והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?
Re: והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?
הרב ליטוואק, די שיכטן האט נישט מיט ווי לאנג עס נעמט זיך צו פארמירן, נאר עס איז פארהאן איין מין שיכט וואס ווערט אין די ווינטער און א אנדערע וואס ווערט אין די זוממער, נישט קיין חילוק ווי לאנג עס נעמט וועט נאר זיין איין ווינטערדיגע, און אויב זעהט מען 8000 סעטס ווייסט מען אז עס דורך געגאנגען 8000 סייקלס פון ווינטער און זומער.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 164
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
- האט שוין געלייקט: 123 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל
גראדעמעכעלע האט געשריבן:הרב ליטוואק, די שיכטן האט נישט מיט ווי לאנג עס נעמט זיך צו פארמירן, נאר עס איז פארהאן איין מין שיכט וואס ווערט אין די ווינטער און א אנדערע וואס ווערט אין די זוממער, נישט קיין חילוק ווי לאנג עס נעמט וועט נאר זיין איין ווינטערדיגע, און אויב זעהט מען 8000 סעטס ווייסט מען אז עס דורך געגאנגען 8000 סייקלס פון ווינטער און זומער.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
איך זעה דארך ליינען אשכולות וואס איך האב אויסגעלאזט ביז היינט אז הרב ליטוואק פארשטייט אויך אז צום סוף מוז מען אנקומען צו עפעס אן אמונה פשוטה כדי צו גלייבען. קען זיין אז די וועסט מיר עס אפלייקענען - איך האב דיר אזוי פארשטאנען באשכול הז' אדר. בכל אופן, מיט דעם צוגאנג פארשטיי איך שוין אביסעל בעסער. ס'דיר גענוג אז ס'זאל זיין מעגליך אז די זאלסט אין עס גלייבען.
דעם בן החכם קען דיר נאך אלס מאכען א גרויסע "מע" און זיך כאפען אז אמונה פשוטה איז נישט קיין הכרח. ס'גוט פאר וועם ס'גוט. ווישניצער פערפעל איז אויך דעלישעס פאר דעם ווישניצער.
נאר איין זאך הרב ליטוואק, ווייס אז דער וואס וועט ענדרעשט אננעמען די אייז וואס ער זעהט ווי איידער א מסורה מדור לדור יש להם על מי לסמוך.
עט ליסט בשעת הדחק. מסכים?
חכמה בגויים אל תאמין
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?
דו פארשטייסט מיר זייער שוואך. איך מיין נישט אז יש על מה לסמוך. איך מיין עפעס פיהל ברייטער ווי דעם.
רוב ׳ראיות׳ צו אמונה זענען נישט קיין ראיות אין דער תלמודישע זינען, ווי אויך נישט סייענטיפישע ראיות. זיי זענען דער בסיס פון אמונה פשוטה. ווען מ׳זעט קאמפליצירטקייט, זעט מען איינער וואס האט עס פאראויס געטראכט. נישט אז ס׳איז מוכרח אזוי, נאר אזוי זע׳ען נארמאלע אויגען. די אלע עניינים זענען אמונה פשוטה. ווען מ׳זיצט און מ׳באקוקט און מ׳בארטראכט די קאמפליצירטקייט פון א פשוטע עפעל, קען מען נתפעל ווערען פון די חשבונות וואס די בורא האט דא אריין געלייגט. יעצט, אז מ׳וויל דוקא מאכען א חשבון אז ס׳איז נישט מוכרח, אפשר האט עס עוואלווד מיט פארשידענע רענדאם מיוטעישענס, קען מען עס אפשר נישט אפפרעגען פון די אויגען וואס זע׳ען קאמפליצירטקייט. אבער נישט דאס איז מען געקומען ווייזען.
דו ווילסט מיר זאגען אז ווען מ׳זעט אזא 8000 יעריגע בוים, זעט מען 8000 יאר אלט. מיין חשבונות דאקעגען זענען נישט קיין חשבון וויאזוי א בוים קוקט אויס אזוי. דאס ווייס איך טאקע נישט. נאר אז מ׳זאל זאגען אז דא האט מען געזע׳ען אלט, איז נאך נישט וודאי. מ׳האט שוין געזע׳ען הונדרעטער אלטע אידען, און דעריבער איז נישט מסתבר, הגם מעגליך כידוע, אז ער איז א יונג קינד. קיין איין באשטעטיגטע אלטע בוים האט מען נישט געזע׳ען אחוץ טאמער די ראיה פון רינגלעך איז גענוג. אלזא, געזע׳ען האט מען נאך נישט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
ליטוואק
איך קען נישט גלייבען אז א בר דעת ווי אייך זאל זיך עקשנ'ען אויף זעקס טויזענט יאר ווען עס איז בכלל נישט וואס מען מאכט עס, קיינער איז נישט מחייב צו גלייבען אזוי.
