קאנספיראציע צו באהאלטן דעם אמת. דאס איז דאך איינע פון די פראקטישע סיבות צו דעם פרינציפ פון free speach.
דו רעדסט וועגן "באציאונגען וואס דארפן זיין אנדערש" אדער וועגן "לאזן מוסולמענער עקזיסטירן". איך האב וועגן דעם נישט גערעדט. איך האב גערעדט וועגן די באציאונגען צו טעראר אטאקעס אין דער גרופע. צי מ'דארף לאזן די ווייסע סופרעמאסיסטן עקזיסטירן איז אן אנדער שמועס. איך פארשטיי נישט פונקט וויאזוי דו וואלסט אויסגעשטעלט א פלאן פטור צו ווערן פון זיי.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
דיין סתירה איז אבער נישט אין פלאץ. יא, דער געזעץ דארף זיי לאזן רעדן. אבער מיר בירגער דארפן זיי נישט באהאנדלען מיט הענטשיך. משא"כ מוסלעמענער, איז עס א נארישקייט צו שטופן אלע מוסלעמענער אין די הענט פון די עקסטרעמיסטן.
די לינקע זענען זיך נישט סותר צווישען די רעכטע פאסקודנאקעס און די מוסלעמענער. ס'איז פונקט ווי טרעפן א סתירה, הלמאי מעג מען הרג'נען מוריטשקעס און נישט די וואס כאפן די גאנצע פושקע העררינג ביי תיקון כ"א אב?
די לינקע זענען זיך נישט סותר צווישען די רעכטע פאסקודנאקעס און די מוסלעמענער. ס'איז פונקט ווי טרעפן א סתירה, הלמאי מעג מען הרג'נען מוריטשקעס און נישט די וואס כאפן די גאנצע פושקע העררינג ביי תיקון כ"א אב?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 539
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
- האט שוין געלייקט: 875 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל
אהא. איך פארשטיי וואס דו זאגסט.
מיין אריגינעלע כוונה איז געווען מבחין צו זיין צווישן טעראריסטן און פרידליכע ווייסע נאציאנאליסטן (ד.ה. אזעלכע וואס גלייבן נישט אין טעראר), אבער איך דערהער דיין פונקט אז היות די עצם גרופע איז עקסטרעם איז נישט קיין נפקא מינה וועמען מ'שטופט וואו.
די סיבה פארוואס איך האב מתחילה נישט געזען דעם פונקט, איז וויבאלד כ'האב אנגענומען אז free speach איז א געוויסע טאלעראנץ וואס מיר דארפן אליין געבן פאר דער גרופע, כל זמן זיי פאררופן זיך נישט אויף געוואלדטאטן. איך הער אבער דיין הבחנה אין דעם ענין אויך צווישן געזעץ און די בירגער.
מ'קען ווייטער מפלפל זיין, אבער ס'איז נישט וויכטיג. א דאנק פאר דער אויסקלארונג.
מיין אריגינעלע כוונה איז געווען מבחין צו זיין צווישן טעראריסטן און פרידליכע ווייסע נאציאנאליסטן (ד.ה. אזעלכע וואס גלייבן נישט אין טעראר), אבער איך דערהער דיין פונקט אז היות די עצם גרופע איז עקסטרעם איז נישט קיין נפקא מינה וועמען מ'שטופט וואו.
די סיבה פארוואס איך האב מתחילה נישט געזען דעם פונקט, איז וויבאלד כ'האב אנגענומען אז free speach איז א געוויסע טאלעראנץ וואס מיר דארפן אליין געבן פאר דער גרופע, כל זמן זיי פאררופן זיך נישט אויף געוואלדטאטן. איך הער אבער דיין הבחנה אין דעם ענין אויך צווישן געזעץ און די בירגער.
מ'קען ווייטער מפלפל זיין, אבער ס'איז נישט וויכטיג. א דאנק פאר דער אויסקלארונג.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: כאאס אין שארלאטסוויל
ראובן קען אין געציילטע ווערטער, וואס איך קען נישט אין מיין לאנגע מגילות, ופשוט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 539
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
- האט שוין געלייקט: 875 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל
איך וועל יא שטופן דעם פלפול אביסל ווייטער, כאטש אויף צו שפילן שטנ'ס אדוואקאט. מתוך החושך וועט נתברר ווערן דער אור וכו'
לאמיר אפטיילן צווישן "ווייסע אידענטיטעט פאליטיק" און "ווייסער סופרעמאסיזם". א מענטש וואס איז שטאלץ מיט זיין ווייסן אפשטאם, איז לכאורה נישט מער חוטא ווי א מענטש וואס איז שטאלץ מיט זיין אידישן אפשטאם, שווארצן אפשטאם א.ד.ג. מיר גייען אריין אין א גרויען שטח נאר דארט וואו דער ווייסער מענטש פאררופט זיך אויף זיין בעסערקייט איבער אנדערע ראסן. שטימט ביז אהער?
ווען מ'באשולדיגט יעדן ווייסן נאציאנאליסט אין זיין א טעראריסט שטופט מען אים אריין אין די הענט פון די וואס זאגן אז ס'איז פאראן אן "אנטי-ווייסע קאנספיראציע". אויב וואלט מען אנערקענט דעם צורך פון ווייסע זיך צו אידענטיפיצירן מיט א ווייסן נאציאנאליזם, ענליך צו די באגריפן פון אפריקאנער נאציאנאליזם, אידישער נאציאנאליזם, אדער סיי וועלכע אנדערע אידענטיטעט פאליטיק, וואלט עס נישט ראדיקאליזירט די ווייסע. דער אופן וויאזוי די געזעלשאפט באציט זיך צו דער ווייסער אידענטיטעט באופן כללי, צוליב דער אויפפירונג פון שלעכטע מענטשן אין דער גרופע, מאכט דעם מצב נאר ערגער. יעדע אידענטיטעט וואס איז אונטער אטאקע וועט על פי רוב נאר ווערן שטערקער אלס רעזולטאט פון דעם.
איך האב נישט פארגליכן איסלאם צו ווייסער סופרעמאסיזם, לייגט נישט אריין אזא פאלשער (און שלעכטער!) געדאנק אין מיינע ווערטער. איך האב נאר פארגליכן איסלאמישער טעראר צו ווייס-סופרעמאסיסטישער טעראר. טעראר איז טעראר, אפגעזען פון וואו ס'קומט. פארשטייט זיך אז אויב יעדער אויסדרוק פון ווייסער נאציאנאליזם איז טרייף, דעמאלט איז אונזער שמועס נישט רעלעוואנט, אבער אויב איז שייך צו פירן א דעבאטע אין דעם יסוד, לאזט זיך דעמאלט דעבאטירן וויאזוי מ'זאל אומגיין קעגן טעראר פון ווייסע סופרעמאסיסטן - וועלכע זענען די שלעכטע קינדער פונעם ווייסן נאציאנאליזם.
דאס איז בעצם געווען מיין כוונה פריער, נאר איך האב נישט געוואלט אריינגיין אין א דעבאטע איבער ווייסן נאציאנאליזם. איך פארשטיי וואס ליטוואק טענה'ט. פארט, אז מ'שטופט שוין לאז שוין זיין להגדיל תורה, און טאקע על זה אנו דנים, אויב ס'איז מותר דן צו זיין אינעם ענין פון ווייסער אידענטיטעט.

ווייסע סופרעמאסיזם מיינט אז ווייס איז בעסער ווי שווארץ, אז אמעריקא דארף קודם באלאנגען צו די ווייסע, אז די שווארצע\ברוינע\געלער זענען עפעס ווייניגער. דאס איז אלץ שלעכט.
איזלאם איז א וועג פון זיך בארואיגען די געוויסען אז ס׳איז דא א רעליגיע מיט א נביא מיט אלע אנדערע נערישקייטען, פונקט ווי אלע מענטש געמאכטע רעליגיעז. דאס איז נישט שלעכט, נאר א פראקטישע וועג פון לעבען.
אן אנטי ווייסע קאנספיראסי מיינט אז מ׳זוכט זיי צו באקריוועדען. ווען ס׳באלאנגט צו זיי, ווערען זיי באקריוועדעט. ווען ס׳האט קיינמאל נישט באלאנגט צו זיי, זענען זיי רויבערס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איזלאם איז א וועג פון זיך בארואיגען די געוויסען אז ס׳איז דא א רעליגיע מיט א נביא מיט אלע אנדערע נערישקייטען, פונקט ווי אלע מענטש געמאכטע רעליגיעז. דאס איז נישט שלעכט, נאר א פראקטישע וועג פון לעבען.
אן אנטי ווייסע קאנספיראסי מיינט אז מ׳זוכט זיי צו באקריוועדען. ווען ס׳באלאנגט צו זיי, ווערען זיי באקריוועדעט. ווען ס׳האט קיינמאל נישט באלאנגט צו זיי, זענען זיי רויבערס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 539
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
- האט שוין געלייקט: 875 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל
נאכאמאל, לאמיר אפטיילן צווישן טעאריעס פון "סופרעמאסיזם" און פשוט'ע אידענטיטעט פאליטיק. אמעריקע איז א מולטי-קולטורעלע מדינה, מיט פיל פעלקער און ראסן. די אלגעמיינע באפעלקערונג אין אמעריקע שעצט די פארשידנקייט פון דער אמעריקאנער דעמאגראפיע און שטיצט די פארשידענע גרופעס אנצוהאלטן זייער אייגנארטיגע אידענטיטעט און געשיכטע. די ווייסע זענען דערווייל א רוב אינעם לאנד, אבער זייער אידענטיטעט ווערט באטראכט דורך פיל אמעריקאנער ווי א מיאוס ווארט.
די רעדע וועגן אן "אנטי ווייסע קאנספיראציע" באציט זיך צו דער ערשיינונג אין וועלכער די ווייסע זענען געצוואונגען צו אונטערדרוקן זייער אידענטיטעט. מ'רעדט נישט דוקא איבער דער פראגע צו וועמען דאס לאנד געהערט, נאר איבער דעם עצם מציאות פון א ווייסער קולטור, געשיכטע און שטאלץ. די טענה גייט אז אין מערערע אמעריקאנער קאלעדזשעס קען זיין מער פריווילעגיע צו זיין א קאלירטער מענטש ווי איידער א ווייסער, צוליב דעם וואס די ווייסע ווערן אסאציאירט מיט די זינד פון די עלטערן.
ס'איז זינלאז צו קלערן אז די אנגעבליכע פרוסטרירונג וועט נעלם ווערן איבערנאכט. די פראגע איז נאר וויאזוי מ'זאל זיך באציען צו דעם, און צי מ'קען לעגיטימירן זייער פרוסטרירונג. קען זיין אז מיר מוזן נישט מסכים זיין אז ס'איז בכלל פאראן אויף וואס צו באזירן א ווייסע אידענטיטעט, אויסער אויף אן איינגערעדטן סופרעמאסיזם, ס'קען זיין אז מיר האלטן אז די ווייסע אידענטיטעט איז טאקע בלויז שלעכט. דערפאר איז עס דאך א נושא צו דעבאטירן. בכל אופן דארף זיין קלאר אז איך באצי מיך מאמענטאל נאר צו דער פראגע פון אידענטיטעט.
די רעדע וועגן אן "אנטי ווייסע קאנספיראציע" באציט זיך צו דער ערשיינונג אין וועלכער די ווייסע זענען געצוואונגען צו אונטערדרוקן זייער אידענטיטעט. מ'רעדט נישט דוקא איבער דער פראגע צו וועמען דאס לאנד געהערט, נאר איבער דעם עצם מציאות פון א ווייסער קולטור, געשיכטע און שטאלץ. די טענה גייט אז אין מערערע אמעריקאנער קאלעדזשעס קען זיין מער פריווילעגיע צו זיין א קאלירטער מענטש ווי איידער א ווייסער, צוליב דעם וואס די ווייסע ווערן אסאציאירט מיט די זינד פון די עלטערן.
ס'איז זינלאז צו קלערן אז די אנגעבליכע פרוסטרירונג וועט נעלם ווערן איבערנאכט. די פראגע איז נאר וויאזוי מ'זאל זיך באציען צו דעם, און צי מ'קען לעגיטימירן זייער פרוסטרירונג. קען זיין אז מיר מוזן נישט מסכים זיין אז ס'איז בכלל פאראן אויף וואס צו באזירן א ווייסע אידענטיטעט, אויסער אויף אן איינגערעדטן סופרעמאסיזם, ס'קען זיין אז מיר האלטן אז די ווייסע אידענטיטעט איז טאקע בלויז שלעכט. דערפאר איז עס דאך א נושא צו דעבאטירן. בכל אופן דארף זיין קלאר אז איך באצי מיך מאמענטאל נאר צו דער פראגע פון אידענטיטעט.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: כאאס אין שארלאטסוויל
איך, און מסתמא רוב די מארשירערס, בין אין קאלעדזש נישט געווען. וועלכע חלק פון זייער אידענטיטעט איז דערדרוקט? מ׳לאזט זיי נישט בויען קיין קלויסטערס? מ׳הייסט זיי זיך בוקען צו בודהא? זייער גלויבונג איז אז דער עגזיסטענץ פון א פרעמדע אין זייער געגענווארט, איז א דערדרוקונג. קיינער פאדערט גארנישט פון זיי אז זיי זאלען האבען טענות.
