גאט איבער אלעם און אין אלעם - וועקער 10
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
גאט איבער אלעם און אין אלעם - וועקער 10
[justify]דער אשכול איז געווידמעט פאר הערות (ווי אויך סתם דברי מחמאה או קריטיק) אויף דער ארטיקל. איך האב דאס שוין געשריבן גענוג לאנג צוריק אז ווען איך האב עס געליינט איבער יו"ט האב איך אויך פריש געקענט הנאה האבן דערפון. א יישר כח [tag]אבטולמוס[/tag], [tag]פיקאסא[/tag] און די וועקער סטעף פארן עס פיין אויסשטעלן און מגיה זיין.
.[/justify]
.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
באמת א הערליכע מייסטערהאפטיגע ארטיקל, וואס בלייבט אבער שטומפיק איז פארוואס איז דאס פארבליבן א סוד, און אין יעדע דור איז אויפגעקומען א פרישער אויבערחכמ'דיגע חסידות וואס האט פריש מגלה געווען די יסוד און אלע אנדערע חסידות'ער האבן זיך פריש גענומען חולק זיין אויף זיי. פארוואס האט עס נישט דער בעל שם מגלה געווען און זיכער געמאכט אז יעדער זאל עס וויסן און שוין, פארוואס קען מען עס נאר טרעפן אין א פארשטופטע רעב צדוק אדער מי השילוח? עס לאזט זיך ענדערש זאגן אז דער גילוי איז נתגלה געווארן בהדרגה, וואס יעדער האט צוגעלייגט א פריש שטיקל.
נאך א קליינע הערה, ס'איז גאנץ קלאר אז לא עלתה על דעת הרמב"ם אזוי צו זאגן, אויב איז דא א מקור אין פריערדיגע פונעם בעל שם אויף אזוינע זאכן, איז עס אין שפינוזה, און אין שבתי צבי.

- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify][tag]שמערל[/tag], די בעש"ט האט עס נישט געמאכט פאר א סוד, עס איז פשוט אומבאקאנט פאר רוב המון עם. פארוואס? אויף דעם קען מען זאגן כל מיני הסברים, צו ווייל עס פארלאנגט מחשבה, צו ווייל עס איז בעצם נישט נוגע רוב מענטשן רוב צייטן. מיר קענען נאר שפעקולירן אבער דאס נעמט נישט אוועק פונעם ריכטיגקייט דערפון. עס איז נישט מסתבר אז ס'געקומען בהדרגה במשך הדורות, ווייל דער געדאנק איז א דבר השלם. העכסטענס קען מען זאגן אז מען האט אין די שפעטערע יארן מגלה ומבאר געווען נאך פלעצער אין לעבן וואו עס קלאפט אויס. די זעלבע איז מיט די קשיא פון [tag]נולד מאוחר[/tag]. די מתנגדים האבן עס יא עקספאוזד, דאס הייסט אז די מתנגדים וואס זענען געווען בעלי מחשבה און האבן פארשטאנען די יסודות. פאר רוב המון עם המתנגדי איז דאס נישט געווען נוגע. די התנגדות פאר זיי איז געווען א פארטיי זאך, פונקט ווי עס איז געווען פאר רוב המון עם החסידי.
בנוגע דיין שאלה ווער איז די מחדש דערפון, מען קען טרעפן זייער א סאך פרטים וחלקים אין די שריפטן פון פריערדיגע דענקער, סיי אידישע און סיי סעקולארע. מען קען טרעפן א רוב געדאנקן אין קבלה. אבער די בעש"ט איז לענ"ד די איינציגסטע וואס האט עס טראנספארמירט אין א מהלך החיים וואס נעמט ארום אלעס.
.[/justify]
בנוגע דיין שאלה ווער איז די מחדש דערפון, מען קען טרעפן זייער א סאך פרטים וחלקים אין די שריפטן פון פריערדיגע דענקער, סיי אידישע און סיי סעקולארע. מען קען טרעפן א רוב געדאנקן אין קבלה. אבער די בעש"ט איז לענ"ד די איינציגסטע וואס האט עס טראנספארמירט אין א מהלך החיים וואס נעמט ארום אלעס.
.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
א שיינער ארטיקל וואס האט געגעבן אסאך חומר למחשבה, זייער טיעף און זייער קלאר. אלעס מסביר געווען בטיב טעם ודעת. ס'איז אויך היבש קאנטראווערסיאל, און אלע ראיות דערמאנט אויף יעדן חוץ פון די אויף ר' צדוק הכהן זענען נישט אזוי קאנווינסינג אבער ס'קען שטימען. חוץ אבער אזויווי שמערל האט שוין דערמאנט זענען די הוכחות אויף די רמב''ם זייער נישט איינשטימיג.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
איך האב געטרינקען יעדעס ווארט מיט דארשט, אבער פיהל געהאט צו רעאגירען דערויף. איך האב שוין געהאט געשריבען א לענגערע תגובה, נאר איך ווייס נישט צו איך זאל עס ארויף לייגען אדער אין נעקסטען וועקער.
ביזדערווייל וועל איך דא דאנקען און גריסען, אז איך האב עס געליינט די ערשטע פון די יעצטיגע וועקער ארטיקלען, און ס'האט זייער מהנה געווען און צוגעלייגט צום קאליבער פון אונזער באליבטע אויסגאבע.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 428
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 998 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל
[justify]יישר כח הוגה, דיין ארקטיל איז געווען אזא ניסוך המים אויף מיין נפש, וואס האט ליעב צו הערן נייע געדאנקען אויף מיין גלויבונג..
איך האב געזעהן ווי די ביסט גיט אויף געלייגט די לעצטע פאר טעג די שפארסט נישט קיין קאמפלימענטען פאר די וועקער ארטיקלען, איך האב עס פשוט תולה געווען אז די רביצין האט צו געשטעלט א פיינעם שטיקעל סטעיק יעדן טאג יום טוב, אינקלאדעד חול המועד, און עס גייט גיט פארזיך פארגינט פאר א צווייטן. אבער נאכן ליינען הוגה'ס מחשבות אויפן בעלי מחשבות, זעה איך ער איז פשוט אנגעקומען צו די מדריגה פון זעהן אז אלעס איז אלהית נישט קיין חילוק וואס די ארטיקעל רעדט איז אלס גלייך .
יעצט לאמיר צוריקקומען צום מאחד זיין אלהות, בשעת'ן ליינען האב איך געפיהלט ווי עפעס דריידט זיך אינווענדיק עס פאנגט אָן צוקלעבן עפעס אויף מיך, אבער איך האב עס געוואלט אראפשלינגען און מאכן עפעס למעשה האט עס עפעס נישט געגאנגען. ווייל איך האב נישט פארשטאנען אפאר זאכן. ע''כ באתי לבקש אויב די קענסט מיך געבן אפאר מינוט און זאלסט מיך פארענטפערן וואס איך האב נישט געקענט צוזאמנעמען עס וואלט געווען פאר מיך א שמחת יום טוב..
ובזה החלתי, כמעט די גאנצע ארטיקל איז געבויט מיט די הקדמה אז עס איז א הכרח אז אלעס איז אלהית, דאס הייסט אז אלעס וואס געשעהט טוהט דער באשעפער (דאס איז זיין רצון). צומיר זעהט נישט אויס ווי עס איז מוכיח, איז עס נישט די זעלבע שאלה וואס מען האט דורך געטוהן אין וועקער אין די ארטיקל פון אבן הטוען? יא אויב גאט האט אפגעמאכט אז ער וויל מאכן אזאך וואס ער קען נישט אויפהייבן ליגט דאס אויכט אין זיין יכולת, די זעלבע בייאינז, ער האט אפגעמאכט מפני סיבה שהוא אז ער וויל אינז געבן די בחירה, צו אפמאכן להיטב או להרע, אויב אזוי ליגט עס יעצט אין אינזער הענט.
נאך איין נקודה די פארענטפערסט די משנאיך ה' אשנא לויט ווי אזוי איך פארשטיי, איז עס געקומען פון א שוואכע מינוט פונעם כותב. אבער עס איז דא אויכט מצות מעשיות, וואס איז געזאָגט געווארן פאר יעדעם איינעם און יעדע מינוט למשל מכבד זיין דער ת''ח, און פון דער אנדערע זייט צדוקים מורידין ולא מעלין...
און וואס איז פשט בכלל אז די תורה און איהר שכר איז געגעבן געווארן צו דער איד און נישט צו דער גוי, און אנדערע ווערטער אויב די מיזט מחלק זיין צווישן איד מיטן גוי ,פארוואס ביסטו נישט מחלק צווישן דער צדיק און רשע?
און צום לעצט אויב דער בעש''ט האט אמאל יא געגעבן מוסר, מיינט עס אז ער האט געהאט א שוואכע מינוט. דעמאלטס פארוואס האבן די צדיקים וואס האבן יא אנגעקומען צו די מדריגה, זיך נישט געקענט איינהאלטן פון געבן מוסר?
עפעס פארשטיי איך נישט, קום אריין קלארער ביטע.
נ.ב. בשעתן ליינען האט מיך געבאדערט אז די ליינס זענען נישט געסענטער'ט איך בין צוגעוואוינט אז הוגה שרייבט עפעס קימט עס אליינד אין סענטער'ד [/justify]

[justify]
האסט א שטארקע נקודה און איך האלט נישט אז דו ביזט נישט גערעכט. מען קען טרעפן גאר א סאך חומר פון די רמב"ם וואס איז פארקערט פון וואס איך האב געשריבן. ובכלל בין איך נישט זיכער אויב עס איז דא איינער פריער פון די בעש"ט וואס האט געשריבן דער גאנצע מהלך אויף א coherent אופן, עכ"פ פון די אידישע דענקער. איך אליין האב שוין גערעדט מיט א סאך מענטשן דערוועגן. ערשט נעכטן האב איך געהאט א שמועס דערוועגן מיט [tag]לעיקוואד[/tag] צו דערגיין וואס די מהלך פון די אריז"ל איז געווען און מען קען מאכן א קעיס אז ער האט געהאט אביסל אן אנדערע מהלך. אבער איין מאל די בעש"ט ותלמידיו האבן אוועקגעשטעלט דער מהלך און איין מאל וואס מען פארשטייט עס גוט, קען מען טרעפן קרישקעלעך דערפון אין א סאך פריערדיגע מקורות דא און דארט, ובתוכם אין די רמב"ם אזויווי איך האב אנגעמערקט אינעם ארטיקל. לעיקוואד האט מיר אויך אנגעצייגט אז דער בעל מחבר פון די שיר הייחוד האט אזוי געהאלטן, ווי מען קען זעהן אינעם שיר זעלבסט. מען זעהט ביי א סאך פון די תלמידי ותלמידי תלמידי הבעש"ט אז זיי האבן שוין אביסל פארוואסערט דער נקודה, אפילו דער מגיד זעלבסט. מען קען זאגן עטליכע הסברים/טעאריעס פארוואס טאקע. אבער אנדערע גדולי החסידות האבן עס יא גענומען צום פולסטע אפטייטש.
הרב טשאוזען, קודם כל א יישר כח פאר די ווארימע דיבורים. דו פרעגסט גוטע קשיות/שאלות וואס פארלאנגן אן עקסטרע שמועס, ואי"ה אחזור אליך כשתהיה פנאי.
.[/justify]
קורקלענד האט געשריבן:אזויווי [tag]שמערל[/tag] האט שוין דערמאנט זענען די הוכחות אויף די רמב''ם זייער נישט איינשטימיג.
האסט א שטארקע נקודה און איך האלט נישט אז דו ביזט נישט גערעכט. מען קען טרעפן גאר א סאך חומר פון די רמב"ם וואס איז פארקערט פון וואס איך האב געשריבן. ובכלל בין איך נישט זיכער אויב עס איז דא איינער פריער פון די בעש"ט וואס האט געשריבן דער גאנצע מהלך אויף א coherent אופן, עכ"פ פון די אידישע דענקער. איך אליין האב שוין גערעדט מיט א סאך מענטשן דערוועגן. ערשט נעכטן האב איך געהאט א שמועס דערוועגן מיט [tag]לעיקוואד[/tag] צו דערגיין וואס די מהלך פון די אריז"ל איז געווען און מען קען מאכן א קעיס אז ער האט געהאט אביסל אן אנדערע מהלך. אבער איין מאל די בעש"ט ותלמידיו האבן אוועקגעשטעלט דער מהלך און איין מאל וואס מען פארשטייט עס גוט, קען מען טרעפן קרישקעלעך דערפון אין א סאך פריערדיגע מקורות דא און דארט, ובתוכם אין די רמב"ם אזויווי איך האב אנגעמערקט אינעם ארטיקל. לעיקוואד האט מיר אויך אנגעצייגט אז דער בעל מחבר פון די שיר הייחוד האט אזוי געהאלטן, ווי מען קען זעהן אינעם שיר זעלבסט. מען זעהט ביי א סאך פון די תלמידי ותלמידי תלמידי הבעש"ט אז זיי האבן שוין אביסל פארוואסערט דער נקודה, אפילו דער מגיד זעלבסט. מען קען זאגן עטליכע הסברים/טעאריעס פארוואס טאקע. אבער אנדערע גדולי החסידות האבן עס יא גענומען צום פולסטע אפטייטש.
הרב טשאוזען, קודם כל א יישר כח פאר די ווארימע דיבורים. דו פרעגסט גוטע קשיות/שאלות וואס פארלאנגן אן עקסטרע שמועס, ואי"ה אחזור אליך כשתהיה פנאי.
.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: גאט איבער אלעם און אין אלעם - וועקער 10
איך פארשטיי נישט, דו זאגסט דאך אז די מציאות פון יחודא עילאה קען מען נישט לייקענען, דאס איז א דבר פשוט. און די גדולי החסידות האבען נישט געקענט זיך ספראווען מיט די מעגליכע סכנות פון זייער וועג, ווייל דאס וואלט געהייסען לייקענען די מציאות. ווי קען זיין אז פאר זיי האט מען נישט געוואוסט פון די מציאות? אזעלכע דברים פשוטים האט דער מהרש"א נישט געקענט וויסען? דער רמב"ם?
ערגעץ מוז זיין עפעס מער קאמפליצירט, וואס דאס איז דער חידוש זייערע, און אויף דעם האט מען זיך געדינגען וכו׳.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ערגעץ מוז זיין עפעס מער קאמפליצירט, וואס דאס איז דער חידוש זייערע, און אויף דעם האט מען זיך געדינגען וכו׳.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- יהודי פשוט
- ידיד ותיק
- הודעות: 703
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
- האט שוין געלייקט: 435 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
Re: גאט איבער אלעם און אין אלעם - וועקער 10
דער ארטיקל איז הערליך, די געדאנק איז געוואלדיג און אויך זייער שיין אראפ געלייגט און מסביר געוועהן, עס איז כמים קרים על נפש עייפה, א גרויסן שכויח הרב הוגה!
איך בין א נער און איך גלייב!!!
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
יהודי פשוט האט געשריבן:דער ארטיקל איז הערליך, די געדאנק איז געוואלדיג און אויך זייער שיין אראפ געלייגט און מסביר געוועהן, עס איז כמים קרים על נפש עייפה, א גרויסן שכויח הרב הוגה!
ס'איז נישט ווייניגער קאנטראווערסיאל ווי די ארטיקל אויף הרב קוק. און איך וואלט שפעקולירט אז ווען איר וואלט געוויזן דעם ארטיקל פאר מוריך ורבינך צו ווייזן אז איר האט אפיר געטראפן די פארגעסענע תורת הבעל שם וואלט עס נישט אזוי גוט אדורך געקומען.
ווער ווייסט? #שפעקולאציע
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קורקלענד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: גאט איבער אלעם און אין אלעם - וועקער 10
געליינט דעם ארטיקל, לא זכיתי להבין פארוואס אויב אלעס איז אלהות ווערט א פראבלעם צו זאגן מוסר אדער פיינט האבן. סיי מצד דאס פיינט האבן איז אויך אלהות והעיקר אז דער רבש"ע (מקור האלהות) האט אונז באפוילן אזוי זיך צו פירן.
מעניין לעניין, אמאל געהערט פון א חכם ווי אזוי ער האט באזיגט א דענקער וואס האט געהאלטן אז ס'נישט פארהאן קיין בחירה נאר אלס קומט פון פריערדיגע מסבבים, אז נאכדעם וואס ער האט האט געענדיגט מסביר'ן פארוואס ס'נישט פארהאן בחירה האט חכם דינן אויסגעשריגן הויעך 'שקרן'!!!.
פארשטייט זיך אז דער איז באלד אריין אין א ווילדן כעס און גענומען שימפן, האט חכם אים געזאגט וואס רעגסטע זיך? כ'הא דעך נישט געהאט קיין בחירה און כ'האב געמוזט שרייען שקרן. ע"כ המעשה.
למעשה איז דאס א נאריש ענטפער ווייל לשיטתו איז אויך זיין כעס אנע בחירה.
מעניין לעניין, אמאל געהערט פון א חכם ווי אזוי ער האט באזיגט א דענקער וואס האט געהאלטן אז ס'נישט פארהאן קיין בחירה נאר אלס קומט פון פריערדיגע מסבבים, אז נאכדעם וואס ער האט האט געענדיגט מסביר'ן פארוואס ס'נישט פארהאן בחירה האט חכם דינן אויסגעשריגן הויעך 'שקרן'!!!.
פארשטייט זיך אז דער איז באלד אריין אין א ווילדן כעס און גענומען שימפן, האט חכם אים געזאגט וואס רעגסטע זיך? כ'הא דעך נישט געהאט קיין בחירה און כ'האב געמוזט שרייען שקרן. ע"כ המעשה.
למעשה איז דאס א נאריש ענטפער ווייל לשיטתו איז אויך זיין כעס אנע בחירה.
- יהודי פשוט
- ידיד ותיק
- הודעות: 703
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
- האט שוין געלייקט: 435 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
Re: גאט איבער אלעם און אין אלעם - וועקער 10
איינער פון דריי זאכן אדער ווייסטו נישט ווער מיין רבי'ס זענען אדער קענסטו נישט מיינע רבי'ס אדער האסטו נישט קיין מושג איבער'ן הייליגן בעל שם טוב...קורקלענד האט געשריבן:יהודי פשוט האט געשריבן:דער ארטיקל איז הערליך, די געדאנק איז געוואלדיג און אויך זייער שיין אראפ געלייגט און מסביר געוועהן, עס איז כמים קרים על נפש עייפה, א גרויסן שכויח הרב הוגה!
ס'איז נישט ווייניגער קאנטראווערסיאל ווי די ארטיקל אויף הרב קוק. און איך וואלט שפעקולירט אז ווען איר וואלט געוויזן דעם ארטיקל פאר מוריך ורבינך צו ווייזן אז איר האט אפיר געטראפן די פארגעסענע תורת הבעל שם וואלט עס נישט אזוי גוט אדורך געקומען.
ווער ווייסט? #שפעקולאציע
איך בין א נער און איך גלייב!!!
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify]
קודם כל א יישר כח פאר די ווארימע ווערטער. איך וועל פרובירן צו גיין על ראשון ראשון טראץ דעם וואס דיין צווייטע און פערדע נקודה זענען בעצם איינס. ווען איך האב געליינט דעם אבן הטוען ארטיקל האב איך געהאט עטליכע נקודות מיט וואס איך בין געווען מחולק דערמיט אבער איך האב דערווייל נישט געהאט די צייט צוזאמצונעמען מיינע מחשבות און אפשרייבן. די נושא וואס איך האב געשריבן איז נישט אנגעהאנגן אין די מסקנות פון יענע ארטיקל. דער באשעפער קען אלעס אבער די אפטייטש פון א באשעפער איז אזאנס וואס איז נישט מוגבל, וממילא איז אונזער הבנה אז גאט איז בלי גבול, עכ"פ לפי השגתינו איז דאס מוכרח.
אין די ארטיקל האב איך געשריבן (קצת בקיצור וקצת באריכות) אז ס'דא ייחוד עילעא וייחוד תתאה. דאס שרייבן משנאיך ה' אשנא, אדער דער בעש"ט'ס מוסר זאגן קומט נישט פון א שוואכע מינוט נאר עס איז א מאנעפיסטאציע פון גאר בעלמא הדין. עס איז נישט קיין נחות דרגא צו וואס, עס איז פשוט גאט'ס עקספרעשאן, אדער נאך א לבוש פון גאט.
איך בין נישט קלאר וואס דיין דריטע נקודה איז, אבער איך בין נישט דער וואס איז מחלק צווישן איד און גוי אדער ווישן צדיק ורשע, גאט איז, דאס איז גטליכע לבושים, אבער מיט דעם אלעם איז מוכרח אז אלעס איז א חלק פון אחדות הפשוט.
איך האף אז איך האב מיך גענוג גוט אויסגעדרוקט. בנוגע די ליינס, מיר האט עס אויך געבאדערט, ביז איך האב איינגעזעהן אז אזוי וויל גאט עקספרעסן דער איידיע אין די בלעטער פונען וועקער, מיט קרומע שורות...
.[/justify]
chosen people האט געשריבן:אויב גאט האט אפגעמאכט אז ער וויל מאכן אזאך וואס ער קען נישט אויפהייבן ליגט דאס אויכט אין זיין יכולת, די זעלבע בייאינז, ער האט אפגעמאכט מפני סיבה שהוא אז ער וויל אינז געבן די בחירה, צו אפמאכן להיטב או להרע, אויב אזוי ליגט עס יעצט אין אינזער הענט.
נאך איין נקודה די פארענטפערסט די משנאיך ה' אשנא לויט ווי אזוי איך פארשטיי, איז עס געקומען פון א שוואכע מינוט פונעם כותב. אבער עס איז דא אויכט מצות מעשיות, וואס איז געזאָגט געווארן פאר יעדעם איינעם און יעדע מינוט למשל מכבד זיין דער ת''ח, און פון דער אנדערע זייט צדוקים מורידין ולא מעלין...
און וואס איז פשט בכלל אז די תורה און איהר שכר איז געגעבן געווארן צו דער איד און נישט צו דער גוי, און אנדערע ווערטער אויב די מיזט מחלק זיין צווישן איד מיטן גוי ,פארוואס ביסטו נישט מחלק צווישן דער צדיק און רשע?
און צום לעצט אויב דער בעש''ט האט אמאל יא געגעבן מוסר, מיינט עס אז ער האט געהאט א שוואכע מינוט. דעמאלטס פארוואס האבן די צדיקים וואס האבן יא אנגעקומען צו די מדריגה, זיך נישט געקענט איינהאלטן פון געבן מוסר?
קודם כל א יישר כח פאר די ווארימע ווערטער. איך וועל פרובירן צו גיין על ראשון ראשון טראץ דעם וואס דיין צווייטע און פערדע נקודה זענען בעצם איינס. ווען איך האב געליינט דעם אבן הטוען ארטיקל האב איך געהאט עטליכע נקודות מיט וואס איך בין געווען מחולק דערמיט אבער איך האב דערווייל נישט געהאט די צייט צוזאמצונעמען מיינע מחשבות און אפשרייבן. די נושא וואס איך האב געשריבן איז נישט אנגעהאנגן אין די מסקנות פון יענע ארטיקל. דער באשעפער קען אלעס אבער די אפטייטש פון א באשעפער איז אזאנס וואס איז נישט מוגבל, וממילא איז אונזער הבנה אז גאט איז בלי גבול, עכ"פ לפי השגתינו איז דאס מוכרח.
אין די ארטיקל האב איך געשריבן (קצת בקיצור וקצת באריכות) אז ס'דא ייחוד עילעא וייחוד תתאה. דאס שרייבן משנאיך ה' אשנא, אדער דער בעש"ט'ס מוסר זאגן קומט נישט פון א שוואכע מינוט נאר עס איז א מאנעפיסטאציע פון גאר בעלמא הדין. עס איז נישט קיין נחות דרגא צו וואס, עס איז פשוט גאט'ס עקספרעשאן, אדער נאך א לבוש פון גאט.
איך בין נישט קלאר וואס דיין דריטע נקודה איז, אבער איך בין נישט דער וואס איז מחלק צווישן איד און גוי אדער ווישן צדיק ורשע, גאט איז, דאס איז גטליכע לבושים, אבער מיט דעם אלעם איז מוכרח אז אלעס איז א חלק פון אחדות הפשוט.
איך האף אז איך האב מיך גענוג גוט אויסגעדרוקט. בנוגע די ליינס, מיר האט עס אויך געבאדערט, ביז איך האב איינגעזעהן אז אזוי וויל גאט עקספרעסן דער איידיע אין די בלעטער פונען וועקער, מיט קרומע שורות...
.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הוגה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דו זאגסט דאך אז די מציאות פון יחודא עילאה קען מען נישט לייקענען, דאס איז א דבר פשוט. און די גדולי החסידות האבען נישט געקענט זיך ספראווען מיט די מעגליכע סכנות פון זייער וועג, ווייל דאס וואלט געהייסען לייקענען די מציאות. ווי קען זיין אז פאר זיי האט מען נישט געוואוסט פון די מציאות? אזעלכע דברים פשוטים האט דער מהרש"א נישט געקענט וויסען? דער רמב"ם?
ערגעץ מוז זיין עפעס מער קאמפליצירט, וואס דאס איז דער חידוש זייערע, און אויף דעם האט מען זיך געדינגען וכו׳.
נישט אז זיי האבן נישט געקענט, זיי האבן נישט געזעהן פאר וויכטיג צו קאמאנדירן די באשעפער וויאזוי זיך צו מאנעפיסטירן אין דער וועלט. דו פרעגסט וויאזוי די מהרש"א איז נישט איינגעפאלן דעם חידוש, איך ווייס דיר נישט וואס צו ענטפערן. אלע חכמות בויען זיך אויף די חכמה פון די פריערדיגע. וויאזוי קען זיין אז די פריערדיגע גרויסע חכמים האבן נישט געקענט אנקומען צו די פולקאמע מסקנות וואס די שפעטערדיגע חכמים זענען צוגעקומען? אזוי גייט עס. נישט אזוי?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
קל וחומר האט געשריבן:געליינט דעם ארטיקל, לא זכיתי להבין פארוואס אויב אלעס איז אלהות ווערט א פראבלעם צו זאגן מוסר אדער פיינט האבן. סיי מצד דאס פיינט האבן איז אויך אלהות והעיקר אז דער רבש"ע (מקור האלהות) האט אונז באפוילן אזוי זיך צו פירן.
ווער זאגט אז עס איז א פראבלעם? און איך האב טאקע געשריבן אזויווי דיין ערשטע תירוץ אינעם ארטיקל.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 9
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 8:03 am
- האט שוין געלייקט: 20 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
Re: גאט איבער אלעם און אין אלעם - וועקער 10
אויב אלעס איז גאט אויב אזוי וואס זענען די נאציס?? איך בין דיזי פון דער ארטיקעל[emoji56]הוגה האט געשריבן:קל וחומר האט געשריבן:געליינט דעם ארטיקל, לא זכיתי להבין פארוואס אויב אלעס איז אלהות ווערט א פראבלעם צו זאגן מוסר אדער פיינט האבן. סיי מצד דאס פיינט האבן איז אויך אלהות והעיקר אז דער רבש"ע (מקור האלהות) האט אונז באפוילן אזוי זיך צו פירן.