'עוף בראקל' שערוריא

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:הונדרעט פערצענט. א מין חוצפה פון דער מגולח צו בעטען א מראה מקום! מראה מקומות זענען ציוניש, מאדערן, און שטאטוס קווא! אונז רירען זיך נישט קיין זיז כל שהוא, און מיר ברענגען נאר מראה מקומות וואס זענען נישט נייטיג, כדרכי אבותינו.
נישט ווי די מאדערנע ליטוואקעס וואס זוכען אז זאכען זאלען שטימען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ברענג די מראה מקומות אז א געמישטע עוף איז כשר לכתחילה.

דער מהר"ם שיק זאגט אזוי? גוט, ברענג אים אהער.

אהרן און ז"ל זאגען ביידע אז עס איז כשר און מהודר, זעהט אויס זיי שחט'ן אנדערע מיני עופות.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: 'עוף בראקל' שערוריא

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

א מין מעשה דאס! א ספק ספיקא זאל זיין מותר לכתחלה? ווער האט אזוי געזאגט?

אישתשבי, יעצט ביסטו געשפרינגען צו נאך אן ענין. דו האסט געזאגט אז ס׳איז א ׳גרויסע בדיעבד׳, יעצט דעק עס מיט עפעס. שטופ עס נישט אויף די צוויי אחים הקדושים. זיי זענען פארנומען מיט וועלכע ברייתא דר׳ ישמעאל דער ים האט געזען, און נאך אזעלכע וויכטיגער עניינים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מנוחה ושלוה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 8:37 am
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך מנוחה ושלוה »

:BREAKING
one of the baalei machshirim in the u.s.a. went EMERGENCY to isreal for a visit to the big tzadik the amshinover rabbe to convince him not to make a tikun on the old mixed chicken
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

What tikun. And what difference does he make
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: 'עוף בראקל' שערוריא

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מנוחה ושלוה האט געשריבן::BREAKING
one of the baalei machshirim in the u.s.a. went EMERGENCY to isreal for a visit to the big tzadik the amshinover rabbe to convince him not to make a tikun on the old mixed chicken
ביי די חברה, די מהלך פון קאנווינסען מיינט מפגין זיין ביים שטוב, ניין?

א תשובה האט ער געקענט שיקען אין פאסט.

בקיצור, די טרור איז שוין אין פולסטען שוואונג. ס׳איז ׳גלייכער נישט צו עסען׳, און ממילא שרייט מען ׳פוי׳.

מ׳דארף מאכען אן עקסטער יו"ט, ווייל אי לאו האי יומא, ווען מיר וואלטען נישט געהאט די תורה, וואלטען מיר אפשר אויך באלאנגט צו די רעליגיע פון שימפען און קנא׳ווען, אויף אלץ אחוץ די הלכה זעלבסט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מנוחה ושלוה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 8:37 am
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך מנוחה ושלוה »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
מנוחה ושלוה האט געשריבן::BREAKING
one of the baalei machshirim in the u.s.a. went EMERGENCY to isreal for a visit to the big tzadik the amshinover rabbe to convince him not to make a tikun on the old mixed chicken
ביי די חברה, די מהלך פון קאנווינסען מיינט מפגין זיין ביים שטוב, ניין?

א תשובה האט ער געקענט שיקען אין פאסט.

בקיצור, די טרור איז שוין אין פולסטען שוואונג. ס׳איז ׳גלייכער נישט צו עסען׳, און ממילא שרייט מען ׳פוי׳.


y terror
rabunim have the right to talk togather
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א מין מעשה דאס! א ספק ספיקא זאל זיין מותר לכתחלה? ווער האט אזוי געזאגט?

אישתשבי, יעצט ביסטו געשפרינגען צו נאך אן ענין. דו האסט געזאגט אז ס׳איז א ׳גרויסע בדיעבד׳, יעצט דעק עס מיט עפעס. שטופ עס נישט אויף די צוויי אחים הקדושים. זיי זענען פארנומען מיט וועלכע ברייתא דר׳ ישמעאל דער ים האט געזען, און נאך אזעלכע וויכטיגער עניינים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


איך בין געדעקט כאמור למעלה, דער פרי מגדים זאגט אזוי בשם דער ב"ח. נאך עפעס?

די זאגסט עס שטייט אין מהר"ם שיק? ברענג אים אהער. ווייל דא איז שוין געווען א תשובה פין רב וואזנער און פין רב פישער אז עס איז נאר כשר בדיעבד.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: 'עוף בראקל' שערוריא

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

פרי מגדים שטייט אז א טאטע אן א מסורה איז בדיעבד? ווי?

