דארווין

מחשבה, השקפה ועיון
פארשפארט
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

לולב הגזול האט געשריבן:מילא אן אינגערמאן שלא קרא ולא שנה בעניני נגיעות און fallacies פארשטיי איך זיין זיכערקייט. אבער אויב האסטו יא אדארך געטוהן דעם נושא און נאכאלס האלטסטו וואס די האלסט מיט אזא זיכערקייט מעג איך פרעגען ווי אזוי האסטו דעם רשע ארויסגעריסען פון דיר?


וואו אזוי א מענטש דארף זיך באגיין מיט זיין מחשבה און חשבונות, נאך דעם וואס ער ווייסט אז "מענטש" איז בייעס?
דאס איז א שמוס פאר זיך און דיזערוועד אן אייגען אשכול.

און קארצן אויב איך מעג, וויסען פין fallacies און כסדר זיין אויף די lookout דארף איינעם געבען מער זיכערקייט נישט א בלענקעט אים-זיכערקייט.

און א יעדען פאל זענען מיר דיזיינד צי ניצען אינזער מחשבה the best we could נישט ווייל דאס פארזיכערט דעם אמת - הגע עצמך - צוויי מענטשען מיט די זעלבע IQ קענען קימען צי צוויי באזינדערע מסקנות און נאר איינער פין זיי איז גערעכט. דאס זאגט אז דער סכום IQ פירט בכלל נישט צי "גערעכט"

למשל אז איך זאל מחליט זיין צווישען סיענע אדער האנדא און צים סויף זאל איך אנקימען אז האנדא איז דער ריכטיגער ציגאנג, איך וועל דאס קענען מסביר זיין מיט שכל אבער א געוואלד ווערט געטון אינטער מיין באוויסט-זיין און שכל איז נאר דא דאס צי קאווערן
איך מעג גיין א סטעפ ווייטער, איך וועל ניצען א סייענטיפק מהלך פין pros and cons, וויפיל וואג איך זאל געבען פאר א יעדער זאך און וואס פאררא KPIs צי ניצען דאס ווערט שוין אפגעמאכט דארך א בשר ודם - און דארט פאלט ער דארך

די עצם זאך ווען איינער זאגט אז איך גיי ניצן נאר neutral materialism מברר זיין א אמת, און דוחה זיין אלס אנדערש, דאס זעלבסט איז די מאמע פין אלע fallacies
וואו דער שיכור וואס זיכט נאך זיין זייגער אינטערן לאמפ, ווייל דארט, ווייל דארט, איז ליכטיג.

ווער זאגט דאס?
מיין "שכל"
נא, זייט ווען קענסטו טראסטן דיין "שכל"?
ווער האט דיך געזאגט איך טראסט מיין "שכל"
אויב אזוי פארוואס זאגסטו נאך בשם דיין "שכל"
ווייל איך אפערעט מיט מיין "שכל", נישט איך טראסט מיין "שכל"
אזוי בין איך געווארן דיזיינד
שכל איז א נברא און האט זיין לימיטס



(אויב אזוי - וואו קימט בחירה אריין? נאך אן אשכול)
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
לולב הגזול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 61
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

שליחה דורך לולב הגזול »

'וויסען פין fallacies און כסדר זיין אויף די lookout' טויגט אויף בראקעל כפרות. דער בייעס וואס דער באשעפער האט אונז געשאנקען איז שטערקער ווי וואס די רופסט שכל. די גרויסע מלומדים און חוקרים פון סאציאלע סייקאלאגי געבען ארויס ביכער חדשים לבקרים ווי קליינקעפיג און נישטיג אונזער מוחות זענען.

טאקע פארדעם קען דער מעדעצין פארשער בכבודו ובעצמו נישט וויסען פאר וועם ער געט א ריכטיגע פיל און פאר וועם ער געט א פלאסיבא. ווייל 'וויסען פין fallacies און כסדר זיין אויף די lookout' איז א שטרויכלונג צוציקומען צום אמת. פארדעם זענען סייענטיסטען מקפיד נישט אנצונעמען קיין שטעלונג און סיי וועלכע נושא נאר אויב מ'קען נאכמאכען זייערע עקספערימענטס ווייל 'וויסען פין fallacies און כסדר זיין אויף די lookout' ארבייט נישט!

יא יא, שכל האט שטארקע לימיטס. ראובן לאכט אויף שמעון ווייל ער זוכט און דער טונקעל און זוכט נישט ענדרעשט א פלעשלייט. שמעון לאכט פון ראובן אז ער זוכט נאר ווי ער קען זען. למעשה ווילאנג זיי לאכען טרעפט מען נישט קיין זייגער. איזהו דרך שיבור לו האדם אויב איז עם שוין נמאס פון לאכען?

איך האב עפעס א שטיקעל מהלך און דעם נושא. טאקע אונזער לימיטס ווייזט אויף געטליכקייט אבער קודם דארף איך עס אליין אדארך טוהן. דאס איז אבער זיכער, אז די האסט נאך וואס מוסיף חכמה צו זיין אין דעם עניין. נאר געדענק דעם יוסיף מכאוב. זיי זענען געקניפט און געבינדען.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

פין דיין תגיבה קוקט אויס האסט נאר געליינט האלב פין וואס איך האב געשריבן, no rush
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
לולב הגזול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 61
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

שליחה דורך לולב הגזול »

ליין איבער מיין תגובה :geek:
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

סתם דיך אביסל אויסציקלארן, די סיבה פארוואס ס'איז וויכטיג אז דער דאקטער וואס געט דער פיל זאל נישט וויסען וואס האט אן עקטיוו אינגרידענט און וואס איז סתם פלעסיבא איז נישט ווייל דער דאקטער איז אנגעלייגט מיט fallacies.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
לולב הגזול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 61
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

שליחה דורך לולב הגזול »

https://en.m.wikipedia.org/wiki/Blinded_experiment

בלינדע טעסטס זענען נאר כדי עוקר צו זיין אונזער באגרעניצטע מוחות אנגעפילט מיט בייעסעס און fallacies וכל כינויים דיליה.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הקטן האט געשריבן:סתם דיך אביסל אויסציקלארן, די סיבה פארוואס ס'איז וויכטיג אז דער דאקטער וואס געט דער פיל זאל נישט וויסען וואס האט אן עקטיוו אינגרידענט און וואס איז סתם פלעסיבא איז נישט ווייל דער דאקטער איז אנגעלייגט מיט fallacies.

הקטן: יא. ס'איז נישט דער גברא. נאר די חפצא...ווי מ'זאגט ביי אונז אין די ליטא...!
לולב הגזול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 61
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

שליחה דורך לולב הגזול »

ניין, נאר דער גברא איז מלא בייעסעס. וואס האט דער 'חפצא' דיר געטוהן?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ביי דיין פילאזאפיע וועיס איך נישט...אבער ביי מעדיצין. אין א דאבל-בליינד סטאדי האט עס צו טון מיט די חפצא. און נישט מיט'ן גברא. כדי דער גברא זאלל זיך נישט קענען איינרעדן אז זיין (פאלשע) מעדיצין האט געהאלפן. ווייסט ער נישט צו ער געט די עכטע מעדיצין אדער די פלאסיבא...נאר די חוקרים וועלכע פיהרן אן די שטודיע ווייסן. און האלטן חשבון...!
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

בערעל - סדאדיס בנוגע מעדעסין
איז:
א. דער וואס געט דער פיל איז זעלטען דער וואס קימט בפועל ממש צי די מסקנות (נערסעס אין 15 שפיטעלר)
ב. וואו אויך זענען די מסקנות הארטע נאמבערס אדער אבדשעקטיוו פאקטען (למשל האספיטעל וויזיט די נעקסטע האלבע יאר)
ג. א אבדשעקיטיוו פאקטען הגם זיי מיינען גארנישט ווייל זי זענען ארבעטרערי (הסכמת בני אדם) ווערן זיי געשריבן איידער דער ערשטער פיל ווערט געגעבן
ד. מען קען נישט טוישן די objective facts איינמאל די סטאדי איז אין גאנג

נו אויב אזוי וואס גייט מיך אן אויך דער נורס ווייסט צי דער טעבלעט איז active צי נישט?
דער תירוץ איז גאנץ א פשטער

וואו באקנט איז דא דער מושג פין פלעסיבא עפעקט, וואס דאס מיינט אז דאס אז דער מענטש ווייסט אז ער באקימט מעדעסין דאס אליין פוילט אויף זיין גוף זאל ווערן געהיילט
דער כח המחשבה וואס איז העכער מעטער, קיינער האט דאס נאך נישט געזען דירעקט אין ס'פארנעמט נישט קיין פלאץ, טוישט גשם
פארדעם אויב וויל איך קענען פראווען א מעדעסין אויב ס'ארבעט דראף איך ווייזען אז דאס ארבעט בעסער פין פלעסיבא

זענען מיר חושד וואס וועט זיין ווען דער געבער וואס געט דער פיל ווייסט אז פאר דעם פאציענעט געט ער סך הכול א ליידיגע ציקערל, און הכרת פניו ענתה בו, און דער פאציענט וועט דאס אויף כאפן דירעקט אדער בתת הכרה - האבען מיר געהארגעט דעם פלעסיבא

סאיז דאך א טעם וואס האט מער צי טון מיט עטיקס (אזוי וואו נישט וויסען ווער האט אנגעצידען דעם לעקטעריזעטי אויפן לעקטריק טשער)
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
לולב הגזול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 61
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

שליחה דורך לולב הגזול »

berlbalaguleh האט געשריבן:כדי דער גברא זאלל זיך נישט קענען איינרעדן


קען זיין אז איך בין נישט אזוי קלאר מיט דער ליטווישע גברא/חפצא עניינים. אבער איך מיין אז אונז ביידע זאגען דער זעלבע.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

לולב הגזול האט געשריבן:'וויסען פין fallacies און כסדר זיין אויף די lookout ' טויגט אויף בראקעל כפרות. דער בייעס וואס דער באשעפער האט אונז געשאנקען איז שטערקער ווי וואס די רופסט שכל. די גרויסע מלומדים און חוקרים פון סאציאלע סייקאלאגי געבען ארויס ביכער חדשים לבקרים ווי קליינקעפיג און נישטיג אונזער מוחות זענען.


די מישט צאם fallacies מיט בייעס דאס זענען צוויי באזינדערע זאכן
אויף fallacies (וואו ער ווערט געריפן געווענליך), ארבעט שוין איינמאל זיין אויף די lookout

איך בין פויל יעצט דיך צי לערנען, וועלן מיר עס לאזן פאר א צווייט מאל
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
לולב הגזול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 61
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

שליחה דורך לולב הגזול »

הקטן האט געשריבן:זענען מיר חושד וואס וועט זיין ווען דער געבער וואס געט דער פיל ווייסט אז פאר דעם פאציענעט געט ער סך הכול א ליידיגע ציקערל, און הכרת פניו ענתה בו, און דער פאציענט וועט דאס אויף כאפן דירעקט אדער בתת הכרה - האבען מיר געהארגעט דעם פלעסיבא


נאך א טעם ווערט שוין געברענגט פון פריעדיגער, און דאס איז אלס זריזין מקדימין. אויך איז דא, פארשטייט זיך, א טעם הכמוס. סוד ה' ליראיו.

ערענסט גערעדט, כדי צו זיין א טאפעלט-בלינדער שטודיע קען דער נותן הפילס נישט וויסען ווער עס האט באקומען וואס אפילו אויב איז ער געפינט זיך אין אן אנדערען שטאט. מטעמי בייעסעס ושום חניכא דיליה. אזוי ווי מיר האבען שוין אויבען דערמאנט.

קען טאקע זיין אז מיין אייגענער בייעס דרייט מיר א קאפ, און מאכט מיר פארשטיין וויקיפעדיע אנדרעשט ווי דיר. אדער קען זיין אז מיין טעות איז געווען ווען איך האב געמיינט אז די האסט דעם בייעס פלאנטער גוט ארויס…

כ'ווייס שוין נישט גארנישט. וה' הטוב יכפר.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

לולב הגזול האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:כדי דער גברא זאלל זיך נישט קענען איינרעדן

קען זיין אז איך בין נישט אזוי קלאר מיט דער ליטווישע גברא/חפצא עניינים. אבער איך מיין אז אונז ביידע זאגען דער זעלבע.

דער גברא פין וועם ר בערל רעדט איז די פאציענט - נישט דער חוקר.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הקטן: איך בין מסכים מיט כמעט אלע דיינע הנחות לגבי א דאבל בליינד סטאדי.אויך. איינס פון די טעמים פאר דעם דאבל בליינד סטאדי אז דער פארשרייבער פו די מעדיצין ווייסט נישט אויב ער געט א פלאסיבא אדער אן עכטע מעדיצין איז א מאראלישע. אז ער זאלל נישט קענען הערשן אויף יענעם. ווייל דאס וועט איהם/איהר געבן פאוער וועלכעס איז נישט דיירעקטלי געבונדן צו די היילונג פון דעם פאציענט...! און דאס קען (ח"ו) פיהרן צו די נאצי-סטייל פראקטיצירונג און פארשונג פון מעדיצין...!

לגבי דעם שולדיגן, אדער פאראנטווארטליכן פאר עלעקטריזירן די קרימינאלן פאר וועלכע ס'קומט דיך דער טויט שטראף, האביך ערגעץ געליינט וואס א בארימטער אפערעיטאר פון אן עלקטריק טשעיר האט געזאגט...והנה...ס'איז דא א קוילן גרעבער (מיינער) וועלכער גראבט ארויס די קוילן פון די ערד. נאכדעים לייגט מען עס ארויף אויף א טרעין וואס ברענגט עס ביז די עלעקטריק דזשענערעיטינג פלענט. דארט איז דא א מענטש וועלכער הייצט אן דעם אויוון. נאכדעים איז דא מענטש וועלכער פארבינדט דעם דזשענערעיטאר צו דעם טוירביין. און ס'זענען אויך דא פארשידענע מענטשן וועלכע מאכן זיכער אז די עלעקטריציטעט קומט אן ביז דא אהער. איך געב נאר א דריק אויף א קליינעם סוויטש. און דער קרימינאל ווערט עלעקטריזירט. אבער איך שפיעל גאנץ א קליינע ראללע אין איהם דערהרג'ענען. אלע אנדערע מענטשן זענען פאראנטווארטליך פאר זיין טויט...!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

איך האב געטראפן א אמיש און אים געפרעגט פארוואס זיי האלטן נאכאלץ נישט קיין וואש מאשין מיט קיין סמאוק דיטעקטארס אין 2017 אין זייערע הייזער.

זייער תירוץ

קאנפארמיעשאן בייעסט.

איך האב געפרעגט א מארמאן פארוואס ער גייט מיט מארמאן גאטשעס האט ער גענטפערט

קאנפארמעישאן בייעסט.

איך האב געפרעגט א אפריקאנער פארוואס זיי שניידן אראפ די פנים של מטה פון קליינע מיידלעך (נאכדערצו אן קיין איינשפריץ)

די בליצידיגע ענטפער איז קאנפארמעישאן בייעסט.

איך האב געפרעגט די מוסלימענער פארוואס זיי דעקן צו די פרויען מיט שוואצע חלה דעקלעך און קוים לאזן א קליין לעכל פאר די אויגן
זייער געוואלדיגע ענטפער איז געוועהן קאנפארמעישאן בייעסט.

דער הקטן איז דאך אזוי גליקליך אז ער איז פונקט געבוירן געווארן אויף די ריכטיגע מקום און זיין רעליגיע מיט וואס ער איז געבוירן געווארן איז פונקט דעם ריינעם אמת. און וע״כ ער ליידט נישט פון קיין שמץ פון בייעסי, קיין איין טראפ פון די סחורה לויפט נישט אין זיינע אדערן, אלעס וואס זיינע עלטערין האבן געגלייבט אין איז די ״קריסטליך ריינע אמת״ דארט ליגט דעם אמת באגראבן. און אך און וויי איינער וואס זאגט/האלט אנדערש באקומט א גאנצע טוץ פון בייעסי און לאגיקעל פאליסיס שיעורים מיט לעסאנס וויאזוי ער האט איסגעפיגורט צו זיין ריין דערפון. ער פארטרייבט אלע פאליסיס מיט א פליגן כאפער- ער איז אויף די lookout.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

לולב, און געוויסע פעלער איז וויכטיג דאס צי האלטן פאר א סוד ביז נאכן ענעלעזירן די data און געוויסע פעלער נישט
למשל אויב data אויף וואס איך קוק, לאזט זיך טייטשען אויף פארשידענע וועגן איז דא א חשש אז דער ריסערטשער וועט טרעפן וואס ער וויל זען
למשל מיר וועלן וועלן בודק זיין anxiety אדער אפילה דיימענטש (פארגעסן) וואס דער דייגנאז לאזט זיך טייטשען, דעלמאטס איז וויכטיג דאס צי האלטן פאר א סוד פון דעם ריסערטשער
אבער און דער פאל וואו דער דייגנאז לאזט זיך קלאר מעסטען איז נאר וויכטיג אז דער נותן און דער מקבל זאלן זיין דאבעל-בליינד נישט דער חוקר, און זעכער נישט ביז נאכן ענעלעזירן די data

ס'איז אויך דא וואס זענען מקפיד אז דער חוקר זאל אויך נישט וויסען ביז נאך אלע data איז קאלעקטעט, כדי דער חוקר זאל נישט האבן אן השפעה אויף די נורס און די נורס אויפן חולה. און דעם פאל נאך וואס דער data is in חאטש מען האט נישט אנגעפאנגען צי ענעלעזירן די data איז שוין נישט קיין סוד פאר די חוקר. הגם אז ביי דער שלב פין ענעלעזירן די data דארט קימט דאך אריין די פאלעסיס - דאך אויף פאלעסיס זעמער נישט חושש. ופשוט
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
לולב הגזול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 61
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

שליחה דורך לולב הגזול »

הקטן האט געשריבן:דער גברא פין וועם ר בערל רעדט איז די פאציענט - נישט דער חוקר.

אהההה, זאג אזוי. ;)
הקטן האט געשריבן:די מישט צאם fallacies מיט בייעס דאס זענען צוויי באזינדערע זאכן
אויף fallacies (וואו ער ווערט געריפן געווענליך), ארבעט שוין איינמאל זיין אויף די lookout.


לאמיר עס אינגאנצען ארויסמישען. לאמיר רעדען פון אונזער מוחות וואס זענען פראגראמט מיט מכשולות רבים ואדירים וואס איז מעכב דאס אמת.

אן קיין מאטעמאטישע הוכחות איז אלעס בדרך אפשר.

אונזער מוחות ארבייטען כמעט אינגאנצען נישט מיט לאגיק. היינו בייעס והיינו logical fallacies. קענסט זיין אויפען lookout שמונים שנה און נאכאלס בלייבען א צדוקי.

עניוועי. איך האב נישט דער ענטפער. איך האב געהאט א שטיקעל האפענונג אז די וועסט זיין דער רבש"ע'ס גוטע שליח. נו, טרם אקרא וועט שוין נישט געשען 'עט מען ווארטען פאר תשבי.

הקטן האט געשריבן: איך בין פויל יעצט דיך צי לערנען, וועלן מיר עס לאזן פאר א צווייט מאל

חלילה. אפאר אויסגעהאלטענע לינקס איז גענוג. כ'קאן בעסער לייענען ווי אויסהערען. True story.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

וואס איך האב געמיינט מיט עטיקעל איז אזוי, נישט אינגאנצען וואו דו זאגסט דאס, קען זיין דו מיינסט דאס
דא איז דא א פאציענט וואס שטארבט פין קנעסער, ס'איז דא א קאמפעני וואס זאגט זיי האבן א רפאוה וואס קען אים היילן, און ראטעווען זיין לעבן, און דו גייסט און געסט אים א ציקערעל!?!
וואו אזוי שלאפסטו ביינאכט?!?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

לולב הגזול האט געשריבן:אונזער מוחות ארבייטען כמעט אינגאנצען נישט מיט לאגיק. היינו בייעס והיינו logical fallacies. קענסט זיין אויפען lookout שמונים שנה און נאכאלס בלייבען א צדוקי.

מישט דאס נישט!
פין logical fallacies קען מען זיך היטן (און פין דעם האב איך גערעד!)
די קנעסט נאך זיכען logical fallacies און ניצען דיין אייגן טראכטער און קימען צי א מסקנה אויב איז שייך זיך צי היטען דערפין.
אז איך וועל האבן צייט וועל איך מאריך זיין און געבען משלים.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
לולב הגזול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 61
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

שליחה דורך לולב הגזול »

הקטן האט געשריבן:לולב, און געוויסע פעלער איז וויכטיג דאס צי האלטן פאר א סוד ביז נאכן ענעלעזירן די data און געוויסע פעלער נישט
למשל אויב data אויף וואס איך קוק, לאזט זיך טייטשען אויף פארשידענע וועגן איז דא א חשש אז דער ריסערטשער וועט טרעפן וואס ער וויל זען
למשל מיר וועלן וועלן בודק זיין anxiety אדער אפילה דיימענטש (פארגעסן) וואס דער דייגנאז לאזט זיך טייטשען, דעלמאטס איז וויכטיג דאס צי האלטן פאר א סוד פון דעם ריסערטשער
אבער און דער פאל וואו דער דייגנאז לאזט זיך קלאר מעסטען איז נאר וויכטיג אז דער נותן און דער מקבל זאלן זיין דאבעל-בליינד נישט דער חוקר, און זעכער נישט ביז נאכן ענעלעזירן די data

ס'איז אויך דא וואס זענען מקפיד אז דער חוקר זאל אויך נישט וויסען ביז נאך אלע data איז קאלעקטעט, כדי דער חוקר זאל נישט האבן אן השפעה אויף די נורס און די נורס אויפן חולה. און דעם פאל נאך וואס דער data is in חאטש מען האט נישט אנגעפאנגען צי ענעלעזירן די data איז שוין נישט קיין סוד פאר די חוקר. הגם אז ביי דער שלב פין ענעלעזירן די data דארט קימט דאך אריין די פאלעסיס - דאך אויף פאלעסיס זעמער נישט חושש. ופשוט


אונז רעדען מיר בכלל פון די זעלבע זאך? דער דאקטאר פארשער מעדעצינען און וועלכע פאלאסיס מ'איז חושש זענען נישט דער נושא. אז אפילו א פארשער אויף דער lookout דארף נאכאלס סייעתא דשמיא דאס איז דער נושא.

אז דער אמת איז פארהוילען פון אונז מעיקרא פון דאס רעד איך.

אז מיר האבען נאכנישט אינגאנצען ארויס דער מוח'ס שטרוכלינגען דאס איז דער מדובר.

עס ווערט איעדען טאג קלארער און קלארער אז אונזער מוחות זענען געפראגרעמט נישט צו גיין מיט'ן אמת נאר מיט הונדרעטער לאגיקעל מכשולות. איך האב געמיינט אז דאס איז דיין פוינט ווען די ברענגסט עס כסדר ארויף. יעצט בין איך נאר נאך מער צומישט וואס דיין פוינט דערמיט איז.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אבער דו, שבת אחים מעגסט מאכן א ברכה. אשריך ואשרי חלקך שהבדילנו מן התועים. אז דו ביסט געווארן אן אטעאיסט, או.טי. די. אפגעפארענער מיט אלע אנדערע שמות הנרדפים. אצינד ביסטו א גליקליכער. דו קענסט שוין אריינכאפן א העם סענדוויטש מיט מעיאנעיז. און צו טרונקען א גלעזל מילעך. און דו קענסט שוין (ב"ה) רואיגערהעיט טועם זיין פון די געשמאקע טשיעז בוירגערס וואס דו קענסט באקומען ביי מעקדאנעלד'ס אדער ביי סאבוועי פאר גאנץ ביליג. נאר פארגעס נישט צו מאכן על המחיה. אויב מ'האט עס געלייגט אויף א מזונות ראלל. ווייל אנישט וועסטו דיך מוזן וואשן און בענטשן נאכדעים. און אויב ס'איז ראש חודש 'עסטו נאך מוזן זאגן יעלה ויבוא אויכעט...!

