כאאס אין שארלאטסוויל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך, און מסתמא רוב די מארשירערס, בין אין קאלעדזש נישט געווען. וועלכע חלק פון זייער אידענטיטעט איז דערדרוקט? מ׳לאזט זיי נישט בויען קיין קלויסטערס? מ׳הייסט זיי זיך בוקען צו בודהא? זייער גלויבונג איז אז דער עגזיסטענץ פון א פרעמדע אין זייער געגענווארט, איז א דערדרוקונג. קיינער פאדערט גארנישט פון זיי אז זיי זאלען האבען טענות.


דער אופן וויאזוי דו דרוקסט זיך אויס קעגן דער ווייסער אידענטיטעט (אז ס'איז א גלויבונג פון האס) איז אייגנטליך דער אופן וויאזוי דו זעסט זיי, אבער זיי זעען זיך נישט אזוי. דאס איז בעצם דער ביישפיל וויאזוי די ווייסע אידענטיטעט איז אונטער אטאקע, היות מ'טאלערירט פשוט נישט דעם באגריף.

די ווייסע אידענטיטעט קען שטאלצירן מיט די דערגרייכונגען פון דער מערב וועלט, און ארויסהייבן די ברכות וואס דער ווייסער מענטש האט געברענגט אויף דער וועלט, אן דעם וואס זיי זאלן אראפקוקן אויף אנדערע. די ווייסע אידענטיטעט וועט שטעלן דעם הויפט פאקוס אויף ליינען פאעזיע און ליטעראטור פון ווייסע מענטשן, באקענען די געשיכטע פון דער אייראפעישער פילאזאפיע, די רעיונות פון דעמאקראטיע און ליבעראליזם, וכו' וכו'.

מיט איין ווארט, די ווייסע אפשטאמיגע האבן א רייכן עבר, נישט ווייניגער ווי יעדע אנדערע מענטשליכע גרופע (אייגנטליך זענען זיי די טאטעס פון אונזער ציוויליזאציע). צו רעדוצירן זייער אידענטיטעט צו ראסיזם הייסט אז מ'פארלייקנט עס. אדרבא, ברענג ארגומענטן צו שטיצן דיין טענה כדי ס'זאל זיך לאזן דעבאטירן.

די סיבה פארוואס די ווייסע אידענטיטעט ווערט אויסגעטייטשט ווי ראסיזם איז צוליב דעם אויסטייטש וואס נישט-ווייסע האבן קעגן ווייסע. דאס פירט צום שמועס וואס גראף האט דערמאנט אלס "ריווערס ראסיזם" וועלכער קלאפט אנגעבליך אויס למעשה אין דער אמעריקאנער געזעלשאפט. דער פאל פון ווייסע קאלעדזש סטודענטן איז בלויז א ביישפיל. אבער אפגעזען פון דעם, אפילו ווען ס'זאל נישט זיין קיין שום "ריווערס ראסיזם" בפועל, בלייבט רעלעוואנט די שאלה פון ווייסער אידענטיטעט, ווי א באגריף פאר זיך.

ווען איך הער, טאקע זעלטעו אבער אמאל, מייקעל סעוועדזש, הער איך די סארט טענות. דער עגזיסטענץ פון איינער וואס טראכט אנדערש פון מיר, צו האט אן אנדערע שטאנדפונקט, איז א סכנה צו מיר. און ער איז ווייט פון די ערגסטע צווישען זיי.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


איך הער נישט מייקל סעוועדזש, קען איך נישט ענטפערן פאר אים.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך מיין דו מאכסט אויף זאכן. די חברה וואס מארשירען ווייסן ניטאמאל וואס דו רעדסט. דאס איז ארויפגעלייגט אויף זיי א לימוד זכות.
בפרט אז קיין גרויסע דענקערס, פילאזאפן, שרייבערס און זינגערס זענען זיי נישט. נאר רעדנעקס, ווי מ'זעט אין די בילדער.

