ברעיקינג: כוכב איז א דזשאזש אויפ'ן "שרייבן פארמעסט"

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

ברעיקינג: כוכב איז א דזשאזש אויפ'ן "שרייבן פארמעסט"

שליחה דורך כוכב »

טו טו טורורו טו, דער רבי איז שוין דא-טא, דע רבי איז שוין דא. דער בער איז אויפגעשטאנען פון שלאף, #נעווער סעי נעווער.
קוואאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאטער! (קרעדיט: מאיר גוטמאן, בארא פארקער שמש ענד קא.)
מזל טוב מזל טוב, ראובן האט מיך א נאמען געגעבן חיים שטערן, פארט פון זיינע משוגעתן, קרא שמו בישראל, כ'ווארט יעצט מיין מזל זאל זיך טוישן.
כא'געזאגט פאר ראובן ער זאל זיך אויסטון זיין שניפסל און באזייטיגן די בליי פון זיין אויער און די רויטע פעדער פון זיין הוט, מ'קען נישט אזוי פירן קיין פארמעסט, מ'דארף ארומטשילן מיט'ן עולם, קלאפן פלייצעס און גלעטן בערד (קרעדיט: אפטעמיסט), און אזוי ווערט א מצב, קיינער גייט נישט קלינגען דיין בעל און זיך פארנויגן 'געערטער מאיעסטעט כ'האבן אן ארטיקל פאר אייער עקסעלענץ.'
טאכלעס גערעדט, א פארמעסט איז אין גאנג, מ'גייט אריינשיקן ארטיקלען און דער עולם גייט רייך ווערן פון די גיפט קארדס, איך בין איינע פון די זשאזשעס, סאו פליז, די סיסטעם איז נישט ריגגד, קיינער זאל מיך נישט שיקן קיין ארטיקלען.
אסאך שיינע ארטיקלען זענען שוין אריינגעקומען (כ'ווייס אבער נישט געהעריג פון וועמען, ראובן האלט מיך אין דער טונקל) און מ'דארף און מ'קוקט ארויס אויף נאך.
די דעדליין איז טייט, ר"ח אלול, די פיש אין וואסער ציטערן שוין, ווער ס'איז "אין" זאל שיקן אן אישי פאר ראובן און ווען מ'קען ערווארטן זיין ארטיקל, ווער עס דארף נאך חיזוק קען קומען צו מיר אין אישי און כ'על אים פרובירן צו מחזק זיין אז ער זאל שרייבן.
נאך איין פוינט, "שרייבן פארמעסט" איז עפעס א זויערע קעפל, בערך ווי "א ווארט פון דער רעדאקציע", כ'דארף עפעס יוניק, עפעס פריש, ווער האט א גוטן טעגליין? ווער קען מאלן עפעס א שיינע מאסקאט ווי זושאלע פון קינדליין? וואו זענען מיינע גראפיקער? עפעס א שיינעם לאגא, רויטע ביזטא? די עד פאר'ן פארמעסט אין וועקער איז געווען טויטע באנקעס לדעתי, האט אויסגעזען ווי א נוסח המציבה, מ'דארף אביסל גוטע ברענדינג פאר דעם פראיעקט. ווארפטס אריין אייערע געדאנקען און שפעקולאציעס און לאמיר מאכן קאווע שטיבל גרעיט עגעין לעיק נעווער עווער בעפאר.
#דער_אלטער_פאטער_יאנקעב_ער_איז_א_הייליגער_מאן
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

דאס וואס איינער האט געשריבן דארט אין אשכול אז דער שרייבן פארמעסט איז אין גאנג פון די לעצטיגע כשרונות פארמעסטן איז סתם דאמירן בעלמא ווייל מיר האבן געהאט דא א פאעזיע פארמעסט מיט אזעלכע לייבן ווי קאווע טרינקער און לעמאן זשוס זכותם יגון ואנחה, נאך ווען יענער איז געווען אין די ווינדלען און דאס האט נאכגעפאלגט מיט דער היסטארישער שושנים פארמעסט.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

