ישראל גלויבער: וואו... איך פלאץ פאר קנאה...איך האב גארנישט וואס צו ענטפערן אויף דעם. ווייל ס'איז אזוי שטארק אבסורד. ס'פונקט אזוי ווי אז איך זאלל מקנא זיין עפעס א צודרייטן פאציענט פון א משוגעים הויז...!.
שוין, האב איך מיך אראפגעריקט צים טיאטער צי זען די מאווי 'מנשה', און וואס זאל איך ענק זאגן??? עס איז א שטיק גארבעטש, אומאינטערסאנט, אזא מייסטער שלעכטע ארבעט, די מעשה האט נישט קיין אנהייב און נישט קיין סוף, לדוגמא עס ווערט נישט אראפגעשפילט די מאמע'ס פטירה, אדער לכל הפחות די אריבערגאנג פון קינד צים פעטער, סא די ערשטע חלק מעשה דארף מען אליינס כאפן, סא וויאזוי כאפט עס א גוי? אין אפילו אינמיטן ווערט אראפגעלייגט זייער פאלש אין קורץ, למשל די אינטעראקציע צווישן די מענטשן איז ממש געציילטע ווערטער וואס עס זייער פאלש אז ס'איז זייער שווער צי כאפן וואס פינקטליך עס גייט פאר, אפגערעדט אז פאר א גוי איז דאס אומעגליך צי פארשטיין, די שלימזלות פון די מנשה איז צי שטארק אראפגעשפילט אזש מען קען נישט כאפן געהעריג ווי מנשה וויל אז זיין קינד זאל זיין, און ערגער פון אלעם אז עס ענדיגט זיך נישט אין ערגעץ, נישט אז דאס קינד בלייבט ביי עם אין נישט ביים פעטער, עס בלייבט אומקלאר, איז מילא אונז אידן קענען בדוחק אריינפילן די לעכער, אבער א גוי למען השם וויאזוי פארשטייט ער די מעשה???
יעצט צים צווייטן חלק, די סובטייטל, עס טוט נישט איבערטייטשן פארן גוי וואס עס ווערט געשפילט, סיי אז די איבערטייטש איז נישט גוט, און סיי למשל ווען מ'זינגט אדער מ'זאגט לחיים שטייט גארנישט אויפן סובטייטל, עס איז מיר נישט געלונגען צי כאפן א שמועס מיט א גוי, אבער איך האב נישט קיין שום איידיע וואס ער טראכט דערפון, אין איין ווארט לדעתי, "אן אומבאלומפערטע ארבייט"
אפטעמיסט האט געשריבן:איז דא אן הלכה אז א קינד טאר נישט וואוינען אין שטוב מיט א פאטער אן א מוטער? קיינמאל נישט געהערט דערפון, און די פראדוסערס האלטן עס אין איין איבערקייען.
די שאלה איז נישט קיין הלכה, אפשר רעדט ער פון קולטור? יעצט די מעשה דארף זיך באציען אויף זיין מעשה אביסל, וואס איז געווען ביי עם די מעשה?