דא זעהט מען דיין ספין. איך האב אמאהל געזאגט אז א שוואכע הארץ איז איינס פין די ח"י טריפות? איך האב געזאגט אז א עוף וואס האט א שוואכע הארץ האט א חשש טריפה. פארוואס? ווייל עס איז זיכער דא דארט אנדערע זאכען וואס זענען אסור על פי הלכה. אלץ א דוגמא האב איך דיר געוויזען א פרי מגדים וואס זאגט אז וואסער אין הארץ איז אסור.
און די ווייסט דאס, און כדי צו מאכען דיין ספין (כלשון קדשך) וועט איר איבערזאגן טויזענט מאל "שוואכע הארץ" איז נישט קיין טריפה, מיט דער האפענונג אז איך וועל אריינפאלן אין דיין נעץ, און אנהייבן דיפענדען כאילו א "שוואכע הארץ" איז איינס פין די ח"י טריפות, און דארט האפסטו מיר צו געווינען.
ממילא לידיעתך, "שוואכע הארץ" איז נישט א סלאגאן וואס די קענסט רייטען דערויף און בלייבען גערעכט. דער עוף האט געזונט פראבלעמען, און ממילא האט עס פארשידענע חשש טריפות, און עס וואלט גלייכער געוועהן ווי זיך אריין לאזען אין אלע שאלות אז מען זאל נישט עסען דער עוף. פארוואס? ווייל איך בין זיכער (און אסאך אנדערע בקיאים בדבר) אז טאמער מען זאל אנהייבן בודק זיין די עופות וועט נישט זיין קיין רוב כשר'ע.
יעצט גיי ווייטער מיט דיין אומוויסענדע דעמאגאגיע.
און לגבי דורס האט איר זיך פעסט ארויסגעוויזן מיט אייערע עמעראצות, סא פליז, טרעט אפ פין דער נושא ביז די ווייזט נישט אויך אז די האסט לכל הפחות נאך געקוקט די שיטות אין די ראשונים. און דעמאלס וועסטו זעהן אז ווען א עוף לייגט נאר ארויף די נעגעלעך אויף אן אנדערע בעל חי, נישט קיין חילוק צו ער הרג'ט צו ער עסט איז א חשש דורס.
יעצט גייסטו אנהייבן מיט דיינע ספיקות מכשיר זיין דער שרץ.
און להשלמת הענין קען יעדער זעהן א ווידעא פין קאק פייטינג, ווי זיי טרעטען איינער אויף די אנדערע
https://youtu.be/nGzBm7pLUCUאון יאכלו ענוים וישבעו. אבער פין די עופות עסט מען מיט היתירים.