להנחיל אוהבי י"ש - הגה"צ ר' יחזקאל שרגא מערץ זצ"ל

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
[NAMELESS]

להנחיל אוהבי י"ש - הגה"צ ר' יחזקאל שרגא מערץ זצ"ל

שליחה דורך [NAMELESS] »

היינט ט' סיוון פאלט אויס די 33'טע יארצייט פון האי חסיד האי עניו הגה"צ ר' יחזקאל שרגא מערץ זצ"ל . הנקרא בפי כל בלשון חיבה רבי יחזקאל'ע !
עס איז מיר אינטערעסאנט אז עס איז נאך נישט פארהאן קיין אשכול איבער איהם. אפילו ב"האי-עלמא" וואס ווידמען שטארק אויף אזאנע סארט אשכולות. איז אויך קוים פארהאן א פאר קארגע תגובות איבער דעם גרויסען נפטר , איך בין זיכער אז עס איז דא א געוואלד צו שרייבן איבער די קאפיטלען אין זיין לעבען נאך פון דערהיים ביז דא אין אמעריקא . זיין לעבענ'ס שטריכן. זיין תורה זיין עבודה זיין התנהגות זיין עניוות זיין גדלות . זיין זיין "עמפלויד" בלויז ביים באשעפער . זיין פשטות. זיין דחקות. וכו.
chezkel shraga mertz.png

Chezkel Shraga hugging someone.png

[ איך וויל דא קלאר באטאנען אז דאס געשריבן-ווערק האב איך נאכגעשריבן צוטאטן פון א גליון פנימי וואס עס האט געשריבן אן אייניקעל פון רבי יחזקאל'ע . וכמובן האט ער עס געשריבן פון זיין אספעקט לפי רוחו ובמשקפים שלו .... וואס דאס גיבט איבערהויפט נישט קיין היקפ'דיגן בליק איבער דעם דמות קדוש ! אבער היות עס וווארפט א מאטן שיין אויף דאס פארבארגענס מיסטעריע וואס האט זיך (געזאלט האבן) אפשפילט בשעת'ן לווייה טוה איך דאס ארויף שטעלן . און אפשר וועט נתלבן ווערן מה היה שם ,
איך נעם נישט קיין אחריות אויף די אויטענטישקייט דערפון , הילד געוואגטער , ]

התקשרותו מבעלז לסקווירא

נאך פון פריער האט זיך רבי יחזקאל'ע זיך מקשר געווען צום בעלזער רב דער קדוש אלוקי הרה"ק רבי אהרן זצ"ל, וועלכער האט זיך אויפגעהאלטן א תקופה אין פעסט אינמיטן ברען פון די צווייטע וועלט מלחמה. אין יאר תשי"ב האט רבי יחזקאל'ע געמאכט א נסיעה צום בעלזער רב זצ"ל, און דער רב זצ"ל האט אים ארויסגעוויזן גאר א שטארקע און ליבליכע התקרבות ,
[כן מובא בתולדות המחבר שבסו"ס תפארת יחזקאל]

נאכן הסתלקות פונעם רב זצ"ל כ"א מנחם אב תשי"ז . האט זיך רבי יחזקאל'ע מקשר געווען צו הרה"ק מסקווירא זצ"ל - ווי ער האט פארציילט פאר כ"ק אדמו"ר מראדוויל הרה"צ ר' אברהם מיכלאוויטש שליט"א [זצ"ל]

דער ראדווילער רבי האט פארציילט ווי פאלגענד : איין יאר בין איך געווען אין סקווירא צום יארצייט טיש פון הרה"ק מסקווירא ב' ניסן , און נאכן טיש פון בנו האדמו"ר מסקווירא האב איך געזיכט א קאר וואס פארט אהיים קיין וויליאמסבורג. ווען כ'האב געזען ווי רבי יחזקאל'ע זעצט זיך אריין אין א קאר , בין איך שנעל צוגעלאפן און געפרעגט דעם דרייווער צו איך קען זיך מיטכאפן קיין וויליאמסבורג. און כ'האב באקומען זיין הסכמה. כ'בין געווען גאר בשמחה אז כ'וועל האבן א געלעגענהייט צו שמועסן מיט רבי יחזקאל'ע , אבער צו מיין אנטוישונג האט רבי יחזקאל'ע געשוויגן כמעט די גאנצע וועג.

כ'האב אבער פארט געוואלט אויסניצן די געלעגענהייט, האב איך מיך אנגעגארטעלט מיט קוראזש און כ'האב זיך דערוואגט צו שטעלן א פראגע : וויאזוי איז דער רבי אנגעקומען צום סקווערן רבי'ן זצ"ל ? האט רבי יחזקאל'ע געענטפערט אז קודם בין איך געווען מקושר צום בעלזער רב זצ"ל און ער איז אפילו געפארן א נסיעה קיין ארץ ישראל צום רב זצ"ל . האב איך געפרעגט : דער בעלזער רב האט אייך עפעס ספעציעל געזאגט ? מ'האט געהערט עפעס א ווארט אויף איבערצוזאגן ? האט רבי יחזקאל'ע געזאגט : ביים בעלזער רב זצ"ל האט מען נישט געדארפט הערן , מיט איהם האט מען בלויז געדארפט זיין אונטער איין דאך" !

און דאן האט רבי יחזקאל'ע אויסגעפירט : נאכן פטירה פונעם בעלזער רב זצ"ל האב איך זיך מקשר געווען צו הרה"ק מסקווירא זצ"ל און מקבל מרות געווען פון איהם ,
[מפי כ"ק האדמו"ר מראדוויל (שליט"א) [זצ"ל]

דאס אריבערציען קיין אמעריקא

פון יאר תש"י ביז תשי"ז האט רבי יחזקאל'ע געוואוינט אין ווינא. דער הויפט שטאט פון עסטרייך , וואו ער איז בארימט געווארן מיט זיין הימלישע עבודת הקודש און מיט זיין שטארקע צדקות ,

אום תשי"ז האט רבי יחזקאל'ע באשלאסן צו פארלאזן ווינא , אבער זייענדיג אין א ספק ווי זיך צו באזעצן. זאל ער ארויף גיין קיין ארץ ישראל אדער זיך אריבערציען קיין אמעריקא. האט רבי יחזקאל'ע דאן אפגעשריבן א בריוו צום סקווערן רבי זצ"ל וועלכער האט דאן געוואוינט אין וויליאמסבורג . וואו ער שרייבט דארט אז נאכן זיך דורכרעדן מיט זיין פאטער הגה"צ ר' יואל זוסמאן מערץ זצ"ל וועלכער האט אויך געוואוינט דארט. האבן זיי ביידע מחליט געווען צו טון לפי חוות דעתו ,

