היסטארישע הכנסת ספר תורה אין סקווירא
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 819
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
- האט שוין געלייקט: 434 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל
היסטארישע הכנסת ספר תורה אין סקווירא
עס טוט זיך אויף טישן און בענק אין סקווירא, די רבי שרייבט א ספר תורה, און היינט איז די הכנסת ספ"ת, און עס אינוואלווד דערין אנשים נשים וטף. יעדער קען באקומען אן אות אדער ווארט אין די ספר תורה לויט די קבלות וואס מען איז זיך גרייט מקבל צו זיין, נאט אייך א ליסט פון די תקנות:
ילדים און בחורים- אויב מען איז זיך מקבל נישט אונצוקוקען א קאמפיוטער, נישט צו רירן א סמארט פאון און נישט האבן קיין אומגעפילטערע עם פי טרי (מען מעג נאר האבן אזאנס וואס מען קען נישט אריינלייגן קיין SD קארד)
אברכים- אויב מען איז זיך מקבל נישט צו ניצן קיין סמארט פאון אין בית המדרש, און אין שטוב, נאר אין ביזנעס און נאר געפילטערט פאר פינעף יאר.
אויב מען איז זיך מקבל פאר א גאנץ לעבן דעמאלטס שרייבט מען ארויף די נאמען אויף די מענטעלע פון די ספר תורה (אינעווענדיג פון די מענטעלע).
פרויען- אויב מען איז זיך מקבל נישט צו גיין מיט ליפסטיק, סנאודס, און אויך נישט גיין מיט קיין קליינע העטס, נאר העטס וואס גרייכט ביז די אויערן.
עס טוט זיך אסאך שלום בית קעיסעס ווען דער מאן וויל איין זאך און די פרוי האלט נישט דערביי.
די אינגעלייט נעמען עס זייער ערענסט ווייל די רבי גייט ליינען אין די ספר תורה יעדע וואך.
[tag]ישראל גלויבער[/tag] קום אריין און געב איבער מער דעטאלירטע אפדעיטס

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יתרו, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: היסטארישע הכנסת ספר תורה אין סקיוורא
ס׳הערשט א ריזיגע מאנגאל פון היסטארישע ספרי תורה אין שיכון סקווירא. אלזא, האט מען מחליט געווען אז מ׳דארף שרייבען א נייעם.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 424
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
- האט שוין געלייקט: 407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
אוי! א בראך אויף קאווע שטיבל!
ווייל דער קאווע שטיבל נציג פון סקווירא שטייט יעצט אין א ערענסטע דילעמע א אות אינ'ם היסטארישן ספר און אוועק מיט'ן סמארטפאון, אדער א אות ווייניגער אין די תורה און א סאך אותיות אין קאווע שטיבל?
פארוואס מוזן די רבי'ס אלעמאל אונז שטעלן אין אזעלכע ביטערע נסיונות

ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 455
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 06, 2016 3:19 pm
- געפינט זיך: גיבראלטאר
- האט שוין געלייקט: 72 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 8
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 12:28 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל
מען האט פארגעסן מוסיף צו זיין
רביס און יוצאי חלציהם - אויב מען איז גרייט זיך מקבל צו זיין צו לאזן אידן דאווענען וואו זיי ווילן, און מען רודפט נישט דעם וועם זיי דאכט זיך אז ער גלייכט נישט אלעס, און מען געט זיך נישט נאך די תאוות פון שיינע קארס און רחבת'דיגע הייזער און נאך מער רחבת'דיגע וועקיישן, און מען מאכט נישט פון די תורה א קרדום לחפור בה, און מען מעלקט נישט אויס ביי עניים ואביונים זייערע לעצטע פרוטה, אויב זיי וועלן דאס אלעס זיך מקבל זיין וועלן זיי ווערן אויס רביס און רבישע אייניקלעך און ממילא וועט מען שוין נישט דארפן נאך א היסטארישע ספר תורה ווייל ס'יז ברוך השם דא געניג.