ער זאגט אז וואסער ארום אין די הארץ איז א חשש ניקב, ותו לא. אין בתי השחיטה ווייסט מען דערפון, און קיינער האט ניטאמאל געטענה׳ט אז זיי מאכען זיך נישט וויסענדיג.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

אהא, מען ווייסט דערפין און שלום על ישראל.

און איך וויל זעהן דער מהר"ם שיק, ווייל דער חתם סופר זאגט אנדרעש.

און בכלל זאלסטו אויפהערן מיט דער ליגענט אז דער פראבלעם פין דער קארניש איז נאר מסורה, עס איז א שאלה פין דורס.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער מהר"ם שיק לערנט פשט אין דער חת"ס. די תשובה איז געשריבען צום כת"ס.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »


אגב אורחא, דורס מיינט עסט אנדערע בעלי חיים ווען ער הרג׳ט זיי מיט זיין הענט. נישט קאק-פייטינג. לויט וואס איך הער אין מקוה, איז דער שאלה דא נאר פון קאק-פייטינג. האט מען שוין נישט קיין דורס, נאר אן עוף אן א מסורה, וואס איז ווייטער א ספק ספיקא.



דאס וואס דו זאגסט דא פשט אין דורס איז נישט די הלכה, עיין בהלכות עוף וועסטו אויסגעפינען נייע זאכען, עס איז דא דריי שיטות אין דורס אין די ראשונים, און א מחלוקת ט"ז און ש"ך און א ספק פין פרי מגדים. אבער דער בעליבתישער פשט וואס די לייגסט אראפ אין דורס, איז הערליך שיין. נאר איין פראבלעם, נישט להלכה.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
מנוחה ושלוה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 8:37 am
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך מנוחה ושלוה »

אישתישבי איז גערעכט צו נעמען דעם דורס און אזוי בעלעבתיש אפטייטשן במקום ווי גדולי הפוסקים ברענגן אנדערע דעות איז זייער אומוויסענד אין הלכות סימני עוף טהור
לערנט דורך די סוגיא כהוגן קוקט וואס גדולי ישראל שרייבן אין דעם דערנאך קען מען דערינען מפלפל זיין
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ס'איז מורא'דיג ווי די ספין גייט ווייטער. קיין איין פוסק זאגט נישט אז דורס מיינט קאק-פייטינג צו עפעס נאנט צו דעם. איך האב געמאכט אזא קיצור פון די שיטות מיט זייער צד השווה און הרוצה לדעת מער קען נאכקוקען. נאר די אטאקעס זענען א בחינה פון 'תמות נפשי עם פלשתים'. ער ווייסט אז ער האט געזאגט שקר, אבער אנשטאט'ס הייבען הענט און אויפהערען, זוכט ער נייער טענות מיט דער האפענונג אז מ'וועט פארגעסען זיין אלטע שקרים. טאנצען פון שוואכע הארץ צו וואסער ארום די הארץ. טאנצעדיג פון דורס צו קאקפייטינג און צוריק. אישתשבי איז אויפגעוויזען געווארען אלץ א פארטיי שקרן, וואס ווייסט קיין עברי נישט. זיין טענות טאנצען פון נקודה צו נקודה, אן קיין דעקונג, און ער זוכט פשוט צו אסר'ן צוליעב עפעס אן אומבאקאנטע סבה.

גלייבסט נישט די פארטיי אינטערעס'ן און לאזונגען לערנט'ס אליינס.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מנוחה ושלוה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 8:37 am
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך מנוחה ושלוה »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
און ער זוכט פשוט צו אסר'ן צוליעב עפעס אן אומבאקאנטע סבה.

גלייבסט נישט די פארטיי אינטערעס'ן און לאזונגען לערנט'ס אליינס.


