דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:אפשר טרעף מיר זיך אינטערוועגענס??
עמער צוריק ברענגען פון דארט פיינע שנאפס און מ'עמער אויסטיילן דא אין שטיבל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ס'איז נישט דא אזא זאך ווי גוטע בורבון. ס׳איז אלץ רעדנע"ק חזעריי. לבנה שיין בלע"ז. ווען די ציינער טוען וויי און אינשורענס צאלט נישט אויף א דענטיסט, קען מען דערמיט אויסשווענקען די מויל.
רבותי, יונגעלייט! הארכטס איינער וואס איז אביסל עלטער ווי אייך, און טרינקט'ס נאר סינגל מאלט!
כי בדבר הזה תאריכון ימיך על אדמתך.
אבטולמוס האט געשריבן:הערליכער ארטיקל וועגן דעם ליקוי חמה פון קובץ חקירה:
http://www.hakirah.org/vol23brown.pdf
איך ווייס נישט וואס דו ווילסט. קוק אין רמב"ן אויף חומש ביי את קשתי נתתי בענן, וואס דארט איז עס א סימן און עס ווענדט זיך אויף די וועטערק ס׳איז דער זעלבע זאך.פליקער האט געשריבן:איך האב געזען דעם אדמו''ר שליט''א'ס תירוץ אלס גאר שוואך, ווייל אויב איז עס פראדיקטעבל אז עס געשעט נאר און א געוויסע גאנג, דאן ווי קומט אריין די חטא, דהיינו אז אויב מען זינדיגט למשל אחר הליקו דאן וועט זיין א גיטע וועטער ביים נעקסטען ליקוי עס איז למעלה מן השכל, אדער אפשר אויב פונקט זינדיגט מען בשעת א ליקוי גיבט דער באשעפער א שיינע וועטער, און אויב זינדיגט מען נישט דאן וועט זיין א שלעכטער וועטער, ועוד קשה, דער וועטער איז נאר לאקאל, אויב איין פלאץ איז פארוואלקענט, איז דאך און א אנדערע פלאץ שיין, טא איז עס נאך אלס א שלעכטער סימן אדער נישט.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אבטולמוס האט געשריבן:הערליכער ארטיקל וועגן דעם ליקוי חמה פון קובץ חקירה:
http://www.hakirah.org/vol23brown.pdf
באמת דער פשוט'סטע תירוץ צו די קשיא, וויאזוי איז עס א שלעכטע סימן פאר די אומה"ע בשעת אז מ'ווייסט פאראויס אז ס'גייט קומען
אבטולמוס האט געשריבן:הערליכער ארטיקל וועגן דעם ליקוי חמה פון קובץ חקירה:
http://www.hakirah.org/vol23brown.pdf
פלאוויוס האט געשריבן:@אבטולמוס האט שוין דערמאנט אינעם לעצטן וועקער איבער דעם הפרש פונעם אידישן מולד צו דעם אסטראנאמישן מולד. ס'איז מיר געווען אן אינטערעסאנטע אנטדעקונג. דער יעצטיגער מאמר באהאנדלט אויך דעם אספעקט, אנווייזנדיג ווי ס'איז בולט אינעם יעצטיגן ליקוי החמה. (אינעם ארטיקל איז געשריבן אז דער מולד ווערט אויסגערעכנט דורכ'ן צולייגן 29 טעג, 5 שעה, מיט 204 חלקים צו יעדן חודש נאכ'ן מולד המדומה פון שנה א'. ס'איז לכאורה א טעות. דער מולד לייגט צו 29 טעג, 12 שעה, מיט 793 חלקים צו יעדן חודש.)
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:אינפארמאציע און אנווייזונגען
איבער דער ליקוי חמה: (פון דער איד דעילי)
* צו וויסן צי מ'האט איינגעקויפט אויטענטישע ברילן אדער פאלשע, דארף מען זען ס'זאל האבן דעם סימבאל פון די ISO מיט די ציפערן "12312-2".
* אויב איז מען נישט זיכער צי די ברילן זענען אויטענטיש, קען מען עס אויספרובירן דורכ'ן אריינשיינען מיט א פלעשלייט דערין. אויב זעט מען דורך דעם שיין, איז עס פאלש, ווייל די אויטענטישע לאזט נאר דורך די זון.