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 92
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 5:00 pm
- האט שוין געלייקט: 42 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
Re: היסטארישע הכנסת ספר תורה אין סקווירא
די מאדנע תקנות וואס זיי מאכן קען מען נאך אפשר פארשטיין.. אבער די פאקט אז כמעט אלע סקווירא חסידים פילן אז אויב זיי גייען נישט זוכה זיין צו האבן אן אות אין רבי'ןס ספר תורה וועלן זיי זיין ממש אויסגעשפילט, דאס איז שוין צו פיהל פאר מיר!.. ווי אזוי מ'איז אזוי מצליח צו לעבן אין א באבל איז בי'יאנד מי.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 819
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
- האט שוין געלייקט: 434 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל
נעגעל וואסער האט געשריבן:די מאדנע תקנות וואס זיי מאכן קען מען נאך אפשר פארשטיין.. אבער די פאקט אז כמעט אלע סקווירא חסידים פילן אז אויב זיי גייען נישט זוכה זיין צו האבן אן אות אין רבי'ןס ספר תורה וועלן זיי זיין ממש אויסגעשפילט, דאס איז שוין צו פיהל פאר מיר!.. ווי אזוי מ'איז אזוי מצליח צו לעבן אין א באבל איז בי'יאנד מי.
נאכן רעדן מיט פיצאליגע סקווירא חסידים איז מיר אויך שווער געווארן די זעלבע קשיא
#אנפריקעןבעליוועבעל
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 455
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 06, 2016 3:19 pm
- געפינט זיך: גיבראלטאר
- האט שוין געלייקט: 72 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 271
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
- האט שוין געלייקט: 225 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל
Re: היסטארישע הכנסת ספר תורה אין סקווירא
זייט בריאת העולם האבן שוין סטאדעס שאף געפאלגט איינער וואס האט זיך אהערגעשטעלט צי זיין זייער פאסטוך,. די קינדער פין די שעפעלעך האבן שוין נישט געזיכט אן איברצייגונג אז דער פאסטוך איז זייערס א געטרייער ווייל זיי האבן נאכגעטוען די עלטערן. ויהי היום אין די פאסטוך הלכו לעולמו אין די קינדער האבן איבערגענימען די לייצעס אבער זייער ארבעט האט שוין גארנישט פארלאנגט ווייל די שעפלעך זענען שוין געוועהן געפראגרעמט הוא ואין בלתי עד יום מותי.יתרו האט געשריבן:נעגעל וואסער האט געשריבן:די מאדנע תקנות וואס זיי מאכן קען מען נאך אפשר פארשטיין.. אבער די פאקט אז כמעט אלע סקווירא חסידים פילן אז אויב זיי גייען נישט זוכה זיין צו האבן אן אות אין רבי'ןס ספר תורה וועלן זיי זיין ממש אויסגעשפילט, דאס איז שוין צו פיהל פאר מיר!.. ווי אזוי מ'איז אזוי מצליח צו לעבן אין א באבל איז בי'יאנד מי.
נאכן רעדן מיט פיצאליגע סקווירא חסידים איז מיר אויך שווער געווארן די זעלבע קשיא
#אנפריקעןבעליוועבעל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 455
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 06, 2016 3:19 pm
- געפינט זיך: גיבראלטאר
- האט שוין געלייקט: 72 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל
יתרו האט געשריבן:ישראל גלויבער האט געשריבן:מ'קען נאך קויפן א אות?
נישט נאר אן אות נאר אפילו גאנצע ווערטער איז נאך עוועליבעל, ווי איך האב געהערט קען מען וועלן וועלכע ווארט מען וויל.
דיר וואלט איך געראטן צו וועלן ישימך אלקים כאפרים וכמנשה
נאאאא מנשה איז דא איינס. און כ'גלייב אז ער האט זיך שוין געקליבן א פסוק
איך הער! נו נו..
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 335
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
- האט שוין געלייקט: 73 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל
או אינו האט געשריבן:זייט בריאת העולם האבן שוין סטאדעס שאף געפאלגט איינער וואס האט זיך אהערגעשטעלט צי זיין זייער פאסטוך,. די קינדער פין די שעפעלעך האבן שוין נישט געזיכט אן איברצייגונג אז דער פאסטוך איז זייערס א געטרייער ווייל זיי האבן נאכגעטוען די עלטערן. ויהי היום אין די פאסטוך הלכו לעולמו אין די קינדער האבן איבערגענימען די לייצעס אבער זייער ארבעט האט שוין גארנישט פארלאנגט ווייל די שעפלעך זענען שוין געוועהן געפראגרעמט הוא ואין בלתי עד יום מותי.יתרו האט געשריבן:נעגעל וואסער האט געשריבן:די מאדנע תקנות וואס זיי מאכן קען מען נאך אפשר פארשטיין.. אבער די פאקט אז כמעט אלע סקווירא חסידים פילן אז אויב זיי גייען נישט זוכה זיין צו האבן אן אות אין רבי'ןס ספר תורה וועלן זיי זיין ממש אויסגעשפילט, דאס איז שוין צו פיהל פאר מיר!.. ווי אזוי מ'איז אזוי מצליח צו לעבן אין א באבל איז בי'יאנד מי.
נאכן רעדן מיט פיצאליגע סקווירא חסידים איז מיר אויך שווער געווארן די זעלבע קשיא
#אנפריקעןבעליוועבעל
די זעלבע ווארט קענסטו אויך נוצן אויף בעצם יודישקייט
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 923
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
- געפינט זיך: מידוועסט
- האט שוין געלייקט: 483 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:או אינו האט געשריבן:זייט בריאת העולם האבן שוין סטאדעס שאף געפאלגט איינער וואס האט זיך אהערגעשטעלט צי זיין זייער פאסטוך,. די קינדער פין די שעפעלעך האבן שוין נישט געזיכט אן איברצייגונג אז דער פאסטוך איז זייערס א געטרייער ווייל זיי האבן נאכגעטוען די עלטערן. ויהי היום אין די פאסטוך הלכו לעולמו אין די קינדער האבן איבערגענימען די לייצעס אבער זייער ארבעט האט שוין גארנישט פארלאנגט ווייל די שעפלעך זענען שוין געוועהן געפראגרעמט הוא ואין בלתי עד יום מותי.יתרו האט געשריבן:נעגעל וואסער האט געשריבן:די מאדנע תקנות וואס זיי מאכן קען מען נאך אפשר פארשטיין.. אבער די פאקט אז כמעט אלע סקווירא חסידים פילן אז אויב זיי גייען נישט זוכה זיין צו האבן אן אות אין רבי'ןס ספר תורה וועלן זיי זיין ממש אויסגעשפילט, דאס איז שוין צו פיהל פאר מיר!.. ווי אזוי מ'איז אזוי מצליח צו לעבן אין א באבל איז בי'יאנד מי.
נאכן רעדן מיט פיצאליגע סקווירא חסידים איז מיר אויך שווער געווארן די זעלבע קשיא
#אנפריקעןבעליוועבעל
די זעלבע ווארט קענסטו אויך נוצן אויף בעצם יודישקייט
נאר אויף די אידישקייט וואס איז געבויעט אויף בלויז אמונה און רגש.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)