דער תשובה איז געווען אז זיי זאלן קומען קיין אמעריקא, און נאך א קורצע תקופה איז רבי יחזקאל'ע מיט זיין טאטע רבי יואל זוסמן אנגעקומען קיין אמעריקא ווי זיי האבן זיך באזעצט אין וויליאמסבורג, דארט האט רבי יחזקאל'ע געגרינדעט זיין ביהמ"ד תולעת יעקב און זיין צדקות און פרישות איז באוויסט געווארן נאנט און ווייט ,

די גרעסטע שבת אין יאר

ווען ס'האט איהם אנגעכאפט א בענקעניש און א גלוסטעניש פלעגט זיך רבי יחזקאל'ע זיך אויפהייבן און פארן אויף שבת קיין סקווירא , וויבאלד ער האט קיין סך נישט גערעדט. האבן אפילו די קינדער נישט געוואוסט ווען ער פלאנט צו פארן קיין סקווירא, בלויז איין סימן האבן זיי געהאט : ווען ער פלעגט גיין צום שאפע און ארויסנעמן זיין פאר "שטיוול" וואס ער האט פארמאגט. האט מען געוואוסט אז דער טאטע פארט קיין סקווירא ...!
[ מפי בתו הרבנית מספינקא תלית"א וכלתו הרבנית מתולעת יעקב תלית"א .]
ווי באקאנט פלעגט רבי יחזקאל'ע זיך אנטוהן שטיוול ווען ער פלעגט וויילן אין סקווירא אויף שבת , ווען ער האט עס פארגעסן פלעגט ער גיין מיט אראפגעלאזטע לאנגע הויזן כמנהג בעלי בתים,

איין שבת אין יאר פלעגט זיין ביי רבי יחזקאל'ע א קביעות חק ולא יעבור , "שבת חזון" יעדער יאר אן אויסנאם אום שבת חזון פלעגט ער קומען זיך מסתופף זיין בצל קדשם , דער סקווערער רבי זצ"ל האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אויף דעם : "רבי יחזקאל'ע ווייסט ווען צו קומען" - ודעתיה על מש"כ האוהב ישראל על שבת חזון .
[מפי חתנו כ"ק האדמו"ר הרי"א מספינקא שליט"א.]

רבי יחזקאל'ע פלעגט נתכבד ווערן מיט קבלת שבת פארן עמוד. און מיט קה ריבון עלם ביים טיש ווי ער פלעגט אנהייבן זיין קביעות'דיגן ניגון. הנקרא כהיום רבי יחזקאל'עס ניגון , (כמדומה לי דהוא על הקאסעטע 'דער טאטע הערט-שניטצלער' טרעק 7 ניגון מן יימר )

אכסניה של תורה

קומענדיג אויף שבת פלעגט רבי יחזקאל'ע איינשטיין ביי תושבים וואס האבן געפילט פאר א זכייה אריינצונעמען דעם צדיק ביי זיך אין שטוב. געווענליך פלעגט די אכסניה של תורה זיין ביים סערדאהעלער רב הגה"צ רבי משה ניישלאס זצ"ל. אדער ביים שוחט הרה"ח ר' משה יצחק גרינוואלד ע"ה . צומאל איז ער אויך איינגעשטאנען ביים משב"ק רבי ישעי' . ביי הרה"ח ר' נתן צבי לונגער ע"ה. און שפעטע ביי הרה"צ רבי פנחס שלום האגער לרפו"ש.

די שבת'דיגע סעודות פלעגט דער רבי זצ"ל מכבד זיין צו עסן ביי בנו מ"מ האדמו"ר כהיום. טייל מאל פלעגט מיטקומען זיין חברותא און ידיד הרה"ח ר' קלמן קאהן ע"ה . און ווען ער פלעגט איהם מכבד זיין האט ער אלץ געזאגט : כ'דארף צוויי פלעצער דארט. אויך פאר מיין חבר ר' קלמן...

עס דערציילט הרה"ח ר' נתן צבי לונגער שליט"א [ע"ה] : איינמאל ווען רבי יחזקאל'ע איז איינגעשטאנען ביי מיר , האב איך איהם געפרעגט ערב שבת אויף וועלכע צייט כ'זאל אנשטעלן דעם 'שבת זייגער' אז די לעקטער זאל זיך פארלעשן ? האט רבי יחזקאל' מיר געענטפערט מיט א שמייכל : "צופרי ווען דער זון שיינט דארף מען דאך נישט קיין לעקטער , ממילא קענט איר אנשטעלן דעם שבת זייגער אויף באלד ווען ס'הייבט אן טאגן" ....און ווירקליך האב איך יענעם שבת נאכגעקוקט מיין געהויבענעם גאסט , און כ'האב באמערקט אז א גאנצע נאכט איז ער געזיצן און געלערנט אין זיין שטוב צום שיין פונעם לעקטער ביז אינדערפרי ..!

א זעלטענע הערצה

כ"ק מרן אדמו"ר מסקווירא זצ"ל פלעגט ארויסווייזן אן אויסטערלישע שעצונג צו רבי יחזקאל'ע ביי יעדן געלעגענהייט. אמאל האט דער רבי ז"ל זיך אויסגעדרוקט מיט אן אויסנאם זעלטענע הגדרה : רבי יחזקאל'ע איז גרייט זיך מוסר נפש צו זיין יעדע רגע פאר'ן אייבירשטן !" ,

איינמאל ווען רבי יחזקאל'ע איז איז אריין מיט א קוויטל האט ער מיט זיין גרויס עניוות זיך מזכיר געווען און אפגערעדט איבער 'מחשבות זרות' וואס שטערן איהם. אבער מרן ז"ל האט זיך צושמייכלט און באלד געזאגט : "עה, דאס איז נישט פאר אייך, דאס איז נישט פאר אייך"... מיינענדיג צו זאגן אז רבי יחזקאל'ע האלט ביי אסאך העכערס ווי דעם פראבלעם פון מחשבות זרות ...

דער באזוך אין שפיטאל

ווען רבי יחזקאל'ע איז שוין געלעגן על ערש דווי ל"ע געציילטע טעג פאר זיין פטירה, איז כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט"א געקומען איהם באזוכן אין 'מיימאנעדיס' שפיטאל אין בארא פארק, טראץ דעם וואס רבי יחזקאל'ע איז שוין געווען גאר שוואך ל"ע האט ער זיך איבערגעשטרענגט זיך אנצוטוהן זיין בעקישע און גארטל לכבודו פונעם גאסט ,
[מפי חתנו כ"ק האדמו"ר מקרעטשנוף - ארה"ב שליט"א .]

