שיח ושיג האט געשריבן:צוקער זיס צו הערן ווי אזוי ר' מנשה פילאפף רעאגירט צו די דרשה פון וואודריזדשער רב קול חומת הדת 7183628800 דריק 1-4-3-1-5 נאכדעם דריי מאל 9 און צוויי מאל 6
5-1-3-4-1 אדער פארקערט איך קען נישט אנקומען
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
שיח ושיג האט געשריבן:צוקער זיס צו הערן ווי אזוי ר' מנשה פילאפף רעאגירט צו די דרשה פון וואודריזדשער רב קול חומת הדת 7183628800 דריק 1-4-3-1-5 נאכדעם דריי מאל 9 און צוויי מאל 6
דער וואוידריזשער רב רעאגירט אויף די ווערטער פון ר' מנשה פילאפף זייער שיין 718-906-6428 #4 #201
ימים ידברו: איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו ווילסט דא זאגן. אבער איין זאך איז זיכער אז ר' מנשה פיליפ איז איינער פון די מענטשן וועלכע פיהרן אן די פאלשע פראפאגאנדע און זענען בבחינת איינער פון די נביאי שקר וועלכע פארפיהרן די צאן קדשים דורך פארדרייען און פארקרומען וואס דער סאטמאר'ע רבי זצוק"ל האט געזאגט און געמיינט. אלעס כדי ס'זאלל שטימען מיט זייער פאלשע אויסגעטראכטע אגענדא. אשר בדו הם מליבם (נישט די ציונים.) און זיי זענען תועה ומתעה א גאנצן דור פון תמימות'דיגע מענטשן וועלכע ווייסן נעבעך נישט בעסער...!
בערל בעל עגלה וואס ווייסטו פון סאטמאר? עס דאכציך האסט גלערינט אין פאפא נישט אזוי ? ווער האט דיך ממנה געווען מבחין צו זיין וואס איז ריכטיג און וואס איז שקר? גראדע האב איך וואס צו זאגען בנוגע הרב פילאף אבער די סאטמאר זייט ווען?
ימים ידברו האט געשריבן:בערל בעל עגלה וואס ווייסטו פון סאטמאר? עס דאכציך האסט גלערינט אין פאפא נישט אזוי ? ווער האט דיך ממנה געווען מבחין צו זיין וואס איז ריכטיג און וואס איז שקר? גראדע האב איך וואס צו זאגען בנוגע הרב פילאף אבער די סאטמאר זייט ווען?
ימים ידברו: אבער דעם ויואל משה פארקויפט מען פאר א פאפא'ער אויכעט. און אריינגיין צו סאטמאר'ע רבי'ס טיש האט מען נישט געבעטן קיין איי. די.
ווען דו וועסט אדורכלערנען דעם ויואל משה אזוי ווי איך, וועללן מיר זיך מפלפל זיין. ווען איינער האט נישט געגעסן לאנטש אויף סענדז סטריעט, מיינט נאכנישט אז ער קען נישט זאגן קיין דיעה איבער די משוגעים און פאלשע ברואים וואס דרייען זיך אין סאטמאר...!
איך האב געהערט דער וואודרידזשער רב אכצען יאר צוריק, און איך זעה נישט אז ער האט עפעס געטוישט.
דער אמת איז, די גאנצע ענין איז טפשות והבל. דאס אז א סוגיא איז געווארען 'מה דעת האדמו"ר זצ"ל' איז נישט די תורה וועג. מ'לערנט תורה, מ'הערט די אלע דעות, און מ'פסק'נט לויט די היינטיגע אומשטענדן. דער סאטמארער רב איז א דעה אין די קייט פון תורה אוטאריטעטן, מאקסימום. דער וואס זיין גאנצע תורה איז וואס זיין רעבע זכרוינעלברוכע האט געהאלטען, צו דער הייסט באבוב, ליובאוויטש, סאטמאר צו בריסק, זוכט נישט אין די ריכטיגע פלעצער.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב געהערט דער וואודרידזשער רב אכצען יאר צוריק, און איך זעה נישט אז ער האט עפעס געטוישט.
דער אמת איז, די גאנצע ענין איז טפשות והבל. דאס אז א סוגיא איז געווארען 'מה דעת האדמו"ר זצ"ל' איז נישט די תורה וועג. מ'לערנט תורה, מ'הערט די אלע דעות, און מ'פסק'נט לויט די היינטיגע אומשטענדן. דער סאטמארער רב איז א דעה אין די קייט פון תורה אוטאריטעטן, מאקסימום. דער וואס זיין גאנצע תורה איז וואס זיין רעבע זכרוינעלברוכע האט געהאלטען, צו דער הייסט באבוב, ליובאוויטש, סאטמאר צו בריסק, זוכט נישט אין די ריכטיגע פלעצער.
ימים ידברו האט געשריבן:סך הכל הרב יצחק לעבאוויטש זאגט זיכער אנדערשט וואס ער האט געזאגט מיט צען און צוואנציג יאר פיליף זאגט די זעלבע ווי צען און צוואנציג יאר אם כן בנוגע שיטת סאטמאר גערעכט וועט בלייבען פיליף ווייל כל המשנה ידו על התחתונה. מקען זיך אין פאפא בית המדרש דינגען ביז מארגען אקעגין פיליף איי דידענט קעיר אבער אין סאטאמר איז פיליף בראש ווער סטוישט האט אלע רעכטען אבער ער קען נישט טוישען סאטמאר ער קען זיך טושען אזוי ווי די ארונים האבען געטון כל הכבוד להם! אבער ווער עס וויל בלייבען מיט די אלטע סאקמרע שיטות זאל הערן פיליף פינטעל
פיליפ איז נישט ארויפגעקוקט ביי כאטשיג 95% סאטמאר, כמעט יעדער דארט האלט אז ער האט משנה געווען און איז געגאנגען עקסטרעים מיט די קאפ אין וואנט. די פאר וואס קויפן נאך זיין לאקשן זענען נישט קיין ברייטע קעפ (מילד גערעדט).