איך קען נישט אישתישבי, אבער אינטערעס צו אסרן איז א פאלשע סטעיטמענט
ווער עס זיכט דא עפעס איז נאר אז א תיקון זאל געשטעלט ווערן אז מען זאל נישט מער האלטן בסוד ביי גויים מומחים וויפיל פראצענט פרס עזני' עס ווערט געמישט, וויפיל פראצענטן תחמס און שחף-אנפה-דוכיפת ווערן געלייגט צו פעטער מאכן די טשיקן, און ווען און ווי די נשר-די'- אי' - בת היענה ווערן מורכב להשביח מקחם, פארוואס זאל נישט זיין אויסגעהיטן די סודותפולער ביזנעס מארקעט פון די ברידינג קאמפעניס אז קיין חשש דברים טמאים קומען אריין אין אינז
אויב יעדע חשש פון בליעות וכו' ווערט געצאלט השגחה געלט אינז צי באהיטן זאלן די עופות נישט שטיין מיט 100 מעלות אויף צוריק.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ווען איינער וועט ווייזען אז דאס 'מישען' איז א הלכה'דיגע פרבלעם, וועט מען מוזען וויסען די מציאות. ביזדרעווייל איז דאס נאך ווייט פון אויפגעוויזען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מנוחה ושלוה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 8:37 am
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך מנוחה ושלוה »

הרה"צ ואזנר זצ"ל
הרה"צ ריי פישר זצ"ל
להבחל"ח הרה"צ הר"ל ליזר שליט"א
האלטן אז עס פאדערט א תיקון די געמישטע, זיי זענען חייש צו די מאמע איז א טמאעדיגער בעל חי אסר'ט עס, ביסט בארעכטיגט צו חולק זיין על הנ"ל בדעת תורתך הנלעניית דעתך, די רבנים הנ"ל האבן אויכעט די רעכטן צו מברר זיין זייער מהלך בתורה"ק, צווינג זיי נישט צו צי דיינע אנשויאונג.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: 'עוף בראקל' שערוריא

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

זאלען זיי מברר זיין. ביזדערווייל האבען זיי גארנישט געזאגט. א בריוו, נישט קיין תשובה פון הרב וואזנר, און א תשובה פון הרב פישר וואס האט נישט צוטוהן מיט וואס דער מענטש עסט.
הרה"צ וכו׳ איז קיין פוסק נישט, און מ׳ווארט צו הערען עפעס א דבר תורה פון איהם.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מנוחה ושלוה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 8:37 am
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך מנוחה ושלוה »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זאלען זיי מברר זיין.

זיי האבן עס געטון
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ביזדערווייל האבען זיי גארנישט געזאגט. א בריוו, נישט קיין תשובה פון הרב וואזנר

זיי האבן יא
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
הרה"צ וכו׳ איז קיין פוסק נישט, און מ׳ווארט צו הערען עפעס א דבר תורה פון איהם.



מער ווערד ווי א קורצער ראק א מגולח
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ליטוואק

הער אויף מיט דיינע מעשיות. איך האב אויפגעוויזן אין א תגובה ווי די פארסט פין איין שיטה צו די אנדערע, די טוישט מיינונגען מיט יעדער תגובה, און די באשולדיגסט מיר אלץ אלעס וואס די ווילסט, בו בזמן וואס די ביסט שוין מערערע מאל אויפגעוויזן געווארן אלץ א שקרן וואס ברענגט זאכן וואס שטייען נישט, ובתוכם דא ווען די האסט געזאגט אז אין טריפות שטייט גארנישט וועגען א טריפות אהן א נקב, איך האב דיר געברענגט א פרי מגדים האסטו געספינד אז פרי מגדים איז נישט שולחן ערוך.

און איך וואלט נישט געוועהן סופרייזד אז דער מהר"ם שיק וואס די הענגסט דיך אהן איז לא היה ולא נברא. אין חתם סופר זעהט נישט אויס ער זאל מקיל זיין ווען א עוף טמא מיט א עוף טהור זענען זיך משדך.

און די האסט חוצפה ווי א שוטה ווען דיין תירוץ אויף דער וואסער אין די בני מעיים איז געוועהן אז זיי ווייסען דערוועגען און לכאורה מיינסטו צו זאגען אז זיי זענען בודק, און דאס איז א שקר גס.

אלזא, הער אויף מיט דיין דעמאגאגיע, ווייל לעת עתה פין דיין בלינדע עקשנות און פאלשער תירוצים אויף דער כשרות פין דער עוף, פלוס דיין עם הארצות אין יעדעס פרט פין די הלכה, הן טומאה, הן טריפות, א דורס, וואס אין יעדעס פרט פין די הלכות האסטו געשריבן עם הארצות ממש, און זיך געהאלטען ביי דיין עקשנות דורך טוישען דיין שיטה מיט יעדעס תגובה


איך ווארט נאך צו הערען פין אייך אפאר תירוצים

א. חשש טריפות. סיי דער הארץ. סיי דער בני מעיים.