רבי יחזקאל'ע האט אויפגענומען דעם רבי'ן זאגענדיג : "כ'וויל זאגן א בשורה טובה פאר'ן רבי'ן , מיין איידעם ר' מרדכי (זצ"ל בן כ"ק אדמו"ר מטאש לרפו"ש ) איז ב"ה געהאלפן געווארן (נאך אפאר יאר פון די חתונה וואס ער האט נישט געהאט קיין קינדער ל"ע ) !
[מפי ר' הערשל ווייס הנ"ל מוומב"ג .]

אויך האט ער דעמאלדס גערעדט אז די דאקטוירים וואס באהאנדלען איהם זענען נישט די געווענליכע דאקטוירים , און ער האט זיך אפגערעדט וועגן די נוירסעס אז זיי זאלן איהם נישט צורירן וכו. , דערנאך האט רבי יחזקאל'ע געבעטן אז דער עולם זאל ארויסגיין , אין איז געבליבן פארשפארט ביחידות מיטן רבי'ן שליט"א פאר גאנצע צוויי שעה .
[מפי חתנו כ"ק האדמו"ר הרי"א מספינקא שליט"א .]

וואס זיי האבן גערעדט ווייסט קיינער נישט . נאר אזויפיל ווייסט מען אז ווען אדמו"ר שליט"א איז ארויס האט ער געזאגט פאר הגה"צ רבי פנחס שלום האגער לרפו"ש : "ס'דרייען זיך נישט ארום היינט אזעלכע אידן" .
[מפי הרה"ח רבי יושע כהן שליט"א ששמע מפי הרפ"ש האגער .]

די שטורעם איבער זיין מקום מנוחה

דער טרויעריג-בארימטע איבערקערעניש וואס האט זיך אפגעשפילט איבער די מקום מנוחתו פון רבי יחזקאל'ע זצ"ל האט בשעתו אויפגעשטורעמט דאס חסיד'ישע וועלט. וואו עס איז באקאנט האט רבי יחזקאל'ע פארלאנגט אז לאחר אריכות ימיו ושנותיו וויל ער ליגן אין בית החיים דשיכון סקווירא סמוך לציון הרה"ק מסקווירא זצ"ל. דאס האט ער געזאגט פאר זיין געטרייען משמש-בקודש הרה"ח ר' ברוך ברילל שליט"א (ע"ה) , און דאס האט ער געשריבן אין 'מיימאנעדיס' שפיטאל בכתב יד קדשו פאר'ן הויז-בחור וואס האט איהם ערליך באדינט אין די לעצטע תקופה , הרה"ח ר' שמעון בוים שליט"א : "הריני רוצה לישכב בבית החיים דשיכון סקווירא" , און אויף דעם אינטערגע'חתמ'ט זיין נאמען מיט זיין טאטנ'ס נאמען ,
[מפי הרה"ח ר'שמעון בוים שליט"א. ומפי ש"ב הרה"ח ר' חנני' יו"ט ליפא מערץ שליט"א ,]

די צוואה איז אבער געווען ווי א דארן אין די אויגן פון די סאטמארער ראשי הקהילה, וועלכע האבן אלע יארן געשטיצט די הויז פון רבי יחזקאל'ע .געווען איז דאס א קורצע תקופה נאכדעם וואס דער שאפראנער רב הגה"צ רבי שמעון ישראל פאזען זצ"ל איז נפטר געווארן , און ער האט אויך געשריבן אין די צוואה אז ער איז משתוקק צו ליגן אין סקווירא . די סאטמארער עסקנים האבן דעמאלדס פרובירט מבטל זיין די צוואה אין איהם באערדיגן אין ניו דזשערזי , אבער די סקווערער עסקנים האבן אין איילעניש איהם אפגעפירט אום אחרון של פסח קיין סקווירא . נאך יענע נידערלאגע זענען אצינד די סאטמארער ראשי קהילה געווען אנטשלאסן נישט צוצולאזן א צווייטן דורכפאל , (זה שמעתי מזקן חסיד סאטמאר ר'. מ"ר ני"ו מה שאמר אז ר' ליפא פר"מ : ווען אינז ווייס מיר ווען אז זיי גייען אוועק פירן דעם שאפראנער . וואלטן אונז געלאפן יו"ט ביז אין די בלאטעס אריין אין איהם ארויסגעשלעפט ..)

מען טרעפט אפיר א בית דין

מ'איז שנעל געפארן אנפרעגן ביי כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר זצ"ל וועלכער האט זיך דאן געפונען אויף אפרו אין 'בעל הארבער' , אבער דער סאטמארער רבי האט זיך אנטזאגט צו צו פסק'נען און געהייסן שטעלן א בית דין , האבן די סאטמארער ראשי קהילה זיך געוואנדן צו הגה"צ מפאפא זצ"ל, הגה"צ מצעהלים זצ"ל, און הגה"צ מוואוידיסלוב זצ"ל - און אלע דריי רבנים האבן זיך קאטעגאריש אפגעזאגט פון פסק'נען קעגן דעם רצון פונעם נפטר רבי יחזקאל'ע ,

בלית ברירה האבן זיי פונאנדערגעזוכט אייגענע רבנים וועלכע האבן בליץ שנעל באשלאסן אז דער כתב-יד וואס דער נפטר האט געשריבן אויף א 'נעפקין' אין שפיטאל האט נישט קיין דין צוואה , וויבאלד ס'האט נישט קיין דאטום.... דער משב"ק ר' ברוך ברילל וועלכער שרייט אז ער האט כמה פעמים געהערט מפה-קדשו אז ער וויל ליגן אין סקווירא, איז אויך נישט באגלייבט ווייל ער אליין האט שייכות קיין סקווירא
[מפי הר"ש בוים הנ"ל .]

האדמו"ר מסקווירא שליט"א האט גע'טענה'ט אז מ'קען נישט זעצן א בית-דין פון בלויז איין צד , און ס'דארף זיין א תובע מטעם סקווירא - און דאןוואלט סקווירא פארלאנגט אז הגה"צ ר' משה ביק זצ"ל זאל זיין דער מכריע. הרה"ח ר' חיים בערגער ע"ה איז געווען אין וויליאמסבורג אין טעלעפאנישע פארבינדונג מיט ר' ישעי' משב"ק שליט"א וועלכער האט איהם נאכאנאנד געבעטן און פארלאנגט אז ער זאל זיך ארויס שטעלן אלס דער תובע מצד סקווירא . אדמו"ר שליט"א איז געשטאנען ביים טעלפאן און געהייסן וואס צו זאגן , אבער ר' חיים האט זיך נישט אריינגעלייגט מיט'ן גאנצן אייפער און שפעטער האט ער זיך פארענטפערט אז ער האט נישט געוואוסט אז ר' ישעי' רעדט בשם דעם רבי'ן - ווייל דער רבי שליט"א האט בשום אופן נישט ערלויבט פאר ר' ישעי'ן צו רעדן בשמו . אבער ר' ישעי' האט גע'טענה'ט אז ר' חיים וואלט דאס געדארפט אליין פארשטיין נאכ'ן פארלאנגען אזויפיל מאל ,
[מפי ר' ד"י איינהורן ]

די סאטמארער עסקנים האבן שפעטער גע'טענה'ט אז אויב וואלטן זיי געהערט קלאר פון סקווערער רבי'ן אז רבי יחזקאל'ע האט איהם אזוי געבעטן , וואלטן זיי באלד נאכגעגעבן . נאר אויף דעם האבן זיי געווארט ....
[מפי הרה"ח הרמ"ל מערץ הנ"ל .]

למעשה האט דער בית-דין מחליט געווען אז מ'זאל באערדיגן דעם גרויסן נפטר אין די סאטמארער חלקה אינעם אידישן בית החיים אין ניו דזשערזי. ווי ס'איז באקאנט (פאר וועמען ...??) האבן אלע דריי רבנים פונעם 'בית דין' באצאלט א פרייז אינעם זעלבן יאר רחמנא ליצלן .

די שוידערליכע ביזיון ביים קבורה

די לווייה איז פארגעקומען פינעף אזייגער נאכמיטאג מיט'ן באטיילינגונג פון אדמו"ר שליט"א , וועלכער איז געווען ארומגענומען מיט א 'לייב-גווארדיע' (דעי לשון איז שוין גע'גנב'ט..) פון חסידים .

בשעת'ן קבורה האט זיך אפגעשפילט א שוידערליכע סצענע : ווען מ'האט געוואלט אריינלייגן דעם ארון אינעם קבר אין ניו דזשערזי, האט זיך דער הייליגער גוף פונעם נפטר ארויסגעקוילערט פונעם ארון . מ'האט איהם שנעל צוריקגעלייגט אינעם ארון און ווידעראמאל פרובירט אראפצונידערן אינעם לאך . און אומגלויבליך : צום צווייטן מאל האט זיך דער הייליגער קערפער ארויסגעגליטשט אינדרויסן פון קבר .

דער סקולענער רבי זצ"ל וועלכער איז אנוועזנד געווען, האט געשריגן ווי א ברויזנדער לייב : "מ'זעט דאך בחוש אז ער וויל נישט דא ליגן !". אבער זיין געשריי איז געפאלן אויף טויבע אויערן. תיכף נאך די שבעה איז דער זון הרה"צ ר' חיים מערץ שליט"א ארויסגעגאנגען צום ציון פון זיין טאטן , און געבעטן מחילה 'טאמער' האט מען אים געלייגט אין א פלאץ קעגן זיין רצון ,
[מפי הרד"י איינהורן הנ"ל .]

דער איינציגער אויסרייד וואס די סאטמארער ראשי קהילה האבן געהאט, איז געווען אז בבוא היום וועט מען לייגן דעם סאטמארער רבי'ן זצ"ל אויך דארט , אבער למעשה האט מען דעם סאטמארער רבי זצ"ל געלייגט אין קרית יואל. און ביז'ן היינטיגן טאג שטייט דער ציון פון רבי יחזקאל'ע עלענד אליין אין חלקת קהל ייטב לב אין ניו דזשערזי ,

פון יענעם טאג און ווייטער פלעגט הגה"צ ר' משה ביק זצ"ל ביי יעדען באזוך זיך אייסערן איבער צוויי זאכן : איינס פארוואס מ'נעמט נישט צוריק דעם בעל שמ'ס סידור פון ליובאוויטש (שהיה באמתחתו של הנגיד ר' איטשע ליפסון ע"ה ואכמ"ל ) . און צווייטענס פארוואס מ'איז נישט מפנה רבי יחזקאל'ען ..

א אינטערעסאנטע חלום

א קורצע תקופה שפעטער איז דער הייליגער נפטר הגה"ק רבי יחזקאל'ע זצ"ל געקומען אין חלום צו זיין משמש ר' ברוך ברילל און איהם געזאגט : ס'וועט ביי דיין זון ר' דוד מרדכי שי' געבוירן ווערן א יונגל , מ'זאל איהם א נאמען גיבן 'יחזקאל שרגא' נאך מיר און נאך א קורצע תקופה וועט ער נפטר ווערן , און מ'זאל איהם באערדיגן אין סקווערער בית החיים" ,

ער האט דאן געבוירן א קינד וואס מ'האט איהם א נאמען געגעבן 'יחזקאל שרגא' און איז גאר יונג אוועק פון דער וועלט ל"ע און זיין מציבה געפונט זיך ביי די נפלים-חלקה ביים עק פונעם בית החיים : פה נטמן הילד יחזקאל שרגא ע"ה בן ר' מרדכי דוד ני"ו ,
[מפי בני משפחת ברילל .]

זאל ער זיין א בעטער פאר אונז אלע. וזכותו הגדול יעמוד בעדינו. אמן ,

ווער עס איז באקאנט מיט די פרטי הלווייה אם יש דברים בגו. אינגאנצן אמת . חצי חצי . כולו שקר געזויגן פונעם "אצבע האמצעי".. -איך גלייב שוואך אז איינער פון אונז איז געווען ביכולת זיך צו באטייליגן ביים לווייה . (אולי @בערל ?) - זאל ארויסגעבן די סודות פון ביזעם !
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

ווייס נישט וואס פונקטליך איר פירקלט דא, תולדות ר' יחזקאל'ע אדער סקווערע פראפאגאנדעס הבל ורעות רוח. אינטערסאנט איר'ט פארגעסן צו דערמאנען אין די תולדות אז אלע יארן אין וויליאמסבורג איר ער געווען א שטיק סאטמאר זיך געוואלגערט אין אלטן ביהמ"ד 24/7 ביים סאטמאר רבין. איבער די לוויה שרייבט איר זייער שיינע חלומות. אויפן צעטיל איז נישט געשטאנען בכלל אז ער וויל ליגן אין סקווער דער לשון איז געווען 'איך הייס סקווער' און א בית דין פון דריי מורה הוראה מובהקים פון אלטן דור האבן מברר געווען עס האט קיין דין צוואה. אגב אפשר געפינט איר מיר אויס וואס די רבנים זענען נענש געווארן?

אגב ער ליגט גארנישט איינזאם. ליגט אינאיינעם מיט הינדערטער חסידים ואנשי מעשה און גרעסטע רבנים. אידן זענען שופך שיח אויפן זיין ציון אין אוהל, אגב אין סקווער וואלט ער נישט זוכה געווען צו כבודו הראוי מיט א אוהל פונקט ווי שאפראנער רב זצ"ל ליגט דארט ווי א שטיף קינד. דאס איז חוץ וואס סקווער בית החיים ווי באקאנט איז א שטיק זומפ ווי מען פלעגט באגראבן די מתים אין וואסער אריין.

שוין איך געדענק דאך אויך נישט די לוויה נאר געהערט שפעטער פרטים. יעדער איז מכובד צו מוסיף זיין פרישע פאקטן עד שיצא האמת לאמיתו.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

וואס איז דען די פלא? איר געפינט זיך דא אין קאווע שטיבל? די ווילסט שרייבען מיט הערצה צו סאטמאר גיי דיר קיין איינוועלט! דא איז מען אינדרויסען פון די באקס....און וואס מער ציוני מען איז און מען רעדט אויף סאטמאר כאפן די ניקים מער קעלבענע בתפעלות פון די חכמה פינעם שרייבער...
סאו וואט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 397
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל

שליחה דורך סאו וואט »

נעבעך צו דען הייסט דאס א תולדות?
יא, לפי נוסח סקווירא, ווי מ'באשרייבט יעדען תולדות נאר לויט וויפיל ער האט זיך געשוואנצעט צום סקווירא רבי.
וכמעשהו גם כאן.
נעבעך א פארוויטאגטער סקווירא, גיבט זיך ארויס דער צארן.

איך ווייס נעבעך נישט ווילאנג איר זענט א מאריך אף, אז דו באטיטילטס רבי ישעי' משב"ק מיטן תואר "שליט"א"...
און האסט יעצט דיסיידעד ארויסצוגעבן דער פייל.

געט עי לייף, און א רפואה שלימה בקרוב
I AM SICK AND TIRED ALREADY
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 802
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך שלמה המלך »

33 יאר???? העלוי!!! בסט אויף?
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

על מה יצא הקצף הזה?
איך בין אן אומוויסנד קינד איך האב קיינמאל עד היום נישט בכלל געוויסט אז עס איז גיוועהן עפעס א מעשה בכלל ניטאמאל האב איך געוויסט אז ער האט געהאט שייכות קיין סקווירא. אבער איך מיין אז דער יונגל שרייבט זייער שיין פון אים און ער איז מקדים אז ער נעמט בכלל נישט אחריות אויף וואס ער שרייבט ער שרייבט איינעם נאך און ער פירט עס נאכאמאל צום סוף אז ווער עס ווייסט יא זאל שרייבן וואס זיי ווייסן איז וואס איז דער אראפגערייסאכטץ דא? שרייב וואס די ווייסט בן תמליון שריייבט טאקע עפעס מער אז עס איז געשטאנען איך הייס סקווירא איז שרייבטס וואס עטץ ווייסטס און רייסטס נישט אראפ.
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך אוהב ספרים »

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:היינט ט' סיוון פאלט אויס די 33'טע יארצייט פון האי חסיד האי עניו הגה"צ ר' יחזקאל שרגא מערץ זצ"ל . הנקרא בפי כל בלשון חיבה רבי יחזקאל'ע !


אויב אלעס איז אזוי אמת ווי די דאטום, איז צרות
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קאך_לעפל האט געשריבן:וואס איז דען די פלא? איר געפינט זיך דא אין קאווע שטיבל? די ווילסט שרייבען מיט הערצה צו סאטמאר גיי דיר קיין איינוועלט! דא איז מען אינדרויסען פון די באקס....און וואס מער ציוני מען איז און מען רעדט אויף סאטמאר כאפן די ניקים מער קעלבענע בתפעלות פון די חכמה פינעם שרייבער...

קאך-לעפל: איך בין שטארק באליידיגט. איך נעם אן דיינע ווערטער אלס א פערזענליכע באליידיגונג. הגם דיין ערשטע שאס איז געווען אויף א מורא'דיגן סארקאסטישן אופן. אבער איך בין א הייסער ציוני. און א סאטמאר'ער חסיד אין די זעלבע צייט. הפלא ופלא...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בן תמליון: איך בין יא געווען ביי די לוויה פון הרהצה"ק ר' יחזקאל'ע מערץ זצוק"ל. נאר איך האב גארנישט געוואוסט פון די אלע פאליטישע מאנעוורעס וואס דו באשרייבסט. אבער הגם איך האב געזעהן הרה"צ ר' יחזקאל'ע א סאך מאל אין סאטמאר ביהמ"ד מיינט דאס נאכנישט אז ער איז נישט געווען א חסיד פון הרה"ץ מסקווירא זצ"ל. ווייל ער איז געווען א צדיק אמת. און ער איז געפארן צו אלע צדיקים. ביי איהם איז נישט געווען קיין תרתי דסתרי סאטמאר און סקווירא. אזויפיהל געדענק איך פון זיין לוויה אז איך האב צום ערשטן מאל געהאט די זכייה צו זעהן מענדל גרינבערג המכונה מענדל טשיקאגא. דער אידישער פאליסמאן, וועלכער איז אויכעט געווען א תקופה דער הויז בחור פון הרהצה"ק מסאטמאר זצוק"ל...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער געוואגטער יונגל: א גרויסן יישר כח פאר די הערליכע באשרייבונג איבער דעם צדיק אמת הרה"ק ר' יחזקאל'ע מערץ זצוק"ל. דיינע ווערטער זענען געווען כמים קרים על נפש עייפה. איך האב געשלינגען מיט דארשט א יעדעס ווארט. איך געדענק ווען איך האב געזעהן ר' יחזקאל'ע מערץ מיט זיין טאטע הרה"צ ר' זוסמאן זצ"ל דאס ערשטע מאל. ווען איך בין געקומען קיין אמעריקע צוזאמען מיט מיין טאטע ע"ה. איך בין דאמאלס געווען א יונגל פון 12 יאר. אונז זעמיר אריין אין סאטמאר ביהמ"ד (נעפ מענשאן) כדי צו נעמען שלום פון הרהצה"ק מסאטמאר זצוק"ל. וועלכער איז פונקט דאמאלץ ארויסגעגאנגען צווישן תפילין דרש"י און ר"ת. האביך דאמאלס געזעהן די פאלגנדע סצענע.... צוויי אידן, איינער מיט א ווייסע בארד און איינער מיט א האלב רויטע בארד זיצן אין א ווינקל פון ביהמ"ד און לערנען משנה ברורה. און זיי נעמען פון צייט צו צייט ארויס עפעס א מאכל פון א פאפירענעם זעקל. און זיי האלטן אין איין לערנען הויך אויפ'ן קול. ווען איך האב געפרעגט פון מיין טאטע ווער די אידן זענען האט ער מיר געזאגט אז דאס איז א טאטע מיט זיין זון. און דער טאטע איז אויך א וואוילע יוד אבער זיין זון איז א צדיק. און ער הייסט ר' יחזקאל'ע מערץ...!
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

רבי יחזקא'לע ז''ל פרעגט זיצן א גאנצען טאג אינעם סאטמארן בית מדרש אין לערנען בהתמדה גדולה, איינע פון זיינע חבריתות זענען געווען רבי שלום טשויבער ז''ל דער זידטשויבער רבי, דער ר' שלום איז געווען א באוויסטער פיגור אין סאטמאר און אין בעלזא, עס פאדערט זיך פון אים באזונדער אן אריכות פון א באשרייבונג.

דער רבי שלום פרעגט צו רעדן זייער הויעך, און רבי יחזקאל'ע האט נישט גוט געהערט, עס זענען געגאנגען קולות דארט עד לב השמים, איינמאל האט זיך רבינו הקוה''ט זי''ע געוואלט שטעלן דאווענען, און דער רבי שלום האט געלארעמט מיט קולי קולות, פרעגט דער רבי זי''ע "למה הוא צועק?" זאגט מען אים ווייל רבי יחזקאל'ע הערט נישט שרייט אים רבי שלום אין די אויער אריין, גיבט זיך דער רבי א צו שמייכעל "אה אינה שומע? מה שהוא רוצה שומע, הוא שמוע".

ער האט זיך אמאל ארום געדרייט אויפן גאס אינגאנצען פארלוירן, עמיציער א פארבייגייער פרעגט אים, וואס זיכט איר? זאגט ער איך זיך מיין הויז.. פרעגט אים יענער וואו אזוי הייסט דער גאס ווי אייער הויז געפינט זיך? זאגט ער ער געדענקט נישט עפעס .. סטריט... ער איז געווען א הפלאדיגער צדיק... זיין אויסטערלישער דביקות אין רבינו הקוה''ט זי''ע איז געווען לעגענדאר. זאל זיין הייליג זכות אויף אונז אלע ביישטין... זי''ע
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:א אינטערעסאנטע חלום

א קורצע תקופה שפעטער איז דער הייליגער נפטר הגה"ק רבי יחזקאל'ע זצ"ל געקומען אין חלום צו זיין משמש ר' ברוך ברילל און איהם געזאגט : ס'וועט ביי דיין זון ר' דוד מרדכי שי' געבוירן ווערן א יונגל , מ'זאל איהם א נאמען גיבן 'יחזקאל שרגא' נאך מיר און נאך א קורצע תקופה וועט ער נפטר ווערן , און מ'זאל איהם באערדיגן אין סקווערער בית החיים" ,

ער האט דאן געבוירן א קינד וואס מ'האט איהם א נאמען געגעבן 'יחזקאל שרגא' און איז גאר יונג אוועק פון דער וועלט ל"ע און זיין מציבה געפונט זיך ביי די נפלים-חלקה ביים עק פונעם בית החיים : פה נטמן הילד יחזקאל שרגא ע"ה בן ר' מרדכי דוד ני"ו ,
[מפי בני משפחת ברילל .]


פליז, אזעלכע געבעקסן.
נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, נאר געזויגן.
עס איז נישט געווען קיין שום חלום - ל ה ד ם! פוסטע שטותים
איינער פון די משפחה האט געהאט א קינד וואס איז נעבעך אוועק פון קריב-דעד ל"ע וזהו.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:[ איך וויל דא קלאר באטאנען אז דאס געשריבן-ווערק האב איך נאכגעשריבן צוטאטן פון א גליון פנימי וואס עס האט געשריבן אן אייניקעל פון רבי יחזקאל'ע . וכמובן האט ער עס געשריבן פון זיין אספעקט לפי רוחו ובמשקפים שלו .... וואס דאס גיבט איבערהויפט נישט קיין היקפ'דיגן בליק איבער דעם דמות קדוש ! אבער היות עס וווארפט א מאטן שיין אויף דאס פארבארגענס מיסטעריע וואס האט זיך (געזאלט האבן) אפשפילט בשעת'ן לווייה טוה איך דאס ארויף שטעלן . און אפשר וועט נתלבן ווערן מה היה שם ,
איך נעם נישט קיין אחריות אויף די אויטענטישקייט דערפון , הילד געוואגטער , ]



ער זאגט דאך קלאר אז עס איז נאך געשריבן.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איז בכלל פארהאן אן אייניקל פון ר'יחזקאלע א חסיד סקווירא?
לפי ידעתי זענען זיי אלע סאטמאר
איינציג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 20, 2017 9:29 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

שליחה דורך איינציג »

איינער האט מחליט געווען צו חלום'ען בקול רם, אמת, רבי יחזקאל'ע זי''ע איז געווען א מעריץ פון סקווער און פון רוב צדיקים בדורו, אבער א חסיד בלב ונפש איז ער געווען פון רביה''ק מסאטמאר זי''ע, ער האט במשך די הייליגע טעג שנעל גענדיגט זיינע תפילות אין זיין ביהמ''ד כדי צו גיין אויף סאטמאר, אזוי אויך במשך די שובבי''ם וואכן ביי שלש סעודות איז ער געווען ביי די שובבי''ם תורות, איך געדענק די דרשות פון פאר תקיעת שופר און פאר כל נדרי ווי ער האט דערציילט די מעשה פון א תלמיד פון חוזה פון לובלין וואס איז פארשלאפן אין א דארף נישט ווייט פון לובלין אין האט זיך מצער געווען אז ער איז נישט געווען ביין זיין רבי אין לובלין אויף יום טוב, דערנאך האט ער זיך בארוהיגט אז לכאורה וואלט דאך די גאנצע וועלט געדארפט פארן צום רבין אויף לובלין און ווען די גאנצע וועלט פארט ווען וואלט ער דאך אויסגעקומען צו זיין דא אפאר קילאמעטער פון לובלין, אזוי אויך האט רבי יחזקאלע געזאגט, לכאורה וואס טוען מיר דא ווען מיר האבן דעם צדיק הדור בתוכינו, מיר וואלטן דאך געדארפט זיין ביי עהם אין בית המדרש, נאר דער אמת איז אז די גאנצע וועלט האט געדארפט גיין קיין סאטמאר, נו, ווען די גאנצע וועלט גייט קיין סאטמאר וואלטן מיר במילא אויסגעקומען צו זיין דא אפאר גאסן אוועק, במילא זענען מיר אין סאטמאר, אזוי האב איך אויך געהערט מפה קדשו ווען מען האט ארויסגעווארפן אפאר אידן פון סאטמאר און זיי האבן אנגעהויבן צו דאווענען ביי עהם, איז צו געגאנגען ר' מרדכי וואלדמאן ז''ל און עהם געזאגט אז דא קומען אידן וואס מען האט ארויסגעווארפן פון סאטמאר, איז רבי יחזקאל'ע צו געגאנגען צום בעלעמער און אויס געקלאפט כהאי לישנא, דא איז א סאטמאר בית המדרש און ווער עס טאר נישט אריין דאווענען אין סאטמאר טאר דא אויך נישט אריין קומען.

אזוי אויך איז די פרשה פון לייגן אין סקווער און פון די דין תורה מלא חלומות פול מיט שקרים און דמיונות.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

לענינינו, היינט קען איך פארשטיין אפס קצהו אויף וואס סקווירא האט זיך געמאלטס געשלאגן, און פארוואס האדמו"ר מסקווירא האט געמוזט זיצן איינגעשפארט צוויי שעה מיט אים א וואך בעפאר זיין פטירה ארויסצובאקומען א צעטל "איך הייס סקווירא", דאס איז ווייל די תושבי סקווירא האבן דאך נישט קיין פרנסה, זיי וואלטן געקענט מאכן אוצרות פון געלט פון לייגן דעם אויסגעבראטענעם ציגל ביים קבר דארט אין שטעטל! עס וואלט געוויס געהויבן דעם עקאנאמיע דארט אויף א גרויסן פארנעם...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קאך_לעפל האט געשריבן:וואס איז דען די פלא? איר געפינט זיך דא אין קאווע שטיבל? די ווילסט שרייבען מיט הערצה צו סאטמאר גיי דיר קיין איינוועלט! דא איז מען אינדרויסען פון די באקס....און וואס מער ציוני מען איז און מען רעדט אויף סאטמאר כאפן די ניקים מער קעלבענע בתפעלות פון די חכמה פינעם שרייבער...

קאך לעפל: אויב דו קאכסט נאך. וואס האקסטו א טשייניק אז ס'האט צו טון מיט זיין א ציוני. איך בין ב"ה א גרויסער ציוני. דער זעלבער ציוני וואס דער קלויזנבורגער רב זצוק"ל. ער האט אמאל געזאגט אויף זיך אז ער איז א ציוני. ער זאגט 3 מאל א טאג ותחזינה עיננו בשובך לציון ברחמים...!

נאר איך געדענק ווען איך בין געווען א יונגל. און איך בין דאס ערשטע מאל אנגעקומען קיין ניו יארק מיט מיין טאטע ע"ה. זעמיר צוערשט צוגעגאנגען צום אלטן סאטמאר'ער ביהמ"ד אויף 550 בעדפארד עוו.צו נעמען שלום ביים רבי'ן זצוק"ל. האביך דאמאלס געזעהן א מחזה נורא ווי ר' יחזקאל'ע מערץ און זיין טאטע הרה"צ ר' יואל זוסמאן זענען געזיצן און געלערנט משנה ברורה. און זיי האבן ..."געגעסן" א געבראטענע פאטעיטא פון א בעג. פארוואס זאג איך געגעסן מיט קואוטעישן מארקס. ווייל זיי זענען (אב ובנו) געווען אזוי שטארק פארטיעפט אין לערנען אז די בעג איז דארט געשטאנען פארשעמט...ר' יחזקא'לע האט נאך דאן געהאט א רויטע בארד. און זיין טאטע א שניי ווייסע בארד מיט א געוואלדיגן הדרת פנים...! איז א ראיה אז זיי האבן ..."געווייקט" אין סאטמאר...!
איינציג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 20, 2017 9:29 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

שליחה דורך איינציג »

איסר האטלקי האט געשריבן:לענינינו, היינט קען איך פארשטיין אפס קצהו אויף וואס סקווירא האט זיך געמאלטס געשלאגן, און פארוואס האדמו"ר מסקווירא האט געמוזט זיצן איינגעשפארט צוויי שעה מיט אים א וואך בעפאר זיין פטירה ארויסצובאקומען א צעטל "איך הייס סקווירא", דאס איז ווייל די תושבי סקווירא האבן דאך נישט קיין פרנסה, זיי וואלטן געקענט מאכן אוצרות פון געלט פון לייגן דעם אויסגעבראטענעם ציגל ביים קבר דארט אין שטעטל! עס וואלט געוויס געהויבן דעם עקאנאמיע דארט אויף א גרויסן פארנעם...


אדמו''ר מסקווירא איז "נישט" געווען איינגעשפארט מיט רבי יחזקאלע "צוויי שעה" "א וואך" פאר זיין פטירה, און די ברוינע פעיפער בעג אויף וואס עס איז געשטאנען "איך געהייסן סקווער" האט ר' ברוך ברילל ערצייגט נאך די פטירה, אויף די פראגע ווען רבי יחזקאלע האט דאס געשריבן האט ער גענטפערט אז מאנטיג פרשת במדבר, אבער דער פאקט איז געווען אז מאנטיג פרשת במדבר איז רבי יחזקאלע זצ''ל נישט געווען ביי זיך...
newkave
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:13 am
האט שוין געלייקט: 381 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל

שליחה דורך newkave »

איינציג האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:לענינינו, היינט קען איך פארשטיין אפס קצהו אויף וואס סקווירא האט זיך געמאלטס געשלאגן, און פארוואס האדמו"ר מסקווירא האט געמוזט זיצן איינגעשפארט צוויי שעה מיט אים א וואך בעפאר זיין פטירה ארויסצובאקומען א צעטל "איך הייס סקווירא", דאס איז ווייל די תושבי סקווירא האבן דאך נישט קיין פרנסה, זיי וואלטן געקענט מאכן אוצרות פון געלט פון לייגן דעם אויסגעבראטענעם ציגל ביים קבר דארט אין שטעטל! עס וואלט געוויס געהויבן דעם עקאנאמיע דארט אויף א גרויסן פארנעם...


אדמו''ר מסקווירא איז "נישט" געווען איינגעשפארט מיט רבי יחזקאלע "צוויי שעה" "א וואך" פאר זיין פטירה, און די ברוינע פעיפער בעג אויף וואס עס איז געשטאנען "איך געהייסן סקווער" האט ר' ברוך ברילל ערצייגט נאך די פטירה, אויף די פראגע ווען רבי יחזקאלע האט דאס געשריבן האט ער גענטפערט אז מאנטיג פרשת במדבר, אבער דער פאקט איז געווען אז מאנטיג פרשת במדבר איז רבי יחזקאלע זצ''ל נישט געווען ביי זיך...


ויש אומרים אז רבי יחזקאל איז אוועק נאך פאר די סקווערע רבי איז געבארן.
אגב, איך ווייס נישט צו ס'איז דא א סקווערע רבי היינטיגע טעג, און דעמאלס זיכער נישט.
אויך זענען ברוינע בעגס אומלעגאל.
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען...(קרעדיט: היסטאריקער)
אבער א היסטאריקער קען יא פארדרייען...
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

אוהב ספרים האט געשריבן:בכגון דא, פלעגט דער אלטער בוהושער צדיק זאגען, צוויי קליינטשיגע אינדערפרי און צוויי אויף דער נאכט, אלע פראבלעמען העלפט דאס
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

אויפמערקזאם:
דער עולם רופט אים רבי חעזקעלע מערץ, דאס איז גאר וויכטיג, אויב לאזט מען אויס דעם ערשטן נאמען און מ'רופט "רבי מערץ" וואלט דאס זיך געהערט ווי עפעס אן אמעריקאנער "ראביי מערץ", - רבי חעזקעלע מערץ קלינגט זיך גוט.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
מחצה''ק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 238
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 13, 2019 7:25 pm
האט שוין געלייקט: 89 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל

Re: להנחיל אוהבי י"ש - הגה"צ ר' יחזקאל שרגא מערץ זצ"ל

שליחה דורך מחצה''ק »

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן: מיטוואך מאי 27, 2015 2:43 pm

די צוואה איז אבער געווען ווי א דארן אין די אויגן פון די סאטמארער ראשי הקהילה, וועלכע האבן אלע יארן געשטיצט די הויז פון רבי יחזקאל'ע .געווען איז דאס א קורצע תקופה נאכדעם וואס דער שאפראנער רב הגה"צ רבי שמעון ישראל פאזען זצ"ל איז נפטר געווארן , און ער האט אויך געשריבן אין די צוואה אז ער איז משתוקק צו ליגן אין סקווירא . די סאטמארער עסקנים האבן דעמאלדס פרובירט מבטל זיין די צוואה אין איהם באערדיגן אין ניו דזשערזי , אבער די סקווערער עסקנים האבן אין איילעניש איהם אפגעפירט אום אחרון של פסח קיין סקווירא . נאך יענע נידערלאגע זענען אצינד די סאטמארער ראשי קהילה געווען אנטשלאסן נישט צוצולאזן א צווייטן דורכפאל , (זה שמעתי מזקן חסיד סאטמאר ר'. מ"ר ני"ו מה שאמר אז ר' ליפא פר"מ : ווען אינז ווייס מיר ווען אז זיי גייען אוועק פירן דעם שאפראנער . וואלטן אונז געלאפן יו"ט ביז אין די בלאטעס אריין אין איהם ארויסגעשלעפט ..)

לא הי' ולא נברא עס האט מיר געזאגט א יוד א בא בשנים פון סקווירא ר' י. ל. הי''ו ער איז געווען א בחור דעמאלטס
אין ער געדענקט אז ר' יחזקאל שמש האט געברענגט שאפארנע רב קיין סקווירא אין ער איז נאכדעם געווען ביז מוצאי פסח אין סקווירא
כמדומה לי האט ר' י. ל. אויך געזאגט אז מען האט מכבד געווען יחזקאל שמש מיט עפעס א כיבוד
מהאט קיינעם נישט געכאפט סאטמאר האט אים געהעריג געברענגט
צועקים וזועקים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 174
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 1:30 pm
האט שוין געלייקט: 193 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: להנחיל אוהבי י"ש - הגה"צ ר' יחזקאל שרגא מערץ זצ"ל

שליחה דורך צועקים וזועקים »

מחצה''ק האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 4:29 pm
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן: מיטוואך מאי 27, 2015 2:43 pm

די צוואה איז אבער געווען ווי א דארן אין די אויגן פון די סאטמארער ראשי הקהילה, וועלכע האבן אלע יארן געשטיצט די הויז פון רבי יחזקאל'ע .געווען איז דאס א קורצע תקופה נאכדעם וואס דער שאפראנער רב הגה"צ רבי שמעון ישראל פאזען זצ"ל איז נפטר געווארן , און ער האט אויך געשריבן אין די צוואה אז ער איז משתוקק צו ליגן אין סקווירא . די סאטמארער עסקנים האבן דעמאלדס פרובירט מבטל זיין די צוואה אין איהם באערדיגן אין ניו דזשערזי , אבער די סקווערער עסקנים האבן אין איילעניש איהם אפגעפירט אום אחרון של פסח קיין סקווירא . נאך יענע נידערלאגע זענען אצינד די סאטמארער ראשי קהילה געווען אנטשלאסן נישט צוצולאזן א צווייטן דורכפאל , (זה שמעתי מזקן חסיד סאטמאר ר'. מ"ר ני"ו מה שאמר אז ר' ליפא פר"מ : ווען אינז ווייס מיר ווען אז זיי גייען אוועק פירן דעם שאפראנער . וואלטן אונז געלאפן יו"ט ביז אין די בלאטעס אריין אין איהם ארויסגעשלעפט ..)

לא הי' ולא נברא עס האט מיר געזאגט א יוד א בא בשנים פון סקווירא ר' י. ל. הי''ו ער איז געווען א בחור דעמאלטס
אין ער געדענקט אז ר' יחזקאל שמש האט געברענגט שאפארנע רב קיין סקווירא אין ער איז נאכדעם געווען ביז מוצאי פסח אין סקווירא
כמדומה לי האט ר' י. ל. אויך געזאגט אז מען האט מכבד געווען יחזקאל שמש מיט עפעס א כיבוד
מהאט קיינעם נישט געכאפט סאטמאר האט אים געהעריג געברענגט
געהערט פון א איד וואס איז געפארן אינעם קאר אז עס איז געווען צרות...
פארשפארט