מיין ליקוי חמה
מיין ליקוי חמה
[justify]מ׳קען עס נישט דעסקרייבן פאר איינעם וואס האט עס נישט געזעהן איז א אויסדריק וואס מ׳הערט אפט, און ווערט ברייט באנוצט אויף אומריכטיגע פלעצער, דא האב איך די ערשטע מאל מיטגעהאלטן אזא סארט סצענע וואס קען אנגערופן ווערן אויב זעהט מען נישט מיט די אויגן קען מען עס נישט פארשטיין. פון אלע ווידיאוס וואס איך האב געזעהן בעפאר האב איך מיר נישט געחלומט אויף אזא מראה
איבער א שעה בעפאר האט די זון אנגעהויבן צו פארלירן איר שלימות, מ׳קעהן זעהן וויאזוי וואס א מינוט ס׳גייט דורך ווערט די זון מער און מער קלענער, בעסיקלי זעהט מען א חודש מחזור פון די לבנה אין צוויי שעה
צוואנציג מינוט בעפאר ווען די זון איז שוין א גאר דינע ליין הייבט אן ווערן א אנדערער קאליר, ס׳ווערט טונקל, אבער עפעס א קאליר וואס מקען נישט אראפלייגן, א אינטערסאנטער דעיטיים לייט באלייכט די ארום.
אינצווישן ווערט טונקעלער און טונקעלער און דער זון ווערט קלענער און קלענער ביז ס׳ווערט אויס, דאס ווערן אויס קען געזעהן ווערן מיט די ספעציעלע ברילל׳ן, די גאנצע ארום איז אפגעשטעלט, קאר׳ן פארן נישט, מענטשן וואקן נישט, אלעס קוקט צום הימל. דאן פלוצים צינדט זיך אן ווי א מאשין די נויז פון די נאכט היישעריק/קריקעטס, פון איין סעקונדע צום צווייטן הערט זיך א מאסיווע נויז פון די ארום.
ביי די צייט פון טאטעל עקליפס האט זיך באוויזן א הערליכער רינג וואס האט ארויסגעשיינט פון ארום, (קאראנע) די שיינקייט דערפון איז אומבאשרייבליך, די לעבעדיגע קאליר קען נישט ווערן איבערגעגעבן.
מענטשן הייבן אן שאלן און מאכן קולות, די עקסייטמענט איז עפעס גאר גרויס, מ׳קען הערן מענטשן מאכן קולות פון מיילן ווייט, אוטומאטישע נאכט לעקטער צינדן זיך אן און די גאנצע ארום איז טונקל
דארט ווי איך האב מיטגעהאלטן איז נישט געווען פארוואלקענט מילא אונטען אויף די ערד איז געווען טונקל, אויבן אויפן הימל איז יא געווען ליכטיגער, פון די זון וואס האט ארויסגעשיינט פון די זייטן, אין אנדערע פלעצער למשל אין מיזורי (לויט ווי איך האב געהערט פון א חבר) איז געווען פארוואלקענט מילא איז יא געווארן גענצליך טונקל,
נאך צוויי מינוט הייבט די זון אן ארויסקומען, די ערשטע רגע קוקט דאס אויס ווי א דיימאנד רינג, א דינע שטריך ארום איז שטארק באלאכטן, און א פינטל ביים עק וואס ווערט פארמירט דורך דעם וואס די זון הייבט זיך אן באווייזן און שיינט גאר שטארק, עפעס א מין ליכטיגקייט וואס איך האב נאך נישט געזעהן, און דאן ווערט צוריק ליכטיג
דערמיט ענדיגט זיך א געשיכטע וואס האט געהאלטן געשפאנט טויזענטער אמעריקאנע, האטעלס איבער א שעה אוועק פון די סיטיס ווי סאיז געווען א טאטעל עקליפס איז געווען אויספארקויפט, כמעט צוויי שעה אוועק איז אויך געווען אויספארקויפט די נארמאלע האטעלן, די צוויי סטאר האטעלן האבן געבעטן ביז ניין הונדערט דאללער, איבעראל זענען מענטשן געשלאפן אין קארס, ביי יעדע פארקינג לאט, רעסט עריע זענען געווען פול רוב פארקינג פלעצער מיט פולע משפחות שלאפענדיג
די טרעפיק איז געווען א דיזעסטער, יעדע פארק איז געווען פארפלייצט מיט מענטשן. און וועלעכער געשעפט מ׳איז נאר אריין איז געווען ליינס פון מענטשן, און די ווינקלן איז געזעהן געווארן פולע אידן מיט טלית ותפילין. זיבן אזייגער צופרי איז שוין די גאסן געווען פיל מיט כל ערליי עקוויפמענט, דער עולם האט אנגעשפיצט די מאשינערי, און ליטעלי געזיצן אויפן גאס ביז צוויי אזייגער.
#מה רבו מעשיך ה׳[/justify]

-
- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 955 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל
שלום שטיסל האט געשריבן: אבער עפעס א קאליר וואס מקען נישט אראפלייגן, א אינטערסאנטער דעיטיים לייט באלייכט די ארום.
און א פינטל ביים עק וואס ווערט פארמירט דורך דעם וואס די זון הייבט זיך אן באווייזן און שיינט גאר שטארק, עפעס א מין ליכטיגקייט וואס איך האב נאך נישט געזעהן, און דאן ווערט צוריק ליכטיג
איך האב אן ערנסטער חשש אז די סארט אומגעווענליכע/אומבאשרייבליכע ליכטיגקייטן קען מען זען יעדן פארטאגס ווען די זון שיינט אויף אויך אין ניו יארק סיטי ובכל ארץ ותבל. נאר מיר זענען נישט זוכה דערצו, זייענדיג אונטערן לקוי חמה וואס איז באדעקט מיט אונזערע דאכענעס...
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
איסר האטלקי האט געשריבן:שלום שטיסל האט געשריבן: אבער עפעס א קאליר וואס מקען נישט אראפלייגן, א אינטערסאנטער דעיטיים לייט באלייכט די ארום.
און א פינטל ביים עק וואס ווערט פארמירט דורך דעם וואס די זון הייבט זיך אן באווייזן און שיינט גאר שטארק, עפעס א מין ליכטיגקייט וואס איך האב נאך נישט געזעהן, און דאן ווערט צוריק ליכטיג
איך האב אן ערנסטער חשש אז די סארט אומגעווענליכע/אומבאשרייבליכע ליכטיגקייטן קען מען זען יעדן פארטאגס ווען די זון שיינט אויף אויך אין ניו יארק סיטי ובכל ארץ ותבל. נאר מיר זענען נישט זוכה דערצו, זייענדיג אונטערן לקוי חמה וואס איז באדעקט מיט אונזערע דאכענעס...
אלו ואלו דברי אלקים חיים. איר האט טאקע וואס חושש צו זיין און מיר גלייבן אייך אויפ'ן ווארט אז איר זענט אונטער א ליקוי א יעדען אינדערפרי. אבער דאך סארי איסר, שלום האט רעכט. ס'איז נישט געווען סתם א בלוי גרעי אדער פונקיש קאליר וואס ווערט ציביסלעך לעכטיג מידי יום ביומו וואס דעס וואלט איך מדמה געווען צו די ליכטיגקייט פון א פלורעסענט באלב וואס ווארעמט זיך אן ציביסליך (איך בין חושש אז ווען דיין ליקוי הייבט אן אראפגיין איז עס אויך היבש "ציביסלעך"...).
ס'איז געווען עפעס א מין אינטערסאנטע שארפע ליכטיגקיייט ליכטיגקייט וואס ווערט ציביסלעך טינקעלער אבער האלט נאך אלס אן דיסטינקט שארפע קאליר. עפעס אזוי ווי ר' אדלער שרייבט:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:די זון האט אויסגעקוקט ווי א טשענדעליער וואס איין לעקטער גלעזעל נאכן צווייטן ברענט זיך אויס, וואס א מינוט ס'גייט דורך ווערט אלץ טונקעלער
א שענדעליר מיט די אלטע קלעיר שענדעליר באלבס וואס האט א שטארקע טינקעלע לעכטיגע שאטענדיגע זוניגע שיין...
