תורת ר' אשר פריינד זצ"ל

מחשבה, השקפה ועיון
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

תורת ר' אשר פריינד זצ"ל

שליחה דורך אישתישבי »

צדיק ירושלמי
הדרך האמיתית בחיים היא דרך האמונה הפשוטה. ראשית כל, על האדם להאמין בפשטות שכל מה שעובר עליו, גלוי וידוע לפני בורא כל העולמים, כי הכל מאתו יצא, וודאי הוא יודע מכל הצרות שלך.
השאלה היא, מה הוא מרמז לך עם הצרות הללו? ריבונו של עולם הינו טוב ומטיב לכל, וכל מה שקורה בעולם הוא בחשבון מדוקדק. לפיכך איננו יכולים לשאול שאלות, כי זוהי אמונה פשוטה. אלא מה, כל הנשמות שיש להן שייכות עם צער גלות השכינה, והן נשמות כלליות – צריכות לעבור ניסיונות קשים, כדי שבהתחזקותן, אמונתן ותפילתן תבואנה ישועות לאלפי יהודים שיש להם קשר עם שורש נשמות אלה. הן פותחות לרווחה שערי רחמים, ונפעלות הרבה ישועות.
עיקר העבודה היא לא להישבר ולא להתייאש בשום אופן, ולא לחדול מלקוות לישועה שבוא תבוא בודאי. כמו שאור השחר בא קמעה אבל לבטח, עד שמאיר כולו – כך התחזקותך שלא להתייאש תביא את הישועה האמיתית. וכן עליכם לא להאשים את הזולת, אפילו מי שבאמת עשה לכם רע וציער אתכם, למחול לו מחילה בלב שלם, ולא לדבר על אף אחד לשון הרע, אפילו כשאתם צודקים במאה אחוז וזולתכם אינו צודק. הדרך הנכונה של האמונה היא שאף אחד בעולם לא יכול להרע לכם ללא גזירת הבורא.
תשתדלו למצוא בכל יום נקודה של אמונה ועניין של השגחה פרטית. לדבר על כך, ולהתחזק ביחד, וזה יתן לכם חיות מתוך תפילה ותקוה, ותוכלו להמשיך על־ידי כך ישועות גדולות לכם ולכלל ישראל.
(מכתב)

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

איך בין אמאהל געוועהן א חסיד פין ר' אשר, ממילא ווען איך האב אריין געבאמפט אין דעם שטיקעל האב איך געפילט פאר וויכטיג עס מפרסם צו זיין.

די נקודות וואס האבן מיר געכאפט,

א. א מענטש דארף געדענקען אז די שוועריקייטן זענען געפלאנט פין אויבערשטער.
ב. די שוועריקייטן זאלען נישט ברענגען קיין טענות אויף אנדערע מענטשען.
ג. נישט אריין קלערען וואס די אויבערשטער ווייל מיט די שוועריקייטן, נאר געדענקען אז די שוועריקייטן זענען א חלק פין שכינתא בגלותא.
ד. דורך דאס געדענקען ברענגט מען ישועות, נישט נאר פאר זיך נאר פאר אנדערע אויך. (אלע וואס זענען א חלק פין דיין נשמה כללית).
ה. היות שוועריקייטן קומען פין אויבערשטער (שכינתא בגלותא) דארף מען געדענקען מוחל זיין יעדער וואס טשעפעט בלב שלום.
ועוד ועוד, הפך בה והפך בה.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

די נקודות, ווען מען טראכט אריין, העלפען בדרך הטבע פאר שמחה, מיט מער האפט ווי דער נייע טרענד פין ר' יואל ראטה, וואס דער שיטה פין רעדן מיט דער אויבערשטער ווי מען רעדט צו א חבר גרעניצט זיך מיט משוגעת.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: תורת ר' אשר פריינד זצ"ל

שליחה דורך גראף »

איך פארשטיי נישט דער נקודה פון אות ג'. איז דען נישט דער תכלית פון שווערעקייטן יא צו מאכען א חשבון הנפש? וואס מיינט נישט אריין קלערן?

Sent from my XT1096 using Tapatalk
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

השאלה היא, מה הוא מרמז לך עם הצרות הללו?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אישתישבי האט געשריבן:די נקודות, ווען מען טראכט אריין, העלפען בדרך הטבע פאר שמחה, מיט מער האפט ווי דער נייע טרענד פין ר' יואל ראטה, וואס דער שיטה פין רעדן מיט דער אויבערשטער ווי מען רעדט צו א חבר גרעניצט זיך מיט משוגעת.

כאפ איך נישט ווי יואל ראטה קומט דא אריין... אז דיר האלפא מער ר' אשר'ס מהלך כל הכבוד, מיינט נאך נישט אז פאר א צווייטער איז נישט בעסער א צווייטע סארט מהלך.

אגב איינער האט מיר אמאל מסביר געווען אז א וועג צו מעסטן צו א מהלך איז אויסגעהאלטן איז צו קוקען אויף די גדולי התלמידים ווי זיי האבן זיך אוועק געשטעלט, און ער האט מיר אויסגערעכענט עטליכע גרויסע תלמידים וואס זענען בכלל נישט מעניינא מילד גערעדט... איין נאמען געדענק איך הרב גרינצווייג דער וואס פלעגט אמאל פראווענען ראש השנה אין ווילימסבורג אין די קאנטינענטל זאל, און ער הייסט שוין פון די גרויסע תלמידים.

אגב דאגב איז ר' אשר געווען א ברסלבער בעז מען האט עם מרחק געווען.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עמעזאן, ביסט גערעכט לגבי רוב תלמידים, ר' אשר'ס וועג איז נישט מסוגל פאר רוב מענטשען, מען דינט דעם אויבערשטען מיט א שרעקליכע צוקלאפטקייט. אבער עס זענען דא יוצאים מן הכלל כגון פוריסובע רבי און ר' גדלי' סג"ל.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

לכאורה רעדט איר פין דער בושה פין אויבערשטע וואס ער פלעגט פרעדיגן. באמת איז דאס א חלק פין זיין מהלך, אז מען דארף האבן עזות און זיך שטעלן בעטען ווי א בהמה, אז מען וויל למשל האבן מדריגות אפילו מען האלט נישט דערביי, און צום סוף וועט מען פין הימעל געבן נאר כדי פטור צו ווערן פין דער נודניק.

אין אנדערע ווערטער מען דארף זיך האלטן פאר א נודניק, און מיט בושה אז מען איז אזוי מגושם וכו', און עכ"ז מתפלל זיין פאר מדריגות.

דער מהלך ברענגט לאו דווקא צובראכענקייט, עס קען אמאהל ברענגען צו א מאדנע גאות.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך קען נישט ר' אשר'ס מהלך ערשטהאנטיג, פון מיינע שמועסן מיט א שיינע פאר תלמידים הער איך פון יעדעם איינעם א באזונדערע דעסקריפציע (איינער זעהט איהם אלץ דער עובד, א צווייטער דער בעל חסד, א דריטער אלץ די מלאך מט"ט אלייין, אא"ו, און יעדער מאכט אוועק דעם צווייטנס דעסקריפציע. ווי איינע פון די תלמידים האט מיר געזאגט אויף דעם בוך "ר' אשר מפי תלמידיו" אז דער אמת'ע נאמען וואלט געדארפט זיין "ר' אשר מפי יאיר וויינשטוק"). אבער הצד השוה וואס אלע זאגן אז ער פלעגט מורא'דיג צוקלאפן דעם מענטש עד דכדוכה של נפש ע"מ להישאר באותה מצב לעולם (לאפוקי פון אנדערע וואס נוצן דעם מיטל אויף נאכדעם אויפצוהייבן דעם מענטש), און טאקע כמעט אלע וואס איך קען האבן זייער א נידריגע סעלף עסטים - מילד גערעדט. דאס איז אויסדרוקליך נישט קיין מהלך וואס קען זיין א נחלת הכלל, און עפ"י רוב שאדט דאס פארן מענטש, און טאקע דערפאר זעהט מען זייער ווייניג פון זיינע תלמידים מיט די ריכטיגע באלאנץ.
אישתישבי האט געשריבן:.

דער מהלך ברענגט לאו דווקא צובראכענקייט, עס קען אמאהל ברענגען צו א מאדנע גאות.

איינער וואס האלט באמת פון זיך דאס איז דאך נארמאלע גאות, מאדנע גאות קומט געווענליך פון א פארקערטע מציאות.
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

nonsense צובראכענע מענשן זענען געקומען צי אים
פארשפארט