עס איז געוועהן מקובלים וואס האבען געגלייבט אין שמיטות, און לויט זייער חשבון איס די וועלט אויך מיליאנען יאר אלט, און קיינער האט נישט מרחק געוועהן דער דעת בעל השמיטות ווייל עס איז קעגען דער אמונה טפילה פין זעקס טויזענט יאר.
אדם הראשון איז געוועהן פין די ערשטע געלונגענע מענטשן לויט ווי עס שטייט און די תורה, מענטשען פאר אים זענען געווען נישט קיין באזעסענע מענשטן וכדומה און מען קען זיי רואיג אנרופן תהו ובהו.
די גאנצע תורת עוואלוציע איז נישט קיין סתירה צו די תורה פאר בעלי דעת, טאמער איינער זאגט ער איז א.ט.ד. צוליב דעם איז ער איז פשוטער ליגנער.

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?
א. איך בין א פשוט׳ער ישיבה׳מאן, און יארען לאנג הייב איך אן יעדעס יאר מיט א פרישקייט לערנען חומש רש"י רמב"ן, עכ"פ פרשת בראשית. דארט זאגט דער רמב"ן בפירוש אז ויהי ערב ויהי בקר איז א טאג פונקט ווי היינטיגע טעג. דעריבער האב איך א פראבלעם מיט אן אלטע וועלט.
ב. די סתירה צווישען עוואלוציע און תורה איז מעגליך נישט דירעקט, אבער בעקיפין איז עס דארט. א גאנצע ספרות האבען מער אז דער חשבון פון דער בריאה איז דער חשבון פון דער בורא. ווען ס׳איז אלץ א צופאל, א גענעטישען חשבון, פאלט אוועק א סאך פון אונזער טעאלאגיע. יא, י"ג עיקרים זענען אפשר נישט בארירט, אבער אנדערע זאכען יא. דעריבער איז עוואלוציע ביי מיר א סתירה.
ג. נישט מקובלים, נאר איין מקובל, און גראדע נישט מגדולי המקובלים כאילו אן איהם קען מען זיך נישט רירען אין קבלה. אז א דעת יחיד ערגעץ זאל ווערען דער אנגענומענע דעה, בפרט קעגען דער רמב"ן וואס האט אויך עטוואס געקענט אין די קליינע אותיות, איז ביי מיר אבסורד.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ב. די סתירה צווישען עוואלוציע און תורה איז מעגליך נישט דירעקט, אבער בעקיפין איז עס דארט. א גאנצע ספרות האבען מער אז דער חשבון פון דער בריאה איז דער חשבון פון דער בורא. ווען ס׳איז אלץ א צופאל, א גענעטישען חשבון, פאלט אוועק א סאך פון אונזער טעאלאגיע. יא, י"ג עיקרים זענען אפשר נישט בארירט, אבער אנדערע זאכען יא. דעריבער איז עוואלוציע ביי מיר א סתירה.
ג. נישט מקובלים, נאר איין מקובל, און גראדע נישט מגדולי המקובלים כאילו אן איהם קען מען זיך נישט רירען אין קבלה. אז א דעת יחיד ערגעץ זאל ווערען דער אנגענומענע דעה, בפרט קעגען דער רמב"ן וואס האט אויך עטוואס געקענט אין די קליינע אותיות, איז ביי מיר אבסורד.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א. איך בין א פשוט׳ער ישיבה׳מאן, און יארען לאנג הייב איך אן יעדעס יאר מיט א פרישקייט לערנען חומש רש"י רמב"ן, עכ"פ פרשת בראשית. דארט זאגט דער רמב"ן בפירוש אז ויהי ערב ויהי בקר איז א טאג פונקט ווי היינטיגע טעג. דעריבער האב איך א פראבלעם מיט אן אלטע וועלט.

א. לאמיר זאגען דער רמב"ן זאגט אזוי, איז וואס? פארדעם ווען עס ווערט אויפגעוויזן פארקערט איז מען זיך מחוייב אריין לייגען אין נארישע דוחקים און זאגען אז דאס איז דער אמונה וואס מען איז מחויב צו גלייבען?
ב. דא רירסטו צו א וויכטיגע נקודה, די מערסטע אפענע קשיא ווערט אז אויב איז מעשה בראשית נישט כפשוטו וואס בלייבט מיט כי ששת ימים עשה וכו', און פארדעם דארף מען היטען שבת. און מיט דעם אלעם, איז מיר מער ניחא צו פארענטפערן אזעלכע קשיות מיט דוחקים, ווי צו מאכן א דוחק תירוץ אז דער אויבערשטער האט באשאפן די וועלט אלט.
ג. די ווייסט נישט וואס די רעדסט. נישט איין מקובל נאר אסאך. דער שער גן עדן איז מרחיב לויט דער שיטה, און דער בעש"ט האט מסכים געווען אויף דער ספר, און אפילו רח"ו וואס רעדט קעגען דער שמיטות, ניצט עס אליין אין ליקוטי תורה קדושים. ממילא מאכסטו א טעות כדרכך. און איך רעד שוין נישט פין אבולעפיא, וואס איז דער גרעסטער מקובל פין די ראשונים. אבער העיקר שכחת, איך ברענג נישט א ראי' פין דער דעת בעלי השמיטות, נאר פין די חולקים, פארוואס ברענגען זיי נישט ארויס דער פראבלעם אז עס איז סותר דער אמונה פשוטה מיט דער רמב'ן? אלא מאי דער זעקס טויזענט יאר איז סתם אן אמונה טפילה.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1034
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
- געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
- האט שוין געלייקט: 714 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל
Re: והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?
לויט דעם חשבון קען זיין אז דער 'הא' מיט וואס דער באשעפער האט באשאפן דער וועלט נישט גענומען ווייניגער ווי א ספליט סעקאנד מילד גערעדט...תורה ומדע האט געשריבן:והיה כי ישאלך בנך לאמר וגו׳. וענית ואמרת הארץ אשר אתה רואה בעיניך הוא ישן נושן עד אין שעור אבל רק כשאתה נמצא במקומך. וידוע תדע כי זמן נברא רק בעולם הזה. ובעולמות ופליטים אחרים בחלל רחוק מכאן יש זמן אחר לגמרי כמו שגילה לנו העלוי אלברט איינשטיין. וככל שאתה רחוק בחלל הזמן משתנה. הוא היה אומר, מקום וזמן הם דברים אחדים הנקראים ספייסטיים. ולכן הקושיא מעיקרא ליתא, שהעולם שאנו רואים ומשיגים בעינינו הוא מוגבלת לספעיסטיים שלנו. והנה כל חכמי האומות בעלי הפיזקה מודים היום שהיוניבערס התחיל ממקור אחד הנקרא ביג בנג. וכל העניין של זמן הוא מושג שהתלבש כאן בעולמנו השפל.
ולכן בני דע שבראשית ברא אלקים וגו׳ הוא כפשוטו ורק המושג זמן ויום אחד וגו משתנה לפי המקום והזמן.
אגב דיין סברא נעמסטו פון ערגעץ? ווייל איך האב שוין געהערט פון דעם און קען באשטיין צו וויסן דער ארגינעלע מקור.
Sent from my XT1096 using Tapatalk
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
דער מושג אז זמן איז נאר אין אונזערע וועלט, איז אריין און אונזערע ספרים היבש שפעט, איך געדענק נישט זעהן פריער פין די שין יארען, אבער כ'בין נישט גענוג תלמיד חכם צו זאגען אויף זיכער.
בעיקר ווערט עס געברענגט לגבי די קשיא פין ידיעה און בחירה, אז היות דער אויבערשטער איז למעלה מן הזמן ממילא איז נישט שייך צו זאגען אז ער ווייסט פריער וואס וועט זיין שפעטער, וכאמור, דער תירוץ שטייט נישט אין רמב"ם. דער מדרש שמואל וויל אזוי אריין לערנען אין רמב"ם. אבער עס איז פשוט אז דער רמב"ם האט עס נישט געמיינט.
בעיקר הדבר איז עס א שטארקע נקודה לגבי דער מימרא פין שיתא אלפי שני הוו עלמא, אז דער "עלמא" וואס די גמרא רעדט, איז זיכער נישט מארס און ווענוס, און אפילו אונזער ערד קוגל מוז אויך נישט זיין בכלל, נאר עס רעדט פין דער וועלט ווי אונז קענען מיר עס. בכלל איז אונזער וועלט היינט שוין א גאנץ אנדערע וועלט ווי עס איז געוועהן אמאהל, מיט אלע נייע טעכענעלאגישע אינווענשענס, ווען זיי גייען אנהייבן פאבריצירן נייע סארט ברואים וכו', און דער "עלמא" וועט שוין זיין א נייע וועלט.

- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
דער אמת'ע תירוץ אויפן פראגע ''והיה כי....", אלס קליין קינד לערנט מען אויס בלויז א' ב' און ווי הייליג דער רבי איז, אדער ווען צו ווארפן טשולענט בונדלעך אויף חרדקים. בוים רינגלעך שטאלפערט מען זיך אן ווען מ'בויעט א בודקע אין קעמפ (אומלעגאל) אבער ווער באטראכט דען די רינגעלעך.
ווען ס'קומט למעשה און מ'פרעגט זיך מה חובתי בעולמו... אדער פארוואס אזויפיל רינגלעך, פארדינט שוין די פס קארטל צופיל פאר א יוטורן.

My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
'ענייני דיומא'
פראפעסאר ריטשארד דוקינס (״די אטיעסט רבי״) אין א אינטערוויו אויף די נעכטיגע ביל מאהר שוי.
זיי דיסקורסירן רעליגיע, עוועלאציע, סייענס, קלימאט טשענטש, איסלאם, Free Speech.
Richard Dawkins: Science in the Soul | Real Time with Bill Maher
https://www.youtube.com/watch?v=liR2JCybA90

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 164
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
- האט שוין געלייקט: 123 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דו פארשטייסט מיר זייער שוואך. איך מיין נישט אז יש על מה לסמוך. איך מיין עפעס פיהל ברייטער ווי דעם.
רוב ׳ראיות׳ צו אמונה זענען נישט קיין ראיות אין דער תלמודישע זינען, ווי אויך נישט סייענטיפישע ראיות. זיי זענען דער בסיס פון אמונה פשוטה. ווען מ׳זעט קאמפליצירטקייט, זעט מען איינער וואס האט עס פאראויס געטראכט. נישט אז ס׳איז מוכרח אזוי, נאר אזוי זע׳ען נארמאלע אויגען. די אלע עניינים זענען אמונה פשוטה. ווען מ׳זיצט און מ׳באקוקט און מ׳בארטראכט די קאמפליצירטקייט פון א פשוטע עפעל, קען מען נתפעל ווערען פון די חשבונות וואס די בורא האט דא אריין געלייגט. יעצט, אז מ׳וויל דוקא מאכען א חשבון אז ס׳איז נישט מוכרח, אפשר האט עס עוואלווד מיט פארשידענע רענדאם מיוטעישענס, קען מען עס אפשר נישט אפפרעגען פון די אויגען וואס זע׳ען קאמפליצירטקייט. אבער נישט דאס איז מען געקומען ווייזען.
דו ווילסט מיר זאגען אז ווען מ׳זעט אזא 8000 יעריגע בוים, זעט מען 8000 יאר אלט. מיין חשבונות דאקעגען זענען נישט קיין חשבון וויאזוי א בוים קוקט אויס אזוי. דאס ווייס איך טאקע נישט. נאר אז מ׳זאל זאגען אז דא האט מען געזע׳ען אלט, איז נאך נישט וודאי. מ׳האט שוין געזע׳ען הונדרעטער אלטע אידען, און דעריבער איז נישט מסתבר, הגם מעגליך כידוע, אז ער איז א יונג קינד. קיין איין באשטעטיגטע אלטע בוים האט מען נישט געזע׳ען אחוץ טאמער די ראיה פון רינגלעך איז גענוג. אלזא, געזע׳ען האט מען נאך נישט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
וואס שוואך? איך פארשטיי דיר בכלל נישט!
האסט שוין געזען הונדרעטער אלטע אידען אבער קיין אלטע ביימער האסטו נישט געזען? גיי קוק! באשטעטיגטע זקנים יא באשטעטיגטע ביימער נישט? א וואונדער איך פארשטיי גארנישט?
חכמה בגויים אל תאמין
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 923
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
- געפינט זיך: מידוועסט
- האט שוין געלייקט: 483 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל
גראף האט געשריבן:לויט דעם חשבון קען זיין אז דער 'הא' מיט וואס דער באשעפער האט באשאפן דער וועלט נישט גענומען ווייניגער ווי א ספליט סעקאנד מילד גערעדט...תורה ומדע האט געשריבן:והיה כי ישאלך בנך לאמר וגו׳. וענית ואמרת הארץ אשר אתה רואה בעיניך הוא ישן נושן עד אין שעור אבל רק כשאתה נמצא במקומך. וידוע תדע כי זמן נברא רק בעולם הזה. ובעולמות ופליטים אחרים בחלל רחוק מכאן יש זמן אחר לגמרי כמו שגילה לנו העלוי אלברט איינשטיין. וככל שאתה רחוק בחלל הזמן משתנה. הוא היה אומר, מקום וזמן הם דברים אחדים הנקראים ספייסטיים. ולכן הקושיא מעיקרא ליתא, שהעולם שאנו רואים ומשיגים בעינינו הוא מוגבלת לספעיסטיים שלנו. והנה כל חכמי האומות בעלי הפיזקה מודים היום שהיוניבערס התחיל ממקור אחד הנקרא ביג בנג. וכל העניין של זמן הוא מושג שהתלבש כאן בעולמנו השפל.
ולכן בני דע שבראשית ברא אלקים וגו׳ הוא כפשוטו ורק המושג זמן ויום אחד וגו משתנה לפי המקום והזמן.
אגב דיין סברא נעמסטו פון ערגעץ? ווייל איך האב שוין געהערט פון דעם און קען באשטיין צו וויסן דער ארגינעלע מקור.
Sent from my XT1096 using Tapatalk
פאר די וואס האבען דעם פריוויליגיע פון חוקר זיין חכמת הפיזיקה פון די גאוני חכמי אוה״ע ווי למשל גאליליא, ניוטאן, קופערניקוס, איינשטיין, עד ימינו קוואנטום פיזיקס וקוואנטום מעקעניקס איז דאס א דבר פשוט. ואכמ״ל.
כ׳על נאר געבען איין משל לשבר את האוזן.
נעמט צווי זייגערלעך אנגעשטעלט אקוראט ביידע צום נענאסעקונדע. יעצט לייגט איינע פון די זייגערלעך אויף דער ערד און דער צוויטער אויפן טיש. וווארטס א האלבע שטונדע, וועט איהר זעהן אז דאס זייגערעל אויפן טיש איז געלאפען שנעללער פון דעם וואס ליגט אויף דער ערד. והסיבה לזה גילה לנו החכם איינשטיין דזמן תלוי בגרעביטי. וככל שאתה רחוק מהאדמה, הזמן מתקצר. ווייל זמן און מקום זענען נישט קיין נמצאים בעצם נאר רעלעטיוו איינער צום אנדערן. וד״ל.
ממילא ווען די תוה״ק זאגט ביי ששת ימי בראשית דע ענין פון זמן כלפי נבראים רעכנט מען דאס ניט אין זמן פון עולם העשיה הגשמי בכלל. נאר מען רעדט פון ספירות עליונות וואס זענען נאצל געווארען בעשרה מאמרות כידוע ליודעי חן.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1034
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
- געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
- האט שוין געלייקט: 714 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל
Re: והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?
@תורה ומדע איך ווייס דערפון. איך פרעג דיר אויב עס ווערט געברענגט ערגעץ אין א ספר למשל נישט וואס איינשטיין'ס משל איז געווען. איך האב שוין גענוג מאל גענוצט דער סברא אבער בין פארשריגען געווארען פאר דעם (נישט אויף ק''ש). פארדעם פרעג איך פאר א מקור וואס איך קען אן ווייזן אז א גדול ברענגט עס שוין.
Sent from my XT1096 using Tapatalk
Sent from my XT1096 using Tapatalk
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 164
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
- האט שוין געלייקט: 123 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א. איך בין א פשוט׳ער ישיבה׳מאן, און יארען לאנג הייב איך אן יעדעס יאר מיט א פרישקייט לערנען חומש רש"י רמב"ן, עכ"פ פרשת בראשית. דארט זאגט דער רמב"ן בפירוש אז ויהי ערב ויהי בקר איז א טאג פונקט ווי היינטיגע טעג. דעריבער האב איך א פראבלעם מיט אן אלטע וועלט.
אהההההה. יעצט רעדסטו.
די גלייבסט דעם הייליגען רמב"ן זצוק"ל הכ"מ תמ"ל, דעריבער קענסטו לייקענען מה שעניננו רואות.
מ'קען דאס דערהערען, ער'ט נאך געקענט אזויפיל לערענען ווי מיר. דארפען מיר נאר דן זיין אפאר עניינים: אפשר האבען דיין פליישיגע אויגען פאלש פארשטאנען די רמב"ן? ועוד, וואס טוט מען מיט די רמב"ם?
פאר מער דרוקט דא:
https://www.youtube.com/watch?v=KGEZUZ-vrVc
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ב. די סתירה צווישען עוואלוציע און תורה איז מעגליך נישט דירעקט, אבער בעקיפין איז עס דארט. א גאנצע ספרות האבען מער אז דער חשבון פון דער בריאה איז דער חשבון פון דער בורא. ווען ס׳איז אלץ א צופאל, א גענעטישען חשבון, פאלט אוועק א סאך פון אונזער טעאלאגיע. יא, י"ג עיקרים זענען אפשר נישט בארירט, אבער אנדערע זאכען יא. דעריבער איז עוואלוציע ביי מיר א סתירה.
איך הער נאר עפעס א ציל-שיסער דא:
https://en.wikipedia.org/wiki/Texas_sha ... er_fallacy
אין אן איר-אלטען אשכול זאגט א גרויסע איד בזה"ל:
כהייב אן טראכטן אז קול מבשר רעדט שבת אין נאך שבת נעמנט ער עס אראפ .
כ'ווייס שוין גארנישט. ס'קוקט מיר שוין ווי א גאנצע קאנספיריאציע אנטקעגן מיר פערזענטליך. מיר מיט אפאר אנדערע יחידים. איינער זוצט מיר דא אין קאמפיאטער און פאדרייט מיר גאגעל ארויסצושפייען שקרים ודמיונות אלעס כדי מ'זאל קענען לאכען און שטיבעל. איך בין עפעס א בעל מדרגה נעבעך, ווי די טרומאן אינגערמאן אויף די טרומאן שפיל.
פון די גאנצע אשכול קום איך צוריק צי מיין אלטע הכרה. איך בין שוין נאכאמאל מסכים מיט הקטן און אנדערע אז איך בין משוחד בדיעותי. עפעס א בלינדער וואס זעט נישט וואס ענק אלע זען. איך בעט זיך ביי ענק מ'זאל אויפהערען לאכען פון מיין בייעס. איך האלט עס שוין אליין נישט אויס.
מיט ענק האב איך געענדיגט. אלס ענדיגט זיך מיט עפעס א גלייבונג. אן אמונה פשוטה וואס מ'טייטשט אריין אן אמונה ע"י חקירה (נו, מ'האט דאך חוקר געווען די רינגלעך…) עכ"פ אזוי זעה איך עס מיט מיינע צובראכענע מחשבות. און די כלל איז אז אמונה פשוטה איז אזוי חשוב און אזוי אמת ווי כפירה פשוטה.
איך האב נאר איין בקשה צום ריבונו של עולם אליין: וואס ווילסטו? איך זאל שאקלען דיין לולב? פארוואס? רוב פון דיינע חסידים דיינע חברה זענען מיר נאר מסביר פארוואס איך פרעג. טרעף איך שוין יא א צדיק דיינע קומט ער אויך אן אין גלייבען זיין טאטע וואס האט געגלייבט זיין טאטע. טאטע אין הימל דו האסט מיר באשאפען. יו דיל וויט איט! איך קען שוין נישט. וויפיל איז די שיעור?
האסט עס געמאכט אויסקוקען אלט נאר מיך משוגע צומאכען? איך וועל טראכטען און דו גייסט לאכען? ס'דיר פאני? גלות הדעת איז ביי דיר גארנישט? איך האב א דיבוק דו האסטו נישט ליב? זיי א כל יכול ביטע! שריי נישט אויף מיר "מחוצף" ווייל איך גיי גלייך צוריקשרייען כלך לך למי שעשנו.
דו האסט מיר געגעבען בייעס וואס זיי האסטו נישט געשאנקען ממילא פאדער איך פון דיר "דו עפען מיר די חודו של מחט" ווייל איך קען דאס אויך נישט. און איך זאג דיר צו א פתח של אולם, נישט סתם אן אולם, איך וועל ארומלויפען פאר דיר אויף אלע פארום'ס פעיסבוק און בלאגס און טראלירען די עולם אויף פארקערט. איך וועל בויען פאר דיר, הייליגע פאטער, גאנצע טירען ברייט ווי די גרעסטע אולם ווי אימער איך האב נאר די יכולות וואס די שענקסט מיר. דו האסט מיר אזוי געמאכט מילא דארפסט דו זיין דעם פה שאסר. שריי מיר נישט אן אז איך בין זיך מתחצף צו דיר ווייל ווער נאך בעסער פון א בוחן כליות ולב ווייסט ווי פראסטרעיטעד איך בין. דו האסטו מיר געמאכט א מחוצף מיט אן עני בדעת צוזאמען. מה פשעי ומה חטאתי?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום shtriemel, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
חכמה בגויים אל תאמין
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 164
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
- האט שוין געלייקט: 123 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל
תורה ומדע האט געשריבן:גראף האט געשריבן:לויט דעם חשבון קען זיין אז דער 'הא' מיט וואס דער באשעפער האט באשאפן דער וועלט נישט גענומען ווייניגער ווי א ספליט סעקאנד מילד גערעדט...תורה ומדע האט געשריבן:והיה כי ישאלך בנך לאמר וגו׳. וענית ואמרת הארץ אשר אתה רואה בעיניך הוא ישן נושן עד אין שעור אבל רק כשאתה נמצא במקומך. וידוע תדע כי זמן נברא רק בעולם הזה. ובעולמות ופליטים אחרים בחלל רחוק מכאן יש זמן אחר לגמרי כמו שגילה לנו העלוי אלברט איינשטיין. וככל שאתה רחוק בחלל הזמן משתנה. הוא היה אומר, מקום וזמן הם דברים אחדים הנקראים ספייסטיים. ולכן הקושיא מעיקרא ליתא, שהעולם שאנו רואים ומשיגים בעינינו הוא מוגבלת לספעיסטיים שלנו. והנה כל חכמי האומות בעלי הפיזקה מודים היום שהיוניבערס התחיל ממקור אחד הנקרא ביג בנג. וכל העניין של זמן הוא מושג שהתלבש כאן בעולמנו השפל.
ולכן בני דע שבראשית ברא אלקים וגו׳ הוא כפשוטו ורק המושג זמן ויום אחד וגו משתנה לפי המקום והזמן.
אגב דיין סברא נעמסטו פון ערגעץ? ווייל איך האב שוין געהערט פון דעם און קען באשטיין צו וויסן דער ארגינעלע מקור.
Sent from my XT1096 using Tapatalk
פאר די וואס האבען דעם פריוויליגיע פון חוקר זיין חכמת הפיזיקה פון די גאוני חכמי אוה״ע ווי למשל גאליליא, ניוטאן, קופערניקוס, איינשטיין, עד ימינו קוואנטום פיזיקס וקוואנטום מעקעניקס איז דאס א דבר פשוט. ואכמ״ל.
כ׳על נאר געבען איין משל לשבר את האוזן.
נעמט צווי זייגערלעך אנגעשטעלט אקוראט ביידע צום נענאסעקונדע. יעצט לייגט איינע פון די זייגערלעך אויף דער ערד און דער צוויטער אויפן טיש. וווארטס א האלבע שטונדע, וועט איהר זעהן אז דאס זייגערעל אויפן טיש איז געלאפען שנעללער פון דעם וואס ליגט אויף דער ערד. והסיבה לזה גילה לנו החכם איינשטיין דזמן תלוי בגרעביטי. וככל שאתה רחוק מהאדמה, הזמן מתקצר. ווייל זמן און מקום זענען נישט קיין נמצאים בעצם נאר רעלעטיוו איינער צום אנדערן. וד״ל.
ממילא ווען די תוה״ק זאגט ביי ששת ימי בראשית דע ענין פון זמן כלפי נבראים רעכנט מען דאס ניט אין זמן פון עולם העשיה הגשמי בכלל. נאר מען רעדט פון ספירות עליונות וואס זענען נאצל געווארען בעשרה מאמרות כידוע ליודעי חן.
אזוי ארבייט די גי'פי'עס GPS!
דאס אז זמן איז תלוי בגרעוועטי איז א חידוש נפלא עד למאוד וואס איז גרינגער אפצופרעגען ווי עוועלאשען - לדעתי.
אבער די GPS גייט נאכאלס זאגען טוירן רייט טוירן לעפט.
"נאכאלס רוקט זיך עס" האט די רשע ימש"ו גאלילעא געפרעדיגט פאר זיינע באגלוביגע שמייליגע סייענטיסטען בהמות.
פאר מער דרוקט דא:
https://en.wikipedia.org/wiki/And_yet_it_moves
חכמה בגויים אל תאמין
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?
א שטיקל אנטוישט אז מ׳דארף מסביר זיין, אבער דער רמב"ן איז נישט געווען קיין סייענטיסט. ער קומט נישט מיט א חשבון אז אזוי האט געמוזט זיין און דעריבער איז אזוי געווען. ער זאגט אז דער תורה טייטשט יום אחד אלץ א טאג פון היינט. דאס אנרופען דער גאנג אלץ אן אמונה טפלה, איז עמהארצות. דאס איז א גרייז, כאילו דער גלויבונג אין א יונגער וועלט קומט פון די קריסטען. דער רמב"ן טייטשט אזוי אין חומש.
ווען איינער וויל עפעס דערגייען, קען ער קוקען פון צוויי ווינקלעך. אדער קוקען וואס ער זעט און חשבונ׳ן אויף צוריק, אדער קען ער זוכען די אנהייב אליינס. דער בורא עולם ווייסט זיכער וואס ער האט געטוהן, און ווען ער זאגט עפעס אויף זיין מעשים, איז עס נעריש איהם נישט צו גלויבען. די שאלה בלייבט נאר וואס האט ער געזאגט. ווען ס׳איז אבער זיכער, איז די תשובה צו קשיא׳ס פון חשבונות "איך ווייס נישט". צו הייבען חשבונות העכער די קלארער עדות פון דער בורא, איז א בייעס פון איינער וואס פארלאזט זיך גיכער אויף זיך ווי אויף זאכען וואס זענען נישט איהם, הגם ס׳איז אומלאגיש.
און דער חילוק צווישען אמונה פשוטה און אמונה עפ"י חקירה עגזיסטירט נישט ביי מיר. אלץ איז אמונה פשוטה, מיינעדיג, אלץ איז א פשטות ביים מענטש, נישט קיין שכליות. איינער וואס זוכט שכליות איז עס אויך. נאר צו בארואיגען דער געוויסען, וכבר הארכתי בזה בכמה מקומות.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 164
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
- האט שוין געלייקט: 123 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אלץ איז א פשטות ביים מענטש, נישט קיין שכליות. איינער וואס זוכט שכליות איז עס אויך. נאר צו בארואיגען דער געוויסען, וכבר הארכתי בזה בכמה מקומות.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אז זיי זענען געקניפט און געבינדען איז שווער זיך צו קריגען. די יצר הרע און יצר טוב האט דאך שוין ר' דניאל כהנמן אויפגעוויזען סייענטיפיש ועוד זכה לנאבעל ע"ז. ער רופט עס נאר סיסטעם איין vs. סיסטעם צוויי. חסידישע ספרים רופען עס די נפש הבהמית vs. די פינטעלע איד. דאס דארף שוין היינט ביי אלע זיין א פשטות.
וועלכע איז גורם וועלכע קען מען מערר זיין. למשל, Exposure איז זיכער נישט עפעס וואס מ'טוט זיך צו בארואיגען די געוויסען. און דאס אליין, צו גיין זוכען ווי מ'טאר נישט קען אויך זיין במקור מיט ריינע מטרות.
איך ווייס נישט ווי אזוי מ'קען דאס אפילו דן זיין. האסט עפעס א גוטע מקור דערצו אדער דאס זאגסטו צו בארואיגען די געוויסען?
חכמה בגויים אל תאמין
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
**
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א שטיקל אנטוישט אז מ׳דארף מסביר זיין, אבער דער רמב"ן איז נישט געווען קיין סייענטיסט. ער קומט נישט מיט א חשבון אז אזוי האט געמוזט זיין און דעריבער איז אזוי געווען. ער זאגט אז דער תורה טייטשט יום אחד אלץ א טאג פון היינט. דאס אנרופען דער גאנג אלץ אן אמטנה טפלה, איז עמהארצות. דאס איז א גרייז, כאילו דער גלויבונג אין א יונגער וועלט קומט פון די קריסטען. דער רמב"ן טייטשט אזוי אין חומש.
ווען איינער וויל עפעס דערגייען, קען ער קוקען פון צוויי ווינקלעך. אדער קוקען וואס ער זעט און חשבונ׳ן אויף צוריק, אדער קען ער זוכען די אנהייב אליינס. דער בורא עולם ווייסט זיכער וואס ער האט געטוהן, און ווען ער זאגט עפעס אויף זיין מעשים, איז עס נעריש איהם נישט צו גלויבען. די שאלה בלייבט נאר וואס האט ער געזאגט. ווען ס׳איז אבער זיכער, איז די תשובה צו קשיא׳ס פון חשבונות "איך ווייס נישט". צו הייבען חשבונות העכער די קלארער עדות פון דער בורא, איז א בייעס פון איינער וואס פארלאזט זיך גיכער אויף זיך ווי אויף זאכען וואס זענען נישט איהם, הגם ס׳איז אומלאגיש.
און דער חילוק צווישען אמונה פשוטה און אמונה עפ"י חקירה עגזיסטירט נישט ביי מיר. אלץ איז אמונה פשוטה, מיינעדיג, אלץ איז א פשטות ביים מענטש, נישט קיין שכליות. איינער וואס זוכט שכליות איז עס אויך. נאר צו בארואיגען דער געוויסען, וכבר הארכתי בזה בכמה מקומות.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פארשטייסט, דער רמב"ן זאגט פשט, און צו זאגן פארקערט מיינט אז מען האלט זיך קלוגער פין בורא.
יציבא בארעא וכו'.
ווען די איינציגסטע ראי'אויך בריאת העולם וואלט געוועהן די תורה וואלט נישט אפשר איינגעפאלן צו זאגען אז די וועלט איז עלטער, היינט אז מען ווייסט בידיעה גמורה אז די וועלט איז עלטער, דארף מען קוקען טיפער, און זעהן אויב עס איז שייך צו מאכן די תורה שטימען מיט דער מציאות, ווייל אויב מען קען נישט, איז דא א גרויסע פראבלעם.