ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער רמב"ם אין שמונה פרקים ברענגט פון די פילאזאפ׳ן אז מ׳קען זיך נישט מצייר זיין עפעס וואס איז פון די נמנעות. ער זאגט עס אויף גרויסע ריזיגע בעלי חי, צו א שיף וואס פליט אין דער לופט, וואס פון דעם אליינס אז ער שרייבט דערפון איז א ראיה אז מ׳קען עס יא מדמה זיין. דארף מען עפעס א פשט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פונקט יעצט געלערענט דעם רמב"ם, און ס'מיר באלד שווער געווארן אז לכאורה מישט ער אויס צוויי סארטן נמנעות.
וז"ל אין שמונה פרקים פ"א:
וְהַחֵלֶק הַמְדַמֶּה - הוּא הַכֹּחַ, אֲשֶׁר יִזְכֹּר רִשּׁוּמֵי הַמּוּחָשִׁים, אַחַר הֵעָלְמָם מִקִּרְבַת הַחוּשִׁים אֲשֶׁר הִשִּׂיגוּם, וְיַרְכִּיב קְצָתָם אֶל קְצָתָם, וְיַפְרִיד קְצָתָם מִקְּצָתָם; וְלָזֶה יַרְכִּיב זֶה הַכֹּחַ מִן עִנְיָנִים אֲשֶׁר הִשִּׂיגָם, עִנְיָנִים אֲשֶׁר לֹא הִשִּׂיגָם כְּלָל וְאִי אֶפְשָׁר לְהַשִּׂיגָם - כְּמוֹ שֶׁיְדַמֶּה הָאָדָם: סְפִינַת בַּרְזֶל רָצָה בָּאֲוִיר; וְאָדָם שֶׁרֹאשׁוֹ בַּשָׁמַיִם וְרַגְלָיו בָּאָרֶץ; וּבְהֵמָה בְּאֶלֶף עֵינַיִם, עַל דֶּרֶךְ מָשָׁל, וְהַרְבֵּה מֵאֵלּוּ הַנִּמְנָעוֹת יַרְכִּיבֵם הַכֹּחַ הַמְדַמֶּה וְיַמְצִיאֵם הַדִּמְיוֹן.
וּבְכָאן טָעוּ הַמְדַבְּרִים הַטָּעוּת הַמְגֻנָּה הַגְּדוֹלָה אֲשֶׁר בָּנוּ עָלֶיהָ פִּנַּת הַטְעָאָתָם בַּחֲלֻקַּת הַמְחֻיָּב, וְהָאֶפְשָׁר, וְהַנִּמְנָע. שֶׁהֵם חָשְׁבוּ, אוֹ הֵבִיאוּ בְנֵי אָדָם לַחְשֹׁב: כִּי כָל מְדֻמֶּה - אֶפְשָׁר; וְלֹא יָדְעוּ שֶׁזֶּה הַכֹּחַ יַרְכִּיב עִנְיָנִים שֶׁמְּצִיאוּתָם "נִמְנָע", כְּמוֹ שֶׁזָּכַרְנוּ.
ער בייזערט זיך אויפן כת המדברים וואס מאכן א כלל אז אויב מען קען זיך עפעס פארשטעלען איז עס על כרחך נישט פון די נמנעות, אבער איך - רמב"ם - האב דיר יעצט געברענגט א משל פון א ספינה פורחת באויר וכו', וואס מען קען זיך יא פארשטעלן, אפי' עס איז א נמנע.
וועל, דער 'נמנע' פונעם רמב"ם איז נישט אן אמת'ער נמנע, עס איז א טעקניקעל פראבלעם (ווי דער מציאות האט געוויזן). די מדברים מיינען אבוויעסלי די אמת'ע נמנעות, ווי א רונדיגע קעסטל, וואס מען קען זיך טאקע נישט פארשטעלן.
--------
אריינבליקענדיג אינעם פי'וואס עוז והדר האט אריינגעדרוקט, זע איך ווי ער מאכט א משל פון דמיונ'ען אז ראובן איז אין די זעלבע צייט סיי דא און סיי אין אספמיא.
במושכל ראשון איז עס טאקע אן אמת'ע נמנע וואס מ'קען זיך יא פארשטעלן.
אבל לא כן הוא. לכשתעיין תראה אז ווען דו שטעלסט זיך פאר ראובן אויף צוויי פלעצער אויפאיינמאל, טראכסטו פון צוויי ראובנס. דו רופסט טאקע ביידע ראובן, ווייל ביידע זעען אויס די זעלבע, ביידע האבן די זעלבע בגדים, געוואוינהייטן, און אפי' זכרונות. אבער למעשה שטעלסטו זיך פאר צוויי גופים - איינס דא און איינס אין אספמיא.
זיך פארשטעלן אז 'איין' גוף געפינט זיך בו בזמן אויף צוויי פלעצער איז טאקע אוממעגליך.