לולב הגזול האט געשריבן:מילא אן אינגערמאן שלא קרא ולא שנה בעניני נגיעות און fallacies פארשטיי איך זיין זיכערקייט. אבער אויב האסטו יא אדארך געטוהן דעם נושא און נאכאלס האלטסטו וואס די האלסט מיט אזא זיכערקייט מעג איך פרעגען ווי אזוי האסטו דעם רשע ארויסגעריסען פון דיר?
וואו אזוי א מענטש דארף זיך באגיין מיט זיין מחשבה און חשבונות, נאך דעם וואס ער ווייסט אז "מענטש" איז בייעס?
דאס איז א שמוס פאר זיך און דיזערוועד אן אייגען אשכול.
און קארצן אויב איך מעג, וויסען פין fallacies און כסדר זיין אויף די lookout דארף איינעם געבען מער זיכערקייט נישט א בלענקעט אים-זיכערקייט.
און א יעדען פאל זענען מיר דיזיינד צי ניצען אינזער מחשבה the best we could נישט ווייל דאס פארזיכערט דעם אמת - הגע עצמך - צוויי מענטשען מיט די זעלבע IQ קענען קימען צי צוויי באזינדערע מסקנות און נאר איינער פין זיי איז גערעכט. דאס זאגט אז דער סכום IQ פירט בכלל נישט צי "גערעכט"
למשל אז איך זאל מחליט זיין צווישען סיענע אדער האנדא און צים סויף זאל איך אנקימען אז האנדא איז דער ריכטיגער ציגאנג, איך וועל דאס קענען מסביר זיין מיט שכל אבער א געוואלד ווערט געטון אינטער מיין באוויסט-זיין און שכל איז נאר דא דאס צי קאווערן
איך מעג גיין א סטעפ ווייטער, איך וועל ניצען א סייענטיפק מהלך פין pros and cons, וויפיל וואג איך זאל געבען פאר א יעדער זאך און וואס פאררא KPIs צי ניצען דאס ווערט שוין אפגעמאכט דארך א בשר ודם - און דארט פאלט ער דארך
די עצם זאך ווען איינער זאגט אז איך גיי ניצן נאר neutral materialism מברר זיין א אמת, און דוחה זיין אלס אנדערש, דאס זעלבסט איז די מאמע פין אלע fallacies
וואו דער שיכור וואס זיכט נאך זיין זייגער אינטערן לאמפ, ווייל דארט, ווייל דארט, איז ליכטיג.
ווער זאגט דאס?
מיין "שכל"
נא, זייט ווען קענסטו טראסטן דיין "שכל"?
ווער האט דיך געזאגט איך טראסט מיין "שכל"
אויב אזוי פארוואס זאגסטו נאך בשם דיין "שכל"
ווייל איך אפערעט מיט מיין "שכל", נישט איך טראסט מיין "שכל"
אזוי בין איך געווארן דיזיינד
שכל איז א נברא און האט זיין לימיטס
(אויב אזוי - וואו קימט בחירה אריין? נאך אן אשכול)