http://www.breslevcenter.com/letters/וועלכע-סקול-זאל-שיקן-מיין-טאכטער
הערליכע שאלה און שכל'דיגי תשובה פונ'ם ראש ישיבה שליט"א
די לינק איז אויבן
דא האט איר דאס גאנצע שאלה און תשובה
___________________________________________
תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
ב"ה מיין טאכטער (יעצט 5 יאר אלט) האט אנגעהויבן סקול אין די קהילה סקול, זי איז אבער געווען אביסל פארמאכט, און וויבאלד איינער פון מיינע באקאנטע האט געהאט געשיקט אין א קליינע סקול, און מיר האבן געזען אז מ'געט זיך דארט מער אפ מיט די קינדער, האבן מיר נאך עטליכע חדשים איר אריבערגעלייגט אין די קליינע סקול, זי האט ב"ה מצליח געווען דארט, און זי האט זיך היבש געעפענט.
נאכן זיין אין די קליינע סקול בערך א יאר, האבן מיר איר צוריק געלייגט אין די גרויסע סקול, צוליב עטליכע סיבות: 1) מיר האבן אנגעהויבן זיך נישט געהעריג פארשטיין מיט די משפחה וואס פירט יענע סקול, 2) מיר האבן געשפירט אז אפשר איז א תועלת זי זאל גיין אין א סקול מיט אסאך קינדער זי זאל זיך קענען מער אנטוויקלען סאושעל, 3) אויך זענען מיינע עלטערן געווען ברוגז אז מיר האבן איר נישט געשיקט אין די קהילה סקול. אבער פון אזוי פיל אריין און ארויס, איז זי שוין צומישט געווארן, און וויבאלד אין די גרויסע מוסד האט מען זיך נישט געהעריג אומגעקוקט אויף איר, איז זי שטארק צוריק געפאלן, און איז שטארק פארמאכט געווארן, און נאכן זיין א שטיק צייט אין די גרויסע מוסד האט מען איר געוואלט אנהייבן שיקן אויף טעראפי, דער ראש ישיבה האט מיר דעמאלטס געזאגט איך זאל מיך דורכרעדן מיט מיין מאמע, מיין מאמע האט געזאגט אז מ'זוכט נישט היינט סתם זיך אנצוכאפן און צוקלאפן קינדער, דערפאר זאל זי גיין אויף טעראפי. אויך האבן מיר געטראכט דעמאלטס אז אפשר וואלט כדאי געווען איר צוריק צו לייגן צום קליינעם מוסד, האט מיר דאן דער ראש ישיבה געפרעגט וואס מיין מאמע האלט, האב איך געזאגט אז זי האלט אז איך זאל איר לאזן, האבן מיר איר געלאזט. למעשה פארציילט מיין טאכטער אז זי גייט מער נישט צו טעראפי, און איך האב אויך בכלל נישט געזען קיין תועלת פון די טעראפי.
יעצט טראכטן מיר ווייטער אז עס וואלט אפשר כדי געווען איר צוריק צו לייגן צום קליינעם מוסד, וואו מ'געט זיך בעסער אפ. אבער איך קען זיך דערמיט נישט דורכרעדן מיט מיין מאמע, ווייל זי קען נישט הערן אזא זאך. ביי איר איז דא נאר איין רבי, איין מוסד, איין קהילה, און גארנישט מער. עס זעט בכלל נישט אויס אז זי זאל טראכטן פון די טובה פונעם קינד. ביי איר איז דער עיקר אז מ'זאל שיקן אויסדרוקליך נאר אין די קהלה מוסד. אבער מיר זענען שטארק מסופק אז אפשר איז יא פאר די טובה פון דאס קינד צוריק צו גיין צום קליינעם מוסד. בפרט האט מיין ווייב מורא אז ווען מ'הייבט אן אריינצוגיין צו די קלאסן ווי מ'לערנט שוין מיט די קינדער, און אויב נעמט מען איר ארויס פאר הילף – ווי די שטייגער אין די גרויסע מוסדות, קען זי ווערן א גאנצע רחמנות, און א צוקלאפטע קינד.
עס איז מיר וויכטיג צו באקומען א תשובה וואס שנעלער, ווייל מ'הייבט שוין אן די נייע סקול יאר.
יישר כח
י. וו.
____________________________________________
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזהשי"ת
יום ג' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשע"ז לפ"ק
לכבוד י. וו. נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דו זאלסט זייער אכטונג געבן נישט צו טון קיין ווילדע זאכן; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ממון, סימן עז): "מִי שֶׁעוֹשֶׂה מַעֲשָׂיו בִּמְהִירוּת, בְּלִי יִשּׁוּב הַדַּעַת, נַעֲשֶׂה בַּעַל חוֹב", ווער עס טוט ווילדע זאכן - אן קיין ישוב הדעת, ווערט א בעל חוב; דאס וואס דו שרייבסט מיר אז דו נעמסט דיינע קינדער אריין אין סקול, און ארויס פון סקול וכו', כאילו זיי זענען אזוי ווי שפילצייג, דאס קען גורם זיין צו נישט גוטע זאכן.
קינדער זענען נישט קיין שפילצייג וואס מען קען זיי יעדן טאג לייגן אין אן אנדערע מוסד; דאס אליין אז איר האלט אין איין טוישן די קינדער פון איין מוסד צום צווייטן, דאס מאכט זיי פארמאכט, און עס וועט זיי שאטן אויף שפעטער.
דו שרייבסט מיר אז דו האסט מיר געפרעגט וואס צו טון וכו', איך ווייס נישט ווער דו ביסט און וואס איך האב דיר געזאגט וכו', אבער איין זאך איז זיכער, אז דו זאלסט גארנישט טון פאר דו שמועסט עס דורך מיט דיינע עלטערן, ווייל דו מאכסט צו שנעלע החלטות; ארויס פון סקול, אריין אין סקול, און צוריק ארויס וכו'.
איך מיין אז דו זאלסט לאזן דיינע קינדער אין די קהילה מוסד, און דו מיט דיין ווייב זאלן געבן פארן קינד אין שטוב אסאך אויפמערקזאמקייט, וועט עס אים העלפן זיך צו עפענען. קיינער איז נישט גארענטירט מיט זיינע קינדער, אויב אינוועסטירט מען אין די קינדער, מען שפילט זיך מיט זיי, מען לאזט זיך אראפ צו זיי און מען ענטפערט זיי זייערע פראגעס וכו', דעמאלט וואקסן די קינדער אויף געזונט און שטארק.
דאס וואס עלטערן באשולדיגן די מוסדות ווען זיי זעען אז זייערע קינדער זענען נישט מצליח ה' ירחם, דאס איז נישט ריכטיג; ווייל קינדער וואס האבן א ווארעמע היים און ווארעמע עלטערן, דארף דאס זיין גענוג פארן קינד צו וואקסן געזונט; דער עיקר פון א קינד איז זיין היים און זיינע עלטערן, קינדער וואס זעען ווי עלטערן קריגן זיך איינער מיטן צווייטן, וועט דאס איבער לאזן אויף זיי א וואונד, קינדער וואס קומען פון א שטוב וואו עס איז נישט דא קיין דרך ארץ וכו', די עלטערן שרייען און שעלטן וכו', דאס לאזט איבער אויף די קינדער א וואונד.
דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו לערנען מיט אידישע קינדער תורה; במשך די אלע יארן וואס איך האב די ישיבה וכו', זע איך אז די אלע קינדער וואס קומען פון גוטע שטובער - גוטע שטובער מיין איך צו זאגן געזונטע שטובער וואס די עלטערן זענען זיך מכבד איינער דעם צווייטן, און עס איז דא ליבשאפט איינער צום צווייטן, מיט אזעלכע קינדער איז גרינג צו ארבעטן, ווייל זייער מח בדרך כלל איז געזונט, אבער קינדער וואס וואקסן אויף אין א שטוב אדער מיט א שטוב וואס דער שטוב איז נישט קיין שטוב, דאס איז שוין א צווייטע מעשה, זיי וואקסן אויף צעקלאפט און פארמאכט, ביז זיי זוכן זיך שלעכטע חברים, און נעמען נאכדעם דראגס השם ישמרינו.
דערפאר בעט איך דיר זייער אז דו זאלסט נישט משוגע מאכן דיינע קינדער, און דו זאלסט נישט יעדן צווייטן טאג בייטן סקול; זע צו זיין פרייליך און מאך פרייליך דיין ווייב. קויף דיר גוטע ספיקערס, און זע אז עס זאל גיין א גאנצן טאג ביי דיר און שטוב מוזיק, און ווען דו קומסט אהיים זאלסטו נעמען דיינע קינדער אין א טענצל, ווייל שמחה עפנט אויף די מח, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן י): "דַּע, שֶׁעַל יְדֵי מָרָה שְׁחוֹרָה אִי אֶפְשָׁר לְהַנְהִיג אֶת הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְעַל כֵּן קָשֶׁה לוֹ לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ, רַק עַל יְדֵי הַשִּׂמְחָה יוּכַל לְהַנְהִיג הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְיוּכַל לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ, כִּי שִׂמְחָה הוּא עוֹלָם הַחֵרוּת", ווען א מענטש איז פרייליך, דעמאלט קען ער טראכטן גראד, און ער קען ארויס גיין פון זיין פארמאכטקייט; ווייל ווען א מענשט איז מרה שחורה, ווען מען איז דערשראקן און אנגעצויגן - קען מען נישט טראכטן. דערפאר אז דיין קינד איז פארמאכט וכו', זע צו זינגען און טאנצן אין שטוב מיט שמחה, וועט אלעס איבערגעדרייט ווערן לטובה.
ועל כולם דארף מען אסאך דאווענען צום אייבערשטן, און אים בעטן אז מען זאל האבן גוטע קינדער; מוהרא"ש האט דערציילט אז א איד איז געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו, ער האט געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער; האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, און דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלו, וואו זי פלעגט זיך יעדן טאג אויסוויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער". דערפאר זאלסטו אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו ערליכע קינדער, געזונטע קינדער, קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן דער וועלט.
איך שרייב דיר דא א קליינע תפילה וואס דו זאלסט בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו קינדער און אייניקלעך וואס וועלן לערנען די הייליגע תורה, און וועלן נאר דיר דינען. העלף מיר אז מיינע קינדער זאלן זיין געזונטע קינדער, פרייליכע קינדער, קינדער מיט א שטארקייט, זיי זאלן זיין ביי זיך זעלבסטזיכער און זעלבסטשטענדיג. הייליגע באשעפער, מיין קינד איז לעצטנס זייער צעקלאפט און דערשלאגן, איך ווייס נישט וואס צו טון, העלף מיר אז מיין קינד זאל ארויס גיין פון זיין צעקלאפטקייט, ער זאל זיין געזונט און שטארק. רבונו של עולם, הער אויס מיינע פשוט'ע תפילות וואס איך בעט דיר, און גיב מיר קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן די וועלט, קינדער וואס וועלן זיין דבוק צו דיר". און לייג צו דיינע אייגענע תפילות, ווייל תפילות וואס קומט ארויס פון א צעבראכענע הארץ, איז זייער חשוב ביים אייבערשטן.
מען זעט חנה – שמואל הנביא'ס מאמע, ווען זי האט געבעטן פונעם אייבערשטן קינדער, האט זי געבעטן מיט א גדלות המוחין, זי האט געבעטן (שמואל-א א, יא): "וְנָתַתָּה לַאֲמָתְךָ זֶרַע אֲנָשִׁים", פרעגט די גמרא (ברכות לא:): "מַאי זֶרַע אֲנָשִׁים? אָמַר רַב, גַבְרָא בְּגּוּבְרִין", זי האט געבעטן אז זי דארף געזונטע קינדער וואס זענען אויסגעמישט צווישן מענטשן, "וּשְׁמוּאֵל אָמַר, זֶרַע שֶׁמוֹשֵׁחַ שְׁנֵי אֲנָשִׁים, וּמָאן אִינוּן שָׁאוּל וְדָוִד", שמואל זאגט, זי האט געבעטן אז זי דארף א קינד וואס ער וועט זאלבן צוויי קעניגן - שאול המלך און דוד המלך. "וְרַבִּי יוֹחָנָן אָמַר, זֶרַע שֶׁשָׁקוּל כִּשְׁנֵי אֲנָשִׁים, וּמָאן אִינוּן, מֹשֶׁה וְאַהֲרֹן, שֶׁנֶאֱמַר (תהלים צט, ו): מֹשֶׁה וְאַהֲרֹן בְּכֹהֲנָיו וּשְׁמוּאֵל בְּקֹרְאֵי שְׁמוֹ", רבי יוחנן זאגט, זי האט געבעטן אז זי וויל א קינד וואס וועט זיין אזוי גרויס ווי משה רבינו און אהרן הכהן; זעט מען פון דעם ווי אזוי מען דארף בעטן דעם אייבערשטן, מיט א גדלות המוחין, זי האט געבעטן אז זי דארף א קינד אזוי גרויס ווי משה רבינו און אהרן הכהן.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.
סקול אנהייב יאר יסורים, ווי זאל איך שיקן מיין טאכטער...
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 424
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
- האט שוין געלייקט: 407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
סקול אנהייב יאר יסורים, ווי זאל איך שיקן מיין טאכטער...
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
איך בין זייער דיספוינטעט פון זיין תשובה.
קודם ווי קומט די מאמע אריין דא??
און למעשה אפגעזעהן אז די יונגערמאן שפילט מיט זיין טאכטער'ל ווי א באלי, למעשה אבער איז זי נאך אין פרי סקול און עס איז נישט געפערלעך אז יעצט ''נאך איינמאל'' מאכן א ישוב הדעת'דיגע החלטה ווי דאס קינד וועט זיך בעסער געפונען, בפרט עס איז בולט אז פאר די תכלית פון דאס קינד איז בעסער צו טוישען סקול.
אן אחריות'דיגע מנהיג וואלט געשריבן אז ער זאל אראפ קומען פערזענליך צו עם און זיך אויסצושמועסן אלע צדדים בפרט ווען דו כאפסט נישט ווער דאס איז.
אז מען רעדט שוין וואס זאגט עטס צו די לסדר כי תבוא לאומאן...
@מיש איך וואלט מציע געווען צו טוישען די קעפל צו א כלליותדיגע נאמען ווי שו''ת הרב יואל ראטה וכדו' מען קען אסאך אינטערסאנטע זאכן דעבאטירן דארט
קודם ווי קומט די מאמע אריין דא??
און למעשה אפגעזעהן אז די יונגערמאן שפילט מיט זיין טאכטער'ל ווי א באלי, למעשה אבער איז זי נאך אין פרי סקול און עס איז נישט געפערלעך אז יעצט ''נאך איינמאל'' מאכן א ישוב הדעת'דיגע החלטה ווי דאס קינד וועט זיך בעסער געפונען, בפרט עס איז בולט אז פאר די תכלית פון דאס קינד איז בעסער צו טוישען סקול.
אן אחריות'דיגע מנהיג וואלט געשריבן אז ער זאל אראפ קומען פערזענליך צו עם און זיך אויסצושמועסן אלע צדדים בפרט ווען דו כאפסט נישט ווער דאס איז.
אז מען רעדט שוין וואס זאגט עטס צו די לסדר כי תבוא לאומאן...
@מיש איך וואלט מציע געווען צו טוישען די קעפל צו א כלליותדיגע נאמען ווי שו''ת הרב יואל ראטה וכדו' מען קען אסאך אינטערסאנטע זאכן דעבאטירן דארט
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 424
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
- האט שוין געלייקט: 407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
עס איז א הערליכע ענפער, און אפילו ער ווייסט נישט ווער ס'איז אבער ער האט דאך דאס ערשטע מאל אויך געזאגט אז מ'זאל פרעגן די מאמע, זעהט אויס אז יענער איז שוין דארט געווען פשוט דער ראש ישיבה געדענקט נישט די מעשה וויל עס קומען צו איהם אזויפיל קעסע"ס, אבער ער האט טאך געזאגט דער ערשטער מאל אז מ'זאל פרעגן די מאמע, און מ'האט נישט געפאלגט נאר געווארפן דאס קינד ווי א שפילצייג, וואס מיינסטו א פרי סקול מיידל האט נישט קיין פילינג'ס
טא עמעזאן איך זעה נישט פארוואס די ביסט דיספוינטעט, קוק עס נאכאמאל איבער און דו וועסט זעהן וויפיל שכל עס ליגט אין דעם
און לאך נישט פון כי תבוא לאומאן, אז די קוקסט אריין אין סיי וועלכע ברסלבער ספר אנגעהויבן פון ר' נתן און אזוי ווייטער שרייבן זיי אלע אזוי כי תבוא לאומאן
טא עמעזאן איך זעה נישט פארוואס די ביסט דיספוינטעט, קוק עס נאכאמאל איבער און דו וועסט זעהן וויפיל שכל עס ליגט אין דעם
און לאך נישט פון כי תבוא לאומאן, אז די קוקסט אריין אין סיי וועלכע ברסלבער ספר אנגעהויבן פון ר' נתן און אזוי ווייטער שרייבן זיי אלע אזוי כי תבוא לאומאן
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 424
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
- האט שוין געלייקט: 407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
עמעזאן האט געשריבן:@מיש איך וואלט מציע געווען צו טוישען די קעפל צו א כלליותדיגע נאמען ווי שו''ת הרב יואל ראטה וכדו' מען קען אסאך אינטערסאנטע זאכן דעבאטירן דארט
האסט א פוינט אבער איך ווייס נישט ווי אזוי צו טוישן א קעפל
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 271
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
- האט שוין געלייקט: 225 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל
Re: סקול אנהייב יאר יסורים, ווי זאל איך שיקן מיין טאכטער...
diff האט געשריבן:פ"וו הייסט ער רעדן צו עלטערן וואס האבן א נגיעה. על כן יעזוב איש את אביו ואת אמו
ער איז א אינו יודע וואס ווייסט נישט אז ער איז איינס. דעס אז א ווארימע שטוב שטעלט אוועק אויפגעבויטע קינדער אין להיפך איז לאו דוקא. מזעהט קינדער פין ביידיע זייטן גבר בין גוברין אין חלשים. די גמרא זאגט הזהרו בבני עניים שממנו תצא תורה דאס איז די טבע דבר מתפעל מהפכו. דער אמת איז חנוך לנער על פי דרכו א יעדער מענטש איז א וועלט דאס מיינט יעדע סקול סיסטעם דארף א דיווערסיפייד פראגראם. That will allow every child to find a learning that suits him and gives him the corner of comfort to build upon.