ווען מ'רעדט פון דער שטאלץ פון קלענערע שבטים מיינט מען געווענליך וואס דו זאגסט, אבער דאס איבערטייטשן אויף זיי איז א חידוש דיינער.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

אז סטיט וויי שרייט מען אן טראכטן. גענוג מיט בלעק לייווס מעטער און אנדערע נאנסענס
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

diff, איך בין נישט מסכים מיט דיר. פאליציי ברוטאליטעט איז אן אנשיקעניש, אין מערערע פלעצער איבער דער וועלט, און די שווארצע פילן זיך דאס מערסטע באדראעט פון דעם אין אמעריקע. אפגעזען צי דו ביסט מסכים מיט זייער אפשאצונג האבן זיי דאס רעכט צו גרינדן א באוועגונג וואס זאל זיי פארטרעטן, כל זמן ס'איז נישט געשטעלט אויף שנאה קעגן אנדערע. ס'איז אמת אז די באוועגונג האט שוין ארויסגעגעבן שנאה און געוואלדטאטן, אבער דער יעצטיגער שמועס איז נישט איבער דעם.

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך מיין דו מאכסט אויף זאכן. די חברה וואס מארשירען ווייסן ניטאמאל וואס דו רעדסט. דאס איז ארויפגעלייגט אויף זיי א לימוד זכות.
בפרט אז קיין גרויסע דענקערס, פילאזאפן, שרייבערס און זינגערס זענען זיי נישט. נאר רעדנעקס, ווי מ'זעט אין די בילדער.

ווען מ'רעדט פון דער שטאלץ פון קלענערע שבטים מיינט מען געווענליך וואס דו זאגסט, אבער דאס איבערטייטשן אויף זיי איז א חידוש דיינער.


דאס אז ס'עקזיסטירן ווייסע מענטשן מיט אזא רצון איז ביי מיר נישט קיין ספק. איך האב שוין באגעגנט אזעלכע מענטשן, און איך וועל דיר אויך אויפזוכן מקורות. איך פארשטיי נישט פארוואס דו קלערסט אז נאר קלענערע שבטים האבן דעם רצון פאר אן אידענטיטעט.

לגבי די באטייליגער פונעם מארש ווייס איך נישט. זע למשל די אינטערוויו דא. ס'איז פאראן א שטויב פון מלחמה וואס מאכט שווער צו אנאליזירן וואס דארט איז פארגעקומען, בפרט ווען די גאס איז פאראייניגט קעגן זיי. ס'זענען געווען דארט מטורפים, אבער אזעלכע קומען אן אין יעדן מארש פון יעדער גרופע. ביי די פראטעסטן פון די BLM קומען אויך מטורפים וועלכע זוכן בלוט און כאאס.

ס'קען זיין אז איך בין נישט גערעכט. אפשר איז דער מארש אינגאנצן אן אויסדרוק פון בלויז שלעכטע. די שאלה איז אבער וואו מ'קען דאס געוואויר ווערן.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

פלאוויוס האט געשריבן:diff, איך בין נישט מסכים מיט דיר. פאליציי ברוטאליטעט איז אן אנשיקעניש, אין מערערע פלעצער איבער דער וועלט, און די שווארצע פילן זיך דאס מערסטע באדראעט פון דעם אין אמעריקע.





אזוי????

פון וועלכע לענדער רעדסטו? פארגעשריטנע לענדער אדער דריטע וועלט לענדער?

ווי נאך ״אין א פארגעשריטנע לאנד״ איז דא אזוי סאך פאליציי ברוטאעליטי ווי אין אמעריקע???

ווי נאך אין א ״פארגעשריטנע לאנד״ איז דא אזויפיל racial profiling ווי אין אמעריקע????

ווי נאך אין א ״פארגעשריטנע לאנד״ איז דא אזויפיל ארעסטאנטען וואס שמאכטן אין תפיסות????

ווי נאך אין א ״פארגעשריטנע לאנד״ זענען די תפיסות אזוי צוריקגעשטאנען, ברוטאל, אומפארזיכערט פאר די ארעסטאנט׳ס וואוילזיין ווי אין אמעריקע???

ווי נאך אין א ״פארגעשריטנע לאנד״ איז דא אזויפיל ״פאליציי שיסערייען״ ווי אין אמעריקע????


אין קאנדא? שוועדן? ענגלאנד? אירלאנד? פינלאנד? נארוועגיען? פראנקרייך? יאפאן? אוסטראליע? ניו זילאנד? דענמארק? האלאנד? איטאליע? פארטיגאל? שווייץ? בעלגיע? רומעניע? אונגארן? טשעכיי? דייטשלאנד? עסטרייך? פולין? סאוט קארעא? אפילו היינטיגע כינע.

אדרבה ברענג נומבערס צו בעיקן דיין סטעיטמענט. איך ווארט מיט געדולט.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

גיב א גוגל דאס ווארט /Police Brutality in Germany/Switzerland/Sweden", א.א.וו.

זיי מיר מוחל וואס כ'האב נישט געוואוסט אז ס'איז א סענסיטיווע טעמע. איך האב באצייכנט אז ס'איז א פראבלעם אין נאך לענדער, נאר כדי אונטערצושטרייכן אז ס'איז אן אמת'ער מציאות. איך קען נישט די סטאטיסטיקס. ביי איינעם איז עס מער און ביי איינעם ווייניגער. למאי נפקא מינה?
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

והתאוויתם לכם צי ווערן דערשראקן צים טויט, דאן כאפט א בליק אויף די קליפ פון ווייס נוז
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

פליקער האט געשריבן:והתאוויתם לכם צי ווערן דערשראקן צים טויט, דאן כאפט א בליק אויף די קליפ פון ווייס נוז


יא, דאס איז שלעכט. בלי ספק.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

פלאוויוס האט געשריבן:גיב א גוגל דאס ווארט /Police Brutality in Germany/Switzerland/Sweden", א.א.וו.

זיי מיר מוחל וואס כ'האב נישט געוואוסט אז ס'איז א סענסיטיווע טעמע. איך האב באצייכנט אז ס'איז א פראבלעם אין נאך לענדער, נאר כדי אונטערצושטרייכן אז ס'איז אן אמת'ער מציאות. איך קען נישט די סטאטיסטיקס. ביי איינעם איז עס מער און ביי איינעם ווייניגער. למאי נפקא מינה?


די חילוקים זענען גאר גרויס! מאך נישט קיין קוגל פון אנדערע לענדער צוזאמען מיט אמעריקע. אמעריקע איז א צוריקגעשטאנענע קאנטרי אין דעם הינזיכט מעהר ווי אלע פארגעשריטענע לענדער צוזאמען...! There is a stark contrast...
טאקע ווייל די "יעליטס" און רעכטע רשעים ווי דזשעף סעשאונס, מיטש מעקאנאל, פאועל רייען און שעלדאן עדעלסאן ימח שמם וזכרם לעולמי עד... זיצן ביים רעדל און רופן אלע שאטס פאר זייערע אייגענע "עליטישע אינטערעסן"...

זאג, טייערע פלאוויס, ביסט שוין אמאל דורך געגאנגען די אמעריקאנע סיסטעם????

איך בין געוועהן דריי מאל אין "סענטרעל בוקינג". יעדע מאל בין איך געזיצן דארט פאר 36 שעה אן קיין עסן, ריינע וואסער, ביה"כ, בעט, רעכט צו רעדן אויפן טעלעפאן, וויילנדיג מיט די נידריגסטע בריאים אויף דער וועלט... אן קיין שום וועג וויאזוי זיך צו פראטעקטן פון די קרימיניאלן וואס זיצן הארט לעבן מיר וואס האט יעצט געשטאכן איינעם צום טויט, און סאום האו זיץ איך יעצט לעבן אים אן קיינער זאל היטן אויף מיר און מיך פראטעקטן.

שטעלט זיך ארויס אז אלע דריי מאל בין איך געוועהן הונדערעט פראצענט "אומשולדיג"...! איי פארוואס האט מען מיך ארעסטירט??? ווייל איינער האט מיך חושד געוועהן? פארדעם נעמסטו א בירגער וואס צאלט צענדליגער טויזנטער דאללער א יאר אין טעקעס און טריעטסט אים אומענטשליך אן קיין בעסקיסע? ווייל איינער האט מיך חושד געוועהן ווערט פלוצלינג מיין בלוט הפקר?

יא יא לאמיר זעהן מ'זאל עס נאר טוהן צו דיר, אלע דיינע תגובות וועלן זיך פלוצלינג טוישן..

מורא'דיגע סיסטעם אין אמעריקע! מורא'דיג!!

