אונזער סיסטעם!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

אונזער סיסטעם!

שליחה דורך שמעקעדיג »

היות מיר רעדן אסאך ארום דא איבער אונזער סיסטעם, בין איך מעתיק אן ארטיקל וואס איז לפענ"ד זייער אין פלאץ דא אין שטיבל.
קאמענטירער זענען וועלקאם.

=========================
פון דא:
http://veltelech.blogspot.com/2012/08/b ... t_516.html
(גענומען פון אייוועלט)


פאראן ווייניג באגריפן אין אונזער טעפל וואס ברענגט אויף אזויפיל ליידנשאפט און א געמיש פון געפילן מקצה אל הקצה ווי "סיסטעם". "דער סיסטעם" מיינט געווענליך דעם כלל-כולו לעבנסשטייגער פון חסידים און חסיד'ישע אידן. עס נעמט אריין אונזערע בתי חינוך, מהלך החיים, מהלך המחשבה, התנהגות, געשמאקן, וועלט-אויסקוק וכו' וכו' -- א וכולהו אויפ'ן וכולהו. "סיסטעם" אין דעם קאנטעקסט איז אזוי ברייט, טיף, און ארומנעמיג, אז ס'איז כמעט אוממעגליך צו געהעריג דעפינירן.

אינעם "סיסטעם" לעבן טויזנטער מענטשן -- אלערליי מענטשן, מיט אלערליי נויגונגען, געדאנקענגענג, מאס פרומקייט אא"וו. דער סיסטעם האט זיך אנטוויקלט אין די יארן נאך דער לעצטער וועלט-קריג, דורך די גאר-פרומע אידן וואס האבן געוואלט פארזעצן מיט א גאר-פרומען מהלך החיים. אין משך פון דער צייט האט דער סיסטעם זיך אנטוויקלט און צעצווייגט.

דער סיסטעם האט אויפגעהאדעוועט נייע דורות -- טויזנטער מענטשן, קינדער און אייניקלעך פון די יסודי ומייסדי הסיסטעם. די נייע דורות זענען נישט באשטאנען פון מענטשן וואס האבן זיך פרייוויליג אנגעשלאסן אינעם סיסטעם, נאר פון אזעלכע וואס זענען שוין געבוירן געווארן אין די גרעניצן פון דעם סיסטעם. ווען די דאזיגע סיסטעם-געבוירענע מענטשן זענען אונטערגעוואקסן און אנגעהויבן קוקן און טראכטן, האבן זיי זיך צומאל געפונען אין א מצב וואס איז זיי נישט געפעלן געווארן. זיי האבן געהאלטן -- זיי האלטן -- אז ווי ערוואקסענע און יחידים האבן זיי א רעכט צו אליין טראכטן און באשליסן וואס צו טאן מיט זייער לעבן.

פון דא און ווייטער, צעטיילן זיך די דאזיגע סיסטעם-קריטיקירנדע מענטשן אין עטליכע קאטעגאריעס. אבער די חילוקים זענען נישט נוגע צו דער טעמע. איך וויל זיך בעיקר אפשטעלן אויפ'ן חלק הנוגע למעשה. דער חלק הטעאריע -- וואס איז נישט גוט, פארוואס ס'איז נישט גוט, וואס מען וואלט געדארפט טאן, וויאזוי דאס אויסצופירן -- קענען זיין געשמאקע שמועס-טעמעס. איך וויל יעצט פרואווען בלייבן פאקוסירט אויף וויאזוי צו גיין פון דא און ווייטער, דהיינו, נאך דעם וואס דער סיסטעם איז שוין יא דא און מיר זענען דערינען.

די ערשטע זאך וואס איך פרואוו זיך האלטן פאר די אויגן ביים אנאליזירן דעם סיסטעם איז, אז אפילו אלע נעגאטיווע זאכן וואס ווערן צו אים צוגעשריבן זאלן זיין אינגאנצן אמת, איז נישטא אויף וועמען צו זיין ברוגז. דער סיסטעם האט זיך אנטוויקלט, און אנטוויקלט זיך ווייטער לויט די אומשטענדן, געשעענישן, און מענטשן וואס וואוינען אין אים. דער סיסטעם איז נישט אנטשטאנען פון איין יחיד אדער גרופע פון יחידים וואס האט זיך אוועקגעזעצט פארשרייבן א בלו-פרינט וואס איז דערנאך אויסגעפאלגט געווארן. דער סיסטעם, ווי יעדער סיסטעם, האלט אין איין זיך טוישן. די שינויים געשעען שטיל, פאמעליך, ריקן זיך אריין כמעט אומבאמערקט. אבער אויב קריכט מען ארויס, אזוי צו זאגן, פונעם יעצט, און מען באטראכט דעם "ביג פיקטשור", זעט מען עס קלאר.

אויב דער סיסטעם איז א פועל יוצא פון, לאמיר עס אנרופן, סאציאלער עוואלוציע, בלייבט נישט איבער אויף וועמען זיך צו בייזערן, אויסער אויפ'ן עצם פראצעס. זיך ברוגז'ן אויף א פראצעס האט דאך אבער נישט קיין פשט. איז די ערשטע זאך, אפילו אויב מען איז פארווייטאגט, זאל מען נישט לאזן די ווייטאג זיך פארוואנדלען אין א כעס, ווייל דעמאלט ווערט דער פאָקוס צעשווימען.

נאך דארף מען געדענקען, אז די עלטערן און משפחה, וואס "שטייען אין וועג" פונעם מענטש צו טאן וואס ער האלט פאר ריכטיג, זענען אויך טייל פונעם זעלבן סיסטעם. איז, אפילו יענע זאלן זיין 100 פראצענט אומגערעכט מיט'ן נישט פארשטיין א משפחה-מיטגליד וואס וויל לעבן אנדערש ווי ער איז אויפגעברענגט געווארן, זענען זיי, נאך אלעם, פראדוקטן פון א סיסטעם וואס זיי האבן נישט געשאפן. דער זעלבער סיסטעם האט זיי אויסגעשטעלט אנצוקוקן די וועלט און דאס לעבן מיט א געוויסן בליק; און דער זעלבער סיסטעם האט זיי פראגראמירט צו טראכטן און זיך אויפפירן וויאזוי זיי טראכטן און פירן זיך אויף. (היפאקריטן, שלעכטע מענטשן, "קאנטראל פריעקס" זענען אויך פאראן איבעראל בשפע ובהרחבה.)

במילא, אפילו מיר זאלן אננעמען אז זיי זענען נישט גערעכט, איז ריכטיגער זיי אנצוקוקן ווי קאלעגע-קרבנות -- אדער ווי מענטשן מיט גוטע און שלעכטע נטיות, ווי זיי וואלטן געווען סיי וואו -- איידער טייל פון דער פראבלעם.

בנוגע סיסטעם ווי א קאנצעפט, דארף מען אין אכט נעמען אז די וועלט באשטייט פון א סך קליינע סיסטעמס. כמעט יעדע געזעלשאפט לעבט און פונקציאנירט אויפ'ן דיקטאט פון געזעצן און נארמעס. אין יעדער קולטור זענען פאראן זאכן וואס זענען אומאקצעפטירבאר. יעדעס לאנד האט די מושגים פון גוט און שלעכט. כמעט יעדער מענטש האט פאר זיך רויטע ליניעס, וואס אויב זאל ער זיי איבערטרעטן וועט ער זיך טרעפן "אויף צרות". אין א סיסטעם וואו דער יחיד באקומט מער פרייהייט און ברייטערע ברירות, איז די ערווארטונג אויך העכער און ברייטער. אנטוישונג, ובכן, קומט אויך אפטער, שנעלער, און שארפער. אין יעדער געזעלשאפט זענען פאראן גרעניצן, וואס אויב וואגסטו זיי איבערטרעטן, וועלן די ארומיגע דעם איבערטרעטער אויסשפייען.

איז, סיסטעם כשלעצמו איז נישט קיין עקסקלוסיווע דערשיינונג דווקא ביי אונז. סיסטעם איז נישט גוט אדער שלעכט. ס'איז א פאקט פון לעבן. כך הוא דרכו של עולם.

