דער עתיד פון קרית טאהש

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
[NAMELESS]

דער עתיד פון קרית טאהש

שליחה דורך [NAMELESS] »

היינט איז ליידער דער יום המר פאר חסידי טאהש מיט די פטירה פון זייער רבין זצ״ל, וואס האט אויפגעשטעלט דער טאהש׳ער שטעטל און דעם רבינס לעבן האט געהאלטן דאס שטעטל ביים חיות.

אצינד אז הצדיק אבד בלייבט איבער צו טראכטן וואס וועט טאקע זיין מיט דער שטעטל.

ווי באקאנט האבן זיך שוין און די לעצטע תקופה אוועק געצויגן א שיינע פאר אידן פון די סמעטענע פון דער קריה צוליב אינערליכע קריגערייען, ווי אויך איז דא דארט א גרויסע צאל אינגעלייט וואס האבן מיט טאהש א קנאפער שייכות נאר זיי האבן חתונה געהאט דארט, ווי אויך הערשט דארט א שטיקעל פאליטיק, במילא פרעגט זיך א פראגע, גייט דער שטעטל האבן א קיום?

ס׳איז דא א סברה צו זאגן אז יא, סוף כל סוף איז דא דארטן א שיינע ציבור אידן, וואס בלייבן דארט, ווי אויך דער נייער רבי הרב אלימלך לאווי שליט״א איז גאנץ א וואילער איד, און אין מיינע אויגן איז גאר נאך אפילו חשובער פון רוב אנדערע רבי׳ס משום כמה סיבות.

אדער קען מען זאגן אז ניין, דער עולם קריגט זיך דארט, די אינגעלייט ווילן נישט בלייבן דארט, זיי דארפן נישט זייערע קינדער זאלן זיי אויפוואקסן טאהש׳ע קאטשאלאבניקעס, ווילאנג ס׳איז געווען דער רבי מהיכי תיתי אבער אצינד גייט מען פאקן פעק.

אני כשלעצמי זעה אז און אפאר יאר פון איצט גייט טאהש קאנאדא אויסקוקן פונקט ווי טאהש אונגארן, ס׳גייט זיין א גדר ארום די שטעטל, אריינצוגיין וועט מען דארפן שמירן די גוי וואס גייט זיין די שומר הפתח דארט, ווי אויך וועט יונה לאנדא מאכן נסיעות ערגעץ קיין קאנאדא און זאגן אס דא האט געוואינט א טאהש׳ער צאדיק, און אונזערע קינדער די קומענדע דור קאווע שטיבל שרייבערליך וועלן חוזק מאכן דערפון דא אין שטיבל.

וואס האלט דער עולם? גייט טאהש אויסקוקן ווי קרית קאשוי? אדער האט עס נאך א קיום?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

דער עתיד פון קרית טאהש איז, אז מען וועט אויסרייסן די קאטשאלאבניקע טאהש, מען וועט עס פיין אהערשטעלן מיט בעל-בתי'שע יונגעלייט און מאכן דערפון א שיינעם שטאט. יעדע וואך וועט דער רבי פירן טיש, ווער עס וויל וועט קומען און ווער נישט, וועט נישט קומען.

ושלום על ישראל.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אויב טאהש וועט אפעציעל צולאזן אנדערע חבורות צו פראקצירען בתי מדרשים און מוסדות'לעך וועט טאהש זיין די future פאר א פרומע חסידיש שטעיטל, און ניו יארק וועט זיין פרום-ריין...
Under influence
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

קען זיין, אבער וואס האבן זיי דערפון?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיט עטליכע חדשים צוריק האט זיך געהאנדלט פון געבן פאר ר' מיילעך טאשער א סכום פום עטליכע צענדליגע מיליון דאלער! ער זאל אוועק מאפן קיין מאנסי און אפטרעטן פון ס'גאנצע מעשה ראביסטווע. נאך א לענגערע צייט וואס אפי' זיינע נאנטע האבן זיך געזען אין א מצב וואס עס וועט נישט טויגן מיט זיין פירערשאפט, ווען מען האט אים געבעטן צו נעמען לפחות די הוצאות הישיבה אויף זיינע פלייצעס, און ער האט געזאגט לא מיט אן 'א' ווי כאילו ער טוט זיי גאר א טובה מיט זיין הנאה האבן פון די ישיבה...
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

וואס וואלט געווען דער פלאן, ווער זאל זיין רבי נאכדעם?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

געוואגטער קום אריין קלארער....
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

Re: דער עתיד פון קרית טאהש

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

@געוואגטער ב.ש. געשאסן א מעשה
דאס מענטשעלע שפילט........
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:מיט עטליכע חדשים צוריק האט זיך געהאנדלט פון געבן פאר ר' מיילעך טאשער א סכום פום עטליכע צענדליגע מיליון דאלער! ער זאל אוועק מאפן קיין מאנסי און אפטרעטן פון ס'גאנצע מעשה ראביסטווע. נאך א לענגערע צייט וואס אפי' זיינע נאנטע האבן זיך געזען אין א מצב וואס עס וועט נישט טויגן מיט זיין פירערשאפט, ווען מען האט אים געבעטן צו נעמען לפחות די הוצאות הישיבה אויף זיינע פלייצעס, און ער האט געזאגט לא מיט אן 'א' ווי כאילו ער טוט זיי גאר א טובה מיט זיין הנאה האבן פון די ישיבה...

איך קען נישט די טאהש׳ע פאליטיק און עס אינטרעסירט מיר בכלל נישט, אבער אז דו האסט עס שוין דערמאנט דא איז מיר אינטרעסאנט אנצומערקן אז איך האב לעצטנס געהערט פון א חבר (א פייער׳דיגע חסיד פון רבי הערשל׳ע פיש שליט״א) פונקט פארקערט.
אפאר עשירים האבן מחליט געווען (נאך וואס רבי הערשל פיש איז ארומגעפארן אין אמעריקא און אייראפע צו זאמלען געלט פאר די טאהש׳ע ישיבה - ווי ער איז א מגיד שיעור - און ער האט געהאט גרויס הצלחה און ער האט זייער שיין אויסגענומען ביי די נגידים און המון עם) אז זיי גייען געבן געלט צו אויפבויען די טאהש׳ע בית מדרש אין מאנסי און אויפנעמען רבי הערשלע אלץ אדמו״ר מטאהש מאנסי (אדער אדמו״ר מטאהש ארה״ב, איך געדענק נישט די פונקטליכע נאמען).
איך זאג דאס נישט בתורת ידיעה, נאר בתורת שמיעה בעלמא וואס איך האב געהערט פון א יונגערמאן, מיינס א גוטע חבר, וזהו, מער פון דעם ווייס איך נישט לגבי די גאנצע סאמאטוכע פון וואס דער געוואגטער האט גערעדט.
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

Re: דער עתיד פון קרית טאהש

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

קאווע טרינקער האט געשריבן:אויב טאהש וועט אפעציעל צולאזן אנדערע חבורות צו פראקצירען בתי מדרשים און מוסדות'לעך וועט טאהש זיין די future פאר א פרומע חסידיש שטעיטל, און ניו יארק וועט זיין פרום-ריין...

ווי זוי איך קיקן די פיקטשער נאכן רעדן מיט אידן פין דארטן נישט נאר יעצט נאכן פטירה איז די מצב אזוי:

א אינגערמאן וואס האט חתונה אין זיין משפחה איז ניטראל דאס הייסט דאווענט אויך ביי די אנדערע שיל איז העכסט צופרידן, האט זיך זיין דזאב א געשמאקער קרעמיל אין פיינע גאווירמינט בענעפיטס.


איינער וואס זיין משפחה זענען פין די פייטערס אקעגן טאהש זאגט יענער זענען אביסעל מער אויסגעשטעלט אוועק צו מופן ווייל וועלכע אינגערמאן האט חתונה מיטן דעת זיך צו שלאגן.

אין דער וואס די משפחה ארום איז פרוא טאהש האפט אז די יעצטיגער רבי וועט עפענען נאך א שול ( ווי די שמועס גיין וויל עפענען נאך א שטובעל ביי די נייער געגנט)
ווייל דאס איז די איינציגסטע זאך וואס פעלט זיי צו באקוועמליכקייט.

איז ממילא האלט איך אינטערגיין וועט עס נישט אזוי שנעל אין וואקסן אויך נישט סוועט זיין סטעיבל.

ווער סקען אביסעל די מהות פין די נייע אויפגענומענע רבי ער איז ליבעראל געשטומט ענק מיזען נישט דאוונען ביי מיך, פארשטייט זיך ווי ער וועט דערלייגן א דולר אויך אין וויי.

) ווי איינער שיקט מיר אין אישי אז יעצט איז זיכער דעם רבין'ס רצון נישט ארויס צו מופן [emoji3] )

אגב כמיין דער מצב איז נישט גוט די קליפס וואס ספארן ארום זעהט אויס ווי ער האט גענומען די דזויק ערענסט ער מאכט עס פיין די עולם קוויטעלט דער קישט.
מזאגט אז א גרויסער טאהשע עולם קומט צו פארן .
דאס מענטשעלע שפילט........
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

עזריאל האט געשריבן:היינט איז ליידער דער יום המר פאר חסידי טאהש מיט די פטירה פון זייער רבין זצ״ל, וואס האט אויפגעשטעלט דער טאהש׳ער שטעטל און דעם רבינס לעבן האט געהאלטן דאס שטעטל ביים חיות.

אצינד אז הצדיק אבד בלייבט איבער צו טראכטן וואס וועט טאקע זיין מיט דער שטעטל.

ווי באקאנט האבן זיך שוין און די לעצטע תקופה אוועק געצויגן א שיינע פאר אידן פון די סמעטענע פון דער קריה צוליב אינערליכע קריגערייען, ווי אויך איז דא דארט א גרויסע צאל אינגעלייט וואס האבן מיט טאהש א קנאפער שייכות נאר זיי האבן חתונה געהאט דארט, ווי אויך הערשט דארט א שטיקעל פאליטיק, במילא פרעגט זיך א פראגע, גייט דער שטעטל האבן א קיום?

ס׳איז דא א סברה צו זאגן אז יא, סוף כל סוף איז דא דארטן א שיינע ציבור אידן, וואס בלייבן דארט, ווי אויך דער נייער רבי הרב אלימלך לאווי שליט״א איז גאנץ א וואילער איד, און אין מיינע אויגן איז גאר נאך אפילו חשובער פון רוב אנדערע רבי׳ס משום כמה סיבות.

אדער קען מען זאגן אז ניין, דער עולם קריגט זיך דארט, די אינגעלייט ווילן נישט בלייבן דארט, זיי דארפן נישט זייערע קינדער זאלן זיי אויפוואקסן טאהש׳ע קאטשאלאבניקעס, ווילאנג ס׳איז געווען דער רבי מהיכי תיתי אבער אצינד גייט מען פאקן פעק.

אני כשלעצמי זעה אז און אפאר יאר פון איצט גייט טאהש קאנאדא אויסקוקן פונקט ווי טאהש אונגארן, ס׳גייט זיין א גדר ארום די שטעטל, אריינצוגיין וועט מען דארפן שמירן די גוי וואס גייט זיין די שומר הפתח דארט, ווי אויך וועט יונה לאנדא מאכן נסיעות ערגעץ קיין קאנאדא און זאגן אס דא האט געוואינט א טאהש׳ער צאדיק, און אונזערע קינדער די קומענדע דור קאווע שטיבל שרייבערליך וועלן חוזק מאכן דערפון דא אין שטיבל.

וואס האלט דער עולם? גייט טאהש אויסקוקן ווי קרית קאשוי? אדער האט עס נאך א קיום?

האהא איך געדענק נאך ווען קרית יואל האט זיך געעפענט און מען האט געזאגט די זעלבע. אז נאך אפאר יאר וועט יונה לאנדא מאכן נסיעות דארט און זאגן אז דא האט געוואונט סאטמאר רבי.
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

Re: דער עתיד פון קרית טאהש

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

דארפסט פארשטיין ווי נישט ווי רעדט מען דא פין קרוב צו 500 מייל ווייט.

מאנטריאל וועט אויך נישט ווערן קרית יואל אפי סאיז דא 2 סאטמער בעלזא סקווירא ניטראל מיט נאך אנדערע בתי מדרשים.

ווייט בלייבט ווייט
דאס מענטשעלע שפילט........
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

Re: דער עתיד פון קרית טאהש

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

לכבודך פין הרב @פריעד באטשי https://vimeo.com/136274315
דאס מענטשעלע שפילט........
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

Re: דער עתיד פון קרית טאהש

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

פריעד באטשי האט געשריבן:
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:מיט עטליכע חדשים צוריק האט זיך געהאנדלט פון געבן פאר ר' מיילעך טאשער א סכום פום עטליכע צענדליגע מיליון דאלער! ער זאל אוועק מאפן קיין מאנסי און אפטרעטן פון ס'גאנצע מעשה ראביסטווע. נאך א לענגערע צייט וואס אפי' זיינע נאנטע האבן זיך געזען אין א מצב וואס עס וועט נישט טויגן מיט זיין פירערשאפט, ווען מען האט אים געבעטן צו נעמען לפחות די הוצאות הישיבה אויף זיינע פלייצעס, און ער האט געזאגט לא מיט אן 'א' ווי כאילו ער טוט זיי גאר א טובה מיט זיין הנאה האבן פון די ישיבה...

איך קען נישט די טאהש׳ע פאליטיק און עס אינטרעסירט מיר בכלל נישט, אבער אז דו האסט עס שוין דערמאנט דא איז מיר אינטרעסאנט אנצומערקן אז איך האב לעצטנס געהערט פון א חבר (א פייער׳דיגע חסיד פון רבי הערשל׳ע פיש שליט״א) פונקט פארקערט.
אפאר עשירים האבן מחליט געווען (נאך וואס רבי הערשל פיש איז ארומגעפארן אין אמעריקא און אייראפע צו זאמלען געלט פאר די טאהש׳ע ישיבה - ווי ער איז א מגיד שיעור - און ער האט געהאט גרויס הצלחה און ער האט זייער שיין אויסגענומען ביי די נגידים און המון עם) אז זיי גייען געבן געלט צו אויפבויען די טאהש׳ע בית מדרש אין מאנסי און אויפנעמען רבי הערשלע אלץ אדמו״ר מטאהש מאנסי (אדער אדמו״ר מטאהש ארה״ב, איך געדענק נישט די פונקטליכע נאמען).
איך זאג דאס נישט בתורת ידיעה, נאר בתורת שמיעה בעלמא וואס איך האב געהערט פון א יונגערמאן, מיינס א גוטע חבר, וזהו, מער פון דעם ווייס איך נישט לגבי די גאנצע סאמאטוכע פון וואס דער געוואגטער האט גערעדט.

ער זאגט עס אויף מיילך אדער מיט דרך ארץ אדמור מטאהש אין די זאגסט עס אויף הרב הערשל פיש.

כקען נישט רעדן ווייל כהאב עס נישט געהערט אבער אויף הערשל פיש מאכט עס מער סענס.
ער איז א קאפי פין זיין זיידע אזוי זאגט מען כבין צו אינג צו האבן געקענט זיין זיידע זצ"ל
דאס מענטשעלע שפילט........
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

איך קען נישט זען די ווידאו, קען איינער ארויפלייגן אויף קאפי פליז?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך זאג עס נישט אויף קיינעם, איך זאג נאר נאך וואס איך האב געהערט פון א חבר מיינער אבער איך נעם ״אויסדריקלעך נישט קיין אחריות דערויף! איך האב בכלל נישט מיטגעהאלטן די גאנצע סאמעטוכע, עס איז נאר מפי השמיעה.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

טעיתי.
ווי ס׳קוקט אויס האט טאהש יא א הערליכער עתיד, די רבי האט דאס קאפ אויפן פלאץ און האט זיכער געמאכט אז אלע מחלוקות קומען צו א ענדע, ווי אויך איז די געפארעכץ אויף יום טוב אריבער אלע ערווארטונגען, ס׳קוקט אויס אקוראט ווי די געזונטע יארן פונעם אלטן טאהשער.
באניצער אוואטאר
מאטל שניידער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 258
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:31 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

Re: דער עתיד פון קרית טאהש

שליחה דורך מאטל שניידער »

גוטע איד האט געשריבן:
מאטל שניידער האט געשריבן:ר' בערל די מעשה איז אין כאן קרח ואין כאן משה רבינו, די וואס דו רופסט די העצערס האט זיך נאך אנגעהויבן בחייו פונ'ם אלטן רבי'ן זי"ע, און דאס איז געווען צוליב די פיר הייליגע אותיות געל"ט, ממילא איז נישטא דא קיין מערכה צווישן די קדושה און טומאה, חסידים און מתנגדים, קיען און העצערס, ארנטליכע און אויסווארפן, בסך הכל איז דאס א מחלוקת וואס האט זיך אנגעהויבן איבער שררה אין געל"ט, און צ. ב. דאס אז אז עפענט זיך א ברסלב ביהמ"ד איז פירות הנושרים, איינמאל ס'איז שוין דא א קומץ אנפייפערס וואס טוט אינדערערד לייגן קאמוניזם כאפט מען זיך מיט מיט'ן וואגן.

און דאס וואס דו זאגסט מוף קיין מאנטריאל... פארוואס זאל ער? ער איז געבוירן אין טאהש, זיין שווער וואוינט אין טאהש, זיין טאטע וואוינט אין טאהש, ער גליכענט זייער דאס פלאץ, הי קאלדנט קעיר לעסס, יא קאנאדע איז דעמאקראטיש, מען קען נישט סתם אזוי פארשיקן מענטשן אדער פארברענען הייזער, וועט ער בלייבן ווי ער איז, דאווענען ווי ער וויל, צו ס'איז תחת פיקוחו אדער נישט גייט אים גאנץ ווייניג אן,

אין די דעמאקראטישע וועלט איז פארשטענדליך אז שררה איבער א שטעטל איז נישט א זאך וואס קען גיין בירושה פון טאטע צו זון, פונקט אזוי ווי ס'דא וואלן אין די אלגעמיינע וועלט. דער מייסד פונ'ם שטעטל האט געדארפט האבן גרויס סיעתא דשמיא און ער האט געהאט א קלארע וויזיע, איינמאל ער איז נישטא און זיין וויזיע איז מער נישטא, און די גאנצע תכלית הבריאה וכל התורה והמצוות בלייבט נאר די פיר הייליגע אותיות דארף מען גרויס רחמי שמים אז ס'זאל אנהאלטן כרצונו של אותו צדיק.


טאהש איז נישט ווי סקווירא, מען פארלאנגט נישט פון קיינעם גארנשט, נישט דא קיין שום טעראר, ווער עס זאגט אז עס דא טעראר אין טאהש, איז ער ממש משוגע, אין וויליאמסבורג איז דא סאך מער טעראר.
איינער ואס פראבירט צו צוברעכן דעם פלאץ איז סתם א שלעכעטער, אביסל אפרישיעשען, פאר דיין היימלאנד, וואס האט דיר נאר גוטס געטוען.

טאהש איז נישט ווי סתם א שטעטל, עס איז נישט ווי בלומענבערג וואס איז א צענטראלע זאך, און ווער עס וויל קען קומען. דארט דארף מען טאקע מאכן וואלן.
הרה"ק מטאהש האט געגרינדעט זיין אייגן שטעטל, זיין אייגען ביזנעס, ער האט קיינעם נישט געצווינגען צו גיין אהין, אלע איינוואוינער זענען געגאנגען פון זייער אייגענעם ווילן, און די טאהשע רבי זי"ע האט געהאט אלע רעכטן איינצופירן תקנות. איינע פון זיינע פארלאנגען זענען געווען אז בנו וממלא מקומו זאל איהם איבערנעמען נאך זיין פטירה, און ער זאל פירן די עדה הקדושה, לויט ווי אזוי ער וויל, און איהם געפעלט, ער האט געהאט אלע רעכטן איבערצוגעבן זיין פריוואטע חפץ פאר זיין זוהן.

דאס אז די ביסט געבוירן אין טאהש, און די ביסט א איידעם אין טאהש, קענסטו האבן נאר טענות אויף דיין טאטע און מאמע. אזוי ווי די וואוינסט אין קאנאדע מיסטו איינהאלטן די קאנאדישע געזעצן, און די קיובעקע געזעצן, אפילו די ביסט דארט געבוירן, אזוי אויך מיסטו איינהאלטן די פארלאנגען פון טאהשער רבי שליט"א. און אויב די רבי פארלאנגט נישט, זאלסטו כאטש האבן פאר איהם די מינאמאלסטע רעספעקט.


פאר דיר דארף איך נישט מסביר זיין ווייל ווי עס שיינט ביזטו גאנץ באהאוונט מיט די ענינים אבער פאר די אנדערע דא אין שטיבל וואס ווערן קאנפיוזד וויל איך עס פשוט מסביר זיין מ'זאל פארשטיין

די כת החולקים (אדער ווי מרופט עס אין טאקש 555) זענען נישט קיין פשוט'ע שונאים פורקי עול וואס האבן מחליט געווען אינטערצוברענגן די רעזשים א שטייגער ווי די סקוירא פושעים וכדו' מרעדט דא פון מענטשן וואס זענען אמאל געשטאנען בראש אין זיך משתלט געווען... די היינטיגע אדמו"ר האט זיי פארשיקט (נישט אריינגיין יעצט אין די פרטים) זיי האבן דעמאלטס געשוואירען נקמה אין געפענט א ניי בית מדרש (די נטורי קרתא האט זיך מיטגעכאפט) אין די ווילסט אז זיי זאלן מקבל מרת זיין פון דער וואס האט זיי צוטרויטן? איך הער זיי ווילן אבער נישט... אין סקוקט אויס ווי זיי האבן דיר נישט געפרעגט וואס צו טוהן

על דאטפת אטפוך וסוף מטיפייך יטופון

זעט מער דא:
viewtopic.php?t=4616

viewtopic.php?t=9436
מענטשן'ס מחשבות ווערן געטוישט דורך אָבזערוואַציע און נישט דורך אַרגומענטן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מאטל דער שניידער: מיין תשובה איז בעיקר געוואנדן צו עזריאל. (דער פותח האשכול)

איינס פון די עיקר טעמים פון די אפאזיציע איז טאקע ווייל זיי זענען געווען א חלק פון די פריערדיגע קארופטירטע אדמיניסטראציע. (וואו לאוען איז געווען אן אפגאט.) און ער האט געטון ככל העולה על רוחו. און געקאווערט זיינע באדדיעס. און דער נייער רבי שליט"א וויל דאס עוקר מן השורש זיין.

איך געדענק נאך ווען די ישיבה און דאס שטעיטל האטציך אויפגעמאכט. איך האב דאמאלס געוואוינט אין מאנטריאל. בשכינות מיט'ן טאשער רבינ'ס ביהמ"ד אויף דזשין מענס סטריעט. איך געדענק ווען, גלייך נאך פסח, פאר ר"ח אייר, ווען די גרעיהאונד באסעס מיט די בחורים זענען אנגעקומען צום טאשער ביהמ"ד. און פון דארט זענען זיי געפארן קיין קרית טאש. זיכער, האטציך א סאך געטוישט זייט די בראשית יארן. (יעצט איז שוין לאנג נאך די שמות יארן. און אפשר האלט מען שוין גאר ביים סוף פון די דברים יארן.). אונזער גאנצע משפחה האט געהאט גאר א נאנטן שייכות מיט טאהשער רבי זצוק"ל. און איך ווייס אז זיין גאנצער תכלית אין לעבן איז געווען דאס שטעטל און די ישיבה. היינט ווען זיין ממלא מקום און יורש דאורייתא (ר' מרדכי טאהשער איז דאך ליידער, פריצייטיג נפטר געווארן) פארנעמט די רביס'טווא און ס'איז דא א סאך אומ'צופרידענע ברואים. ווייל מ'איז אפשר געגאנגען א ביסל מיט א שטרענגע האנט אקעיגן די מורדים און סתם קארופטירטע יונגען. האלטן זיי אין איין אויפהעצן דעם עולם אז מ'זאלל נישט מקבל מרות זיין פון דעם נייעם רבי'ן הרה"צ ר' אלימלך שליט"א. און דאס אויפמאכן נייע בתי מדרשים איז באמת אויך א חלק פון אט די אגענדא.זאללן זיי וויסן די אלע אומזיסטע פרעסערס און ליידיגייערס וועלכע לעבן אויפ'ן רבינ'ס חשבון. אז זיי זענען מורד אין דעם רבי'ן זצ"ל אליינס. זיי גייען אקעיגן זיין רצון. ס'איז בבחינת ..."וישמן ישורון ויבעט"...!
באניצער אוואטאר
מאטל שניידער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 258
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:31 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

Re: דער עתיד פון קרית טאהש

שליחה דורך מאטל שניידער »

ר' בערל אזוי גוט ארויסצוברענגן! ס'קומט זיך דיר א לייק! די בעסטע אין אינצייגסיטע סיבה פארוואס צו מקבל מרת זיין איז ווייל די מ"מ איז א יורש דאורייתא..
ליידער בעקבתא דמשיחא גיט זיך נישט די סיבה אזוי איין ביים ציבור.

די אלגעמיינע מאסן וואס עבודת השם איז ביי זיי נישט די ערשטע אויף די פאנטש ליסט דארפן אבער א רבי וואס פארקויפט עפעס מער ווי ירושה, דער פארוועם פארענטשעס מיט ווייסע בעקיטשעס מאכט די זאך יבוא ויטול (אדער קען ער גיין אויף ווערעצקי...)
מענטשן'ס מחשבות ווערן געטוישט דורך אָבזערוואַציע און נישט דורך אַרגומענטן.
פארשפארט