די "מאמר חז"ל" שלא שינו את שמם לשונם ומלבושם

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

די "מאמר חז"ל" שלא שינו את שמם לשונם ומלבושם

שליחה דורך געפילטע פיש »

נאכן שמועס אין דעם אשכול צי מ'מעג משנה זיין די לבוש האב איך אנגעהויבן אריין קוקען אין די באוויסטע מאמר חז"ל, און איך זע אז ס'נישט אזוי פשוט, אפשר דא צוזאמען מיטן עולם וועט מען ארויסקומען מיט א קלארקייט.

וואס מיינט דאס שלא שינו את שמם לשונם ומלבושם?
לאמיר אנהייבן מיט שמם, וואס מיינט דאס א אידישע נאמען? בשבעים נפש ידרו אבותיך לארץ מצרים, מיינט דאס אז זייערע אייניקלעך די הונדערטע טויזענטער יוצאי מצרים האבן נאר געהאט א סך הכל פון 70 נעמען? און וואס איך מיט די נעמען ווי משה, כי מן המים משיתוהו, וואס מאכט דאס פאר א אידישע נאמען? און ווי ווייטער מ'גייט אין תנ"ך זעט מען אלס נייע נעמען, און אזוי אויך אין משנה, גמרה, יעדע דור האט געהאט נייע נעמען, וואס מיינט דאס? וואס מאכט א נאמען ווי עקיבא, הלל, ופסי, ר' פפא, ר' זביד, מר זוטרא מער אידיש ווי אלעקסיי און איוואן?

איז דא א גמרא אין גיטין (יא:) "גיטין הבאים ממדינת הים ועדים חתומים עליהם אע"פ ששמותיהן כשמות עובדי כוכבים כשירין מפני שרוב ישראל שבחו"ל שמותיהן כשמות עובדי כוכבים" זעט מען קודם פון דעם אז ס'נישט אזוי פשוט, קען דאך נישט זיין אז אלע בני חוץ לארץ זענען עוברי עבירה?

האב איך געטראפן א תשובה פון ר' משה, (אגרות משה חלק או"ח ד סימן סו) וואס זאגט אזוי:
דזה ששיבחו חז"ל ויק"ר ל"ב בגלות מצרים שלא שינו את שמותן הוא לקודם מתן תורה שלא היה
היכר גדול בשביל קיום המצות דבני נח ובפרט שחלק גדול מישראל עבדו ג"כ ע"ז ורובן לא מלו את בניהם עד סמוך להגאולה כשהיו צריכין לאכול הפסח שמל אותן יהושע ומשמע שהיה רוב גדול לבד שבט לוי שהם מלו את בניהם כדכתיב ובריתך ינצורו בברכת משה ואף שפרש"י על אלו שנולדו במדבר היה זה גם במצרים כמפורש במדרשות, שלכן בשביל האמונה שיגאלו ורצו שיהיו ניכרין שהם ישראל הנהיגו להקפיד שלא ישנו את שמם ולא ישנו את לשונם ומטעם זה שייך
זה להגאולה משום שבשביל אמונת הגאולה הקפידו על זה, אבל אחר מתן תורה אין לנו חיוב מדינא וגם לא מעניני זהירות ומוסר אלא מה שנצטוינו התרי"ג מצות לדורות והמצות שנצטוו לשעה וכפי שנאמרו בתורה שבעל פה ולכן לא הקפידו ע"ז רבותינו דהא אף עניני זהירות ומוסר ומעלה נמי נאמרו מסיני עיין בריש פרקי אבות ברע"ב ולא היה זה בקבלה שכן איכא מעלה גם אלאחר מתן תורה אלא שבזכות זה נגאלו אבותינו שאפשר לפרש שהיה מעלה ודבר טוב רק אצלם כדלעיל ולא אחר מתן תורה. ואף שמסתבר כן מסתפינא לומר זה בלא ראיות גדולות.