ווען איך הער, טאקע זעלטעו אבער אמאל, מייקעל סעוועדזש, הער איך די סארט טענות. דער עגזיסטענץ פון איינער וואס טראכט אנדערש פון מיר, צו האט אן אנדערע שטאנדפונקט, איז א סכנה צו מיר. און ער איז ווייט פון די ערגסטע צווישען זיי.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ווען איך הער, טאקע זעלטעו אבער אמאל, מייקעל סעוועדזש, הער איך די סארט טענות. דער עגזיסטענץ פון איינער וואס טראכט אנדערש פון מיר, צו האט אן אנדערע שטאנדפונקט, איז א סכנה צו מיר. און ער איז ווייט פון די ערגסטע צווישען זיי.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1034
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
- געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
- האט שוין געלייקט: 714 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל
Re: כאאס אין שארלאטסוויל
איך האב מורא אריין צי רעדן אבער נאר א דוגמא, עפירמיטיוו עקשען. פארוואס לאזט מען עס נאך היינט צו טאג ווען מען האלט שוין גאר ווייט מיט סיוויל רייטס און אפילו א שווארצע פרעזידענט? ווייל די אלטע ווייסע wasps? אויב א ווייסע מיט א שווארצע אדער ברוינע האבן די זעלבע קרעדענשעלס פארוואס זאל דער ווייסע אוטעמאטיש זיין די לעצטע אויף דער ליסט? איז דעס טאקע ריווערס ראסיזים?
Sent from my XT1096 using Tapatalk
Sent from my XT1096 using Tapatalk
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: כאאס אין שארלאטסוויל
יא, איך בין א כופר בעבו"ז.
א רעליגיע נישט געמאכט דורך א מענטש, נאר דער באשעפער אליינס איז עפעס אנדערש, ופשוט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
א רעליגיע נישט געמאכט דורך א מענטש, נאר דער באשעפער אליינס איז עפעס אנדערש, ופשוט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 164
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
- האט שוין געלייקט: 123 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל
גראף האט געשריבן:איך האב מורא אריין צי רעדן אבער נאר א דוגמא, עפירמיטיוו עקשען. פארוואס לאזט מען עס נאך היינט צו טאג ווען מען האלט שוין גאר ווייט מיט סיוויל רייטס און אפילו א שווארצע פרעזידענט? ווייל די אלטע ווייסע wasps? אויב א ווייסע מיט א שווארצע אדער ברוינע האבן די זעלבע קרעדענשעלס פארוואס זאל דער ווייסע אוטעמאטיש זיין די לעצטע אויף דער ליסט? איז דעס טאקע ריווערס ראסיזים?
Sent from my XT1096 using Tapatalk
זיי טענה'ן אז ביז'ן היינטיגען טאג האבען זיי נאך נישט געקענט ארויסקריכען פון זיין פארשקלאפט/גערודפ'ט און געג'ים קראו'עד Jim Crow'ed בלע"ז.
שווער צו דערגיין אויב זייערע טענות זענען כאטש האלב-גערעכט?
חכמה בגויים אל תאמין
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1034
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
- געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
- האט שוין געלייקט: 714 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל
Re: כאאס אין שארלאטסוויל
איז לאמיר זאגן אז יא, מיינט דעס אז א ווייסע מעג ווערן בא'עוולט פאר'ן בלויזען חטא (קרעדיט: דער איד) פון זיין ווייס אפילו אויב זיינע עלטערן האבן אימעגרירט אהער דרייסיג יאר צוריק. דעס הייסט נישט יושר און עס גיבט נאך סחורה פאר ווייסע אויף וואס צו זיין בייז. פלאוויוס האט א שטארקע פוינט.
Sent from my XT1096 using Tapatalk
Sent from my XT1096 using Tapatalk
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 164
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
- האט שוין געלייקט: 123 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל
גראף האט געשריבן:איז לאמיר זאגן אז יא, מיינט דעס אז א ווייסע מעג ווערן בא'עוולט פאר'ן בלויזען חטא (קרעדיט: דער איד) פון זיין ווייס אפילו אויב זיינע עלטערן האבן אימעגרירט אהער דרייסיג יאר צוריק. דעס הייסט נישט יושר און עס גיבט נאך סחורה פאר ווייסע אויף וואס צו זיין בייז. פלאוויוס האט א שטארקע פוינט.
Sent from my XT1096 using Tapatalk
דאס איז נישט דער בעסטע Solution. מסכים.
אבער צו פאדערען חאטש עדיוקעישן און גאווערמענט ארבייט יש להם על מי לסמוך בדוחק.
חכמה בגויים אל תאמין