דער צענטער וועקער

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

דער צענטער וועקער

שליחה דורך יאיר »

איך האב שוין לאנג נישט געשריבן – כאטש באזוכט פון צייט צו צייט האב איך יא. איך שפיר אבער יעצט פאר א פליכט צו שרייבן אפאר ווערטער איבער דעם איצטיגן וועקער.
איך האב דורכגעליינט דעם וועקער בעיון כמעט פון אנהויב ביז'ן סוף און איך בין ארויס פון התפעלות. איך האב שוין געליינט פריערדיגע וועקער'ס אבער דאס מאל האט זיך עס באמת אוועקגעשטעלט ווי א קלאסישע אויסגאבע פון א סטאנדארט וואס איז שוין מסתמא נישט געווען צענדליגער יארן אויף דער אידישער שפראך. אפשר גאר קיינמאל נישט.
איך וועל שרייבן אביסל מיינע איינדרוקן איבער די אינדיווידועלע ארטיקלען פון דעם וועקער. איך וועל דאס צוטיילן אין דריי קאטעגאריעס. קורצע, פערזענליכע עסייען. לענגערע, מחשבה עסייען. און פארש ארבעט.
דער אנהויב פון די קורצע עסייען זענען די פון דער פארמעסט. וואס לדעתי זענען אלע עסייען פון דעם פארמעסט אויסערגעווענליך.
דער געווינער האט געשילדערט א טונקעלע קאפיטל היסטאריע אין מלכות סאטמאר, און ער האט עס אפגעמאלן מיט לעבעדיגע פארבן. איך האב ממש געזען פאר מיינע אויגן אפטער אין דעם טרעילער פאכענדיג מיט די הענט. בלי ספק אז עס קומט זיך אים דאס געווינס. אזעלכע קאפיטלעך געשיכטע מוזן פארצייכנט ווערן למען יעמדו ימים רבים. מי יתן והיה. גאנצע שטיקער היסטאריע גייען פארביי און קיינער נעמט זיך נישט די מיה אפצושרייבן פון א הומאנישער שטאנדפונקט אונזער היסטאריע אלס חרדים, איך היינו לגוי. זאל יעדער זיך נעמען די לעהרע און אפשרייבן קאפיטלעך זכרונות פון זייער "טרעילער" אין דער יוגנט. (ברם זכור אותו איש יואב לטובה פאר'ן אראפמאלן לעבעדיגע כאראקטערס פון דעם הייימישן ציבור אין זיינע געשיכטעס, פארט איז עס אבער פיקציע וואס דינט אן עטוואס אנדער צוועק).
די אנדערע עסייען זענען אויך גאר אינהאלטסרייך. די רויבעריי איז גאר אינטערעסאנט, דראמאטיש און א וויכטיג שטיק היסטאריע (הגם כ'האלט נישט פון א ליטערארישן שטאנדפונקט איז עס אזוי אויסערגעוונליך). איז דער נאמען פון מחבר און זיין געשיכטע אמת'דיג?
מרת. ניבארסקי האט אויך אפגעשריבן גאר א טיפע עסיי מיט טיפע חומר למחשבה. גאר גוט געשריבן. נח בארערא טענה'ט ער איז א מעקסיקאנער וואס רעדט א היימישן יידיש. וואס איך ווער אלס געוואויר אויף די עלטערע יארן.
בין הזמנים איז זיס הומאריסטיש און קאסט א שמייכל.
הרב וויינער'ס הלל עסיי איז קאמיש, זיס, ספיריטועל, און פראוואקאצירנד.
יצחק וואלד – וואונדערליך. אזוי קורץ און אזוי טיף שניינדניג. אנדערע האבן שוין באמערקט איבער דעם אפעקט פון די געשיכטע. איז דאס באזירט אויף אן אמת'ע געשיכטע הרב וואלד? אגב וואלט געווען כדאי איר זאלט זיך אנרופן דא ווייל איך וויל רעדן מיט אייך איבער די פריערדיגע געשיכטעס אייערע.
די טיפערע עסייען האבן זיך נישט וואס צו שעמען פאר גרויסע פילאזאפישע ווערק.
ידידינו הפילוסוף האלקי הרב יצחק לאווי האט אפגעשריבן א וואונדערליכער מאמר איבער דעם בורא, דער נברא, די בריאה, מיט א מיזוג פון פילאזאפיע, חסידות, מחשבה, אויף א פארנעם וואס כ'האב נאך קיינמאל נישט געזען. אויסער די הויפט נקודות האט ער אזוי אריינגערוקט א וואונדערליכער פשט אויפ'ן חטא עץ הדעת, און ער ענדיגט צו אזוי נישט מיר נישט דיר אז לפי זה קומט אויס די וועלט איז גאר באשאפן געוווארן פאר די רשעים להכעיס את בוראם (ולפום חורפיה אישתמיטתיה גמרא מפורשת ברכות סא לא איברי עלמא אלא לרשיעי גמירי וכו'). דעם ארטיקל האב איך דורכגעלערנט עטליכע מאל.
ידידנו הרב הוגה דעות האט אפגעשריבן א הערליכער מאמר איבער גאט (לאזט אים שוין צורוה, דעם גאט!), וואס דערמאנט אונז אביסל פון מוח שליט זאל רוען אין לעכטיגן גן עדן. אלס איז גאט. איך בין גאט. דו ביסט גאט. עבירה איז גאט. תשובה איז גאט. גאט איז גאט. און דאס וואס בלייבט איבער נאך די גאנצע גאט? יענץ איז אויך גאט. אבי פאר הוגה'ן שטימט דאס.
הרב בענעדיקט האט אויך אפגעשריבן א שיינער מאמר איבער שמחה און נצחיות, מתובל מיט חכמת יוונית.
הילל בן שחר, עי קעי עי ונבנתה העיר, האט אפגעשריבן א הערליכער און טיפזיניגער מיימער. אן אינטערעסאנטע זאך האב איך באמערקט ביי ונבנתה. ער זאגט שטענדיג די זעלבע זאך, אבער יעדן מאל זינגט ער עס מיט א פרישן ניגון, אזוי עס דאכט זיך כאילו דאס איז די סאמע ערשטע מאל דו הערסט דעם רעיון.
א פאעמע האט ער אונז אויך פארגינען, געווידמעט פאר די ארבעה ביולי בראטערס. א וואונדערליך שטיקל וואס קומט צו וויינען און לאכן אויפאמאל. ונבנתה, איי לאוו יו 3>
הילל לערנט אונז איבער אהבה. איך מיין מיר זאלן סעטלען אויף די אלטע סברא אז גאט איז ליבשאפט און הוגה און יצחק קענען זיך איינשפארן אסאך טינט.
דער גולת הכותרת גייט אוודאי פאר אונזער ראובנ'ען, מיט זיין וואונדערליכע אינטערוויו פון הרב יאקאבזאהן (אזוי וועל איך עס אויסלייגן, ראובן). די שאלות זענען שניידנד; די תשובות זענען פייערדיג. דער מהריי"ץ השני לאזט זיך הערן אזוי עס זאל אויפציטערן אלע רמ"ח איברים ושס"ה גיסים. און דאס לעכטיג שמייכל איז ווערד אלע געלטער. מכירו הייתי לשעבר ועכשיו ביותר. קודאס ראביי יאקאבזאהן, קודאס ראובן.
דערנאך די פארש ארבעט, וואס מאכט עס אויסזען ממש ווי א ריכטיגער אקעדעמישע זשורנאל. פלוצים דארף איך אויפהערן לאכן און וויינען און זיך אנטון די קאלטע אקעדעמישע ברילן און מיטהאלטן די אנאליזן פון אונזערע היימישע היסטאריקער און וויסנשאפטלער.
ידידנו החכם השלם יידל האט אפגעשריבן א קלארער און דייטליכער אנאליז איבער די היסטאריע פון הינער ערציאונג. כדרכו בקודש האט ער עס מסדר געווען אויף א הערליכער פארנעם און איבערגעגעבן דעם דבר המדע ברמה, מיט א גרונטליכע פארש ארבעט צוזאמען מיט די קארפן קעפ סערגיי ברין און לייבל בלאט. טראצדעם וואס געווענליך בין איך א פארגלויבטער אין דעם כח פון יידל צו פארשן א נושא, בין איך דא אביסל אנטוישט געווארן. נעמליך, עס איז לקה בחסר וביתר. דער פאלעמיק איבער חסידישע ערציאונג איז א שטיקל סמיכות דרבי תנחום וואס פאסט מער פאר א כבתה פשעטל ווי פאר א וועקער ארטיקל. אזוי אויך, ווי אנדערע האבן שוין אנגעמערקט, פעלן גאנצע שטיקער. דער ליינער באקומט נישט קיין ידיעה איבער די שערוריה פון די הינער במשך אלע דורות, און נישט איבער די הלכה'דיגע שטאנדפונקט נאך די אלע ידיעות. דער עיקר נושא איז דאך דא הלכה. און כאטש די וויסנשאפטליכע ידיעות זענען נוגע פאר הלכה, זענען זיי נישט דער פוסק אחרון דא. אפשר זאל איינער מברר זיין אז אלע פוסקים קענען ארויסשניידן הלכות בליעות פון שולחן ערוך ווייל לויט א ויקיפידיע בלאט קען א אייזערנער טאפ איינזאפן טריפות ווי טראמפ קען פארשטיין פיזיקס?
עניוועי, יידל, כ'האב דיך ליב אהבת נפש. איך האב גארנישט געזאגט.
ליטוואק'ס מאמר אויף הרב קוק – זייער שיין און היסטאריש אויסגעהאלטן. כ'האלט נאר אז מ'דארף בעסער אריינגיין אין זייינע פילאזאפישע שיטות וואס אזוי פארשטייט מען בעסער זיינע קאנטראווערסיעלע מאמרים (זענען דא אן א שיעור אזעלכע גאר ראדיקאלע מימרות אין זיינע ספרים ווואס זיינע קעגנער פארשטייען ניטאמאל).
אגב, דער בילד פון הרב קוק אויפ'ן גאס איז נישט סתם א שפאציר. דאס איז אין עיר הבירה וואשינגטאן, אויפ'ן וועג צו א באזוך צום פרעזידענט קולידזש.
דער קריטיקירנדער אנאליז אויף היילמאן איז ברוטאל. דער סעקולערער פראפעסאר מיט א שלייף אויפ'ן האלז ווערט צומאלן אויף קליינע, קליינע שטיקעלעך אין די רחיים של יד פון א חסיד מיט א שלייף אויפ'ן טיש בעקישע. היילמאן זאל דאנקען גאט צום ערשטן מאל אז ער קען קיין אידיש ווארט נישט אפליינען.
מסכת סגולות איז זיס און הומאריסטיש, גייענדיג אין אור אלטע טראדיציע פון אידישע פאראדיע. איך האב נישט דורכגעלערנט די גאנצע מסכתא, אבער אזויפיל בין איך געוואויר געווארן אז סתם ר' משה, ר' משה פיינשטיין.
דעם רויטער אליהו'ס פאעמע איז מאכטפול, ווי אלע זיינע ווערק.
אריכות ימים פון טוביה גוטפארב איז צוקער זיס.
מושי'ס וווינקל האט מיר געקאסט א הילכיגע, ווייטאגליכע געלעכטער.
'צוויי פון מיר' איז גאר א שיינע און הארציגע פאעמע וואס באהאלט אונטער זיך אסאך.
ידידינו הבקי הנפלא שמעון שטיינמעץ איז א גאון אין זיין ליין, אבער לדעתי קומט זיין קאלום נישט אינעם וועקער – עס וועקט פשוט נישט. ווער רעדט נאך אז מ'דארף עס איבערזעצן פון ענגליש צו אידיש. (אגב, דאכט זיך מיר כ'האב שוין אמאל געליינט איבער די נושא פון עכו"ם ערגעץ וואו אין א היימישע אויסגאבע).
קטלא קניא'ס עצות וועל איך זאגן דעם אמת, איך בין נישט אנגעקומען צו ליינען ביזדערווייל. אבער קטלא דארף נישט מיינע הסכמות און קאמפלימענטן.
אה, שיער פארגעסן. ראדימנא. דער געוואגטער קינד האט דערלאנגט אזוינס און אזעלכעס. ווי הוגה האט שוין געשריבן איז דער קאפיטל עולה על כולנה. מיר ווארטן מיט שפאנונג ווי אזוי דאס וועט זיך אויסקאכן. סערגיי ברין ווייסט פון גארנישט צו זאגן און מיר מוזן ווארטן אויף דעם באגאבטן שרייבער אונז צו מגלה זיין אלע סודות ווען די ריכטיגע צייט וועט קומען.
יואב'ס געשיכטע איז געווען א מייסטער- אוי, ער האט נישט געשריבן. א חוצפה.

נו, מיין כלליות'דיגער בליק? לדעתי איז דאס גאר א חידוש. ממש א חידוש. אזוי ווי כוכב האט מיר אמאל געקרוינט אלס דער מומחה לעניני ביקורת, וועל איך בלויז מוסיף זייין אז לדעתי זאל מען אינגאנצן אונטערשניידן דעם אנטי טאן. מיר האבן שוין גענוג אנטי. דער וועקער דארף דינען בלויז פאר אחים לדעה. מענטשן וואס זוכן א שטיקל אלטערנאטיווע צו דער איד און דער מאמענט.
און עס איז דא אזויפיל צו שרייבן. מען דארף באקענען די ליינער מיט אזויפיל אידישע און וועלטליכע פיגורן, פון הרב סאלאווייטשיק ביז מארטין בובער ביז נועם כאמסקי (איך וויל מיך טאקע דא באדאנקען פאר דעם מחבר פונעם געוואלדיגן באשרייבונג אויף הרב קאפלאן פון פאריגן וועקער – כ'האב אים שוין לאנג געוואלט קענענלערנען. איז פארהאן מער אינפארמאציע איבער זיינע פלענער אויפ'ן פירוש אויף ש"ס? אפשר וועל איך זיך אמאל נעמען דערצו...).
בקיצור, עס זענען פארהאן אזויפיל וועלטליכע און אידישע טעמעס צו באשרייבן וואס מען קען נישט באשרייבן אין היימישע אויסגאבעס, אז עס איז פשוט א שאד צו ווידמען טינט אויף אנטי סיסטעם רעטאריק. נו, פארשטייט זיך איר וועט זאגן קרייינא דאיגרתא וכו'. אויף דעם האב איך א היתר פון איינעם פון די גרויסע פוסקים אז דאס גייט שוין נישט אן היינטיגע צייטן וואס נשתנו הטבעים.
זאל דער אויבערשטער העלפן אלע וואס שלאפן זאלן זיך דערוועקן, און מיר זאלן אלע אויסגעלייזט ווערן ויקיצו וירננו שוכני עפר במהרה דידן אמן.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

איך בין זייער העפי צו זען יאיר דא. איך האף אז דאס איז אן הקדמה צו זיין עסיי אין די קומענדיגע וועקער. איך האב פיהל פארגעניגן געהאט פון דכרניא דעם נומער - די מערסטע פון אלע נומערן ביז אהער. עס איז שרעקעדיג וואס די משומדים האבן אמאל אנגעווערטשאפט. מיר רופן עס צענזור אבער אולי האבן די משומדים עס גאר אנגעקוקט ווי א שטיקל אפענקייט וואס זיי ענפארסן - מיט דעם וואס מען צוימט אן די איגוצענטריק, עקסלוסיוודיגער בליק וואס אידישע קינדער האבן דעמאלטס געקראגן אין די מסגרת פון אידישע חינוך. סתם אזוי, חוץ פון די פאר פלעצער וואו ס'האט געטוישט די באדייט פון די סוגיא, וואונדער איך מיר וויפיהל מיר האבן שוין פארלוירן פון דעם וואס מען האט אביסל ארומגעשפילט מיט די קללות אדער די גרופעס צו וועמען די קללות זענען געווען געוואנדן. די ביכל אליינס קען נישט זיין מקור ראשוני צו די שנאה. רובא האט מיט עקשולע ריעל לייף אינטערעקשאן. נאנדעלעס, קיין צאנזער רב וואס זוכט קודם זיך צו פארריכטן, זענען זיי זיכער נישט געווען, די משומדים.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

שלום עליכם, יאיר.

איינער פרעגט מיר לעצטענס וואו די אלע וואס זענען פארשוואונדען געווארן דרייען זיך, געענטפערט האסטו אזוי נישמירנישדיר:

אויף דעם האב איך א היתר פון איינעם פון די גרויסע פוסקים אז דאס גייט שוין נישט אן היינטיגע צייטן וואס נשתנו הטבעים


דו לץ איינער.

אבער יא, אז מ'דרייט זיך נישט צווישן ערליכע אידן, קען מען קיין איד נישט זיין — פלעגט מיין טאטע זאגן. אוודאי איז נשתנו הטבעים. ווי קען זיין אז נישט. וואס ווייס איך, אולי גייסטו גאר פלאסטישע ברילן און א ריפסענע בעקיטשע אויפ'ן עלטער.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: דער צענטער וועקער

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ייש"כ יאיר. האסט גוט אנגערירט די נקודה. מיר דארפען נישט נאך אנטי סיסטעם, מיר קענען ווייזען אז ס׳איז דא לעבען אן די סיסטעם, פיהל מיט חכמה און אינטרעסאנטקייט.

נאך א נקודה. די ענגליש שפראך אויסגאבעס פיהרען זיך, פאר עפעס א נערישע סבה, אז די יו"ט אויסגאבעס זענען די שוואכסטע. אינטערוויוס מיט אומוויכטיגע מענטשען און באשרייבונגען פון דברים של מה בכך. איך ווייס נישט צו אידיש אויסגאבעס זענען אויך אזוי, אבער ס׳איז מסתבר. דער וועקער האט א לאך אנצופיהלען, און ער טוט טאקע זיין ארבעט. מיט אן אויסוואהל צווישען אן אינטערוויו מיט הרמ"ד סאלאווייציק, וואס איידער דו ליינסט, ווייסטו שוין וואס ער וועט זאגען, און הרב יעקבסאן, ווער איז מער אינטרעסאנט?
א באשרייבונג ווי שרייבערס און זעלבסט באקרוינטע עסקנים שרייבען בריווען צו זייער מורי דרך איז עפעס נאנט צו הוגה׳ס טיפזיניגער יסודות פון חסידות?

וכן הלאה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פשיהא! נאך צען סנוזעס אויפן וועקער און, יאיר איז דא, זבולון איז דא, און אפי' אפטע פונעם טרעילער איז אויך אויפגעשטאנען...

שכח יאיר פאר דיין שיינע ריוויא.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 765
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

שאלו מינין את רבי בנימין: מניין שהקדוש ברוך הוא מחיה מתים? אמר להם מן התורה ומן הנביאים ומן הכתובים ולא קיבלו ממנו... עד שאמר להם מקרא זה: גם חשך לא יחשיך ממך ולילה כיום יאיר, האיר לא נאמר אלא יאיר מיכן לתחיית המתים מן התורה"
מיר זענען שוין אויף דיר: געזיצען שבעה, געפראוועט שלשים, און געהאקט יארצייט בילקעס, והנה און נון -ער איז דא, ברוך מחיה המתים!
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

פשיהא! די חברה וואקסן ארויס ווי שוואמען נאך א רעגן!
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איך האב פארגעסן צו באדאנקען דעם וועלט בארימטער מאדערן ארט קונסטלער פאבלא פיקאסא פאר זיין הערליכע ארבעט. גראדע געווענליך האב איך נישט ליב אייערע מאדערנע/מאדנע קונסט ווערק, אבער אינעם וועקער איז קענטיג אז איר לאזט זיך אראפ צו פשוט'ע מענטשן און איר צייגט אייערע כשרונות. באמת א הערליכע ארבעט, מיט די בילדער, די אויסשטעל און אלעס. איין קליינע הערה: דאכט זיך אז רוב אויסגאבעס נוצן שוין היינט א מער מאדערנע אות.

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:שאלו מינין את רבי בנימין: מניין שהקדוש ברוך הוא מחיה מתים? אמר להם מן התורה ומן הנביאים ומן הכתובים ולא קיבלו ממנו... עד שאמר להם מקרא זה: גם חשך לא יחשיך ממך ולילה כיום יאיר, האיר לא נאמר אלא יאיר מיכן לתחיית המתים מן התורה"
מיר זענען שוין אויף דיר: געזיצען שבעה, געפראוועט שלשים, און געהאקט יארצייט בילקעס, והנה און נון -ער איז דא, ברוך מחיה המתים!

רבי שמעון סופר מערלוי פלעגט זאגן אז דער נייטרער רב (הרב אונגאר הי"ד) איז דער איינציגער אנשטענדיגער רב אין גאנץ אויבערלאנד. ווייל אמאל איז ארויס א שמועה אז דער ערלויער רב איז נפטר געווארן, און דער נייטרער רב איז געווען דער איינציגער וואס האט אים געשיקט א מכתב תנחומין... אלזא, ר' בנימין, אז איר האט געמיינט איך בין טויט וואלט איך ערווארטעט כאטש עפעס א ניחום אבלים.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
פיקאסא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 22, 2016 9:33 am
האט שוין געלייקט: 332 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך פיקאסא »

יאיר האט געשריבן:איך האב פארגעסן צו באדאנקען דעם וועלט בארימטער מאדערן ארט קונסטלער פאבלא פיקאסא פאר זיין הערליכע ארבעט. גראדע געווענליך האב איך נישט ליב אייערע מאדערנע/מאדנע קונסט ווערק, אבער אינעם וועקער איז קענטיג אז איר לאזט זיך אראפ צו פשוט'ע מענטשן און איר צייגט אייערע כשרונות. באמת א הערליכע ארבעט, מיט די בילדער, די אויסשטעל און אלעס.


מיי פלעזשור!

אויב די בלייבסט דא מיט אונז, האט זיך אלעס אויסגעצאלט...
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

יאיר האט געשריבן:הילל בן שחר, עי קעי עי ונבנתה העיר, האט אפגעשריבן א הערליכער און טיפזיניגער מיימער. אן אינטערעסאנטע זאך האב איך באמערקט ביי ונבנתה. ער זאגט שטענדיג די זעלבע זאך, אבער יעדן מאל זינגט ער עס מיט א פרישן ניגון, אזוי עס דאכט זיך כאילו דאס איז די סאמע ערשטע מאל דו הערסט דעם רעיון.

וי"ג להיפוך: יעדעס מאל אן אנדערען רעיון מיט'ן זעלבען ניגון (כ"י בה"מ לעמי הארץ, ברוקלין).
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: דער צענטער וועקער

שליחה דורך קל וחומר »

ונבנתה העיר האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:הילל בן שחר, עי קעי עי ונבנתה העיר, האט אפגעשריבן א הערליכער און טיפזיניגער מיימער. אן אינטערעסאנטע זאך האב איך באמערקט ביי ונבנתה. ער זאגט שטענדיג די זעלבע זאך, אבער יעדן מאל זינגט ער עס מיט א פרישן ניגון, אזוי עס דאכט זיך כאילו דאס איז די סאמע ערשטע מאל דו הערסט דעם רעיון.

וי"ג להיפוך: יעדעס מאל אן אנדערען רעיון מיט'ן זעלבען ניגון (כ"י בה"מ לעמי הארץ, ברוקלין).
אינזין געהאט צו זאגן דאס זעלביגע.

אבער ס'האט זיך אלס געלוינט צו זוכה זיין לתגובה שלך...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

טאקע א שיין שטיקל ונבנתה. איך האלט אז זיין אנטוישונג ביים קראקאווער רא"ש און אנא פראנק איז געקומען אלץ עונש מן השמים פארדעם וואס ונבנתה אליין האט געטוהן צו רבבות אידן מיט די חפץ חיים ווידעא.
פארשפארט