diaclaimer: I tried my best to explain it, I hope you understood
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: מיין ליקוי חמה
וואלווי, מ׳קען איבערלעבען אזעלכע קאלירען וכו׳ דורך אנדערע וועגען. די ׳כישוף שוועמלעך׳ פאראורזאכען אזעלכע איבערלעבעניש׳ן אויך
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: מיין ליקוי חמה
נאפ! ביידע זענען ראנג, נישט הינדערטער און נישט טויזענטער, נאר מיליאנען! ליין וויפיל אמעריקאנער זענען געקומען צו פארן צו דע שטעיט וואס איז געווען אין די פעט אוו טאטאליטי, אפאר מיליאן און דאס איז חוץ פון מענטשן וואס זענען געקומען פון דרויסענדע לענדער.ליפא האט געשריבן:שלום שטיסל האט געשריבן:[justify]דערמיט ענדיגט זיך א געשיכטע וואס האט געהאלטן געשפאנט טויזענטער אמעריקאנע[/justify]
כ'גלייב נישט טויזענטער, מסתם שווערע הונדערטע
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: מיין ליקוי חמה
אבער נישט מיט א געמישעכטס מיט קוויטשעריי און קלאפעריי פון די רויטע העלזלעך, דאס איז געווען א יוניק עקספיריענסליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואלווי, מ׳קען איבערלעבען אזעלכע קאלירען וכו׳ דורך אנדערע וועגען. די ׳כישוף שוועמלעך׳ פאראורזאכען אזעלכע איבערלעבעניש׳ן אויך
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: מיין ליקוי חמה
ווען איך וואלט געפארען, וואלט איך א בליק געטוהן אויפ׳ן זון, אבער דערנאך ארום געקוקט אויף דער עולם. געכאפט בילדער פון טאטעס מיט קינדער וואס קוקען אין הימל, מאמעס וואס דארפען געבען עסען פאר פיצעלעך בשעת זיי ווילען קוקען צום זון. איך וואלט ארום געפרעגט דער עולם זייער לעבענס געשיכטע און פארוואס זיי זענען געקומען צו פארען. אפשר וואלט איך פארקויפט טי שערטס, אפשר סתם עסען. מ׳קען פראווען תאמעוואטע און פרעגען דער עולם פארוואס ס׳איז פלוצלונג טונקעל געווארען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: מיין ליקוי חמה
כ'האב גראדע געכאפט אסאך שיינע בילדער און אויך ווידיאו קליפס, ווי דער עולם שרייט מתוך קירות ליבם, אבער כ'קען נאך נישט ארויפלייגן מכמה סיבות, ווען כ'וועל אהיים קומען עלעך פרובירן צו ארבייטן דערויף, כ'בין נאך אינטערוועגען'סליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווען איך וואלט געפארען, וואלט איך א בליק געטוהן אויפ׳ן זון, אבער דערנאך ארום געקוקט אויף דער עולם. געכאפט בילדער פון טאטעס מיט קינדער וואס קוקען אין הימל, מאמעס וואס דארפען געבען עסען פאר פיצעלעך בשעת זיי ווילען קוקען צום זון. איך וואלט ארום געפרעגט דער עולם זייער לעבענס געשיכטע און פארוואס זיי זענען געקומען צו פארען. אפשר וואלט איך פארקויפט טי שערטס, אפשר סתם עסען. מ׳קען פראווען תאמעוואטע און פרעגען דער עולם פארוואס ס׳איז פלוצלונג טונקעל געווארען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: מיין ליקוי חמה
מיר ווארטען מיט שפאנונג. נסיעה טובה ונעימה!