זעט מען אז דאס וואס ס'שטייט אז בזכות זה נגאלו אין נישט אז דאס זענען עפעס אזעלכע גרויסע מצוות, נאר אז אפילו זיי האבן נישט געהאט קיין מצוות, נאר זענען געווען אומגעמאלעטע ערלים, עובדי עבודה זרה, אבער זיי האבן זיך אידענטעפעצירט אלץ אידן, פארדעם האבן זיי זוכה געווען צום גאולה, אדער איז אפשר פשט אז אפילו פאר די קליינע מצוות וואס זענען נישט אפילו פון די תרי"ג און זיי זענען אפילו נישט נצטווה געווארן, נאר הקב"ה ברוב רחמיו האט זיי אויסגעלייזט אויך פאר דעם.

פון אנדערע האב איך געהערט אז דווקא אויב איז מען משנה אלע דריי, דעמאלס איז מען עובר, אבער נאר טוישן איינס אדער צוויי מעג מען יא.

יעצט לגבי מלבוש, און צו ממעק אנטוהן שמעקעדיגע הוטן.

בעצם די גאנצע לשון וואס איז שגור ביי אונז בשביל ג' דברים נגאלו ממצרים, שלא שינו את שמם לשונם ומלבושם" האט נישט קיין מקור.

אין מדרש רבה, מגילת שיר השירים אויפן פסוק גן נעול אחותי כלה, שטייט דארט בזה"ל
רבי הונא בשם בר קפרא אמר:
בזכות ארבעה דברים נגאלו ישראל ממצרים:
שלא שינו את שמם,
ולא שינו את לשונם,
ולא אמרו לשון הרע,
ולא נמצא בהן אחד פרוץ בערוה.


אין פסוקתא דרב כהנא פרשת בשלח שטייט:
בזכות ארבעה דברים, נגאלו ישראל ממצרים,
שלא שינו את שמם,
ושלא שינו לשונם,
ושלא היה בהן לשון הרע,
ושלא היה בהן פרוץ בעריות,
שלא שינו את שמם, ראובן ושמעון סלקין, ראובן ושמעון נחתין, שלא שלא שינו לשונם, כי פי המדבר אליכם(בראשית מ״ה י״ב), ובלשון הקודש היה מדבר, ושלא היה בהן לשון הרע, דבר נא באזני העם וישאלו וגו׳ (שמות י״א בי) את מוצא זה הדבר היה מופקד אצלן כל שנים עשר חודש, ולא נמצא אחד מהם שהלשין על חברו, ושלא היה בהן פרוץ בערוה, תדע לך שהוא כן אחת היתה ופירסמה הכתוב ושם אמו שלומית בת דברי למטה דן.

זאגט דארט די מגיה, הלא הוא הרב שלמה באבער:
(סו) בזכות ד דברים, וכן היא בויקרא רבה ובמדרש חזית פ' גן נעול, וכן מובא בילקוט בב' המקומות, אך המעתיק או המדפיס השמיט בחפזו, מן שלא שנו הראשון, עד שלא שנו השני, וכן מצאתי המאמר בשמות רבה פ"א, א"ר הונא בשם בר קפרא, בשביל ד' דברים נגאלו ישראל ממצרים, שלא שנו שמותם, כמו שכתוב בשיר השירים רבה ובויקרא רבה פ' ל"ב ע"ב הסיום כמו שכתוב וכו', הוא דברי המעתיק, שלא רצה לכפול הדברים אשר הם כבר כתובים שם, גם נמצא המאמר הזה, במדרש במדבר רבה פ"כ סוף בלק, ובמכילתא בא פ"ה, שלא נחשדו על העריות, ולא ספרו לשון הרע, ולא שנו את שמם, ולא שנו את לשונם, ע"כ.
אבל המאמר השגור בפי רבים "ולא שינו את מלבושיהם" אין זכר ממנו בשום מקום, וגם המתורגמן טעה בזה, שבתב בהקדמתו לס' ההוא, אמרו חז"ל, שלשה דברים לא שנו ישראל במצרים, שמותם, ומלבושם, ולשונם, ע"כ, וזה לא אמרו חז"ל מעולם.

ווידער אין פסיקתא זוטרתא (לקח טוב) שמות פרק ו' (אות ו') [געשריבן ארום ניין הונדערט יאר צוריק] שטייט:
לכן אמור לבני ישראל. זו שבועה, שנא' ולכן נשבעתי לבית עלי (ש"א ג יד): אמור לבני ישראל אני ה'. שאמרתי לאברהם אביכם אני ה' אשר הוצאתיך מאור כשדים (בראשית טו ז): והוצאתי אתכם, והצלתי אתכם, וגאלתי אתכם, ולקחתי אתכם, כנגד ד' זכיות שבידם,
שלא שינו את לשונם,
ולא חילפו את שמלותם,
ולא גילו את סודם, דכתי' ושאלה אשה משכנתה (שמות ג כב),
ולא בטלו ברית מילה.

און אויף דעם שרייבט אויך דארט די מגיה הרב באבער:
עיין פסיקתא ויהי בשלח צד פ"ג ע"ב בזכות ארבעה דברים נגאלו ישראל ממצרים בזכות שלא שינו את שמם ושלא שינו לשונם ושלא היה בהן לשוה"ר ושלא היה בהן פרוץ בעריות. והעירותי שם בהערה ס"ו וכו'... אבל ממאמר השגור גשי מיה ולא שינו את מלבשיהם אין זכר מזה וכו'.


אויב וועט איר באמערקן אין אג"מ וואס כ'האב פריער געברענגט ברענגט ער אויך נאר "שלא ישנו את שמם ולא ישנו את לשונם" און נישט מלבושם.

יעצט לגבי לשונם ווייס איך שוין נישט, וואס איז געשען מיט לשון הקודש, פארוואס איז אידיש נישט א שינוי לשון, ס'שוין דא א אשכול ווי מ'האט גערעדט דערוועגן, און דאס איז זעכער אז אונזערע זיידעס האבן יא גערעדט די לשונות המדינה, טא וואס איז אבער מיט ריכטיג פשט אין שלא שינו את לשונם?
קאווע טרינקער האט געברענגט עפעס א חתם סופר, אבער א מראה מקום האבן מיר נישט זוכה געווען צו באקומען, אפשר יעצט וועט ער באווייליגען.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

די זיביציג נעמען איז יא אייגענס מיינסט אז סנישט געווען נאך מענטשן יענע צייטן וואס האבן געהייסן אזוי?
סאיז משמע אז נעמען דעלמאטס איז בעיקר געגעבן געווארן אויף א מצב . למשל משה, כי מן המים משיתהו, ראובן = ראו בן וכו'.
במילא די נעמען האט יעדער געגעבן יענע צייטן לויט זייער מצב.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

סא וואס האט דאס געמאכט זיין אידישע נעמען, אז ראו בן און שמע בעניי, הפעם ילוה וכו' זענען אין לשון הקודש?
אבער דאס פארענטפערט נישט מר זוטרא וחביריו.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

רב פפא האט געהאט א אידישע נאמען און א ווייטער בליק.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

זר, נייס דזשאוק, אבער ביטע געדענקען אז דאס איז אין תורה ומחשבה פארום.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

און וואס איז מיט די מילתא דבדיחותא פאר'ן לערנען?...
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

שוין יוצא געווען.
געפילטע פיש האט געשריבן:יעצט לגבי מלבוש, און צו ממעג אנטוהן שמעקעדיגע הוטן.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

אויף לא שינו את לשונם איז דא א מורא'דיגע לשון פון מאור ושמש
MS1.PNG
MS1.PNG (16.14 KiB) געזען געווארן 3736 מאל


דער מאור ושמש איז ממשיך און איז מסביר אז שלא שינו את לשונם מיינט לשה"ר און ניבול פה, נישט אז מ'האט נישט גערעדט מצריש. און ווען מ'היט דאס מויל זאגט דער מאור ושמש:
MS2.PNG
MS2.PNG (10.68 KiB) געזען געווארן 3736 מאל


אזוי אויך די שלא שינו את שמם ומלבושם איז ער מסביר על דרך זה.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

סקוקט אויס אז די מאור ושמש האט א מקום אין פשט נישט נאר ע''ד רמז.
"בזכות ארבעה דברים, נגאלו ישראל ממצרים,
שלא שינו את שמם,
ושלא שינו לשונם,
ושלא היה בהן לשון הרע,
ושלא היה בהן פרוץ בעריות,"

לשון הרע און פרוץ בערוית זענען ביידע שלעכטע מידות נישט סתם ענינים במילא איז מסתבר אז שלא שינו לשונם מיינט אויך א שלעכטע מידה. די זאך איז נאר אז סקען נישט מיינען לשון הרע ווייל לשון הרע שטייט ווייטער אויסגערעכענט קלאר. סמיז מיינען ניבול פה.
בלייבט איבער צי פארשטיין וואס מיינט שלא שינו שמם.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

צו פארשטיין אביסעל בעסער, די מדרש שיר השירים גייט ווייטער און איז מסביר וואס מיינט שלא שינו אז שמם.
לא שנו את שמם, ראובן ושמעון נחתין, ראובן ושמעון סלקין, ולא היו קורין לראובן רופוס, ולשמעון לא היו קורין לוליני, וליוסף לסטים, ולבנימן אלכסנדרא.

יעצט ברויך מען פארשטיין וואס דאס איז רופוס און לוליני און וואס איז אזוי שלעכט דערמיט.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

קען זיין אז מ'מיינט נישט אזוי ווייט די שלעכטע מדות פון ניבול פה, עריות און לשון הרע, נאר אז זיי האבן זיך געהאלטן צו זייער עלטערענס מסורה, און נישט אנגענומען די מנהגים פון די מצריים פון ניבול פה, עריות וכו', און דאס מיינט די שינוי השם, די נאמען איז וואס איז מחבר א מענטש צו זיינע עלטערען, צו זיין טראדיציע, און זיי האבן זיך געהאלטן צו זייער נעמען און נישט משנה געווען, און דערביי זיך געהאלטן באזונדער פון די מצריים און נישט אנגענומען זייער קולטור, על אף אז זיי האבן עובר געווען אויף אלע עבירות און געווען אין מ"ט שערי טומאה, האבן זיי זיך אידענטיפיצירט אלץ אידן.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

געפילטע פיש האט געשריבן:קען זיין אז מ'מיינט נישט אזוי ווייט די שלעכטע מדות פון ניבול פה, עריות און לשון הרע, נאר אז זיי האבן זיך געהאלטן צו זייער עלטערענס מסורה, און נישט אנגענומען די מנהגים פון די מצריים פון ניבול פה, עריות וכו', און דאס מיינט די שינוי השם, די נאמען איז וואס איז מחבר א מענטש צו זיינע עלטערען, צו זיין טראדיציע, און זיי האבן זיך געהאלטן צו זייער נעמען און נישט משנה געווען, און דערביי זיך געהאלטן באזונדער פון די מצריים און נישט אנגענומען זייער קולטור, על אף אז זיי האבן עובר געווען אויף אלע עבירות און געווען אין מ"ט שערי טומאה, האבן זיי זיך אידענטיפיצירט אלץ אידן.

אבער לויט דעם קומט מלבשים שטראק אריין אין בילד.
דרך אגב די שרייבט אז סטוט זיך איבער די ולא חילפו את שמלותם. סקען זיין אז סהאט פאסירט אזא טעות, שמלותם שמם

דרך אגב אגב נעקסט טיים מיין ווייב קומט אהיים פין די שיינע דרשה אין טוט אן נאך א פרומעמרע שפיצעל ציליב לא חילפו את שמלותם, וועלכען איך קענען מאכען פינקט אזא מצב מיט די ולא גילו את סודם.
דאכטזיך אז דאס נעמט נישט צי די עקסטרים.
"שלא שינו את לשונם
ולא חילפו את שמלותם,
ולא גילו את סודם, דכתי' ושאלה אשה משכנתה (שמות ג כב),
ולא בטלו ברית מילה."
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

זאגסט עפעס, אז ס'קומט יא אריין, אבער פאקטיש איז נישט דאס די מאמר חז"ל.

אגב, די צוויי לשונות זענען די זעלבע זאך, לא גילו את סודם און ולא אמרו לשון הרע איז איינס, און לא בטלו ברית מילה און ולא נמצא בהן אחד פרוץ בערוה (און נאך א לשון אין שמו"ר ושלא הפקירו נשותיהן) איז אויך במקור די זעלבע זאך, כ'געדענק אבער נישט ווי כ'האב עס געזען.
אשכנ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 24, 2012 7:34 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך אשכנ »

געפילטע פיש האט געשריבן:זאגסט עפעס, אז ס'קומט יא אריין, אבער פאקטיש איז נישט דאס די מאמר חז"ל.

.


נישט נאר אז עס קומט אריין, דער פשט געט צו פארשטיין פארוואס "אונזער מסורה" לייגט אזא גרויסע דגוש אויף די זאכען וואס פארמירען א סאסייעטי אפגעזונדערט פון די גאס, צומאל מער ווי געוויסע פרטי הלכה.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

יא, אבער ווי ס'זעט אויס מיינד די מדרש נישט ארויסצוברענגען די גרויסקייט פון די דריי אדער פיר זאכן, נאר אז בהעדר אלע אנדערע מצוות, און אפילו אידן זענען אין מ"ט שערי טומאה, האט דער באשעפער ברוב רחמיו וחסדיו אויסגעלייזט די אידן אויך פאר דעם זכות, על אף אז זיי זענען נישט קיין מצוות פער סעי, נאר שיינע הנהגות.
אשכנ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 24, 2012 7:34 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך אשכנ »

געפילטע פיש האט געשריבן:יא, אבער ווי ס'זעט אויס מיינד די מדרש נישט ארויסצוברענגען די גרויסקייט פון די דריי אדער פיר זאכן, נאר אז בהעדר אלע אנדערע מצוות, און אפילו אידן זענען אין מ"ט שערי טומאה, האט דער באשעפער ברוב רחמיו וחסדיו אויסגעלייזט די אידן אויך פאר דעם זכות, על אף אז זיי זענען נישט קיין מצוות פער סעי, נאר שיינע הנהגות.

אמת, אבער מ'זעט אויך די כח פון די ענינים צו האלטען זיך צו א אידישע identity אפילו ווען מ'דארף א תיקון אין אנדערע זאכן.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

"די ענינים" יא, אבער מלבוש זעט אויס האבן אידן יא געטוישט אין מצריים, ווען נישט וואלט די מדרש דאס אויך אויסגערעכענט, אלא מאי...?
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

ויהי שם לגוי, זאגט דער בעל הגדה (בשם ספרי), מלמד שהיה ישראל מצויינים,

דאס מיינט כלל ישראל האט פיזיש בולט געווען אז זיי זענען אן אנדערע פאלק, דאס ווארט מצויינים קען נאר זיין מיט עפעס א אויסערליכע שנוי וואס מ'זעהט מיט די אויג, און דאס איז נישט קיין נאמען און נישט קיין שפראך נאר מוז זיין בע"כ דאס לבוש,
דאס ווארט "ציון" מיינט א צייכנונג וואס די אויג קען זען, ווי מגעפינט די משנה אין מס' שקלים זאגט אז מ'איז "מציין" די קברים (כדי כהנים זאלן זיך נישט מטמא זיין) דאס קען נאר זיין אז דער מענטש זעהט מיט די אויג א סימן אז דא איז א קבר (אגב פון דעם שטאמט וואס מרופט א קבר א ציון), די זעלביגע אין גלות מצרים ווען דער מצרי האט אנגעקוקט א איד האט מען גראד אנגעמערקט אז דאס איז א איד,

דער רעיון בין איך רגיל צו זאגן מדי שנה בשנה ביים סדר, וואס איך האלט פאר פשטות, נישט קיין פשטליך,
באניצער אוואטאר
Espresso
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 25, 2012 11:23 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

שליחה דורך Espresso »

[left]'Tis but thy name that is my enemy
.Thou art thyself, though not a Montague
,What’s Montague? It is nor hand, nor foot
Nor arm, nor face, nor any other part
!Belonging to a man. O, be some other name
What’s in a name? That which we call a rose
.By any other word would smell as sweet
,So Romeo would, were he not Romeo called
Retain that dear perfection which he owes
,Without that title. Romeo, doff thy name
And for that name, which is no part of thee
.Take all myself[/left]
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

גאלד האט געשריבן:ויהי שם לגוי, זאגט דער בעל הגדה (בשם ספרי), מלמד שהיה ישראל מצויינים,

דאס מיינט כלל ישראל האט פיזיש בולט געווען אז זיי זענען אן אנדערע פאלק, דאס ווארט מצויינים קען נאר זיין מיט עפעס א אויסערליכע שנוי וואס מ'זעהט מיט די אויג, און דאס איז נישט קיין נאמען און נישט קיין שפראך נאר מוז זיין בע"כ דאס לבוש,
דאס ווארט "ציון" מיינט א צייכנונג וואס די אויג קען זען, ווי מגעפינט די משנה אין מס' שקלים זאגט אז מ'איז "מציין" די קברים (כדי כהנים זאלן זיך נישט מטמא זיין) דאס קען נאר זיין אז דער מענטש זעהט מיט די אויג א סימן אז דא איז א קבר (אגב פון דעם שטאמט וואס מרופט א קבר א ציון), די זעלביגע אין גלות מצרים ווען דער מצרי האט אנגעקוקט א איד האט מען גראד אנגעמערקט אז דאס איז א איד,

דער רעיון בין איך רגיל צו זאגן מדי שנה בשנה ביים סדר, וואס איך האלט פאר פשטות, נישט קיין פשטליך,

ווען מיין מלמד האט מיר געגעבן א מציון סטעמפ אויף מיין בחינה האב איך נישט אויסדעזען פיזיש אנדרש פין אלע אנדרע קינדער.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

Espresso האט געשריבן:[left]'Tis but thy name that is my enemy
.Thou art thyself, though not a Montague
,What’s Montague? It is nor hand, nor foot
Nor arm, nor face, nor any other part
!Belonging to a man. O, be some other name
What’s in a name? That which we call a rose
.By any other word would smell as sweet
,So Romeo would, were he not Romeo called
Retain that dear perfection which he owes
,Without that title. Romeo, doff thy name
And for that name, which is no part of thee
.Take all myself[/left]

אביסל תרגום ביטע .
אקעי ספין שעקספער אבער וואס מיינט דאס?
ווי קומט עס דא אריין?
באניצער אוואטאר
qwerty
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

שליחה דורך qwerty »

[quote="נולד מאוחר"]
אביסל תרגום ביטע .
/quote]


עס דארף נישט קיין תרגום.

ווייל ער שרייבט שטותים והבלים וואס איז בזיון אז עס קימט אריין אין א אשכול פין תורה. ער חזר'ט איבער ווערטער בשם פין א גוי וואס מפורסם אלס א שיכר, אן אלקאהאליק'ער, און א פאעט, וואס מריפט עם וויליעם שייקספיר.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

qwerty האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:
אביסל תרגום ביטע .
/quote]


עס דארף נישט קיין תרגום.

ווייל ער שרייבט שטותים והבלים וואס איז בזיון אז עס קימט אריין אין א אשכול פין תורה. ער חזר'ט איבער ווערטער בשם פי א גוי וואס מפורסם אלס א שיכר, אן אלקאהאליק'ער, און א פאעט, וואס מריפט עם וויליעם שייקספיר.

אין סדא וואס זאגן ער איז געווען א איד.סדא וואס זאגן ער איז געווען א שונא ישראל.
אבער חכמה בגוים תאמין, נא אמונה איז נישט קיין קליינעקייט.
איז דא דא חכמה?
פארשפארט