איך האלט באמת אז ווען ס'קומט צו שרייבן פיקציע איז די הימל די לימיט, לערנט אייך פון יצחק וואלד, איין חודש שרייבט ער א חלום וואס לא היה ולא נברא, די נשמה נעמט ער מיר ארויס ביז מ'טרעפט דעם צולייגער אין בעט אונטער די קאלדרע, א צווייטע מאל שרייבט ער א מעשה וואס האט נעכטן געקענט געשען מיט מיר און דיר און ס'אנטהאלט נישט עפעס באזונדערס, ס'הענגט אין דער לופטן, ס'מיינט נישט גארנישט און ס'זאגט נישט גארנישט, קיינער ווייסט נישט וואס די מעשה דארף צו קויפן, ס'איז א ראמאן אן קיין ראמאנס און א דראמא אן קיין דראמא, און דאך מאכט עס א גוטע געשיכטע!...
והנוגע לענינינו, אז איר ווילט שרייבן א געשיכטעלע פאר'ן שרייבן פארמעסט, געדענקט אז די סקיי איז דע לימיט. קענסט שרייבן א סייענס-פיקשען סטארי ווי הארי פוטער און שלשה אחים, און פונקט אזוי קענסטו גיין ביז צום אנדערן עקסטרעם און באזירן א געשיכטע אויף ווירקליכע איבערלעבענישן פון טאג צו טאג, און בויען די קערעקטערס אויף דיינע ארומיגע מענטשן וועמען דו קענסט.
אלנפאלס, איך קוק ארויס צו ליינען דיין ארטיקל וואס דו שיקסט אריין, צי קאמעדיע צי דראמא, סיי וועלכע זשאנער פון סטארי-טעלינג דו וועסט אויסוועלן, וועט עס מיר זיכער פאראינטערסירן, געדענק נאר, לאז די פאנטאזיע שפינען דעם געוועב און נאגל דיך נישט אראפ צו קיין שום דאגמעס.
בהצלחה
#טירן_טויערן_וועלן_זיין_אפן
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

אלע ארטיקלען וואס שרייבערס שיקן אריין פאר דעם פארמעסט גייט אריינגיין אינעם וועקער?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פשיהא, כוכב אין די האוז!

מיט כוכב׳ן צווישן אונז איז ערווארטעט א ערענסטע פארמעסט פון חברי השטיבל, כוכב איז כל כולו מצב, אז מ׳קוקט צוריק די היסטוריה פון שטיבל זעהט מען אז דער חיים שטערן איז מלא טעלענט, עפעס א רוח שאינו מצויה, ער האט עפעס די שפראך צו יאגן און פאדערן דעם עולם, כ׳האב שטארק מורא אז ער איז דער וואס שטייט ביים בור און שרייט ׳א טובל און ארויס׳ ׳בחור׳ל וואס טוסטו דארט אזוי לאנג׳ (גילו?)

נו געגאנגן, זיך נעמען שרייבן און אריינשיקן, ׳די לעצטער כאפט א שמוץ׳ (קרעדיט כוכב)
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: ברעיקינג: כוכב איז א דזשאזש אויפ'ן "שרייבן פארמעסט"

שליחה דורך פליקער »

'שריפט שטיבל' דאס איז וואס איך העט וועין געקלערט
איך קלער אז דער געווינער זאל באקומען עפעס א טיטל אויף זיין ניק, ווי א סערטיפייד 'שריפטלער' אנשטוט 'שר האלף'
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

כהאב באמת נישט קיין אנונג ווער עס האט שוין יא אדער נישט אריינגעשיקט אן ארטיקל, אבער נאכ'ן ליינען דעם שבת דער ראדמינער פראצעס פון [tag]דער געוואגטער יונגעל[/tag] וויל איך דא עפענען א פעטיציע אז געוואגטקינד ווי ראובן רופט אים, זאל אריינשיקן אן ארטיקל צו דעם פארמעסט.
ער האט א כוח פון שילדערונג חד בדרא. ווען ער האט אראפגעמאלן די רויעך פון די דאמף שיף וואס פארלאזט די האפן אין פראנקרייך האב איך געשפירט ווי די רויך קנוילן פאטשן מיר אין פנים און דערשטיקן מיין אטעם.
ווער עס וויל אונטערשרייבן די פעטיציע זאל געבן א לייק. (כ'הא א לייק דעפיציט, ווארף אריין א לייקל צוויי און האב אינזין בשם כל ישראל ועל דעת מרן מהראדנירם ז"ל וכל הצדיקים. טענקס.)
#גיימער_קיין_דותן
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שכח [tag]כוכב[/tag]. דו פנים מיינע שיינט ווי א חתן נאכן ערשטן קיש...
כ'גיי לכאורה נישט קענען אנטיילנעמען אינעם קאנטעסט דאס מאל.


אבער ס'קומט דאס מאל א גוט שטיקל ראדימנע וואס פארמאגט שטיקער דראמא... פון די סמעטענע...
#בלויז_18_און_העכער
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: ברעיקינג: כוכב איז א דזשאזש אויפ'ן "שרייבן פארמעסט"

שליחה דורך מפוזרי »

איך בין געווען זיכער אז ס'וועט זיך רודערן.
דער רודערער איז איינגעשלאפן ביים רודער?
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
פארשפארט