פלאוויוס האט געשריבן:די ווערטער צו וועלכע איך האב מיך באצויגן איז אין דעם פאלגנדן ציטאט:או אינו האט געשריבן:דיינע ווערטער טראגן אונטער זיך אסאך א טיפערע שאלה. קיקט אויס אז טרויבן ווייסט נישט אז כל העומד לריסוק. איז דאס ריכטיג אז "שלעכטס" האט ערלויבט פאר "גוט" זיך צי ארויסצובאקומען. וואלט איר אמאל פארשטאנען אז קול דמי אחיך צועקים ווען קין הרג'עט ווען נישט הבל?
אדאנק היטלער ימ"ש האט די וועלט פין מעדעצין געמאכט אסאך פארשריט, די אינדוסטריעל וועלט, די טעק וועלט. לית נהורא אלא דנפיק מגו חשיכא. אבער ווי טיילט זיך דאס.
קען זיין אז דו האסט נישט געמיינט דאס וואס ס'קוקט אויס אין דיינע ווערטער, אבער אזוי האט עס ווייניגסטנס אויסגעזען. דער המשך אין דער דעבאטע צווישן דיר און בערל בעל-עגלה האט אויסגעזען ווי ס'פירט ווייטער אין דער ריכטונג.
רציחה איז אסור ווייל מיר פארשטייען אינסטינקטיוו דעם רצון הבורא אין דעם הינזיכט. דאס איז פון די יסודות וועלכע זענען קודמים לתורה. אויב הקרבה למולך איז א ראיה, דעמאלט איז יעדע סארט מלחמה פארברעכן אויך עטיש, היות די וועלט האט אמאל נישט געהאט קיין כללים קעגן דעם. די מענטשהייט אנטוויקלט די עטישע ראפינירטקייט לאנגזאם און צוביסלעך.
@פלאוויס ווייל מיר פארשטיין אינסטיקטיוו, איז נישט ריכטיג. ווייל דער מולך האט נאכן חזר'ן דעם ליגענט איבעגעגעבן פאר די קינדער דעם אינסטינקט און אלעס האט געפאלגט ווי אנדערש איז נישט מעגליך. דיינע לעצטע ווערטער די מענטשהייט אנטוויקלט עטיקס אווערטיים איז אן הודעה אז דורכן עקספריענסן דעם רע ווערט דער טוב איידלער און איידלער. לית נהורא אלא דנפיק מגו חשיכא.