berlbalaguleh האט געשריבן:אבער דו, שבת אחים מעגסט מאכן א ברכה. אשריך ואשרי חלקך שהבדילנו מן התועים. אז דו ביסט געווארן אן אטעאיסט, או.טי. די. אפגעפארענער מיט אלע אנדערע שמות הנרדפים. אצינד ביסטו א גליקליכער. דו קענסט שוין אריינכאפן א העם סענדוויטש מיט מעיאנעיז. און צו טרונקען א גלעזל מילעך. און דו קענסט שוין (ב"ה) רואיגערהעיט טועם זיין פון די געשמאקע טשיעז בוירגערס וואס דו קענסט באקומען ביי מעקדאנעלד'ס אדער ביי סאבוועי פאר גאנץ ביליג. נאר פארגעס נישט צו מאכן על המחיה. אויב מ'האט עס געלייגט אויף א מזונות ראלל. ווייל אנישט וועסטו דיך מוזן וואשן און בענטשן נאכדעים. און אויב ס'איז ראש חודש 'עסטו נאך מוזן זאגן יעלה ויבוא אויכעט...!
נאר איין בקשה האביך צו דיר. נאכדעים וואס דו האסט שוין טועם געווען פון די אלע גוטע זאכן. יא. שיער פארגעסן. און מוצש"ק מוזסטו נישט האלטן דעם ר"ת זמן. אפילו דעם וויזשניצער זמן אויכעט נישט. נאר נאך אלעמען. בעט איך דיך אז דו זאלסט נעמען א דזשענעראל עדזשוקעישן. ווייל דאס אפיקורסות אליינס וועט דיך נישט טראגן ווייט. נעם, למשל א קאורס אין א קאמיוניטי קאלידזש (כ'מעין נישט וויזניצער חעידער) אין ענגליש, סאושל סטאדיעס און היסטאריע פון אמעריקע און פון די וועלט. אויך א ביסל אידישע היסטאריע וועט דיר נישט שאטן. אזוי וואלט איך געטון. ווען איך בין ווען ח"ו אן או.טי.די. די ערשטע זאך וואלט איך געגאנגען און געקויפט מיר א העם סענדוויטש מיט מעיאנעיז...! און נאכדעים געטון די אנדערע, נוצליכע זאכן. לערן דיך אפ פון שלום דיען. ווען ער איז געווארן או.טי.די. איז ער די ערשטע זאך ארומגעגאנגען מיט שיקסעס. און נאכדעים האט ער גענומען אן עדזשוקעישן. און היינט איז ער איינער פון די גרויסע שרייבערס אין די מידיא...! אז ער עסט כשר'ס אויך ווייס איך פאר זיכער. ווייל ס'איז דא פיקטשערס פון איהם וואו ער באזוכט ביי גאטליעב'ס רעסטאוראנט אויף ראועבלינג...!
ביסט דאך שוין ערגער פון מאסטער. מאסטער לא גזר אלא על הילדים און די ווילסט עלטערען אויך?
@שלום דין, שיקסעס? אזוי גאר?