בין איך דער איינציגסטער?...

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

דער איזרעלי בלאקעיד מוז ווייטער אנגיין. אז דער וועלט זאל נישט צירוק ווערן ראסיסטיש
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

די סופרעמיסיסט "פראבלעם" איז פין די נאציס, און דיפפ זאגט אז מען איז געבליבן סטאק מיט די נאצי פראבלעם. ער איז נישט קיין טראל, נעקסט טיים פראביר צו פארשטיין אביסל בעסער.

טראמפ איז בעסער פאר ישראל, אבאמא איז א שונא ישראל, טוען טראמפ וואלט פיינט געהאט אידען, ביליוו מי, וואלסט שוין געוויסט. ווייל אבאמא האט געמאכט א שיינע פנים, מיינט נישט ער איז א אוהב ישראל, דארף מען טאקע דערמאנען וואס ער האט געטוהן אין זיינע לעצטע טעג אין די יו ען?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אישתישבי האט געשריבן:די סופרעמיסיסט "פראבלעם" איז פין די נאציס, און דיפפ זאגט אז מען איז געבליבן סטאק מיט די נאצי פראבלעם. ער איז נישט קיין טראל, נעקסט טיים פראביר צו פארשטיין אביסל בעסער.

טראמפ איז בעסער פאר ישראל, אבאמא איז א שונא ישראל, טוען טראמפ וואלט פיינט געהאט אידען, ביליוו מי, וואלסט שוין געוויסט. ווייל אבאמא האט געמאכט א שיינע פנים, מיינט נישט ער איז א אוהב ישראל, דארף מען טאקע דערמאנען וואס ער האט געטוהן אין זיינע לעצטע טעג אין די יו ען?


אבאמא איז נישט קיין שונא ישראל, קיינמאל נישט געוועהן. ער איז געוועהן זייער גיט פאר ישראל ביז ביבי האט פרובירט צושטערן די איראן דיעל האבן זיי זיך פארפלאנטערט.

טראמפ איז אזוי גיט פאר ישראל ווי מעקסיקא גייט באצאלן פאר די וואנט...

די נאציס אין אמעריקע האבן זיך געהויבן די קאפ זינט טראמפ איז אין אפיס. און ער זאגט נאך אז ״ביידע זייטן״ זענען שולדיג? מיט אזעליכע ״אוהבי ישראל״ ווי טראמפ וואס ליבט אזוי שטארק איוואנקא :o מיט קושנער ווער דארף נאך שונאים?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

@שבת. פארוואס האט ביבי געבאדערט די איראנער אפמאך?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שבת אחים: ביניך דער איינציגסטער וואס וואונדערט זיך אויב אונזער טייערער חבר, דער נעא-אינטעלעקטואל. אדער פסעוודא-אינטעלעקטואל זעהט זאכן מיט די ראנג סייז פארגרעסערונגס גלעזער.טראמפ איז נישט אזא נאצי ראסיסט און אבאמא (און, לאמיר נישט פארגעסן פון דיין רבי'ן, בערני סאנדערס ע"ה,זצ"ל תמ"ל.) איז נישט אזא פערפעקטער אלטרואיסט. און דאס וואס די איזראעליס האלטן אן די ..."שרעקליכע"..בלאקאדע אויף די טמא'נע, רוצח'ישע הערצעלעך פון די פאלעסטינער איינוואוינערס פון עזה, זאלל דיר נישט אזוי שטארק וויי טון. ווייל דיינע וואוילע , אומשולדיגע פאלעסטינער אראבערס, ימ"ש וועללן דיך דערשטעכן אדער דערשיסן נאך פאר דו וועסט האבן א טשענס צו זאגן פאר זיי אז דו נעמסט דיך אייביג אן פאר זיי. און דו ביסט אקעיגן די פאליסיס פון די אכזריות'דיגע איזראעליס. (דעיס אז דו גייסט אין די שיטה הקדושה פונ'ם רעבי'ן זכיסע יאגן אליינע האביך נישט דערמאנט ווייל דו ביסט דאך נישט רעלידזשיעס.)...!
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: בין איך דער איינציגסטער?...

שליחה דורך מפוזרי »

שבת אחים האט געשריבן: . .
און ער האלט אז די ישראלים טארן נישט דערשטיקן די מיליאנען פאלעסטינער וואס זענען געשטראנדעט אונטער א אנגייענדיגע איליגעאלע בלאוקעיד וואס די וועלט האט נאך נישט געזעהן פאר טויזנטער יאהרן.

טויזנטער יארן? מיליאנען יאר!

#_אהבת_ישראל
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

מפוזרי האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן: . .
און ער האלט אז די ישראלים טארן נישט דערשטיקן די מיליאנען פאלעסטינער וואס זענען געשטראנדעט אונטער א אנגייענדיגע איליגעאלע בלאוקעיד וואס די וועלט האט נאך נישט געזעהן פאר טויזנטער יאהרן.

טויזנטער יארן? מיליאנען יאר!

#_אהבת_ישראל


פון א אידשע פרומע שטאנדפונקט:

דער הייליגער רבי דער אהבת ישראל איז ארויס זייער שארף אזויווי אלע ערליכע רבנים קעגן די רעיון הציוני. ער האט געשריבן מזאל זיך דערוואטערן פון זיי ווייל זיי ווילן אויסרייסן יעדע פארום פון אידישקייט. ער האט אסאך גערעדט און געשריבן דערוועגן. פארשטייט זיך אויב א ציוני האט זיך באוויזן ביי זיין טיר האט ער יענעם אויפגענומען מיטן גרעסטן כבוד און מכבד געוועהן פונקט ווי יעדעם איינעם, ער האט קיינעם נישט אוועקגעווארפן און מיט קיינעם זיך געקריגט אדער גע׳טענהט דערוועגן.

ר׳ חיים מאירל האט געהאלטן פונקט ווי זיין טאטע און אינטערגעשריבן יעדע קול קורא קעגן ציונים נאך אינדערהיים ווען ער איז געוועהן רב אין ווילחאויץ. ער האט טאקע געהאלטן אז די מדינה איז נישט אויסגעהאלטן ע״פ תורה. אבער היות די מדינה איז יא אויפגעשטעלט געווארן, און די צוריקהאלטונג פון אויפשטעלן א אידיש לאנד איז נישט געוועהן בידם האבן זיי געהאלטן אז די בעסטע וועג פאר די פרומע אידן איז צוזיין א חלק פון זיי, ווי למשל האבן אייגענע פרומע מאנדאטן וואס וועלן פרובירן צומאכן די חוקים און משפטים פונעם לאנד די מערסטע צו זייער זייט וואס זיי האבן געהאלטן איז ריכטיג.

שטעל דיך פאר אז די פאלעסטינער צי די ישראלדיגע אראבער וואלטן געקענט האבן דרייסיג אדער מעהר בענקעלך אין כנסת? די זעלבע האבן די פרומע אגודיסטישע רבנים געהאלטן אז דעס איז א בעסערע צוגאנג ווי די סאטמארער רב וואס האט געהאלטן אז מ׳דארף שרייען פון אינדורסן און נישט האבן די מינדסטע שייכות מיט זיי. ר׳ חיים מאירל, ר׳ אהרן בעלזער, די בית ישראל, קלוינבורגער, וכו׳ האבן געהאלטן אז מדארף זיי פייטן פון אינעווענדיג.

פון א וועלטליכע פרייע שטאנדפונקט:
די הקמת המדינה איז געוועהן א ביטערע טעות פאר די אידן. משלאגט זיך שוין דארט פון די טאג די מדינה האט זיך געפענט עד היום הזה nonstop און פאר גאר אסאך אנדערע סיבות וואס איך כהאב נישט קיין געדולט יעצט אריינצוגיין אין דעם.

קען זיין ביסט גערעכט אז די ישראלים האבן זייערע סיבות פארוואס זיי בלאוקירן. מיינט נאכנישט אז איינער וואס איז עגריט נישט מיט דעם ווערט אויטאמאטיש א שונא ישראל און אנטיסמיט, איך למשל בין א אוהב ישראל און איך בין קעגן די בלאוקיעד.

די וועלט קוקט עס אן אזוי:
די ישראלים האבן נישט קיין רעכט צונעמען מיליאנען מענטשען און זיי ארומרינגלן און קאנטראלירן פאר אזויפיל יאהרן. זיי שיסן? שיס צוריק, אזויווי זיי האבן געטוהן מיט לבנון, און אזויווי יעדער איינער האט געטוהן פאר די לעצטע דריי טויזנט יאהר. זיי קענען נישט נעמען מיליאנען מענטשען און זיי פארשפארן. ס׳ארבעט נישט אזוי. וואס זענען די אלע פאלעסטינע יונגענטליכע וואס זענען דארט געבוירן שולדיג?

די בלאוקעיד איז נישט אויסגעהאלטן. NO DOUBT דער אהבת ישראל וואלט געוועהן קעגן דעם. אידן טארן זיך נישט רייצן מיט קיינעם. ער שלאגט? גיי וואוינען קיין אמעריקע, קאנדא, בעלגיע, אוסטראליע. ווי מ׳הייבט הענד דארף מען הייבן פוס. סאיז נישט קיין שום מצוה צו וואוינען היינט אין ישראל, און מדארף זיך נישט מוסר נפש זיין פאר דעם, און מ׳מעג האלטן קעגן ״ביביס רעיון״ אויכעט. מ׳ווערט נישט אפגעפרעגט צי א אנטיסמיט דערפאר. ביבי איז נישט קיין נביא פון נ״ך. ער איז סה״כ א פראפעגאנדע מיניסטער, צי א פריים מיניסטער, מ׳מעג האלטן אז סאיז בעסער פאר ״די אידן״ אויב סאיז נישטא קיין בלאוקעיד. און אזוי האלטן טאקע זייער אסאך אידן. זיי זענען אפיקורסים? ווייל זיי זאגן אנדערש? פון וועם פונקטליך?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

די גויים האבן אונז בלאקעידעד טויזענטער יארן. נאר דערפאר איז געווארן דער מדינה. יעצט ווען מיר טוהן עס, זענען זיי פלוצלונג געווארן פיינע.
דארפן מיר אלס טון אנצוהאלטען זייער געמאכטע פיינקייט

די אראבער זענען דאך אלע אנגעקומען נאכן הערן אז סגייט זיין א מדינה. און מיר טון גארנישט, אקעגען וואס זיי האבען געוואלט טון מיט אונז
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: בין איך דער איינציגסטער?...

שליחה דורך גראף »

אבי גערעדט. ווייל אונז זענען אין גלות צוויי טויזענט פלאס יאר דארף מען מאכן א ווארשעווער געטא אויף אראבער? ס'איז דער זעלבער געדאנק גאנג ווי ענק האבן געהרגעט אונזער יוזל און פארדעם מאכען אונז שוין טויזענטער פאגראמען.
יא יעצט ווען מען זעהט נישט א וועג ארויס שרייט מען האלטס זיי אין קייטן אבער דער שנאה ווערט נאר ערגער און ערגער מיט נאו טשענס פאר שלום.

Sent from my XT1096 using Tapatalk
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

ערשט סאיז אונזער יוזל נישט זייער

נאכאמאל נאר וועגען די פאגראמען, דארפען מיר א מדינה און ביז סווערט אנערקענט דארף זיין בלאקאדעס. זיי וואלטען ענדערש געדארפט פיינט האבן די וואס ווילן ניש אנערקענען. מ'פארלאנגט דא נישט טוישן גלויבען ווי פון אונז
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום diff, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: בין איך דער איינציגסטער?...

שליחה דורך גראף »

איך הער, דער רבי אין חדר פלעגט פראסקענען ביז מען שרייט רוצה אני. דו מיינסט טאקע אז עס קען ארבעטען אזוי מיט מיליאנען מענטשן? דער צוגאנג צו דער ''פאליסטינער פראבלעים'' (דערמאנט דיר עפעס?) האט נישט געארבייט ביז יעצט ס'האט נאר ערגער געמאכט סאו וואס מיינט גייט געשעהן אין די נעקסטע צען צוואנציג יאר? מען דארף נישט זיין א לינקע דאס איין צו זען.

Sent from my XT1096 using Tapatalk
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

יא סדערמאנט מער ווי עפעס און דערפון האביך מורה. זייער ניש אנערקענען ווייזט אז דער פראבלעים איז נאך זייער ערענסט און מדארף האלטן דעם בייטש
אויך מיינ'ך אז דער רבי אין חדר האט געוויסט וואס ער טוט
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

שליחה דורך מפוזרי »

[tag]שבת אחים[/tag],
זאגן אז די אידן טוען אפ אזאנס וואס די וועלט האט נאכנישט געזען טויזנטער יארן (אין אנדערע ווערטער: דער גרעסטער פארברעך אין היסטאריע), און זיך נאך דערקלערן אלס אן אוהב ישראל, איז בלויז א סטעיטמענט אויף דיין integrity.

[tag]גראף[/tag],
ווארשעווער געטא, לא פחות?!

דאס איז אן נעמען א שטעלונג אין דער נושא.
לעצם העניין, האלט איך אויך אז דער וועג ווי מ'באהאנדלט די פאלעסטינער איז נישט יושר'דיג.
יושר דיקטירט אז מ'זאל זיך באגיין מיט די טעראריסטן מיט סאך א הארטערע האנט.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: בין איך דער איינציגסטער?...

שליחה דורך גראף »

@מפוזרי דו פארשטייסט אליין אז נישט אלע אראבער אין עזה זענען אדער זוכען צו זיין טעראריסטן. (דער "נישט אלע מוסלעם'ס זענען טעראריסטן אבער אלע טעראריסטן זענען מוסלעם'ס קומט נישט אריין דא.)
אויב האלט איר אזוי דעמאלסט איז דער בלאקאדע נאר עפעס וואס איז גוט אויף יעצט אבער עפעס וואס מאכט עס ערגער פאר דער צוקנופט. ווי מען זעהט למעשה אז וואס לענגער עס ציט זיך ווערן דער פארהאנדלונגן שווערע און שווערער.
טאמער האלט איר אנדעריש דעמאלסט וואס איז דער חשבון? ביי א געוויסע פונקט גייט עס פלאצען. זייער פאפולעישן וואקסט און דער אינטערנאציאל געמיינדע גייט עפעס טיען דערוועגן. אפילו אמעריקע'ס דעת הקהל טוישט זיך און א שיין חלק פון דער יונגערע פאלק איז מער נוטע צו דער פאלעסטינער צד ספעציעל די מינארעטען.


Sent from my XT1096 using Tapatalk
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

אין תרופה למכה זו.

אפשר ווען מען קען אין די שטחים קאנטראלירן די סקול סיסטעם, און אזוי ארום אויפציען א דור פין אראבער וואס זענען נישט אזעלכע וואס זענען ראדיקאל, אדער א שטאפעל אוועק פין ווערען ראדיקאל, קען זיך די מצב טוישען אין פערציג יאר.

לעת עתה קען מען זיי נישט לאזען פאר זיך, ווייל די טעראריסטן נעמען די מאכט, און ווען מען קאנטראלירט זיי צו פיל ווערען זיי אויך ווילד. ואין תקופה למכה זו, יעדער ווייסט דאס לינקע רעכטע מיטלער, קענסט פראבירן צו זיין נייס, שטרענג, הארטער ווייכער, נישט קיין חילוק, זיי ווילען זעהן די מדינה א אראבישע.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גראף האט געשריבן:אבי גערעדט. ווייל אונז זענען אין גלות צוויי טויזענט פלאס יאר דארף מען מאכן א ווארשעווער געטא אויף אראבער? ס'איז דער זעלבער געדאנק גאנג ווי ענק האבן געהרגעט אונזער יוזל און פארדעם מאכען אונז שוין טויזענטער פאגראמען.
יא יעצט ווען מען זעהט נישט א וועג ארויס שרייט מען האלטס זיי אין קייטן אבער דער שנאה ווערט נאר ערגער און ערגער מיט נאו טשענס פאר שלום.

Sent from my XT1096 using Tapatalk

גראף: במחילת כבוד תורתך הרמה האסטו א טעות. די פאלעסטינער אראבערס ווערן נישט געהאלטן אונטער א טיילווייזע בלאקאדע אין עזה אלס נקמה פון אונזער ליידן אין גלות. נאר דאס איז געמאכט צו פארהיטן אדער פארמינערן פון אן עכטע, רעאליסטישע און יעצטיגע סכנה. ווייל די פארשאלטענע רוצחים פון אידישע קינדער רוען נישט איין . און די געלט און רוי מאטעריאל וואס זיי באקומען אריין נוצן זיי אויס אויף צו פיהרן מלחמה אקעיגן מדינת ישראל און די אידישע באפעלקערונג. און דע המון עם הונגערט. און זיי האבן נישט קיין עלעקטריציטעט און סאניטארישע באדינגונגען. פארשטייצעך. נאכ'ן אוועקגנבנ'ען און אוועק רויבן די מערסטע געלטער און רעסורסן וואס ס'קומט אריין. אויך איז די בלאקאדע נאר א טיילווייזע. ווייל מדינת ישראל לאזט אריין עסנווארג און מעדיצינען...!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

מפוזרי האט געשריבן:[tag]שבת אחים[/tag],
זאגן אז די אידן טוען אפ אזאנס וואס די וועלט האט נאכנישט געזען טויזנטער יארן (אין אנדערע ווערטער: דער גרעסטער פארברעך אין היסטאריע), און זיך נאך דערקלערן אלס אן אוהב ישראל, איז בלויז א סטעיטמענט אויף דיין integrity.

[tag]גראף[/tag],
ווארשעווער געטא, לא פחות?!

דאס איז אן נעמען א שטעלונג אין דער נושא.
לעצם העניין, האלט איך אויך אז דער וועג ווי מ'באהאנדלט די פאלעסטינער איז נישט יושר'דיג.
יושר דיקטירט אז מ'זאל זיך באגיין מיט די טעראריסטן מיט סאך א הארטערע האנט.



וואס פארא שטותים מיט הבלים רעדסטו צאם דא?

קודם כל. איך האב נישט געזאגט אז סאיז די גרעסטע פאברעך אין היסטאריע. איך האב געזאגט אז ״אזא מין בלאוקעיד״ ווי די מדינת ישראל אויף א די פאלעסטינער פאלק איז נאכנישט געוועהן פאר טויזנטער יאהרן. סאיז נישט אמת?

און אז איינער האלט אקעגן די בלאוקעיד איז נישט אויטמאטיש קיין ״שונא ישראל״, אפילו נישט קיין שונא מדינת ישראל. איך האלט די מדינה וואלט בעסער געשטאנען אן די בלאוקעיד און סוואלט געוועהן בעסער פאר אונז אידן ווען מיר בלאוקירן זיי נישט.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

לכאו' פארשטייסטו נישט פ"וו א גוי פיינט א יוד. און דיין רעבא ווען ער וואלט געלערנט זיינע תלמידים אין חו"ל שיסן, איז אינטארסאנט וואס ער האלט. אניש ניש
צולאזן יודן פארברענען דארףמ נישט זיין א חכימה דיהודאי
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: בין איך דער איינציגסטער?...

שליחה דורך מפוזרי »

שבת אחים האט געשריבן: איך האב נישט געזאגט אז סאיז די גרעסטע פאברעך אין היסטאריע. איך האב געזאגט אז ״אזא מין בלאוקעיד״ ווי די מדינת ישראל אויף א די פאלעסטינער פאלק איז נאכנישט געוועהן פאר טויזנטער יאהרן. סאיז נישט אמת?
.

ניין, ס'נישט אמת.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שבת אחים: דיין רבי. און איך מיין נישט דעם הייליגן אהבת ישראל אדער זיינע אייניקלעך. נאר להבדיל, דעם קאמוניסט וועלכער האט חתונה געהאט מיט א א וואוילע, שיינע...? גוי'טע. בערני סאנדערס עליו השנאבל. האט דאך טאקע געהאט פונקט אזא בליעדינג הארט אויף די אומה שפילה פון רוצחים און מערדערס ווי דו. נאר דער אייבישטער האט געהאלפן און ער האט געליטן (דערווייל א פאליטישע) מפלה. וויל איך פרעגן ביי דיר. דו געסט דיך אן אלס איינער וואס האט ..."אהבת ישראל". סאו אוואו איז דיין קאמפעש'ן פאר די אידישע משפחות וואס זייערע מיטגלידער זענען אזוי ברוטאל דערמארדעט געווארן. אויף די עמלקים וועלכע וועללן דיך דערשטעכן אדער דערשיסן נאך איידער דו וועסט האבן א טשענס זיי צו זאגן אז דו ביסט א ליבערעל. און דו ביסט פון בערני סענדערס'ס געטרייע תלמידים. אויף זיי האסטו רחמנות...! דו האסט פארטוישט די יוצרות...!
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

וואס פארשטייט נישט פארוואס מען לייגט א בית הכסא אין מקוה?

מוז איך זען ווי א איד טוט זיך אויס, גייט צו מיט א רואיגקייט צום שטייעדיגען ביה"כ, שטייט א מינוט, און דרייעט זיך ארום גראד צו א טבילה אין בור?

איך שלאג פאר אז עלעוועיטארס זאלן זיין אויף די ליסטע פאר מקוואות.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

עס איז בעסער ווי טובל'ן אהן א ביסכיסע.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מ'זאל אנהייבן צו שטעלן א איד ביים מקוה, פונקט ווי ביי די פרויען, און ער זאל נישט מעגן זיין מער ווי א מינוט. (און פאר שי טבילות קען ער גיין סטוטשין).
פארשפארט