ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך, און מסתמא רוב די מארשירערס, בין אין קאלעדזש נישט געווען. וועלכע חלק פון זייער אידענטיטעט איז דערדרוקט? מ׳לאזט זיי נישט בויען קיין קלויסטערס? מ׳הייסט זיי זיך בוקען צו בודהא? זייער גלויבונג איז אז דער עגזיסטענץ פון א פרעמדע אין זייער געגענווארט, איז א דערדרוקונג. קיינער פאדערט גארנישט פון זיי אז זיי זאלען האבען טענות.
דער אופן וויאזוי דו דרוקסט זיך אויס קעגן דער ווייסער אידענטיטעט (אז ס'איז א גלויבונג פון האס) איז אייגנטליך דער אופן וויאזוי דו זעסט זיי, אבער זיי זעען זיך נישט אזוי. דאס איז בעצם דער ביישפיל וויאזוי די ווייסע אידענטיטעט איז אונטער אטאקע, היות מ'טאלערירט פשוט נישט דעם באגריף.
די ווייסע אידענטיטעט קען שטאלצירן מיט די דערגרייכונגען פון דער מערב וועלט, און ארויסהייבן די ברכות וואס דער ווייסער מענטש האט געברענגט אויף דער וועלט, אן דעם וואס זיי זאלן אראפקוקן אויף אנדערע. די ווייסע אידענטיטעט וועט שטעלן דעם הויפט פאקוס אויף ליינען פאעזיע און ליטעראטור פון ווייסע מענטשן, באקענען די געשיכטע פון דער אייראפעישער פילאזאפיע, די רעיונות פון דעמאקראטיע און ליבעראליזם, וכו' וכו'.
מיט איין ווארט, די ווייסע אפשטאמיגע האבן א רייכן עבר, נישט ווייניגער ווי יעדע אנדערע מענטשליכע גרופע (אייגנטליך זענען זיי די טאטעס פון אונזער ציוויליזאציע). צו רעדוצירן זייער אידענטיטעט צו ראסיזם הייסט אז מ'פארלייקנט עס. אדרבא, ברענג ארגומענטן צו שטיצן דיין טענה כדי ס'זאל זיך לאזן דעבאטירן.
די סיבה פארוואס די ווייסע אידענטיטעט ווערט אויסגעטייטשט ווי ראסיזם איז צוליב דעם אויסטייטש וואס נישט-ווייסע האבן קעגן ווייסע. דאס פירט צום שמועס וואס גראף האט דערמאנט אלס "ריווערס ראסיזם" וועלכער קלאפט אנגעבליך אויס למעשה אין דער אמעריקאנער געזעלשאפט. דער פאל פון ווייסע קאלעדזש סטודענטן איז בלויז א ביישפיל. אבער אפגעזען פון דעם, אפילו ווען ס'זאל נישט זיין קיין שום "ריווערס ראסיזם" בפועל, בלייבט רעלעוואנט די שאלה פון ווייסער אידענטיטעט, ווי א באגריף פאר זיך.
ווען איך הער, טאקע זעלטעו אבער אמאל, מייקעל סעוועדזש, הער איך די סארט טענות. דער עגזיסטענץ פון איינער וואס טראכט אנדערש פון מיר, צו האט אן אנדערע שטאנדפונקט, איז א סכנה צו מיר. און ער איז ווייט פון די ערגסטע צווישען זיי.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איך הער נישט מייקל סעוועדזש, קען איך נישט ענטפערן פאר אים.