הדד בן בדד האט געשריבן:לאדיך אפ האט געשריבן:ושננתם איז שוין געווען פאר שפה ברורה. עס האט נאר נישט געהאט די נאמען אבער די פארמאט איז שויו געווען.
לאדיך, נישט ריכטיג. עוז והדר איז געווען ערשט מיט די אלע זאכן.
איך גיי נישט אריין וועלכע איז געווען קודם, עוז והדר אדער המאור (איך געדענק אויך אז ש"ס לובלין איז געווען פאר שפה ברורה, די פענסי נאמען "ושננתם" איז נאר נאכגעקומען נאך שפה ברורה, אבער ס'קען זיין אז מיין זכרון פארלאזט מיר). אבער דאס איז זיכער אז די ערשטע מיט די אלע זאכן (אין לשה"ק) איז געווען שטיינזאלץ און דערנאך חברותא (ווער געדענקט נאך?) און דערנאך ארטסקרול. למעשה איז די געדאנק צו מאכן די פירוש זייט ביי זייט מיט די צורת הדף געווען ארטסקרול'ס און נאכדעם האט שטיינזאלץ און עוז והדר נאכקאפירט דעם געדאנק. די זעלבע איז מיט די פירוש פון אויבן און די הערות פון אונטען וואס מתיבתא און המאור האבן נאכקאפירט.