ב. מורכב מעוף טמא. ווען דער שבט הלוי און רב פישער זאגען כשר בדיעבד, זאגט קאקער ליטוואק כשר לכתחילה, מיט א תירוץ אז א ספק ספיקא (וואס דער חתם סופר ווייסט נישט) איז לכתחילה.

ג. אז קאק פייטינג איז זיכער נישט דורס. און דאס איז נישט אלעס ,ווי אזוי ווייסטו אז דער קארניש איז נישט א רעכטער דורס, האסט בודק געוועהן? האט א צווייטער בודק געוועהן? עס איז באקאנט די מעשה מיט דער תרנגולתא דאגמא וואס מען האט געגעסן, און שפעטער אויסגעפינען אז עס איז א דורס, און דאס איז דער סיבה פין דער מנהג אז מען עסט נאר במסורת.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אישתישבי:למה אכניס את ראשי בין שני הרים. איך האב נאך א פאר פסוקים וואס פאסן ווי הודו צו קיש. אבער איך האב איין בקשה צו דיר. אנא ממך. ביטע נעם נישט די גאנצע סומאטאכע אזוי ערנסט. און זיי נישט אזוי שטארק צוהיצט עד כדי צו רופן א צווייטן מענטש נעמען און כינויים...! פאר מיר ליגט די גאנצע סוגיא פונ'ם בראקקאלי עוף אין די לינקע פיאה. איך האב א רב, א מורה הוראה. און וואס ער וועט מיר הייסן דאס וועלל איך טון, בלי"נ. אלע איבריגע זאכן קענמען אראפפלאשן...! ס'איז גוט פאר א דיסקוסיע אין קאווע שטיבל. אדער אין די הוידו נאנאשער מקוה. מער פון דעם נישט...! ס'איז נישט כדאי אז די בלוט פרעשור זאלל ארופגיין צוליעב א נארישן הינדל וואס מ'גייט עניוועי שעכטן פריער אדער שפעטער...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: 'עוף בראקל' שערוריא

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אישתשבי, דו זאגסט נאכאנאנד איין לשיטתיה, הגם דו שפרינגסט טענות.

דיין לשיטתיה איז אז תורה איז זייער פלאטשיג און איין זייטיג. ווען איינער שרייבט אסור, איז די גאנצע באדייט פון זיין ווערטער איז אז ס׳איז אסור. לדאבונינו איז דיין מחלה א שטארק פארשפרייטע, ביי א סאך אונגארישע פוסקים היינט טרעפט מען עס.

דער אמת איז, אז די פוסקים פאסען אריין אין א גאנצע בנין פון א סוגיא און סברות, און א חידוש פון א פמ"ג דארף דארט אריינפאסען. איינער וואס ליינט עס כפשוטו איז ער פארזיכערט טועה צו זיין. אזוי ביסטו אנגעקומען צו א מסקנא אז ער האט אויפגעמאכט א נייעם טריפה פון ׳שוואכער הארץ׳. איינער וואס ווייסט אז די פוסקים מאכען נישט קיין נייע טריפות, און ווען זיי אסר׳ן עפעס, הייסט עס אז ס׳מוז אריינפאסען אין די אלטע טריפות, ווייסט אז ער האט נישט די גאנצע בילד. ווען מ׳קוקט נאך די ציונים וואס דער פמ"ג ברענגט, זעט מען קלאר וואס ער מיינט. דער פר"ח האט א לאנגע שטיקל אויף די שאלה, און ס׳איז אלץ ארום די חשש ניקב און נישט מער. סימן מ׳ רעדט פון גארנישט אחוץ ניקב, און די נושאי כלים האבען נישט ממציא געווען קיין נייעם טריפה.

און דאס איז ביי דורס אויך. קאק-פייטינג איז נישט דורס, און עטץ האבען נישט קיין מראה מקומות אז יא. די פוסקים אויף דורס גייען אויף איין גאנג, ווען נישט איין שיטה, און די חילוקים זענען ארום די נקודה וויאזוי ער עסט בעלי חי.

מנוחה ושלוה - אין זאמד קעסטל אין חדר רעדט מען אזוי. ׳ער האט יא׳ איז נישט קיין מראה מקום. וואס הרב וואזנר האט געשריבען אין חלק י׳ איז נישט קיין תשובה לדינא, ווייל ער זאגט נישט קיין הלכות דארט. דער אבן ישראל ברענגט נישט קיין מקור צו אסר׳ן קויפען פון א פארם טשיקענס וואס זענען אויסגעמישט.
טאמער דו האסט אנדערע מראה מקומות, ברענגטס אפיר.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

דא זעהט מען דיין ספין. איך האב אמאהל געזאגט אז א שוואכע הארץ איז איינס פין די ח"י טריפות? איך האב געזאגט אז א עוף וואס האט א שוואכע הארץ האט א חשש טריפה. פארוואס? ווייל עס איז זיכער דא דארט אנדערע זאכען וואס זענען אסור על פי הלכה. אלץ א דוגמא האב איך דיר געוויזען א פרי מגדים וואס זאגט אז וואסער אין הארץ איז אסור.

און די ווייסט דאס, און כדי צו מאכען דיין ספין (כלשון קדשך) וועט איר איבערזאגן טויזענט מאל "שוואכע הארץ" איז נישט קיין טריפה, מיט דער האפענונג אז איך וועל אריינפאלן אין דיין נעץ, און אנהייבן דיפענדען כאילו א "שוואכע הארץ" איז איינס פין די ח"י טריפות, און דארט האפסטו מיר צו געווינען.

ממילא לידיעתך, "שוואכע הארץ" איז נישט א סלאגאן וואס די קענסט רייטען דערויף און בלייבען גערעכט. דער עוף האט געזונט פראבלעמען, און ממילא האט עס פארשידענע חשש טריפות, און עס וואלט גלייכער געוועהן ווי זיך אריין לאזען אין אלע שאלות אז מען זאל נישט עסען דער עוף. פארוואס? ווייל איך בין זיכער (און אסאך אנדערע בקיאים בדבר) אז טאמער מען זאל אנהייבן בודק זיין די עופות וועט נישט זיין קיין רוב כשר'ע.

יעצט גיי ווייטער מיט דיין אומוויסענדע דעמאגאגיע.

און לגבי דורס האט איר זיך פעסט ארויסגעוויזן מיט אייערע עמעראצות, סא פליז, טרעט אפ פין דער נושא ביז די ווייזט נישט אויך אז די האסט לכל הפחות נאך געקוקט די שיטות אין די ראשונים. און דעמאלס וועסטו זעהן אז ווען א עוף לייגט נאר ארויף די נעגעלעך אויף אן אנדערע בעל חי, נישט קיין חילוק צו ער הרג'ט צו ער עסט איז א חשש דורס.

יעצט גייסטו אנהייבן מיט דיינע ספיקות מכשיר זיין דער שרץ.

און להשלמת הענין קען יעדער זעהן א ווידעא פין קאק פייטינג, ווי זיי טרעטען איינער אויף די אנדערע

https://youtu.be/nGzBm7pLUCU

און יאכלו ענוים וישבעו. אבער פין די עופות עסט מען מיט היתירים.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: 'עוף בראקל' שערוריא

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דאס איז שקר. ווייז ערגעץ אז א שוואכער הארץ איז א טריפה, ווי דו האסט פריער געזאגט, צו א חשש טריפה, ווי דו זאגסט יעצט (פארשטייט זיך תוך כדי באשולדיגען יענעם מיט ספין).

דו האסט געזאגט שוואכע הארץ, נישט איך. און דאס האט זיך אויסגעלאזט אלץ נאנסענס. און דער פמ"ג איז קיין דוגמא נישט אויף גארנישט. ער זאגט אז וואסער קומט פון ערגעץ, און מ׳דארף פרעגען פון וואנעטנ עס קומט, ווייל דאס קען זיין א לאך, וואס איז א טריפה. דאס מיינט גארנישט וועגען אנדערע פראבלעמען וואס פארשידענע גאס יונגען קומען ארויף דערמיט, חדשים לבקרים.

קיינער זאגט נישט אז ׳געזונט פראבלעמען׳ איז א חשש טריפה, אויב עפעס, זאגט יענער פר"ח פארקערט בתוך דבריו.

ווייז מיר א מראה מקום אז קאק פייטינג איז א דורס. נישט קיין ווידאו׳ס צו נערישקייטען. א מראה מקום להלכה אז עופות וואס מ׳האט זיי אויסגעלערנט זיך צו שלאגען איינער מיט די צווייטע ווערען פלוצלונג א מין טמא. מ׳קען דיר נישט טראסטען מיט פוסטע ווערטער ווי ׳פוסקים׳, ווייל אדער ביסטו א פלעינער שקרן אדער האסטו ערנסטע reading comprehension פראבלעמען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט