וואכן חדשים און אפילו יארן, רעדט מען שוין פון דעם עקליפס, צוגרייטונגן צו אזא לעבענס געשעעניש. ווערט אנגעזהן שוין חדשים און אפילו יארן פריער, פלאנירונג פון נאענט און ווייט, מענטשן פון טויזענטער מייל אוועק זענען געקומען צו פארן אנטייל צו נעמען אין אזא געשעעניש וואס דאס לעצטע מאל איז עס געווען 1918.
מענטשן גרויס ביז קליין פון דארפסלייט ביז אינטעלעגענטע, פון דאקטוירים ביז פאציענטן, פון סייענטיסטן ביז סתם עמך, פון נאסא ביז נייעס אגענטורן, זענען אלע פארנומען מיט הויכע סייענטיפישע ווערטער ווי למשל "פעט אוו טאטעליטי" די סאנס קאראנא איז וויזיבעל, די אמברא ,און די פען אמברא" איז נישט אראפ פון דיי נייעס טאג און נאכט איז דאס געווען די שמועס, אז אפילו א פשוטע באבורדעלטע רויטע העלעזעל (רעדנעק בלע"ז, ר'בערל א פרישע בלע"ז אבער דאס מאל נישט אין פראנצוזיש,) האבן אויך פארשטאנן דעם הויכן אינטעליגענטן שפראך.
האטעלן פון הינדערטער מייל ארום זענען שוין באשטעלט געווארן חדשים פריער, און לויט ווי כ'האב געהערט, האבן נאטור נאכלויפער שוין באשטעלט האטעל צימערן אזוי פרי ווי צוויי יאר פריער, איך בין גראדע נישט געווען פון די זריזין מקדימין, כ'האב מיך גראדע היפש שפעט דערמאנט בערך א פינף וואכן פריער אז כ'וויל אויך אנטייל נעמען, און כ'האב טאקע נישט געקענט באקומען פןן די נאענט, אלעס איז געווען סאליד בוקט. אבער דאס האט מיך נישט צוריק געהאלטן, פון פארן הינדערטער מיילן, מיט צו האלטן מיט מיליאנען מענטשן דעם הערליכן בין השמשות אין מיטן העלן טאג ווי פלוצלינג קומט אלעס צו א אפשטעל ווי יעדעמס מיינד און אויגן זענען געוואנדן צום הימל, ווי דער גאנצער עולם ליגט פרקדן וגם אני בתוכם קלאצענדיג צום זון, ווי מ'זעהט דעם גרויסן הערליכען שיינענדיגן זון ווערט איבער געדעקט מיט א שווארצן צודעק, (וואס צו מיר האט עס אויסגעזעהן ווי א שווארצע סענדוויטש קוקי וואס די קרים פון ארום זוכט צו אנטלויפן) אבער נאכאלץ וועלענדיג ארויס געבן אירע שטראלן פון ליכטיגקייט.
אין דע פלאץ וואו איך בין געווען איז געווען איבער הינדערט דעגראד, געווען דארט אפאר טויזענט מענטשן און געווארט צו זעהן דעם ווינדערליכן מאמענט וואו אלעס ארום ווערט טינקעל ממש ווי א בין השמשות, ווען באמת איז גאר געווען צווי דריי און דרייסיג נאכמיטאג, א גאר שיינעם טאג, כמעט נישט געווען קיין וואלקן, די זון האט אויסגעקוקט ווי א טשענדעליער וואס איין לעקטער גלעזעל נאכן צווייטן ברענט זיך אויס, וואס א מינוט ס'גייט דורך ווערט אלץ טונקעלער, און די קריקעטס הויבן אן קריקעווען, און די פייגלעך הערן אויף שאלן, אבער די מענטשן הויבן אן שרייען, אלע פאלן אויף דער ערד כורעים פון גרויס ביז קליין, און באווינדערן דעם ווינדערליכע בריאה.
כ'האב עס מיטגעהאלטן לייוו כ'האב אפילו געכאפט שיינע בילדער וואס כ'וועל פרובירן ארויף לייגן.
וואס זאל איך ענק זאגן די הינדערטער מיילן האט זיך געלוינט מיט צו האלטן דע פאר מינוט.
מיין בין השמשות'דיגע נאכמיטאג
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
ר' אדלער, פיין באשריבן האסט מיר ארויס גענומען די ווערטער פון מויל, און ארייינגערוקט א שווארצע סענדוויטש קוקי, ממש אזוי איז געווען די מצב בעידן מושבי בין בני צאורי אדום.
וגם לרבות די בילד איז עקסעפשינאל. סתם אזוי איז כמעט אומעגליך צו כאפן אזעלעכע בילדער.
וגם לרבות די בילד איז עקסעפשינאל. סתם אזוי איז כמעט אומעגליך צו כאפן אזעלעכע בילדער.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: מיין בין השמשות'דיגע נאכמיטאג
אנטשולדיגט חברה פארן ענק איבערהאקן פון נושאים שעומדים על הפרק, עוף בראקל עוועלאציע וואס האט א דירעקטע שייכות מיט שלום בית וואס ווערט געשטערט פון סמארטפאונס, מיט עפעס וואס איז ברומו של עולם אבער א פארגאנגהייט (פאר דערווייל).
כ'וויל נישט אויסקוקן ווי אתרוג סוחר צווישן סוכות און ט"ו בשבט, אבער איך בין נאך זייער איבערגענומען פונעם טריפ,
כ'האב דורך געקוקט מיינע בילדער פונעם עקליפס וואס כ'האב אליין גענומען, כ'לייג יעצט אריין צוויי איינס איז א בילד און איינס איז א קליפ, ס'איז די זעלבע איידיע, בעיסיקלי איז עס געאכפט געווארן ביים טאטאל עקליפס. פון די לינקע זייט זעהט מען דעם עקליפס, און פון די רעכטע זייט ווערט געזען א שטערן, ביידע געסוירקעלט אין רויט. אינעם קליפ קען מען הערן ווי איינע א נוקבא רעדט פון "מערקורי" אז נארמאלערהייט קען מען עס נישט זעהן אבער נאר יעצט צוליב דעם עקליפס ווערט עס יא געזעהן.
איך בין נישט קיין אסטראנאמער, כ'בין א פשוטער דארפסמאן, וואס דאווענט אין א דמשק אליעזר סידור, לערנט אין א בית יהודה חומש, ליינט דעם מנורת המאור שבת נאכמיטאג, נאכן שלאף בשעת עסנדיג די אויבס, קען מיר איינער אפשר מסביר זיין וואסי די מעשה מיט שטערן?

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 61
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 4:33 pm
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
מערקיורי איז נישט קיין שטערען נאר א פלאנעט - איינער פון דער כוכבי לכת וואס בלייבען נישט אויף איין פלאץ דארך אויס דער טאג. אין לשון קודש הייסט מערקיורי 'חמה'.
וויבאלד דאס פלאנעט איז נענטער צום זון ווי אונז איז עס אייביג פארשטעלט דארך די שטארקע זון שטראלען. צווישען די עלות און די נץ, ווען די זון שטראלען קומען נישט אן דירעקט קען מען עס זען און אויך פארנאכט.
כדי צו זען דעם מערקיורי אינמוטען פון די הימעל אדער אינמוטען טאג דארף מען א ליקוי חמה.