וויאזוי האט קארלין גערופן אמעריקע?
The land of the free and the home of the incarcerated

גלייכסט עס אפילו צו די אנדערע לענדער??? האסט געזעהן נומבערס, דאטא?
דו האסט נישט קיין מושג וויפל שווארצע אין אמעריקע זיצן יעצט פאר גארנישט און פאר נישט! (מערסטנספאל פאר קלייניקייטן) ווייל די רעכטע גוטהארציגע קריסטן- האבן געליינט זייער בייבל צוריקצווועגס..

זייערע רעכטע מאטיוון זענען קלאר פאר יעדע "בר דעת". זיי ווילן קאנטראלירן און געוועלעטיגן אויף די מיינאריטיס. זינט מ'האט דאך זיי "האלבוועגס" באפרייט און זיי קענען נאך איבערנעמען קאנטראל אויף אמעריקע..

נעם דיין אמעריקע מיט אלע דיינע "רעכטע ווייסע נאציס" מיט סטיוו בענען און די "אידישער קאפאוס" קושנער און מיללער צוזאמען, און ווישט דיך אפ מיט זיי אויף א "מעיק אמעריקע רעסיסט עגעין" היטל. א פיקאפ טראק... גרויסע נאצישע שטיוועל... מיט דריי הונדערט טויזנט רעוואלווערס און גיי וואוינען קיין מיסיסיפי און שיס אויף אלע "ניגערס" און להבדיל "אידן"...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

שבת אחים, איך האב נישט קיין פערדל אין דעם פארמעסט. ס'קען זייער זיין אז אמעריקע איז דאס ערגסטע. איך האב נישט קיין ידיעה אין דעם. הלואי זאל עס ווערן בעסער מיט דער צייט.

ס'טוט מיר לייד צו הערן וועגן דער שווערער ערפארונג וואס דו ביסט דורכגעגאנגען!
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

פארוואס קען מען נישט נידערן דעם טאן אביסל.
ווען איך ענדיג ליינען א תגובה דארף איך מיך כאפן דעם אטעם ווי ביי עשרתתתתתת.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום כוכב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

דאטא. דאטא. דאטא. שבת, א לינק ביטע. וויפיל פראצענט זענען די שווארצע אין יענע לענדער? וואס איז די היסטאריע פון די שווארצע אין יענע לענדער?
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: כאאס אין שארלאטסוויל

שליחה דורך קל וחומר »

אבטולמוס האט געשריבן:ווייסע סופרעמעציזם איז טריף, און איסלאם איז נישט. ופשוט הוא.

ווענד זיך ווי אזוי מ'טייטשט אפ דאס ווארט איסלאם.
רוב מוסלעמענער זענען פרא שאריא-געזעץ וואס ווערט באטראכט אלס א ווייאלענט געזעץ סיסטעם לויט די מערב וועלט פארשריפטן. דאס מיינט אז טאמער וועט אמעריקע אדער ענגלאנד האבן א מערהייט פון קוראן טרייע מוסלעמענער וועלן זיי האבן א כח צו פירן דאס לאנד מיט זייערע שאריא-געזעץ.
ס'דא נאך א נקודה איבער איסלאם וואס איז כדאי צו נעמען אין באטראכט. דאס עצם מציאות אז א רעליגיע זאל קענען אזוי גרינג געטייטשט ווערן אויף טעראר און ווייעלענס און איבערצייגן מענטשן צו טוהן אזעלכע מעשים איז א זאך וואס נאר איסלאם פארמאגט היינט צוטאגס. אויב הערט מען אז עימיצער האט מורא פונעם רעליגיע (איסלאמאפאביע) איז יענער לאו דווקא א ראסיסט, נאר ער קען פשוט די מציאות און הערט די נייעס דא און דארט.



(שבת אחים, וואס הערט זיך עפעס?)
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קורקלענד האט געשריבן:דאטא. דאטא. דאטא. שבת, א לינק ביטע. וויפיל פראצענט זענען די שווארצע אין יענע לענדער? וואס איז די היסטאריע פון די שווארצע אין יענע לענדער?


אלעס לויט די פראצענטן. קוק עס אליינס אויף. אמעריקע איז די ערגסטע שבערגסטע. קיין איין פארגעשריטענע לאנד קומט נישט נאנט.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

כוכב שכוח פאר די קאמפלימענט. פון היינט אן און ווייטער וועל איך דיר קודם שיקן מיינע הודעות, און דו (דער גרויסער אויפזעהער דא) זאל עס קודם אפראווען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

Jimmy Fallon Addresses the Events in Charlottesville

https://m.youtube.com/watch?v=E9TJsw67OmE
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

כוכב האט געשריבן:פארוואס קען נישט [tag]שבת אחים[/tag]


איינער האט מיך פערזענליך אטאקירט פאר גארנישט און פארנישט! ווי איז יעצט די הנהלה??? הא? איך האב צוגעזאגט $250 פאר יעדע וועקער וואס קומט ארויס. זינט כוכב איז פארמישט אין די וועקער און ער האט מיך פאר סתם רשעות מבזה געוועהן ברבים. זוכטס ענק א צווייטע סאוקער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: כאאס אין שארלאטסוויל

שליחה דורך החוקר »

@שבת אחים ווי איז די אטאקע? איך האב עס גראדע געליינט אין א הומארעס טאן, אז @כוכב פראבירט דיר צו בארוהיגן.

#טאטע שיק מיר הויזן.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: כאאס אין שארלאטסוויל

שליחה דורך קל וחומר »

ביי נאו וואלסטע געמעגט וויסן אז די לינקע ווערן אפענדעד אפילו פון א ווערטל...
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

צו האבן @כוכב אויפן וועקער איז מער ווערט ווי 250 דאלער.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קורקלענד האט געשריבן:צו האבן @כוכב אויפן וועקער איז מער ווערט ווי 250 דאלער.


געזונטערהייט. איך זיך נישט קיין נקמה אין די וועקער, אדרבה! זאל די וועקער בליען ביז משיחס טאג. איך בלייב א Fan פון די וועקער. איך פערזענליך וויל גארנישט האבן צוטוהן דערמיט אויב איינער ווי אים איז דארט. זאל ער בלייבן געזונטערהייט מיט נחת און פרייד. איך האב אויך געהאט ענדליך אנגעגרייט א לאנגע ארטיקל פאר די קומענדיגע וועקער וואס האט געדארפט אראפלייגען מיינע געפילן פון ווען די צייטן וואס איך האב מיך געוואקעלט אין די אמונה. און א לאנגע תחינה ובקשה וואס כהאב בשעתו געשריבן צו הקב״ה. איך וועל עס איין טאג אריינלייגן אין מיין אייגענע מקום/בלאוג ווי איך אליינס בין בעלבאוס.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

כ'האב שוין געשריבן פאר שבת אחים אין פריוואט און כ'על דא איבער'חזר'ן, כ'ווייס נישט גענוי על מה יצא הקצף, כ'האב גארנישט געמיינט און גארנישט געזאגט, דער אהבת ישראל איז ווייטער דער גרעסטער רבי און רבי מרדכי חנא דער גרעסטער חסיד, דער אמעריקאנער סיסטעם שטינקט והא ראי' אז טראמפ איז פרעזידענט, סך הכל נישט געבעטן מער ווי מ'זאל אביסל נידערן די טענער, כ'האב מיך בכלל נישט באצויגן צו וואס דער זאגט אדער יענער זאגט, כ'האב נישט גענומען קיין צדדים, נאר אמאל זעט מען א געשמאקע ניק וואס זאגט א תוכנדיגע נקודה, און מאיזה סיבה שהוא קומט עס ארויס כעסיג און גערעגט ווי אין א רענט, איז דאך ממש א שאד נישט יענעם אנצומערקן אז קענסט זאגן די זעלבע זאך נאר מיט מער סאלידע מוזיק צום אויערן (כ'בין דאך כוכב, איינער מוז דאך אמאל געבן דא טאף לאוו, ניין?)
אלנפאלס, ווי געזאגט פאר שבת אחים, כ'בין נישט אפיליאירט מיט וועקער איין וועג צו דער אנדערער מער ווי אביסל טרייבערן דעם שרייבן פארמעסט, ווער עס זוכט מיך אפצוטון זאל טרעפן אנדערע וועגן ווי נישט אדער יא געבן געלט פאר'ן וועקער...
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

פליקער האט געשריבן:והתאוויתם לכם צי ווערן דערשראקן צים טויט, דאן כאפט א בליק אויף די קליפ פון ווייס נוז


ס'כאפט א גרויל צו קוקן אויף דעם קליפ. איך וויל דערפאר קלארמאכן וואס כ'האב פריער געשריבן.

ביי דעם מארש זענען געווען מטורפים, נעא-נאציס, א.א.וו. ס'איז אבער מעגליך אז דארט זענען געווען אלגעמיינע נאציאנאליסטן אויך (די זשורנאליסטקע אין דעם אינטערוויו טענה'ט אז אזעלכע זענען געווען די מערהייט). סוף כל סוף איז עס נישט געווען קיין ראלי פאר די KKK, נאר פאר אן אנדערן צוועק: צו פראטעסטירן דאס וואס מ'נעמט אראפ סטאטוען פון היסטארישע אמעריקאנער העלדן וועלכע האבן געקעמפט אויף דער זייט פון די "קאנפעדערעטס". די פרעסע האט אודאי נישט געהאט קיין אינטערעס אפצוכאפן אזעלכע וואס האבן נישט געשריגן לאזונגען פון האס.

אויב אזוי וואלט דאס גופא געדינט ווי א באווייז אז די אטאקע אויף אן אידענטיטעט קען צוזאמענברענגען פרידליכע מענטשן צוזאמען מיט עקסטרעמיסטן. ס'איז פארשטענדליך אז די שווארצע זענען אנגעווייטאגט קעגן די סטאטוען, וויבאלד ס'דערמאנט זיי אין דער געשיכטע פון שקלאפעריי. יענע אמעריקאנער העלדן זענען נישט באמת זייערע העלדן. אבער דא קומט אויטאמאטיש אויף א קאנפליקט פון אידענטיטעטן, וויבאלד די געשיכטע פון אמעריקע ביז צו דעם civil war איז איבערהויפט א געשיכטע פון א ווייסן פאלק, מיט ווייסע העלדן וועלכע האבן פארמאגט שווארצע שקלאפן. ס'איז נישט אנדערש ווי דאס געפיל וואס אוקריינישע אידן מוזן האבן ביים זען א סטאטוע פון באגדאן כמעלניצקי, וועמען די אוקריינער האלטן פאר א נאציאנאלן העלד צוליב זיין קאמף קעגן די פוילישע טיראנען, אבער די אידן געדענקען אים ווי דער וואס האט אנגעברענגט די פאגראמען פון ת"ח ות"ט.

צווישן דעם אלגעמיינעם עולם ביי דעם מארש האבן געקענט זיין צוויי מחשבות. איינס, היות אז דער ציל פונעם מארש איז וויכטיג, דארף מען זיך באטייליגן אין דעם אפילו אויב דארט וועלן זיין מטורפים. צוויי, היות די ווייסע אידענטיטעט איז אונטער אטאקע איז מעגליך אז ס'איז דא עפעס אמת אין דעם וואס די KKK טענה'ט. די ערשטע מחשבה האט צוזאמענגעברענגט מעסיגע מיט עקסטרעמיסטן אויף א פיזישן - נישט אידעאלאגישן - אופן, בשעת די צווייטע מחשבה וואלט זיי נענטער געברענגט אויף אן אידעאלאגישן אופן.

איך מאך ווידער קלאר אז ס'קען זיין אז דער מארש איז יא געווען כולו שלעכט. איך ווייס נישט וואו מ'קען באקומען אביעקטיווע אינפארמאציע אויף דעם. דער עיקר איז אבער די נקודה וואס איך וויל אונטערשטרייכן, אז אטאקירן אן אידענטיטעט, סיי וועלכע ס'זאל נישט זיין, קען ברענגען א שארפע רעאקציע און צוזאמשטופן גוטע מיט שלעכטע. ס'קען זיין אז לאור המצב איז נישטא קיין ברירה און מ'מוז אזוי האנדלען קעגן זיי, ס'קען אויך זיין אז ווייסער נאציאנאליזם איז מאיזו סיבה ערגער ווי אנדערע אידענטיטעטן און ממילא איז יעדער אויסדרוק דערפון שלעכט. בכל אופן דארף מען נעמען אין באטראכט אז אזא צוגאנג קען מעגליך טאקע מצליח זיין אונטערצוברענגען יעדן מציאות פון א ווייסער אידענטיטעט. ס'קען אבער אויך זיין פארקערט, אז ס'וועט מאכן די עקסטרעמע באוועגונגען מער פאפולער, וויבאלד מער מענטשן וועלן קומען צו איבערצייגונגען איבער "אנטי-ווייסע קאנספיראציעס".
פארשפארט