נאר איין בקשה האביך צו דיר. נאכדעים וואס דו האסט שוין טועם געווען פון די אלע גוטע זאכן. יא. שיער פארגעסן. און מוצש"ק מוזסטו נישט האלטן דעם ר"ת זמן. אפילו דעם וויזשניצער זמן אויכעט נישט. נאר נאך אלעמען. בעט איך דיך אז דו זאלסט נעמען א דזשענעראל עדזשוקעישן. ווייל דאס אפיקורסות אליינס וועט דיך נישט טראגן ווייט. נעם, למשל א קאורס אין א קאמיוניטי קאלידזש (כ'מעין נישט וויזניצער חעידער) אין ענגליש, סאושל סטאדיעס און היסטאריע פון אמעריקע און פון די וועלט. אויך א ביסל אידישע היסטאריע וועט דיר נישט שאטן. אזוי וואלט איך געטון. ווען איך בין ווען ח"ו אן או.טי.די. די ערשטע זאך וואלט איך געגאנגען און געקויפט מיר א העם סענדוויטש מיט מעיאנעיז...! און נאכדעים געטון די אנדערע, נוצליכע זאכן. לערן דיך אפ פון שלום דיען. ווען ער איז געווארן או.טי.די. איז ער די ערשטע זאך ארומגעגאנגען מיט שיקסעס. און נאכדעים האט ער גענומען אן עדזשוקעישן. און היינט איז ער איינער פון די גרויסע שרייבערס אין די מידיא...! אז ער עסט כשר'ס אויך ווייס איך פאר זיכער. ווייל ס'איז דא פיקטשערס פון איהם וואו ער באזוכט ביי גאטליעב'ס רעסטאוראנט אויף ראועבלינג...!
לולב הגזול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 61
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

שליחה דורך לולב הגזול »

הקטן האט געשריבן:פין logical fallacies קען מען זיך היטן (און פין דעם האב איך גערעד!)
די קנעסט נאך זיכען logical fallacies און ניצען דיין אייגן טראכטער און קימען צי א מסקנה אויב איז שייך זיך צי היטען דערפין.
אז איך וועל האבן צייט וועל איך מאריך זיין און געבען משלים.


דער פשוט'סטער פאלאסי, אננעמען עפעס וועגען עס האט א גוטע מקור argument of authority איז אזוי געפראגרעמט געווארען. אזוי זענען מיר אלע. רוב מאל איז עס א מעלה. ווילסט וויסען דער צייט? פרעג איינעם. קיינער פרעגט נישט "ווי אזוי ווייסטו" ספעציעל אויב האט ער געקוקט אויף זיין האנט זייגער.

מיר נוצען authority טאג טעגליך. נאר וואס דען, עס מוז נישט זיין אמת. קענסט זיין אויף דער lookout ביז מוצאי ראש השנה אבער ווען דיין קינד פרעגט דיר פארוואס מ'מעג נאר עסען אונזער הכשר וועסטו עם ניצען אן authority. אויב האסטו דער יכולת דיר אליין צו פרעגען פארוואס טוהסטו דאס וועסטו אויך אנקומען צו אן authority.

דאס איז מיין פוינט מיט מישען ביידע. אבער למען הסר ספק ולמען השלום ולמען אנקומען צום אמת וועל איך נאר שרייבען דא פון בייעסעס. אי"ה.
פארשפארט