כהן האט געשריבן:מ'האט אים נאך נישט אריין געפירט שפעטער נאכמיטאג איז אין פלאן
יא יא אמת. נאכאלץ אין שפיטאל
איך האב אים היינט אינזינען געהאט ביי רפאנו ה׳ געלאזט פאלן א טרער אז דער בורא כל עלמים זאל זיך שוין מרחם זיין און שיקן א רפואה שלימה פאר די עלטסטע חסידישע רבי אויף דער וועלט, פון די לעצטע רבי׳ס וואס איז נאך אויפגעוואקסן אינדערהיים.
דער וויזניצער רבי פון סטעטן איילענד האט געהייסן אלע זיינע חסידים זאלן היינט מאכן א ביטול מלאכה און מהאט א גאנצען טאג געזאגט תהילים לרפואת דער רבי פון מאנסי מרן הגה״ק ר׳ מרדכי בן מרגליא
איי וואס געיט מיך אן? אבער פאקטיש גייט מיך עס יא אן. איך האב שטארקע פילינגס פאר אים. אזויווי ער וואלט געוועהן מיין זיידע. איך וויל ר׳ מאטעלע זאל לעבן פאר אייביג ביז משיחס טאג אפילו ער איז א עקסטרימסט. איך גלייך אים. ער איז אויטענטיש און אמת און א אייניקל פון מיין גרויסען רבין דער אהבת ישראל פון וויזניץ און ער האט זיך געקאכט אין זיין זיידען זיין גאנץ לעבן.
עפעס א היץ-קאפ וואס האט אביסל אפגעלאזט וויזניץ און חסידות פארציילט מיר אזא מעשה, מיט אפאר יאר צוריק האט אים די רבי אריינגערופן און אים געבעטן ער זאל נישט טוהן א געוויסע זאך. יענער מיט זיין הייסע טעמפער האט זיך אויפגערעגט און געזאגט פאר ר׳ מאטעלע בזה״ל
דו ביסט איבער נייציג יאהר אלט, דיין הארץ ארבעט אויף א בעטערי, דו ביסט (כמעט) בלינד, דו האסט הונדערעטער אייניקלעך און דו זארגסט זיך וועגן מיינע קליינע עבירות???
ער זאגט מיר ר׳ מאטעלע האט זיך בכלל נישט גערעגט נאר פארקערט ער האט זיך צושמייכלט. און ער האט זיך אנטשולדיגט פאר אים אפאר מאל , און געזאגט כהאף ביסט מיר מוחל פארוואס איך האב דיר גערופן, כהאף ביסט נישט ברוגז אויף מיר. איך רוף דיך נאר ווייל איך וויל דו זאלסט מיר טוהן ״א פערזענליכע טובה״ און זאלסט נישט טוהן דעס און יענעץ, אויב ווילסטו מיך נישט פאלגן וועל איך נאכאלץ זיין דיין פריינד. דער אינגערמאן האט געזעהן ווי שיין און ראוהיג די רבי רעדט צו אים נאכדעם וואס ער האט גערעדט צו אים אומ-דרך ארצדיג האט געזאגט פארן רבין ״אקעי איך נעם מיך פאר קיינמאל מעהר נישט צוטהון די זאך״. פאר ער איז ארויס האט זיך דער רבי נאכאיינמאל אנטשולדיגט און אים זייער שיין באדאנקט פארן אים אויסהערן.
איך קען ענק פארציילן אסאך אינטערסאנטע מעשיות פון ר׳ מאטעלע ער איז א אייגענארטיגע מענטש פון איין זייט א הארטנאקיגע קנאי פון די אנדערע זייט א ווייכע ליבליכע געטרייע מענטש.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius