א פייער אין בארא פארק

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
המכריע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

א פייער אין בארא פארק

שליחה דורך המכריע »

פון גבריאל, צו אידשער ווינקל


העלישע פייער ברעכט אויס אין אן אפארטמענט געביידע אין בארא פארק.

א העלישע פייער האט אויסגעבראכן היינט פארטאגס, הארט בעפאר 5:00 אזייגער אין בארא פארק אין א 4 שטאקיגע געביידע.
די 3 אלארם פייער האט אויסגעבראכן אויף די צווייטע שטאק אויף 49-סטע סטריט און זיך נאכדעם ארויפגעצויגן צו די העכערע שטאקן.
די פייער דעפארטמענט גלייבט אז די פייער האט אנגעהויבן צו ברענען נאך פאר די מענטשן אין די געביידע האבן געוואוסט דערפון, וואס האט געמאכט די מינוטן קריטיש צו אנטלויפן.

"עס זענען געווען מענטשן וואס האבן אונז אהיים גערופן" דערציילן איינוואוינער, "עס געווען מענטשן וואס האבן געקלינגען די בעל און איבערגעגעבן אז עס ברענט א פייער, מיר האבן געכאפט די קינדער און וואס מיר האבן געקענט און מיר זענען ארויסגעלאפן פונעם בנין."
די רויעך איז געווען אזוי געדעכט אז 9 מענטשן זענען ארויפגעלאפן אויבן אויפן דאך, זיך צו באשיצן פון דעם נעפל.
די צווייטע שטאק וואו די אויספארשער'ס גלייבן אז די פייער האט זיך אנגעפאנגען, איז א פרוי געבליבן פארכאפט צווישן שענק און אנדערע חפצים.
ס'איז נישט געווען קיין וועג איר ארויסצוזען פון די געביידע, דערציילט פאליציי טשיף פעטרוס לילי, די פייער ארבייטער אויפן דאך האבן געהערט די רוף אבער זיי זענען נישט געווען ביכולת עפעס צו טוען דערוועגן.
די פייערלעשער וואס האבן זיך געפונען אויפן דאך האבן אריינגערופן די טיעם וואס האט זיך געפונען אויף די נידריגערע שטאקן, און גערופן פאר הילף, און די פייער דעפארטמענט איז אריינגעגאנגען צווישן די העלישע פלאמען איר צו ראטעווען, אבער מען האט איר געפונען אן קיין באוואוסטזיין.
זי איז אין איילעניש אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט שווערע וואונדן.

כלל ישראל איז מתפלל לרפואת דניאלה אהובה בת מרים
9 אנדערע וואס האבן זיך געפונען אין די געביידע בשעת די פייער, האבן געליטן פון לייכטערע וואונדן.
130 פייער ארבייטער האבן רעספאנדעט צו דעם פייער, און 4 פון זיי זענען אפגעקומען מיט לייכטערע וואונדן.
די פייער איז אונטער אינוועסטיגעשאן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום המכריע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הלכה כדברי "המכריע"
המכריע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

שליחה דורך המכריע »

העלפט די פאמיליע פון די היינטיגע שריפה, וואס איז ארים געווארן איבערנאכט


ווי באריכטעט געווארן היינט (אויך אויף אידישער ווינקל) איבער די העלישע פייער אין בארא פארק וואס האט פארניכטעט א גאנצע אידישע געביידע, איבערלאזענדיג א משפחה פון 9 נפשות - ב"ה אין א גוטע צושטאנד - אבער אן די מינדערסטע לעבנ'ס געברויכן, אזש ווען זיי זענען באפרייט געווארן פון שפיטאל האבן זיי נישט געקענט ארויסגיין ווארטענדיג אז גוטהארציגע אידן זאלן צוברענגן קליידונג פאר די גאנצע משפחה, זייענדיג נאך מיט די נאכט קליידער וואס נאר דאס איז זיי געבליבן...

עס הייבט זיך אן א נייע בלאט אלעס אלעס דארף געשאפן ווערן פונדאסניי, עס איז נישט דא קיין הויז, קיין עסן, קיין קליידונג, אלעס איז צוגאנגען אין רויעך, יעדע ריר וועט יעצט זיין פארבינדן מיט שווערע קאסטן, פון דינגען א דירה, ביז אויסשטאפירן א דירה, און קליידונג פאר א משפחה, עס איז שווער צו שאצן וויפיל דאס וועט אריינציען.

מיר בעטן אייך אידן רחמנים בני רחמנים, ביטע באשטייערט אייך מיט וויפיל מעגליך:

https://www.gofundme.com/c3ue3

אדער רופט/טעקסט 1-845-428-9582
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום המכריע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הלכה כדברי "המכריע"
המכריע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

שליחה דורך המכריע »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ATqxOqYykHA[/youtube]

ר' חיים מאיר ערפסט המכונה CME אפעלירט צום עולם זיך צו ביישטייערן צום פייער קאמפיין
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום המכריע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הלכה כדברי "המכריע"
המכריע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

שליחה דורך המכריע »

הלכה כדברי "המכריע"
המכריע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

שליחה דורך המכריע »

בילד פונ'ם אפגעברענטן הויז
הלכה כדברי "המכריע"
המכריע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

שליחה דורך המכריע »

מ'קען הערן א אינטערוויו, וועגען אלעס ארום די פייער, מיט'ן עסקן ר' טוביה מאיר ניימאן הי"ו אויף קול מבשר נומבער 6# פון די מעין מעניו
הלכה כדברי "המכריע"
אן עסקן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 5:44 pm

שליחה דורך אן עסקן »

איך ווייס אז דא איז נישט די פלאץ צו שרייבן די זאכן אבער ווען די מצב איז אזוי דערדריקט האב איך נישט קיין אנדערע ברירה;
א היימישע משפחה מיט 7 קינדערלעך קע"ה זענען געבליבן בעירום ובחוסר כל, אן א דאך איבערן קאפ און אן די מינימאלע געברויכן נאכדעם וואס א העלישע פייער האט פארניכטעט אלעס וואס זיי האבן געהאט, טייערע אידן יעצט איז די צייט וווען איר קענט האבן די זכות פון צוריק שטעלן א משפחה אויפן פיס! יעדע דאלער מאכט אויס, נעמטס א חלק אינעם קאמפעין און זאל קיין שום איד נישט וויסן פון
קיין שום צער. איך קענט מנדב זיין דורך די פארזיכערטע חסד פאנד,
https://thechesedfund.com/cause/help-a- ... -in-a-fire
פארשפארט