======

לאמיר יעצט רעדן פון אונזער סיסטעם. ס'איז קלאר אז אונזער סיסטעם האט פעלערס. פארוואס איז עס קלאר? ווייל יעדער סיסטעם, ווי גוט ער זאל נאר זיין, איז געפלאגט פון חסרונות. מיר זעען דאך אויך אז עס זענען ביי אונז פאראן אזעלכע, פאר וועמען דער סיסטעם ארבעט נישט. למעשה אבער קען מען זאגן אז דער סיסטעם ארבעט יא פאר'ן רוב. וויבאלד א סיסטעם איז בהכרח געצילט אויפ'ן כלל, לאזט זיך זאגן אז דער סיסטעם ארבעט.

עס זענען פאראן די פאר וועמען דער סיסטעם ארבעט נישט. עס זענען פאראן אזעלכע וואס קענען באצייכנט ווערן אפילו ווי קרבנות פונעם סיסטעם. אבער, ווידעראמאל, אזעלכע זענען פאראן איבעראל. ס'איז נאכנישט באשאפן געווארן דער סיסטעם וואס איז פולשטענדיג גוט און פריי פון פראבלעמען. מיר האבן אונזערע, אנדערע האבן זייערע. אלץ און איבעראל באשטייט פון א געמיש פון פרייד און טרויער, הרחבה און אנגסט, ליבע און שנאה, גליקליך און שרעקליך. די פרטים פון לעבן נעמען אן פארשידענע פארמען און דריקן זיך אויס אויף אנדערע וועגן. די סך-הכל באלאנץ איז אבער אייביג און איבעראל א קוגל פון ביידן.

ממילא איז דער פאקט וואס דער סיסטעם פונקציאנירט נישט מיט א פולשטענדיגן שלימות נישט קיין סיבה פון אים אוועקצונעמען דעם זכות קיום.

די יחידים וואס שטויסן צוליב פיין און ליידן וואס זיי גייען דורך אינעם און פונעם סיסטעם קען מען נישט דן זיין. אין רוב פעלער איז זיי באמת ענג. אפגעזען וואס דער גורם זאל נישט זיין, טוט זיי עפעס וויי, און אויב ס'טוט וויי, שרייט מען. אויב שרייען איז נישט קיין אפציע, ווייל דאס עצם שרייען איז ביי אונז אפגעפרעגט, שטויסט מען. אויב עפעס טוט וויי און דאס געשריי ווערט דערשטיקט, וועט די ווייטאג געפינען אן אנדערן אופן וויאזוי ארויסצוקומען.

איך פרואוו די דאזיגע יחידים נישט דן זיין, און אויב דער דאזיגער יחיד איז מיר א באקאנטער, א גוטער פריינט, פרוביר איך אים פארשטיין אויך. איך רעד אבער יעצט נישט פון דעם מיעוט, נאר דעם סיסטעם און דעם כלל.

יא, און נאכאמאל יא, דער סיסטעם איז נישט ריין פון פראבלעמען און קען דערהייבן תיקונים. דאס איז קלאר. מצד השני, אבער, אז מיר וועלן אריינקוקן אינעם עבר וועלן מיר זען אז עס זענען אייביג געווען אזעלכע וואס זענען "ארויסגעפאלן", וואס האבן איבערגעלאזט דעם סיסטעם. "ארויסגעפאלן" צי "אוועקגעגאנגען" האט אין יעדן פלאץ און תקופה אנגענומען אן אנדער פארעם -- שמד, אידאלאגיע אא"וו; אבער געגאנגען איז מען אייביג.

דאס זאגט אונז, אז דער סיסטעם-אנטלויף פענאמען האט נישט מיט אונז יעצט דא, ווייל ס'איז אייביג געווען. ס'איז אייביג געווען ביי אונז און ביי אלע אנדערע סיסטעמס. איבעראל זענען פאראן אזעלכע וואס זענען נישט צופרידן און ווילן גיין.

איז, יא, מען קען און מען מעג מתקן זיין, ווייל בעסער שאדט קיינמאל נישט. אבער צו זאגן אז "סיסטעם" איז שולדיג אין דעם אויפשטייג פון אנטלויפערס, איז נישט דער שכל'דיגסטער ארגומענט.

======

יעצט, א ווארט צו די, וואס טראכטן מער-ווייניגער ווי איך.

איך בין דא, בתוך עמי ובתוך סיסטעמתי. דאס איז מיין הויז. דא וואוין איך. דא לעב איך. דא לאַך איך, דא וויין איך. דא טאנץ איך, דא בין איך פרייליך, אומעטיג, אויפגעלייגט, טרויעריג. דא שפיל איך זיך. דא עס איך. דא בין איך געבוירן און דא וועל איך שטארבן. דא ווייסט מען פון מיר, דא וועט מען מיך געדענקען. דא וועט אמאל זיין א פיצל קינד וואס וועט טראגן מיין נאמען.

איך וויל נישט זען מיין הויז חרוב, אפילו אויב עס איז נישט מלא חן, אפילו אויב נישט אלעס געפעלט מיר, אפילו איך וואלט געקענט באשטיין אז פארשידענע זאכן זאלן זיין אביסל אנדערש. איך האב ליב דעם סיסטעם, פונקט ווי איך האב נאטורליך ליב אלץ וואס איז מיינס.

איך וואלט זייער געוואלט אז מיין הויז זאל זיין פערפעקט, אז אלעס מיט און אין אים זאל קלאפן אויף פולע הונדערט פראצענט. אבער איך האב עס ליב אפילו מיט די חסרונות, פונקט ווי כ'האב זיך אליין ליב, מיט מיינע חסרונות. כ'האב אויך ליב מיין משפחה, הגם ווי מענטשן האבן זיי חסרונות. כ'האב ליב מיינע חברים, הגם זיי האבן חסרונות, נישט ווייניגער און נישט קלענערע ווי דעם סיסטעם.

ווען א סיסטעם שטייט שטארק אויף פעסטע יסודות קען מען זיך ערלויבן אים צו שטופן און שטויסן. למעשה הענגט דער סיסטעם -- אוקעי, נישט אויף א האר, אבער יא אויף א שטריק. ער איז נישט דער מעכטיגער, אומרירבארער, אומבאזיגבארער ריז וואס ער איז אמאל געווען. ער הענגט אויף א שטריק, לאז זיין א דיקן. ווערט ער אבער אלץ שווערער, און די וואס האלטן אים אונטער ווערן אלץ שוואכער.

ארונטעררייסן מיט נעגאטיווע סענטימענטן שעדיגט אים מער ווי מיר ווילן. שטויסן שטעלט זיין קיום אין געפאר. אמאל האט מען זיך געקענט מער ערלויבן, ווייל ער איז געווען שטארקער און געקענט מער פארנעמען. היינט איז ער א קרעכצנדער זקן. קלעפ און העק שטעלן זיין לעבן אין סכנה.

דער סיסטעם וועט בלייבן, לכאורה. אזוי איז אייביג געווען. מיר וועלן זען מער מענטשן אים איבערלאזן; איבערקריכן די צוים וועט אין דער צוקונפט לכאורה ווערן אן אפטערע ערשיינונג. ס'איז נישט אויסגעשלאסן אז עס וועט קומען צו א מצב, ווען יעדער יחיד וועט פאר זיך האבן צוויי אייניגע ברירות פון בלייבן אדער גיין. עס קען זיין אז דער סיסטעם וועט זיך ווייטער אנטוויקלען, אזוי ווי ער האט געטאן ביז היינט, און מיר וועלן זיך טרעפן מיט אנדערע דינאמיקס.

אלעס קען זיין און גארנישט ליגט, באמת, ביי קיינעם אין די הענט. מיין שכל זאגט אבער אז דער בעסטער מהלך איז צו אקצעפטירן דעם סיסטעם ווי ער איז, און פרובירן זיך מאכן באקוועם אין זיינע גרעניצן. אויב באזייטיגט מען די רוגזה, די באשולדיגונגען, און מען זעצט זיך אוועק טראכטן תכלית וואס מען וויל, וואס איז מיר נישט גוט, וויאזוי וואלט מיר געווען בעסער, קען מען געפינען א וועג אין לעבן אן פיין און אנגסט, אן וויי טאן זיך און אנדערע.

איך ווייס אז מיין הנחה וועט צו א סך נישט קלינגען צו איבערצייגעוודיג. איך פארשטיי אויך אז וואס איך זאג איז ווייט נישט פריי פון לאגישע לעכער. מען קען פונקט אזוי מאכן א קעיס אויף פארקערט. איך אליין קען עס באווייזן; כ'בין זיכער, אז אנדערע קענען עס טאן נאך בעסער. אייגנטליך, מען קען אויף יעדער זאך מאכן א קעיס לכאן ולכאן, אייביג און איבעראל. אלא וואס יא, איך האב געפרואווט טיילן מיין פערספעקטיוו, און איך האף, אז מענטשן וואס טראכטן ווי איך און פלאנירן נישט קיין דראסטישע שריט, וועלן אין דעם פאסט געפינען עפעס, וואס וועט ביי זייער הארץ און מוח נושא-חן זיין.
וירח ה' את ריח הניחוח
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

שליחה דורך חאצקל »

דער שרייבער האט א גיטער וואקעבילארי, פראבירט צו זיין לאגיש און ברייט, אבער ס'איז טאקע נאר געווען א פראווע... ער שרייבט א דעה געבויט אויף זיין אייגענע עקספיריענץ. לא זו הדרך!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

נו אדרבה ר' חאצקל, לאמיר הערן דיין פוינט אף וויא.
וירח ה' את ריח הניחוח
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

זייער א שיינע פיל-גוד ארטיקעל, אבער ווען ער זאגט אז די סיסטעם "ארבעט" פארשטיי איך נישט פונקטליך וואס ער מיינט.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

נא איז דא א וועג צו וויסן אויב די סיסטעם ארבעט?
איז שייך צו זאגן אז פאר יעדן איינציגן וואס לאזט אפ די סיסטעם איז דא נאך פינף-צען וואס וואלטן אויך, אבער האבן נישט די גאטס אדער אנדערע סיבות אפצולאזן?
נח געציל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 3:30 pm
האט שוין געלייקט: 79 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

שליחה דורך נח געציל »

געפילטע פיש האט געשריבן:זייער א שיינע פיל-גוד ארטיקעל, אבער ווען ער זאגט אז די סיסטעם "ארבעט" פארשטיי איך נישט פונקטליך וואס ער מיינט.


איך רעד נישט פאר דעם שרייבער, אבער ווי איך פארשטיי, א סיסטעם וואס ארבייט פארן רוב הייסט א סיסטעם וואס ארבייט. עס איז נישט דא קיין סיסטעם וואס ארבייט פאר יעדן. דער מציאות איז אז אונזער סיסטעם ארבייט פארן רובא דרובא.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

נח געציל האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:זייער א שיינע פיל-גוד ארטיקעל, אבער ווען ער זאגט אז די סיסטעם "ארבעט" פארשטיי איך נישט פונקטליך וואס ער מיינט.


איך רעד נישט פאר דעם שרייבער, אבער ווי איך פארשטיי, א סיסטעם וואס ארבייט פארן רוב הייסט א סיסטעם וואס ארבייט. עס איז נישט דא קיין סיסטעם וואס ארבייט פאר יעדן. דער מציאות איז אז אונזער סיסטעם ארבייט פארן רובא דרובא.

איך האב פארשטאנען וואס ער מיינט, איך פרעג נאר וואס מיינט "ארבעט" פאר רוב?
באניצער אוואטאר
נס קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 411
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:56 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

שליחה דורך נס קאווע »

אויב ס' ארבעט פאר רוב ווייס איך נישט אבער ע''פ רוב ווי דעסט גיין אויב בלייבסטע יודיש פאלסטו אריין אין א סיסטעם וואס פון די פוינט אוו וויו פון ווי דו ביזט אויפגעוואקסן זעהט עס אויס אביסל שענער

אבער באמת וועסטו כמעט נישט זעהן חסידישע יודן פארלאזן צו א צווייטע פראקציע פון כלל ישראל אפילו ער'ז אנגעווייטוגט אויפן סיסטעם און וויל בלייבן יודיש אחוץ אויב מע' גייט אינגאנצען און מע' קומט צריק
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

וואס מיינט ס'ארבעט ? ווי אזוי מעסט מען דאס?
יתכן אויב רוב מענטשן דרייען זיך ארום מער ווייניגער פריילעך און צופרידען קען מען זאגן אז "ס'ארבעט. דרייען זיך ארום רוב מענטשען ציפרידען? ( די רוב דארף זיין פין די אינגע דור)
או אינו, מענטשן וואס וואקסן אויף אין א קאלט זענען אויך ציפרידען, נאך אלץ קען זיין אז אן אינדרויסען-דיגער זאל זען ווי געפערליך שלעכט די לעבן דארט איז. וואס זאגט די דרויסענדיגער?

אפשר קען מען זאגן אזוי, אויב די מיסד פינעם סיסטעם האט דערגרייכט זיין ציל, די זאך איז געלונגען מער ווייניגער אזוי ווי ער האט זיך געפיקטשערט, איז שייך ציזאגן "ס'ארבעט"
נא קוקט עס אויס ווי זיי/ער האט געוואלט?

אפשר גאר אזוי, לאמיר זאגן אז דער רוב מענטשען זענען נישט ציפרידען, אבער די סיסטעם איז ווי דער אויבשטער וויל פין אזא סיסטעם האט ער הנאה. איז שייך ציזאגן פאר עם כביוכל ארבעט עס "ס'ארבעט"?

וואס נאך?
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך מורינו הרב »

קיין איין סיסטעם ארבעט נישט אויף 100 פראצענט. ווי אזוי קען א זאך ארבעטן פאר יעדן?
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

שליחה דורך לאדיך אפ »

ס'קען טאקע נישט. אזוי ווינסטאן טשורטשיל האט געזאגט אז קיין איין סיסטעם טויג נישט, אבער פון די אלע נישט גוט סיסטעם'ס איז דעמאקראטיע די בעסטע
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

לאדיך אפ האט געשריבן:ס'קען טאקע נישט. אזוי ווינסטאן טשורטשיל האט געזאגט אז קיין איין סיסטעם טויג נישט, אבער פון די אלע נישט גוט סיסטעם'ס איז דעמאקראטיע די בעסטע

און טיילמאל, די וואס לאזן אפ דעם סיסטעם, איז דער פעלער מער ביי זיי פערזענליך ווי אין סיסטעם. ווי למשל די אזויגערופענע "דעברא פעלדמאן" (דאס איז נישט איר עכטער נאמען. ווייל ווער האט דען געהערט אז איינער צוטיילט דיך מיט דעם בן זוג זאל מען נאכ'ן גט'ן זיך נוצן יענעם'ס נאמען אלס טייל פון די אייגענע אידענטיטעט.) איר לעבן אלס אויפוואקסנדיג קינד איז האלב נישט געווען אזוי שלעכט ווי זי פרובירט עס צו שילדערן. זי איז הויפטזעכליך אן "אפארטוניסט"". אזוי ווי מען האט זיך איבערצייגט פון די שקרים וואס זי בראקט אין'ם בוך, און איר אומפארשעמטע אויפפיהרונג אין די מידיא בכלל. אבער ס'איז פארהאן אנדערע וואס האבן זיך געפילט אפגעפרעמדט פון סיסטעם און האבן זיך געפילט געשטיקט, האבן זיי אלעס איבערגעלאזט.
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

שליחה דורך boxcover »

מורינו הרב האט געשריבן:קיין איין סיסטעם ארבעט נישט אויף 100 פראצענט. ווי אזוי קען א זאך ארבעטן פאר יעדן?

און דא ליגט טאקע די הינט (פאן אינטענדעד) באגראבן. ווען די סיסטעם לאזט מיך אויסוועלן אן אנדערע סיסטעם וואס ארבעט בעסער פאר מיר אדער מיין משפחה, פארוואס זאל מען מיך רודפ'ן? די סיסטעם זאל פארשטיין אז קיין איין סיסטעם ארבעט נישט אויף 100 פראצענט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די סיסטעם לאזט דיך נישט? מעגסט טוישען סיסטעם, נאר א חלק פון אינזער סיסטעם איז צו רודף'ן דעי וואס גייען אוועק. און דאס ארבעט פאר ווער ס'איז אין די סיסטעם......
פארשפארט