משה דער שלעגער
אינספערירט נאך א שמועס מיט "משה דער שלעגער"
פארבלוטיגט פון פנים ביז די הענט
איינער משה דער שלעגער דערקענט?
גייט אין מלחמה מיט זיך יעדן טאג
רייסט שטיקער מיט גרויס פלאג
פארציט זיך אויך אין די שרעקליכע נעכט
די פחד גאר גרויס און עכט
מיט שטארקייט צו אדוקציע זאגט ניין
איך וועל נישט נעמען אלקאהאל אדער וויין
דעם טעלעפאן אוועקגעווארפן צוליב מאראל
בשום אופן נישט וואוינען אין שטאל
איך בין פעסט, מיין זעהל נישט פארלירן
מיט מיינע וואונדן איך טו שטאלצירן
אין מלחמה וועל איך גיין יעדן טאג פריש
ביז די מלאך המות געבט מיר דעם טויט קוש
ווייל איך בין א מאן און נישט קיין קינד
דעם שווערד נוץ איך שנעל און געשווינד
אפילו מיין גאנצע ארמיי שוין פארשניטן
איינער אליינס צום מלחמה וועל איך צוריקקומען
איך שאקל פון צער יסורים און פיין
אבער צו אדוקציע וועל איך זאגן ניין
דראגס וועט מיר נישט אוועקרייסן
און דיפרעסיע מיר נישט צורייסן
א פארבלוטיגטער ליג איך אויפן מלחמה פעלד
פיל מיט שפיז עקן און פארפרוירן פון קעלט
גאט בלאזט אין מיר אריין כח פון ניי
אבער איך וועל שוין קיינמאל זיין אינגאנצן פריי
מיט צוויי שטעקענעס מוז איך שטענדיג ארומגיין
מיט זיי וועל איך דעם שונא צושלאגן איינער אליין
צומאל אין א רעדער שטול אויפן מלחמה פעלד
אבער מיט א שטארק הארץ פון א העלד
אויף די ערד בלוט און רויעך איך טו קייען
איך ווארף די רעדער שטול אלץ כלי זיין
נישט א צדיק ,אבער א שלעגער בין איך גוט
איר וועט מיר נישט געוואונען ביז די לעצטע מינוט
מיט צושניטענע גלידער וועל איך אייך דערלאנגען
אבער מיין נשמה וועט איר קיינמאל נישט פאנגן
ווייל א שלעגער בין איך און א שלעגער וועל איך זיין
איך וועל נישט טרינקן פון אייערע פאר'סמ'טע וויין
מיט א שוואך הארץ און א צוריסן זעהל
מיט א מרה ירוקה און א פנים געהל
וועל איך אייך נאכלויפן ביז די טויערן פון שווארץ
איר וועט קיינמאל באזיגן מיין שוואך צובראכן הארץ.
משה דער שלעגער (וועקער 9)
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
משה דער שלעגער (וועקער 9)
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
Re: משה דער שלעגער (וועקער 9)
דער וואונדערליכער פאעמע דערמאנט וואס דער נביא זאגט (זכריה יג ו): וְאָמַר אֵלָיו מָה הַמַּכּוֹת הָאֵלֶּה בֵּין יָדֶיךָ וְאָמַר אֲשֶׁר הֻכֵּיתִי בֵּית מְאַהֲבָי.
און ווי ס'טייטשן חז"ל (ילקוט שמעוני שם): המכות האלה גרמו לי ליאהב לאבי שבשמים.
מה לך יוצא ליסקל?
על ששמרתי את השבת!
מה לך יוצא לישרף?
על שאכלתי את המצה!
מה לך יוצא ליהרג?
על שמלתי את בני!
מה לך לוקה בפרגל?
על שעשיתי רצון אבי שבשמים.
יא, אזעלכע העלדן וועלן צו פירן ס'זאל מקויים ווערן דאס וואס דער נביא זאגט צו (שם פסוק ד)): וְהָיָה בַּיּוֹם הַהוּא יֵבֹשׁוּ הַנְּבִיאִים אִישׁ מֵחֶזְיֹנוֹ בְּהִנָּבְאֹתוֹ וְלֹא יִלְבְּשׁוּ אַדֶּרֶת שֵׂעָר לְמַעַן כַּחֵשׁ.
און ווי ס'טייטשן חז"ל (ילקוט שמעוני שם): המכות האלה גרמו לי ליאהב לאבי שבשמים.
מה לך יוצא ליסקל?
על ששמרתי את השבת!
מה לך יוצא לישרף?
על שאכלתי את המצה!
מה לך יוצא ליהרג?
על שמלתי את בני!
מה לך לוקה בפרגל?
על שעשיתי רצון אבי שבשמים.
יא, אזעלכע העלדן וועלן צו פירן ס'זאל מקויים ווערן דאס וואס דער נביא זאגט צו (שם פסוק ד)): וְהָיָה בַּיּוֹם הַהוּא יֵבֹשׁוּ הַנְּבִיאִים אִישׁ מֵחֶזְיֹנוֹ בְּהִנָּבְאֹתוֹ וְלֹא יִלְבְּשׁוּ אַדֶּרֶת שֵׂעָר לְמַעַן כַּחֵשׁ.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.