סאטמאר ק"י ווארפט ארויס מלמדים פאר'ן חטא פון פארן קיין אומאן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

סאטמאר ק"י ווארפט ארויס מלמדים פאר'ן חטא פון פארן קיין אומאן

שליחה דורך ברסלבער »

הערנדיג די נייעס אז די הנהלה פון די סאטמארע מוסדות אין ק"י [מהר"א] האט באשלאסן דאס יאר צו ווארפן א צאל מלמדים פאר די געפערליכע עבירה אז זיי זענען געפארן קיין אומאן אויף ראש השנה, איז דאס מיר געווען גאר א גרויסער חידוש. מילא ביי געוויסע אנדערע חסידות'ן, וואס דארט איז דער עיקר נאר אז מען דארף זיין ביים רבי'ן ביי אלע תפלות, וואלט איך עס נאך פארשטאנען. אבער אין סאטמאר האב איך געמיינט אז מען איז מער קלוגער פון דעם.
די מלמדים האבן קיינמאל נישט גערעדט צו די קינדער איבער ברסלב בכלל און פון אומאן בפרט, עס רעדט זיך פון מלמדים פון כתה א' און ב', וואו עס איז נאכנישט דא דער חשש אז זיי וועלן 'פארכאפן' די קינדער קיין ברסלב. איין מלמד קען איך פערזענליך, ער איז שוין א כתה ב' מלמד פאר 16 יאר, ער האט נאכנישט געמאכט קיין איין קינד פאר א ברסלבער במשך די אלע יארן, און יעצט ווארפט מען אים בלויז פאר דעם חטא אז ער האט געשפירט אז ער קען זיך אויסבעטן בעסער אין אומאן ראש השנה.
כ'האב נישט וואס מאריך צו זיין, אין די צייט ווען די טפשות און רשעות רעדן פאר זיך אליין. זאלן מיר שוין זוכה זיין צו דעם ומלאה הארץ דעה.
***


אט איז א בריוו פון ר' יואל ראטה שליט"א צו דעם אויבנדערמאנטן מלמד
http://breslevcenter.com/answers/%D7%A4 ... 7%90%D7%9F

[justify]תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
געלויבט דער הייליגער באשעפער אז איך האב זוכה געווען צו זיין דעם ראש השנה אין אומאן, און אויסגעבעטן א גוט יאר.
איך בין א כתה ב' מלמד שוין פאר זעכצן יאר, כולם שוים לטובה. ברוך ה' אז איך האב זייער שיין מצליח געווען מיט מיינע תלמידים, דער מוסד וואו איך בין איינגעשטעלט, די עלטערן, און די קינדער, זענען אלע געווען מורא'דיג צופרידן פון מיין ארבעט.
יעצט איז אנקומען ביי אונז אין מוסד פרישע הנהלה, און פאר זיי געפעלט נישט אז איך פאר קיין אומאן אויף ראש השנה, און דעריבער האבן זיי מיר יעצט געמאלדן אז אזוי ווי איך בין געפארן קיין אומאן, זאגן זיי מיר אפ פון די מלומדות, און זיי זאגן אז זיי טוען דאס אויפ'ן באפעל פונעם רבי'ן פון אונזערע מוסדות.
דאס טוט מיר זייער שטארק וויי, איך ווייס אז די הנהלה איז אלעמאל געווען זייער צופרידן פון מיין ארבעט, און די איינציגסטע עבירה וואס זיי האבן געטראפן ביי מיר איז נאר דאס אז איך בין געפארן קיין אומאן אויף ראש השנה. איך האב קיינמאל נישט גערעדט צו די קינדער אין קלאס וועגן אומאן, איך פאר נאר אויף אומאן צו קענען זוכה זיין צו די געוואלדיגע הבטחות וואס דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט פאר ווער עס קומט צו אים אויף ראש השנה. וואס קען איך טון אין אזא צייט?
אויך וויל איך וויסן, אזוי ווי די מוסדות ... האבן מיר געבעטן צו קומען זיין א מלמד ביי זיי, אויב זאל איך אננעמען דעם פארשלאג.
א גרויסן יישר כח פאר אלעס.
יואל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎
בעזהשי"ת
יום ה' פרשת וזאת הברכה-א, ח' תשרי, שנת תשע"ח לפ"ק
לכבוד האברך היקר יואל נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך קען נישט קומען צו מיר פון דעם וואס דו שרייבסט מיר אז מען האט דיר אפגעזאגט פון דיין פרנסה בלויז פאר דעם איינציגן חטא אז דו ביסט געפארן קיין אומאן אויף ראש השנה צום הייליגן רבינ'ס קיבוץ; איך האב גרויס מיטלייד מיט דיר, איך שפיר דיין צער, און עס טוט מיר זייער וויי.
איך קען דיר פארשטיין ווייל איך בין דאס אריבער פאר צען יאר צוריק, מיר האט מען אויך מקפח געווען מיין פרנסה פאר צען יאר צוריק, ווען איך בין צוריק געקומען פון אומאן, ערב יום כיפור תשס"ט, און מיין גאנצע חטא איז געווען אז איך האב גענומען בחורים וואס האבן נישט געלערנט און נישט געדאווענט און איך האב זיי מקרב געווען צום אייבערשטן, איך האב אין זיי אריין געלייגט אמונה פשוטה און זיי געוויזן אז זיי זענען אויך חשוב ביים אייבערשטן וכו' וכו', איך האב זיי געוויזן אז אפילו זיי זענען נישט קיין מצוינים אדער חריפים קענען זיי אויך לערנען וכו'.
אבער ביי דיר איז עס נאך ערגער, ווייל דו ביסט א כתה ב' מלמד, שוין פאר זעכצן יאר כן-ירבו, אסאך פון דיינע תלמידים האבן שוין חתונה געהאט און קיין איינער פון זיי פארט נישט קיין אומאן, אז מען זאל זיך קענען אנכאפן אויף דיר אז דו פארכאפסט קינדער וכו', שמך הטוב הולך לפניך, יעדער טאטע און מאמע האפן אז זייער קינד וועט אנקומען צו דיר אין דיין כתה, און יעצט איז געקומען א נייער מנהל א באנדיט, וואס ווייסט נאך נישט ווי אזוי דער וועלט פירט זיך (אבות ב, ו): "על דאטפת, אטפוך, וסוף מטיפיך יטופון", און ער האט דיר ארויס געווארפן פון דיין מלמדות, אויך האט מיר גערופן האברך היקר ... נרו יאיר אז מען האט אים אויך ארויס געווארפן פון זיין מלמדות, איר זענט געבליבן אן א פרנסה, דאס טוט מיר זייער וויי און איך האב נישט קיין מנוחה.
אבער איך וויל דיר אביסל מחזק זיין אז דו זאלסט זיך נישט פארלירן, וויסן זאלסטו אז פרנסה קומט פונעם אייבערשטן, און קיינער קען דיר נישט צונעמען וואס עס איז אנגעשריבן פאר דיר. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא לח.): "בשמך יקראוך ובמקומך יושיבוך, ומשלך נתנו לך, אין אדם נוגע במוכן לחבירו, ואין מלכות נוגעת בחברתה אפילו כמלא נימא", קיינער קען נישט צו נעמען פון א צווייטן אפילו א פרוטה, יעדע זאך קומט פונעם אייבערשטן, בפרט פרנסה וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ב.): "אמר ר' יוחנן: ג' מפתחות בידו של הקדוש ברוך הוא", ר' יוחנן זאגט דריי שליסלען איז נאר אין די הענט פונעם אייבערשטן, "מפתח של גשמים, מפתח של חיה, ומפתח של תחיית המתים", די שליסל פון רעגן, קינדער און תחיית המתים, "במערבא אמרי, אף מפתח של פרנסה", אין ארץ ישראל זאגט מען: אויך די שליסל פון פרנסה. זעט מען אז פרנסה קומט נאר פונעם אייבערשטן. נאך זאגן חז"ל (מכילתא, בשלח): "מי שברא יום - ברא פרנסתו", דער אייבערשטער וואס האט באשאפן דעם טאג, האט אנגעגרייט פרנסה פאר דעם טאג.
דערפאר בעט איך דיר זייער, זאלסט נישט ווערן יעצט בעצבות, ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ממון, סימן פט): "העצבות מפסיד הפרנסה", עצבות נעמט אוועק די פרנסה, לייג דיר אריין אין אמונה, גלייב אינעם אייבערשטער, און זינג דיר א גאנצע טאג "קיינער קען מיר נישט גוטס טון, און קיינער קען מיר נישט שלעכטס טון, אלעס איז פונעם אייבערשטן", אזוי וועסטו זוכה זיין צו פרנסה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ממון, סימן פג): "אמונה הוא טוב לפרנסה", אז מען האט אמונה וועט מען זוכה זיין צו פרנסה.
שטארק דיך און שטארק דיין ווייב תחי'; געדענק, ווי דערשראקן דו ביסט יעצט אז דו האסט נישט קיין פרנסה, נאך אסאך מער איז דיין ווייב דערשראקן און צעבראכן, אויך דיינע עלטערע מיידלעך זענען זייער פארשעמט צווישן זייערע חבר'טעס, זאלסטו זען זיי צו מחזק זיין, ווייז נישט ארויס קיין שום פחד און מורא ווען דו ביסט אין שטוב, אדרבה, גיי ארום מיט א פרייליכע פנים, און מאך פרייליך דיין ווייב און קינדער וועסטו זוכה זיין צו פרנסה, אזוי ווי חז"ל זאגן (בבא מציעא נט.): "אוקירו לנשייכו כי היכי דתתעתרו", רבא זאגט: זייט מכבד אייערע ווייבער וועט איר רייך ווערן; און דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט): "עיקר העשירות באה בזכות האשה", דער עיקר עשירות קומט בזכות וואס מען איז מכבד די ווייב; אז דו וועסט פרייליך מאכן דיין ווייב און קינדער וועסטו ארויס גיין פון דיין קטנות הדעת, און זוכה זיין צו פרנסה בריווח.
דאס וואס דו שרייבסט מיר אז דער מנהל זאגט דיר אז דאס קומט פונעם אדמו"ר ... איך זאג דיר אז דאס האט גארנישט צו טון מיט דעם אדמו"ר פון די מוסד, ער איז קלוגער פון דעם און ברייטער פון דעם. בכלל זאלסטו וויסן אז דאס פאסט פאר אנדערע חסידות, נישט פאר ... דאס קומט פון אפאר היץ קעפ וואס זיי ווייסן נישט אז נאך אביסל קומען פרישע יונגע היץ קעפ און מען וועט זיי ארויס שיקן, וכן עמא דבר - אזוי פירט זיך דער וועלט.
אויפן פליגער אויפן וועג אהיים פון אומאן זענען צו מיר צוגעקומען צוויי אינגעלייט, איינער א מלמד אין ... און איינער א מגיד שיעור אין ישיבה ... ביידע האבן מיר געזאגט אז זיי ווייסן נישט וואס צו טון ווען זיי קומען צוריק ווייל מען גייט זיי אפזאגן; זיי ביידע זענען גרויסע חסידים פון דעם רבי'ן פון דעם מוסד, זיי קומען פשוט אויף אומאן ווייל זיי דארפן א גרויסע ישועה, זיי האבן געזען וואס דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן ת"ו) אז ראש השנה קען ער יעדן העלפן; דער רבי האט געזאגט אז ווער עס קומט צו אים אויף ראש השנה וועט ער זיין פאר אים אן אדוואקאט (לויער) אז דער מענטש זאל האבן א גוט געבענטשט יאר. האבן זיי זיך געמאכט א קלוגער חשבון, זייער לעבן איז זיי וויכטיגער פון אלסדינג, זענען זיי געקומען אויף אומאן. זיי האבן מיר קלאר געזאגט אז דאס קומט נישט פונעם אדמו"ר דירעקט.
בעט דעם מנהל אז דו ווילסט זיך טרעפן מיט אים נאך פאר יום הקדוש, און זאג אים מיט דיין גאנצע שטארקייט, בזה הלשון: "איך בין דיר קיינמאל נישט מוחל פאר'ן מיר מקפח זיין מיין פרנסה, פאר'ן מיר פארשעמען"; פארצייל אים די מעשה וואס דו האסט געהאט פאר צען יאר צוריק ווען ... האט זיך געקרוינט אלץ ועד החינוך, און ער האט דיר ארויסגעווארפן וכו', ווי ער ליגט טויט קראנק. פארצייל אים די מעשה וואס דו האסט געהאט מיט ... ווען ער האט געמיינט אז ער גייט מסדר זיין די מוסד, ער גייט ארויסרוימען אלע ברסלב'ער מלמדים, ווי ער מוטשעט זיך מיט יעדן איינציגסטן קינד. ער וועט דיר זיכער צוריק זאגן: "אהה דו ביסט אין הימל, דו שעלטסט..." דו שרעק זיך נישט, דארפסט נישט ענטפערן, דיין ווייב זאל אנרופן דעם מחוצפ'ס ווייב און אויך שיינערהייט זאגן אז איך בין נישט מוחל פאר'ן אונז מקפח זיין אונזער פרנסה.
יעצט וויל איך דיר זאגן, דאנק דעם אייבערשטן אז מען האט דיר פארשיקט נאר פאר דעם איינציגן חטא אז דו האסט געפאלגט דעם רבי'ן און געקומען קיין אומאן אויף ראש השנה, און נישט פאר'ן דיר כאפן מיט מעשה תועבות רחמנא לצלן, און זאג פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם, מה פשעי ומה חטאתי, וואס האב איך געטון אז מען האט מיר פארשעמט און מיר מקפח געווען מיין פרנסה, נאר ווייל איך וויל זיין גוט, איך וועל זיין ערליך; איך האב געטראפן א רבי וואס לערנט מיר אויס ווי אזוי זיך צו דערהאלטן, א רבי וואס געבט מיר עצות ווי אזוי זיך צו מחזק זיין אפילו ווען עס גייט נישט אזוי ווי איך וויל. הייליגער באשעפער, נעם אן מיינע בזיונות, זאל דאס זיין פאר מיינע עוונות, העלף מיר איך זאל ווייטער קענען מחנך זיין אידישע קינדער, און קענען מפרנס זיין מיין ווייב און קינדער".
בנוגע וואס דו פרעגסט צי דו זאלסט גיין צו ...; אויב זיי ווילן דיר פאר א מלמד זאלסטו נישט גיין צו זיי, נאר לויפן. געדענק דעם כלל וואס מוהרא"ש זכרונו לברכה האט אונז געגעבן: "דו דארפסט מיר נישט, דארף איך דיר טויזענט מאל מער נישט".
ווייז דעם בריוו פאר האברך ... נרו יאיר, ער דארף נאך מער חיזוק פון דיר וד"ל.
היות דו האסט יעצט א צעבראכענע הארץ, בעט איך דיר זיי מתפלל פאר מיר, יואל בן ריצא רעכיל, דער אייבערשטער האט זייער ליב תפילות וואס קומט ארויס פון א צעבראכענע הארץ.
איך האף דיר צו זען היינט נאכט ביים שיעור.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ברסלבער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וואס האט ער געמיינט? ער איז געפארן זיך אויסבעטן א גוט געבענטשט יאר און ער האט געוואלט בלייבן ביי די זעלבע מלומדות לאורך ימים ושנים??
ישראל גלויבער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 06, 2016 3:19 pm
געפינט זיך: גיבראלטאר
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל

שליחה דורך ישראל גלויבער »

בן אדם האט געשריבן:וואס האט ער געמיינט? ער איז געפארן זיך אויסבעטן א גוט געבענטשט יאר און ער האט געוואלט בלייבן ביי די זעלבע מלומדות לאורך ימים ושנים??

דו רופסט זיך בן אדם? מ'טאר נישט מתפלל זיין 'ושבתי בבית ה' לאורך ימים'? דוד המלך האסטו שוין אויך פיינט?
איך הער! נו נו..
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

בן אדם האט געשריבן:וואס האט ער געמיינט? ער איז געפארן זיך אויסבעטן א גוט געבענטשט יאר און ער האט געוואלט בלייבן ביי די זעלבע מלומדות לאורך ימים ושנים??

כשר גערעכט, מעשים האבן קאנסקעווענצן!

דער מלמד האט נישט מורא געהאט צו טון אזא שרעקליכע עוולה הידועה לשמצה (נאכדערצו ברבים!) זאל ער יעצט נישט וויינען
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

כ'מיין חלילה נישט צו בארעכטיגן דעם שוידערליכע עוולה, וואס ס'האט פאסירט אין דער צייט וואס כלל ישראל גרייט זיך אויפן הייליגסטן טאג אין יאר הבעל''ט:

נעמליך, ביי די קאטאליקן און ביי די מוסולמענער איז פארהאן א באוועגונג אריינצוכאפן וואס מער מענטשען וואס זאלן גלייבן אין יעזעס און אין מחומד. דאקעגן ביי אידן איז נישט פארהאן אזא באגריף, קאפויער הן עם לבבד ישכון ובגוים לא יתחשב, א גוי וואס וויל זיך באהעפן צום אידישן פאלק, דארף דורך גיין די זיבן טויערן פון גייהינום דורכצוגיין א גיור. אידישע קינדער האבן זיך קיינמאל נישט פארנומען מיט קיין מניסיאנערישע אקטיוועטען.

גענוי דאס זעלביגע איז ביי חסידות, א נארמאלע חסידות זוכט אין אלגעמיין נישט אז קיין פרעמדע זאלן זיך אנשליסן אין זיי. אפגעזען פון צוויי אונטערנאציאנאלע חסידותער וואס ספענדען מיליאנען, און מישטורן יערליך הונדרעטער פראפעסענאלע מוח וואשער, וואס זייער אויסשליסליכער ציל איז אריינצוכאפן וואס מער יוגענטליכע צו זייער חסידות. יא! און איר האט גוט צוגעטראפן: דאס איז ליבאוויטש-משיחיסטן און ברסלב-ראטה/בערלאנד.

מ'קען פארשטיין די אנגסט וואס א לעגיטימע הנהלה האט, אז א מלמד זאל זיך נישט קענען איינהאלטן פון פרעדיגען ברסלבע מוח וואשעריי פאר די יונגע אומגעצייטיגטע קינדער, אפגעזען פון די שרעקליכע צער וואס דאס פאראורזאכט פאר די עלטערן. ווארום דער מלמד האלט גאר אז ער ראטעוועט דעם קינד פון שאול התחתית אד''ג, און רבי נחמן צו רבי נתן זעלבסט וועט אים ארויסשלעפן פון העל ביי די בארדע....
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

איך האב נישט פארשטאנען, הרב קאך לעפל. דא רעדט מען פון א מלמד שוין 16 יאר וואס האט נאכנישט פארכאפט קיין איין קינד קיין ברסלב. און אויב איז דאס דער פראבלעם וואס דו זאגסט, וואס האט דאס מיט דעם וואס דער מלמד איז געפארן קיין אומאן? זאל מען סתם ארויסווארפן יעדן וואס האט א שייכות צו ברסלב.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

איר האט טאקע נישט פארשטאנען... כ'האב חלילה נישט בארעכטיגט דאס אוועק צו נעמען פון א איד זיין פרנסה....
אבער דארפסט פארשטיין, אז היינטיגע צייטן איז די ברסלב באוועגונג גאר שטארק, און יעדעס יונגל אדער בחור וואס האלט נישט ביים לערנען פראקאלאמירט זיך אלס א ברסלבער... דעריבער איז עטוואס פארשטענדליך פארוואס די הנהלה איז לעצטענס אזוי האקל, צו יעדע זאך וואס האט צו טאן מיט ברסלב...

נאכאמאל: א וועק נעמען פון א איד פרנסה, האט נישט קיין תירץ און נישט קיין תשובה....ס'איז קיין ספר נישט, אז ס'וועט צוריק אנקומען אהיים צו די אלע וואס האבן געהאט א שייכות מיטן פאראומגליקליך מאכן דעם חשובן יונגערמאן...כ'ברענג בלויז ארויס די אנדערע זייט....
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: סאטמאר ק"י ווארפט ארויס מלמדים פאר'ן חטא פון פארן קיין א

שליחה דורך גראף »

@קאך לעפל סתם צו דרייען א קאפ. ''ער'' רעדט נישט צו זיינע תלמידים וועגן ברסלב בכלל סאו קומסטו מיט דער ''דארפסט פארשטיין '' אז היינט בלא בלא בלא. דער מלמד פירט נישט קיין מערכה נאר די ''הנהלה'' (לייען נאובאדי'ס) זענען שנעל געקומען צו דער פן ירבה און זיי האבן שנעל קעיר גענומען. פוי.

Sent from my XT1096 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גראף, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

נמחק
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום סארווירער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: פארדריי נישט די נושא
או אינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 271
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

Re: סאטמאר ק"י ווארפט ארויס מלמדים פאר'ן חטא פון פארן קיין א

שליחה דורך או אינו »

@קאך. "יעדע קינד וואס האלט נישט ביים לערנען" די בארעכטיגטס די הנהלה ווייל אויב א תלמיד קען אקדעמיקלי נישט מיט ג'יין מיט זייער פארשטינקענע באכות אין שמאלע בכמות מהלך, אין איז א כחרס הנשבר וואס ברענגט צי מענטל אישוס אדער א הילוך החיים וואס חיצונית ברענגט חיות ?! וואלט ווען די קרוקילעם געוועהן אביסל מער ווי לדוגמא מוזיקה ,נגינה מאפע , זכור ימות עולם,. וואלטן ברסליו וואס איז אקסיזשאן פאר די מענטשן נישט גוועהן קיין טרעיט
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די מכתב פון די ראש ישיבה איז א חידוש! אזא מיטגעפיל פאר א צווייטע איד עס פילט זיך ווי עס טוט עם טאקע וויי יענעמ'ס צער! אזא שטארקייט אזא חוצפה ער זאל יענעם אריינזאגן! און אזעלעכע חיזוק רייד! זיי מתפלל פאר מיר ווייל די אייבירשטער האט דיר ליב!
און ער פארגעסט נישט פון זיין ווייב, און ער איז מסביר אז איר באדערט עס אסאך מער! און זיינע גרעסערע מיידלעך!
זאלסט זיין פרייליך אינדערהיים! ווייז נישט ארויס א פחד אדער דאגה!!

אזעלעכע מנהיגים דארף כלל ישראל!!!
chosen people
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 428
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך chosen people »

[justify]איך ווייס נישט אויב די סיבה וואס איך גיי יעצט שרייבן איז די אמת'ע סיבה אבער איך שרייב וואס עס קען זיין.
איך ווייס תורתך שעשועי מאכט די לעצטע צוויי יאר ימי התמדת התורה, ווי מען פארט ארויס צו אן האטעל ווי מען לערנט צוויי טעג, מען חזר'ט איבער א מסכת, מען געט נאכדעם א בחינה און עס ענדיגט זיך מיט א סיום - סעודה כיד המלך.
יעצט תורתך איז אן ארוינישע געשטימטע ארגאניזאציע, ואע''פ כן ווייס איך זיי לאזן נישט קיין מלמדים גיין, פארוואס? ווייל זיי טענה'ען זיי קענען נישט פאר צוויי טעג און א צו זאלן 10 מלמדים פעהלן און די חדר וועט זיך איבערדרייען.
אויב אזוי וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין אז זיי זאלן האבן די זעלבע פראבלעם מיט אומן און די פאר טעג פאר און נאך ראש השנה.
ספעציעל די זעהסט אז די אלע 16 יאר ביז דא האבן זיי נישט געמאכט קיין פראבלעם פאר איהם צופארן. זעהט זיך אויס אז נתרבה הנוסעים האט מען געמוזט מאכן א סטאפ דערצו, אויב נישט נאך אפאר יאר קען מען צומאכן די חדר די גאנצע וואך ארום ראש השנה.
אויב דאס איז די סבה איז אזוי שווער צו פארשטיין?[/justify]
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גראף האט געשריבן:@קאך לעפל סתם צו דרייען א קאפ. ''ער'' רעדט נישט צו זיינע תלמידים וועגן ברסלב בכלל סאו קומסטו מיט דער ''דארפסט פארשטיין '' אז היינט בלא בלא בלא. דער מלמד פירט נישט קיין מערכה נאר די ''הנהלה'' (לייען נאובאדי'ס) זענען שנעל געקומען צו דער פן ירבה און זיי האבן שנעל קעיר גענומען. פוי.

ניין: קאך לעפל איז 100% גערעכט. א תלמוד תורה קען נישט נעמען די ריזיקע אז דער מלמד וועלכער האט געהאט אזא מסירת נפש צו פארן קיין אומאן אויף ר"ה וועט נישט פרובירן צו אינדאקטרינירן די קליינע קינדער און זיי ברעינוואשן צו די ברסלב'ער חסידות. איין טאג קענען זיי זיך אויפוועקן און די האלבע תלמוד תורה און מתיבתא וועללן זיין ברסלב'ער חסידים. דאמאלס וועט זיין א פראבלעים. מ'וועט דארפן טוישן אלע סיינס פון סאטמאר צו ברעסלאוו. און דאס איז צו א שווערער דזשאב...! ערנסט גערעדט. א מלמד, וועלכער איז א מחנך אין א מוסד קען זיך נישט ערלויבן צו טון זאכן וועלכע זענען אקעיגן דעם מהלך פונ'ם מוסד. ס'איז טאקע א גרויס רחמנות אויף די אלע חשובע מלמדים וועם מ'האט אויפגעזאגט. זאללן זיי גיין זוכן א דזשאב אין די ברסלב'ער תלמוד תורה...!
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

שליחה דורך גראף »

@בערלבעלעגלה לאמיר איבער זאגן נאכאמאל וואס ברסלבער שרייבט. ער איז שוין ''זעכצען'' יאר א מלמד און האט ''קיינמאל נישט'' גערעדט צו זיינע תלמידים דערפון.
שאול
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 19, 2015 1:40 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל

שליחה דורך שאול »

berlbalaguleh האט געשריבן:ניין: קאך לעפל איז 100% גערעכט. א תלמוד תורה קען נישט נעמען די ריזיקע אז דער מלמד וועלכער האט געהאט אזא מסירת נפש צו פארן קיין אומאן אויף ר"ה וועט נישט פרובירן צו אינדאקטרינירן די קליינע קינדער און זיי ברעינוואשן צו די ברסלב'ער חסידות. איין טאג קענען זיי זיך אויפוועקן און די האלבע תלמוד תורה און מתיבתא וועללן זיין ברסלב'ער חסידים. דאמאלס וועט זיין א פראבלעים. מ'וועט דארפן טוישן אלע סיינס פון סאטמאר צו ברעסלאוו. און דאס איז צו א שווערער דזשאב...! ערנסט גערעדט. א מלמד, וועלכער איז א מחנך אין א מוסד קען זיך נישט ערלויבן צו טון זאכן וועלכע זענען אקעיגן דעם מהלך פונ'ם מוסד. ס'איז טאקע א גרויס רחמנות אויף די אלע חשובע מלמדים וועם מ'האט אויפגעזאגט. זאללן זיי גיין זוכן א דזשאב אין די ברסלב'ער תלמוד תורה...!

מ'רעדט דאך פון כתה א - ב מלמדים. וואס ברעינוואשן?!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

chosen people האט געשריבן:[justify]איך ווייס נישט אויב די סיבה וואס איך גיי יעצט שרייבן איז די אמת'ע סיבה אבער איך שרייב וואס עס קען זיין.
איך ווייס תורתך שעשועי מאכט די לעצטע צוויי יאר ימי התמדת התורה, ווי מען פארט ארויס צו אן האטעל ווי מען לערנט צוויי טעג, מען חזר'ט איבער א מסכת, מען געט נאכדעם א בחינה און עס ענדיגט זיך מיט א סיום - סעודה כיד המלך.
יעצט תורתך איז אן ארוינישע געשטימטע ארגאניזאציע, ואע''פ כן ווייס איך זיי לאזן נישט קיין מלמדים גיין, פארוואס? ווייל זיי טענה'ען זיי קענען נישט פאר צוויי טעג און א צו זאלן 10 מלמדים פעהלן און די חדר וועט זיך איבערדרייען.
אויב אזוי וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין אז זיי זאלן האבן די זעלבע פראבלעם מיט אומן און די פאר טעג פאר און נאך ראש השנה.
ספעציעל די זעהסט אז די אלע 16 יאר ביז דא האבן זיי נישט געמאכט קיין פראבלעם פאר איהם צופארן. זעהט זיך אויס אז נתרבה הנוסעים האט מען געמוזט מאכן א סטאפ דערצו, אויב נישט נאך אפאר יאר קען מען צומאכן די חדר די גאנצע וואך ארום ראש השנה.
אויב דאס איז די סבה איז אזוי שווער צו פארשטיין?[/justify]

מען רעדט פון א כתה ב' מלמד. און בסך הכל פעלט ער צוויי און א האלב טאג דאס הייסט מאנטאג דינסטאג, מיטוואך איז שוין נישטא חדר און צום גדליה א האלבע טאג. אויב איז דאס די איינציגסטע ''וואקאציע'' וואס די מלמד נעמט זעה איך נישט די גרויסע בהלה ארום, בפרט עס איז ממש סוף יאר וואס די סדר איז שוין סיי ווי שוואך, און נישט אז ער ווערט פארשווינדען אינמיטן חשון.
chosen people
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 428
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך chosen people »

ער איז טאקע א כתה ב' מלמד און די אנדערע מלמד איז א כתה ו' אין די דריטע א כתה ט', מען קען נישט זאגן פאר איינעם יא און איינעם נישט.
צוויי האלב טאג איז מער פון די צוויי טעג פון די ימי התמדת התורה פון תורתך און זיי לאזן אויכט נישט, די געדאנק איז אז זיי קענען נישט מאכן אז די טעג זאל א שיינע פראצענט מלמדים פעהלן אין די זעלבע פאר טעג. וואקאציע נעמט איינער פרשת נח איינער שמות און איינער פקודי משא''כ אויב א שיינע צאל מלמדים נעמען וואקאציע אויף די זעלבע וואך איז פארשטענדליך נישט עס צולאזן.. אזוי גייט און יעדע ארבעט, עס איז דא א פראצענט ארבעטערס מען וועט לאזן אויף איינמאל גיין.
און דעס אז עס איז סוף יאר קען זיין עס מאכט נאך ערגער די מצב אויב די מלמד פעהלט.
נאכאמאל איך ווייס נישט צו דאס איז בעצם די טעמא במילתא, אבער איך מיין עס איז מסתברא, און אזוי האבן זיי זיך אויף געפירט פאר זייער אייגענע רוחניות'דיגע ארגענעזאציע.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

שליחה דורך נעגעל וואסער »

אויב די הנהלה האט געווארנט פאר דעם איז וואס איז זייער געוויין? די ביזסט עמפלאויד איז פארפאלן, מ'דארף פאלגן ווי א חדר אינגל. אויב נישט דעמאלס איז דאס שוין היפש א טענה ובפרט אז ער פארט שוין יארן.

זכרנו ימים מקדם, דערמאן איך מיר יעצט ווען אונז פלעגן האבן א במקום מלמד אין איינער פון די אינגערע כתות, ער איז געווען א ברסלבר. אונז האבן זייער הנאה געהאט פון איהם. אונז האבן נישט געלערנט כמעט קיין אות אחת מיט איהם, ער האט די גאנצע צייט דערציילט די סיפורי מעשיות! אסאך פון זיי זענען טאקע געשמאק אבער גאר קראנק לאותו דבר און זענען דא מיט א ציהל דיר איבערצורעדן.
או אינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 271
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

שליחה דורך או אינו »

berlbalaguleh האט געשריבן:ניין: קאך לעפל איז 100% גערעכט. א תלמוד תורה קען נישט נעמען די ריזיקע אז דער מלמד וועלכער האט געהאט אזא מסירת נפש צו פארן קיין אומאן אויף ר"ה וועט נישט פרובירן צו אינדאקטרינירן די קליינע קינדער און זיי ברעינוואשן צו די ברסלב'ער חסידות. איין טאג קענען זיי זיך אויפוועקן און די האלבע תלמוד תורה און מתיבתא וועללן זיין ברסלב'ער חסידים. דאמאלס וועט זיין א פראבלעים. מ'וועט דארפן טוישן אלע סיינס פון סאטמאר צו ברעסלאוו. און דאס איז צו א שווערער דזשאב...! ערנסט גערעדט. א מלמד, וועלכער איז א מחנך אין א מוסד קען זיך נישט ערלויבן צו טון זאכן וועלכע זענען אקעיגן דעם מהלך פונ'ם מוסד. ס'איז טאקע א גרויס רחמנות אויף די אלע חשובע מלמדים וועם מ'האט אויפגעזאגט. זאללן זיי גיין זוכן א דזשאב אין די ברסלב'ער תלמוד תורה...!

אויב איז דער מענטש לייכטזיניג אין ליידיג, באלאנגט ער סייווי נישט אין חדר, און אויב פארקויפט ער חכמה אין לימוד וועט ברסלב נישט שאדן טאן. א תינוק הבורח מבית הספר פאסירט ווייל עס איז נאר א בית הספר אין נישט א בית מולטי לערנונגס.
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

ברסלבער האט געשריבן:
ציטוט פון ראש ישיבה'ס בריוו, גאר שטארק און אמתדיגע ווערטער:
דאס וואס דו שרייבסט מיר אז דער מנהל זאגט דיר אז דאס קומט פונעם אדמו"ר ... איך זאג דיר אז דאס האט גארנישט צו טון מיט דעם אדמו"ר פון די מוסד, ער איז קלוגער פון דעם און ברייטער פון דעם. בכלל זאלסטו וויסן אז דאס פאסט פאר אנדערע חסידות, נישט פאר ... דאס קומט פון אפאר היץ קעפ וואס זיי ווייסן נישט אז נאך אביסל קומען פרישע יונגע היץ קעפ און מען וועט זיי ארויס שיקן, וכן עמא דבר - אזוי פירט זיך דער וועלט.
אויפן פליגער אויפן וועג אהיים פון אומאן זענען צו מיר צוגעקומען צוויי אינגעלייט, איינער א מלמד אין ... און איינער א מגיד שיעור אין ישיבה ... ביידע האבן מיר געזאגט אז זיי ווייסן נישט וואס צו טון ווען זיי קומען צוריק ווייל מען גייט זיי אפזאגן; זיי ביידע זענען גרויסע חסידים פון דעם רבי'ן פון דעם מוסד, זיי קומען פשוט אויף אומאן ווייל זיי דארפן א גרויסע ישועה, זיי האבן געזען וואס דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן ת"ו) אז ראש השנה קען ער יעדן העלפן; דער רבי האט געזאגט אז ווער עס קומט צו אים אויף ראש השנה וועט ער זיין פאר אים אן אדוואקאט (לויער) אז דער מענטש זאל האבן א גוט געבענטשט יאר. האבן זיי זיך געמאכט א קלוגער חשבון, זייער לעבן איז זיי וויכטיגער פון אלסדינג, זענען זיי געקומען אויף אומאן. זיי האבן מיר קלאר געזאגט אז דאס קומט נישט פונעם אדמו"ר דירעקט.

[/
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

א שטיקל בראך איז עס יא פאר אונז אנטי-עסטעבלישמענט חבריא

מיר האבן זיכער געמיינט אז יעצט קומט מוסודת אין קרית יואל, עכ"פ אין בלומינ-גראוו, זעהט אויס אז עס איז נאך נישט די צייט פאר יעצט
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גראף האט געשריבן:@בערלבעלעגלה לאמיר איבער זאגן נאכאמאל וואס ברסלבער שרייבט. ער איז שוין ''זעכצען'' יאר א מלמד און האט ''קיינמאל נישט'' גערעדט צו זיינע תלמידים דערפון.

גראף: איך גיי רעדן אפיקורס'יש...נו, אם כן למה נכנס בו רוח שטות...יא. פאר א סטאביללן מענטש, וועלכער האט אן אחריות'דיגע פאזיציע זיך אויפצוהייבן און פארן קיין אומאן אויף ר"ה איז נישט אנדערש נאר אז ס'האט איהם אנגעכאפט א נערוו. אויסערדעם. האט ער אנגעפרעגט ביי די הנהלה אויב זיי זענען מסכים ער זאלל אוועקפאהרן פאר לכה"פ א וואך צייט אנהייב זמן...!

לאמיר זיך פארשטעללן אויב איינער פון די מלמדים אין א חסיד'ישע תלמוד תורה וועט גיין צו א ביעטש מיט א כיפה סרוגה אין א בעידינג סוט און עסן א פרענקפורטער מיט די רינעדיגע מאסטערד. און אזא פיקטשער וועט צוריקקומען צו די הנהלה. וואס מיינט ער אז ער וועט באקומען א תעודת הכבוד ביים יערליכן דינער...? אדער מ'וועט איהם זאגן דעם פסוק. זיכער איז פארן קיין אומאן בעצם א גרויסע זאך. אבער היינט האט מען עס פארוואנדלט אין די גרעסטע אויסדרוק פון עוה"ז און הוליעריי. אויסער דעם. איבערלאזן זיין משפחה אום ר"ה. זיין ווייב וועט זיצן אליינס און טינקען דעם עפל אין האניג. און בעטן פאר א שנה טובה ומתיקה. און א מאן וואס דארף באקומען שכל...! און די קינדער. שטאטס זעהן זייער טאטע ווי ער דאוונט מיט אן ערנסטקייט. און הערט אויס תקיעת שופר מיט כוונה, וועללן ארומבארדען אינדרויסן גאנץ יו"ט..!
פארשפארט