[justify]איך עפען דא א פאטיציע איבער א גאר וויכטיגע נושא, און איך בעט דער עולם זאל מיר שטיצן
שוין א שטיק צייט וואס האט זיך געגרינדערט אונטער אונזער פיס א בית וועד לחכמים ווי נאר די עליטע צווישן אונז, די שטארק שפיצעגע קארפן קעפ, קענען נעמען א טייל און די שמועסן, און ס׳וואקסט ווי שוועמל, ס׳קוקט נישט אויס ווי מ׳קען עס אפשטעלן.
מיינען מיין איך די אלעמען באקאנטע שטארק פאפולערע אשכול, וואס ווערט נאר געליינט דורך די רעדאגירער׳ס זעלבסט, ווען איר זעהט די אשכול מאכט איר עס ניטאמאל אויף, אבער ס׳קומט אייביג ארויף אויבן אן ביי די אקטיווע אשכולות, די זעלבע דריי פיר חברה פירן דארט די היציגסטע דעבאטע פונעם יאר הונדערט.
איך וואלט געראטן אז מיר קענען זיך נישט ערלויבן אז אזאנע גרויסע בעלי מח זאלן זיך דרייען דא מיט אונז קליינע קעפ, ס׳קען נאך שאטן פאר זייער חכמה, מ׳וואלט געדארפט נעמען זייער אשכול און עס פלאצירן אויף א באזונדערע וועבזייטל און זיי אלע אהין שיקן, און דערמיט פערזעווירן די גרויס מאס חכמה וואס דרייט זיך צווישן זיי אז ס׳זאל נישט פארפאלן גיין.
מיר קענען זיך נישט ערלויבן אז אזעלכע חכמים ונבונים זאלן פארלוירן גיין צווישן די המון עם, לאמיר זיי אפשיקן צו א באזונדערע וועבזייטל, וואס וועט דינען ווי א אויסשליסליכע אינזל פאר חכמה אזוי ווי מהאט געטוהן מיט די חכמי חעלעם, און זאלן זיי זיך מערן ווי די פיש און וואסער און זיך באלייכטן איינער דעם צווייטן מיט זייער חכמה, אנדעם וואס זיי זאלן זיך אנקלאפן מיט אונז קליינע נערישע מענטשן און זיך שעדיגן פון אונז.
ווי ס׳קוקט אויס אצינד גייט זייער אשכול בקרוב גרייכן 60 דפים, די חברה גייען אן לייק נאו טאמאראו, שטעלט אייך פאר ווי גרויס ס׳גייט זיין די כבוד פאר קאווע שטיבל אויב דאס גייט גרייכן גאנצע 60 דפים, איך מיין אז דאן גיי איך זיין גאר שטאלץ צו זיין א חבר השטיבל, און מיין אנוועזנהייט אין שטיבל גייט זיין ווי קיינמאל בעפאר, וואט אבאוט יו?
און פאר די היראו׳ס וואס נעמען אנטייל און די חכמה שמועסן דארט, וואלט איך געראטן אז מ׳זאל ציילן ווער סהאט די מערסטע רעאקציעס אין יענער אשכול, יענער זאל באקומען א אפיציעלע פלעק פון קאווע שטיבל, ער זאל געאנערט ווערן אלץ דער ׳חכם פון מה נשתנה׳, מ׳זאל אויך רעדן מיט די מדינה אז זיי זאלן אנערקענען דעם געווינער אלץ דער גרעסטער ׳גיוס פארשער׳, נו ווער הייבט אן ציילן?[/justify]
קריטישע פאטיציע דרייוו!
- ביבער
- ידיד ותיק
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
- האט שוין געלייקט: 839 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל
שלום שטיסל האט געשריבן:ווי ס׳קוקט אויס אצינד גייט זייער אשכול בקרוב גרייכן 60 דפים, די חברה גייען אן לייק נאו טאמאראו, שטעלט אייך פאר ווי גרויס ס׳גייט זיין די כבוד פאר קאווע שטיבל אויב דאס גייט גרייכן גאנצע 60 דפים, איך מיין אז דאן גיי איך זיין גאר שטאלץ צו זיין א חבר השטיבל, און מיין אנוועזנהייט אין שטיבל גייט זיין ווי קיינמאל בעפאר, וואט אבאוט יו?
כאטש איך בין דוכט זיך קיינמאל אריין דארט איז מיר אבער דוקא יא א כבוד צו זיין א חבר השטיבל ווי סיי ווער האט גלייכע מעגליכקייטן צו שרייבן איבער וואס ער וויל. אדרבה ס'וואלט מיר געווען א בושה צו בעלאנגען צו א פלאץ ווי דאס פרייע ווארט איז באדראעט משום איזה סיבה שיהי'.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 955 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל
איך מיין אז מען זאל עס לאזן ווי עס איז, מיטן לענגסטן קעפל אויפן פראנט פעדזש, מיט וויפיל בלעטער עס פארט. אויב וועט מען דאס אוועקשיקן קיין צימעס, וועט פאר יעדן ספר'דישן משגיח קטן וואס וועט האלטן א דרשה אדער בילד פון צבא, יעדע געלט-פארדרעזעריי פאשקעוויל פון צד מהרז"ל אדער אינדיוואזיע אויפן מרכז הצלה אפיס, יעדעס תהילים שעור פון מהר"א אדער פריוואטער שמועס פון א פאנאוויזער תלמיד, געעפנט ווערן א פריש אשכול אין נייעס גאר! אלזא לאזט געמאך, יעדער ווייסט וואו ער וויל אריינגיי און וואו נישט.