מאטל שניידער האט געשריבן:ר' בערל די מעשה איז אין כאן קרח ואין כאן משה רבינו, די וואס דו רופסט די העצערס האט זיך נאך אנגעהויבן בחייו פונ'ם אלטן רבי'ן זי"ע, און דאס איז געווען צוליב די פיר הייליגע אותיות געל"ט, ממילא איז נישטא דא קיין מערכה צווישן די קדושה און טומאה, חסידים און מתנגדים, קיען און העצערס, ארנטליכע און אויסווארפן, בסך הכל איז דאס א מחלוקת וואס האט זיך אנגעהויבן איבער שררה אין געל"ט, און צ. ב. דאס אז אז עפענט זיך א ברסלב ביהמ"ד איז פירות הנושרים, איינמאל ס'איז שוין דא א קומץ אנפייפערס וואס טוט אינדערערד לייגן קאמוניזם כאפט מען זיך מיט מיט'ן וואגן.
און דאס וואס דו זאגסט מוף קיין מאנטריאל... פארוואס זאל ער? ער איז געבוירן אין טאהש, זיין שווער וואוינט אין טאהש, זיין טאטע וואוינט אין טאהש, ער גליכענט זייער דאס פלאץ, הי קאלדנט קעיר לעסס, יא קאנאדע איז דעמאקראטיש, מען קען נישט סתם אזוי פארשיקן מענטשן אדער פארברענען הייזער, וועט ער בלייבן ווי ער איז, דאווענען ווי ער וויל, צו ס'איז תחת פיקוחו אדער נישט גייט אים גאנץ ווייניג אן,
אין די דעמאקראטישע וועלט איז פארשטענדליך אז שררה איבער א שטעטל איז נישט א זאך וואס קען גיין בירושה פון טאטע צו זון, פונקט אזוי ווי ס'דא וואלן אין די אלגעמיינע וועלט. דער מייסד פונ'ם שטעטל האט געדארפט האבן גרויס סיעתא דשמיא און ער האט געהאט א קלארע וויזיע, איינמאל ער איז נישטא און זיין וויזיע איז מער נישטא, און די גאנצע תכלית הבריאה וכל התורה והמצוות בלייבט נאר די פיר הייליגע אותיות דארף מען גרויס רחמי שמים אז ס'זאל אנהאלטן כרצונו של אותו צדיק.
טאהש איז נישט ווי סקווירא, מען פארלאנגט נישט פון קיינעם גארנשט, נישט דא קיין שום טעראר, ווער עס זאגט אז עס דא טעראר אין טאהש, איז ער ממש משוגע, אין וויליאמסבורג איז דא סאך מער טעראר.
איינער ואס פראבירט צו צוברעכן דעם פלאץ איז סתם א שלעכעטער, אביסל אפרישיעשען, פאר דיין היימלאנד, וואס האט דיר נאר גוטס געטוען.
טאהש איז נישט ווי סתם א שטעטל, עס איז נישט ווי בלומענבערג וואס איז א צענטראלע זאך, און ווער עס וויל קען קומען. דארט דארף מען טאקע מאכן וואלן.
הרה"ק מטאהש האט געגרינדעט זיין אייגן שטעטל, זיין אייגען ביזנעס, ער האט קיינעם נישט געצווינגען צו גיין אהין, אלע איינוואוינער זענען געגאנגען פון זייער אייגענעם ווילן, און די טאהשע רבי זי"ע האט געהאט אלע רעכטן איינצופירן תקנות. איינע פון זיינע פארלאנגען זענען געווען אז בנו וממלא מקומו זאל איהם איבערנעמען נאך זיין פטירה, און ער זאל פירן די עדה הקדושה, לויט ווי אזוי ער וויל, און איהם געפעלט, ער האט געהאט אלע רעכטן איבערצוגעבן זיין פריוואטע חפץ פאר זיין זוהן.
דאס אז די ביסט געבוירן אין טאהש, און די ביסט א איידעם אין טאהש, קענסטו האבן נאר טענות אויף דיין טאטע און מאמע. אזוי ווי די וואוינסט אין קאנאדע מיסטו איינהאלטן די קאנאדישע געזעצן, און די קיובעקע געזעצן, אפילו די ביסט דארט געבוירן, אזוי אויך מיסטו איינהאלטן די פארלאנגען פון טאהשער רבי שליט"א. און אויב די רבי פארלאנגט נישט, זאלסטו כאטש האבן פאר איהם די מינאמאלסטע רעספעקט.