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליפא
- חבר ותיק
- הודעות: 2159
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
- האט שוין געלייקט: 2314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:נאפ! ביידע זענען ראנג, נישט הינדערטער און נישט טויזענטער, נאר מיליאנען! ליין וויפיל אמעריקאנער זענען געקומען צו פארן צו דע שטעיט וואס איז געווען אין די פעט אוו טאטאליטי, אפאר מיליאן און דאס איז חוץ פון מענטשן וואס זענען געקומען פון דרויסענדע לענדער.ליפא האט געשריבן:שלום שטיסל האט געשריבן:[justify]דערמיט ענדיגט זיך א געשיכטע וואס האט געהאלטן געשפאנט טויזענטער אמעריקאנע[/justify]
כ'גלייב נישט טויזענטער, מסתם שווערע הונדערטע
I was sarcastic
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: מיין ליקוי חמה
כ'האב באגעגענט דארט אסאך טראמפיסטןליפא האט געשריבן:דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:נאפ! ביידע זענען ראנג, נישט הינדערטער און נישט טויזענטער, נאר מיליאנען! ליין וויפיל אמעריקאנער זענען געקומען צו פארן צו דע שטעיט וואס איז געווען אין די פעט אוו טאטאליטי, אפאר מיליאן און דאס איז חוץ פון מענטשן וואס זענען געקומען פון דרויסענדע לענדער.ליפא האט געשריבן:שלום שטיסל האט געשריבן:[justify]דערמיט ענדיגט זיך א געשיכטע וואס האט געהאלטן געשפאנט טויזענטער אמעריקאנע[/justify]
כ'גלייב נישט טויזענטער, מסתם שווערע הונדערטע
I was sarcastic [emoji14]
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווען איך וואלט געפארען, וואלט איך א בליק געטוהן אויפ׳ן זון, אבער דערנאך ארום געקוקט אויף דער עולם. געכאפט בילדער פון טאטעס מיט קינדער וואס קוקען אין הימל, מאמעס וואס דארפען געבען עסען פאר פיצעלעך בשעת זיי ווילען קוקען צום זון. איך וואלט ארום געפרעגט דער עולם זייער לעבענס געשיכטע און פארוואס זיי זענען געקומען צו פארען. אפשר וואלט איך פארקויפט טי שערטס, אפשר סתם עסען. מ׳קען פראווען תאמעוואטע און פרעגען דער עולם פארוואס ס׳איז פלוצלונג טונקעל געווארען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דע חברה האבן צייט like no tomorrow.
איינע פון זייערע מעלות איז אז ס'נישט דא פארמעליטיס. אלעס איז "אין יור פעיס". אויב זענען זיי פון די פארביסענע זעסטו עס זייער שנעל, אויב נישט, וואס ע"פ רוב זענען זיי זייער פריינטליך טאקע, קען מען שמועסען אין שמועסען, אנלייק דא אין די "בעסערע" נארט איסט ווי ס'הערשט די פאלשע שמייכל מיט עמפטי טאק.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 230
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 7:51 pm
- האט שוין געלייקט: 173 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל
Re: מיין ליקוי חמה
אצינד קומט אריין די אסטראנאמישע נייעס אז קומענדיגע ערב ר"ח ניסן תשפ"ד, ולמספרם April 8, וועלן נאטור ליבהאבער און eclipse chasers ווידעראמאל האבן די געלעגנהייט צו בייגעוואוינען א טאטאלע ליקוי חמה. די 125 מייל ברייטע path פון "טאטאלע ליקוי" וועט דאסמאל זיך אנהייבן אין מעקסיקא, פון דארט אריבער קיין Texas, און אזוי ווייטער פאראויס מארשירן שיף ארויף ביז Maine, דורכ'שניידנ'דיג 14 שטאטן (זעה מאפע בייגעלייגט).
אנדערש ווי ביי די ליקוי חמה פון 7 יאר צוריק ווען מען האט געדארפט רייזן ווייטע שטרעקעס בכדי צו קענען אבזערווירן דעם וואונדערליכן פענאמענאן. וועט מען אצינד ביי די דאזיגע ליקוי חמה יא האבן די געלעגנהייט עס צו מיטלעבן דורכ'ן פארן צום שטאט SYRECUSE וועלכע געפינט זיך קנאפע 250 מייל צפון מערב פון ברוקלין (4 שעה דרייוו), און איז אינעם path פון טאטאלע פארשטעלונג.
אין ברוקלין זעלבסט וועט בלויז 91 פראצענט פון די זון פארשטעלט ווערן דורך די לבנה, א אונטערשייד וואס דער מענטשליכער אויג קען נישט באמערקן אז ס'איז עטוואס טונקעלער, ווידעראום מאנטריאל (לאפוקי טאהש) איז אויכעט אינעם טאטאלן ליקוי path,דאס באדייט אז מאנטריאלע איינוואוינער וועלן נישט ברויכן טרעוולען צו קענען מיטהאלטן דעם טאטאלן ליקוי.
אין מערב ניו יארק (אריינגערעכנט Syracuse/buffalo) וועט דער ליקוי חמה וועט זיך אנהייבן קורצליך נאך 2 אזייגער נאכמיטאג, אינדערצייט וואס דער טאטאלע ליקוי וועט ערשט פאסירן בערך 3:22 נאכמיטאג, און וועט אנהאלטן (אין Syracuse) פאר א מינוט און 27 סעקונדעס, און אין באפעלא וועט עס אנהאלטן פאר אומגעפעהר 3 מינוט און 47 סעקונדעס.
נעמענדיג אין באטראכט אז די קומענדיג מאל ס'וועט פאסירן אזאנס אין די פאראייניגטע שטאטן וועט זיין אין יאר תת"ה (21 יאר ארום), און אויף א ערב פסח, איז צום ערווארטן אז שווערע מאסן וועלן זיך יאווענען צום path פון טאטאלע ליקוי כדי נישט צו פארפאסן אזא זעלטענע און וואונדעליכע ערשיינונג, וועלכע גיבט פאר דעם מענטש א געלעגנהייט צו זעהן מיט די אייגענע אויגן די פייערדיגע plasma וועלכע שיסט שטענדיג ארויס פון די זון, אויך באקאנט אלס Corona, ווי אויך וועט מען קענען זעהן שטערן'ס און פארשידענע פלאנעטן אינמיטן טאג, דעריבער איז ראטזאם זיך איינצוהאנדלען די ספעציעלע certified ליקוי חמה גלעזער בעוד מועד, נאך איידער די לעצט מינוטיגע מענטשן וועלן זיך א לאז טון אויף די געשעפטן און אפליידיגן די פאליצעס.
שאו מרום עיניכם וראו מי ברא אלה!

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 29
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 22, 2024 4:22 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 230
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 7:51 pm
- האט שוין געלייקט: 173 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 230
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 7:51 pm
- האט שוין געלייקט: 173 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל
Re: מיין ליקוי חמה
אט איז א אינפארמאטיווע ווידעא וועלכע ערקלערט זייער קלאר וואס עס פאסירט ביי א ליקוי חמה
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 158
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 19, 2017 4:03 pm
- האט שוין געלייקט: 3964 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל
Re: מיין ליקוי חמה
I read that you shouldn't look at the solar eclipse even through your phone's camera
How on earth is it possible to damage your eyes by looking at the phone screen it's only capable of so much brightness
How on earth is it possible to damage your eyes by looking at the phone screen it's only capable of so much brightness
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 230
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 7:51 pm
- האט שוין געלייקט: 173 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל
Re: מיין ליקוי חמה
טאמער איימיצער קען אריינקומען מיט "קלארע" וועטער פארשאצונגען ווי פונקטליך מ'וועט קענען מיטהאלטן די טאטאלע ליקוי חמה אין ניו יארק אן דארפן זיך זארגן איבער וואלקענעס וואס פארשטעלן די אויגן, זאל ביטע אריינקומען און באריכטן. ולמצוה גדולה יחשב.
כ'האב פראבירט צו נישטערן אויף די ברייטע אינטערנעט, אבער די רעזולטאטן זענען עקסטרעם צומישנד
כ'האב פראבירט צו נישטערן אויף די ברייטע אינטערנעט, אבער די רעזולטאטן זענען עקסטרעם צומישנד
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
Re: מיין ליקוי חמה
Doesn't make any sense that means you can't look at any video or picture that has the Sun in itחמלה גדולה האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 05, 2024 1:32 am I read that you shouldn't look at the solar eclipse even through your phone's camera
How on earth is it possible to damage your eyes by looking at the phone screen it's only capable of so much brightness
The truth is you can't look at the sun through your camera the same as you can't look at the sun with your eyes
You need the eclipse glasses
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 158
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 19, 2017 4:03 pm
- האט שוין געלייקט: 3964 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל