נייער חידוש אין שטריימל וועלט!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
נייער חידוש אין שטריימל וועלט!
יעדער חסידישער איד ווייסט צו זאגן וועגן דעם 'שטריימל'. אנגעהויבן פון א גזירה איז עס פארוואנדלט געווארן אין א חסידישער יוניפורם וואס אידענטיפיצירט די פינאנצואלער מצב פונעם באהאפטענעם קאפ, געוואנדן אינעם צאל און אין די הייעך פון די שפיזן און שווענץ. (אדער עכ"פ די מצב אין וואס דער טראגער וויל זיך אהערשטעלן).
אין א צייט וואס עס איז כמעט לחלוטין נשתכח געווארן דעם תורת הבעש"ט אינעם שטריימל הינזיכט האט אויפגעלאכטן א פרישע שטראל פון האפענונג פאר די וואס ווילן בלייבן מיטן אמאליגן אוטענטישן חן און פרייז פון דעם שטריימל, נעמליך, מלכות וואקסבערגער האט באוויזן זיך צאמפארן מיט איינע פון די שטריימל פראדוצירער אין א"י און אהערגעשטעלט א שטריימל נאכגעמאכט פונעם אמאליגן שטייגער לייכט אויפן קאפ און פארן טאש געאייגנט אפיציעל פאר די סעודות ביז עס וועט האפענטליך ווערן די אפיציעלן שטריימל ויחזיר עטרה ליושנה!

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קל וחומר: יעצט וועט ווערן א גאנצע שקלא וטריא איבער די פארשיעדענ שטריימלעך פון אנדערע געגנטער און שטעט. אזוי ווי ס'איז געווארן א סוגייה פון די בראקל עופות, וואס לאזט נישט נאך.
ביז היינט האבן מיר נאר געהאט 1 1/2 מיני שטריימלעך. וואס אונז רופן אן שטריימל. און דעם קאלפיק/ספאדיק. יא. ס'זענען פארהאן אויך די ריזשענער שטריימלעך מיט דעם קאפעליטש/ווערוך ארויף און שפיציג (וואס רופט ארויס א געלעכטער ביי מענטשן. במחכת"ה.)...!
אמאל איז געווען א חילוק צווישן די שטריימלעך וואס מ'האט פאבריצירט אין אמעריקע און די פון ארץ ישראל. די ארץ ישראל'דיגע זענען געווען מער רונדכיג. און נישט אזוי שיין. אבער היינט איז שוין נישט דא קיין שום חילוק. די ארץ ישראל'דיגע שטריימלעך זענען פונקט אזוי שיין ווי די אמעריקאנער...!
ביז היינט האבן מיר נאר געהאט 1 1/2 מיני שטריימלעך. וואס אונז רופן אן שטריימל. און דעם קאלפיק/ספאדיק. יא. ס'זענען פארהאן אויך די ריזשענער שטריימלעך מיט דעם קאפעליטש/ווערוך ארויף און שפיציג (וואס רופט ארויס א געלעכטער ביי מענטשן. במחכת"ה.)...!
אמאל איז געווען א חילוק צווישן די שטריימלעך וואס מ'האט פאבריצירט אין אמעריקע און די פון ארץ ישראל. די ארץ ישראל'דיגע זענען געווען מער רונדכיג. און נישט אזוי שיין. אבער היינט איז שוין נישט דא קיין שום חילוק. די ארץ ישראל'דיגע שטריימלעך זענען פונקט אזוי שיין ווי די אמעריקאנער...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: נייער חידוש אין שטריימל וועלט!
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט אסאך זאכן אנדערש געווען, איינער וואס וויל פאר סאם ריזן נישט טראגן קיין שטריימל וואלט נישט געדארפט אנטוהן, און וואלט געקענט זיין א מענטש בין המענטשן, אהן ווערן אראפ געקוקט, וכדומה גענוג און נאך זאכן.קורקלענד האט געשריבן:ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלטן אלע רבנים אריינגעקומען מיט די שטראמי'קל אויפן קאפ לכבוד סוכות.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דער גאלדענער אדלער: יא. אבער ס'איז היינט כמעט נישטא אין די חסיד'ישע וועלט א בחור אדער יונגערמאן וואס זאלל נישט וועללן אנטון א שטריימל אויפ'ן קאפ. אמאל. ווען ס'זענען נאך געווען די אשכנז'ישע אידן מיט פרינסיפלס פונ'ם אלטן דור האבן ווייניג בחורים געוואלט אנטון א שטריימל מרצונם הטוב. ווייל אמאל האט עס אפשר איינעם מחייב געווען און מ'האט זיך נישט געהאלטן ראוי צו דעם לבוש. אבער היינטיגע צייטן. ספעציעל אין די חסיד'ישע קרייזן ווען א בחור ווילל נישט אנטון א שטריימל ווערט ער אנגעקוקט ווי עפעס א יוצא דופן. אן אויסנאם. ווי א בראקל עוף צווישן קארניש הענער. אויסער דעם. די אמאליגע שטריימלעך זענען דאך גארנישט קיין פארגלייך צו די היינטיגע שטריימלעך. איך האב נאר מורא אז די גויים וועללן זיך איין טאג אויך פארגלוסטן דער סטייל פון שטריימל. און זיי אלע וועללן זיך קויפן שטריימלעך אונטער זייערע טשופס...! מ'עט נאך זעהן איינעם גיין מיט א שטריימל און בעקישע און רייכערן א ציגארעטל אום שבת. אדער פארן א קאר. די מוחים וועללן דאמאלס האבן א פראבלעים. ווייל אויב ער וועט צו גיין צו א שחור אדער אן איטאליענער און איהם אנשרייען אז ס'איז שבת, קען ער כאפן א פליק כמו שכתוב. נאך ערגער ווי די מוחים האבן געכאפט אין וויזשניץ מאנסי אום ר"ה...!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 33
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 10:50 pm
- האט שוין געלייקט: 425 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
Re: נייער חידוש אין שטריימל וועלט!
berlbalaguleh האט געשריבן:
אמאל איז געווען א חילוק צווישן די שטריימלעך וואס מ'האט פאבריצירט אין אמעריקע און די פון ארץ ישראל. די ארץ ישראל'דיגע זענען געווען מער רונדכיג. און נישט אזוי שיין. אבער היינט איז שוין נישט דא קיין שום חילוק. די ארץ ישראל'דיגע שטריימלעך זענען פונקט אזוי שיין ווי די אמעריקאנער...!
מיין פוס...
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 305
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am
- האט שוין געלייקט: 475 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:אמאל איז געווען א חילוק צווישן די שטריימלעך וואס מ'האט פאבריצירט אין אמעריקע און די פון ארץ ישראל. די ארץ ישראל'דיגע זענען געווען מער רונדכיג. און נישט אזוי שיין. אבער היינט איז שוין נישט דא קיין שום חילוק. די ארץ ישראל'דיגע שטריימלעך זענען פונקט אזוי שיין ווי די אמעריקאנער...!
נאכאלס פאראן א גרויסע חילוק, די שטריימלעך פון ארץ ישראל קוקן אויס ווי מ'מאכט זיי אין א גרויסע ראול, און מ'שנייד סלייסעס.. אזוי ווי 'סושי'..
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שוין: איך האב 2 וואוטס פון גרויסע עקספערטס אקעיגן מיר. וועלל איך מוזן אויפגעבן. נאר איך ווייס וואס מיינע אויגן זעהען. עטליכע בעלי בתי'שע אידן יונגעלייט און עלטערע וועלכע זענען געקומען פון ארץ ישראל האבן שיינע, הערליכע שטריימלעך מיט אלע שפיצן און אלע קרוינען און מפרשים. שוין אפגערעדט פון די שווענץ. און איך בין נישט חושד אז זיי אלע האבן געקויפט זייערע שטריימלעך דאהי...!
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
דער דאס האט געשריבן:נאכאלס פאראן א גרויסע חילוק, די שטריימלעך פון ארץ ישראל קוקן אויס ווי מ'מאכט זיי אין א גרויסע ראול, און מ'שנייד סלייסעס.. אזוי ווי 'סושי'..
דאס איז אמאל געווען. ר' בערל איז גערעכט, היינט צו טאגס האט זיך א איזראעלי שטריימל נישט וואס צו שעמען פון א אמעריקאנער שטריימל.
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
די ישראל'דיגע זענען געמאכט פולקאם אנדרעש. עס האט מערערע שפיצען, ווען זיי מאכן עס הויך, קען עס האבן פינף שפיצען איינס איבער די אנדערע. דאהי, די מיללער סטייל, וואס קרויס מאכט נאך, איז אז זיי מאכן איין שפיץ פין מערערע קליינע האר, אזוי אז די זיבען אינטשעגע שפיץ איז איין גרויס שפיץ
פאר דער אינווענשען און מען פלעגט גיין דא פיר אינטשעגע שטריימעל, איז עס געווען אזוי ווי דער סטייל אין ישראל. דריי שפיצען איינס איבער די אנדערע.
פארשטייט זיך אז דער נייער מיללער סטייל איז א גרויסע ארבעט, מען דארף מאטשען צענדליגע קליינע צוזאמען געפארטע הארעלעך צו מאכן א שפיץ, און דערנאך דארף מען מאטשען פינף און פערציג שפיצען צו מאכן א שטריימעל.
מילער מאכט גראדע א שיינע לענישע שטריימעל פאר דריי צו דריי א האלב טויזענט, וואס לדעת כמה איז עס שענער פין דער פינף צו זעקס טויזענט דאלאר שטריימעל, וואס זיי ניצען האר פין א אנדערע חיה, וואס איז ספעציעל לאנג.

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- ציבעלע-קיגל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1120
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
- האט שוין געלייקט: 539 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל