א הינער-שטורעם
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: א הינער-שטורעם
איך וויל נאר דערמאנען אז אין ׳עמי׳ מאגאזין איז געווען אן אינטערוויו מיט ישראל אייכלר וועגען דער פסק פון בג"ץ וועגען דער גיוס. מ׳האט איהם געפרעגט צו די גדולי ישראל זענען באזארגט וועגען די גזירה, האט ער גע׳ענטפערט אז זיי זענען מער באשעפטיגט מיט דער בראקל טשיקען, ודפח"ח.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
הוגה האט געשריבן:[justify]איך האב זייער הנאה געהאט פונעם ארטיקל. עס איז סיי געווען גאר אינפארמאטיוו און סיי זייער אינטערעסאנט. איך ווייס נישט פארוואס עס האט אויסגעפעלט צוצולייגן די 'סעקולארע שטודירונג' אגענדע ביים סוף. די אגענדע פונעם ארטיקל דארף זיין בלויז איינס, אז מחלוקת'ן און שערוריית האבן געווענטליך גארנישט מיטן מציאות. אפילו ווען גאנצע שטיקער הלכה ווערן ציטירט מיינט נאך נישט אז עס האט עפעס מיטן נידון המדובר. קיין בעסערע אויסדרוק האב איך נישט ווי עס אנרופען אן אייוועלטישע שערורייה.
גרעיט דזשאב, [tag]יידל[/tag].
.[/justify]
יישר כוח. ביזט כשר גערעכט וועגן די ענדע. מעיקרא האב איך געטראכט צו מאכן דעם ארטיקל מער בכלליות און אנווייזן אויך אויף עטליכע פון די אנדערע לעצטיגע שערוריות ווי זיי ליידן פון אן אומוויסנהייט אין די פשוט'ע מציאות (טייל מאל במכוון). למעשה האט זיך דער בראקל חלק פארלענגערט פיל מער ווי געפלאנט, און צו ארויסווארפן דעם אריינפיר האב איך שוין נישט געהאט קיין הארץ, האב איך עס אויפן ראט פון חבירים אוועקגעשטעלט אלס עפילאג. אין רעטראספעקט איז דאס געווען א טעות און כ'וואלט עס ווען געדארפט גענצליך באזייטיגן.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
ריכטיג האט געשריבן:א הערליכע ארטיקל, עס בענקט זיך צו די אריגינעלע @יידל פעדער.
די ארטיקל דעקט זייער גוט די וויסנשאפטליכע זייט, אבער למעשה בין איך פיין מסופק וויפיהל דאס מאכט אויס להלכה. אפגערעדט אז די סייענס דערפון איז פון די קאטעגאריע וואס די חרדים רעכענען זיך דערווייל נישט דערמיט (אויב מען זאל נעמען די שיטות - וואס ווערן גענוצט פעסטצושטעלן די מקור פונעם בריד - ערנסט ביזן סוף וועט מען ענדיגן ביי עוואלוציע), ווייס איך אבער נישט צו די סברא אז "כל זמן זיי זענען זיך מזווג זענען זיי איין מין" איז בכלל גילטיג. דאס וועט לכאורה מיינען אז אויב איין בריד איז פעסגעשטעלט אלץ א דורס ווערן אלע ברידס אסור (עס גייט ביידע וועגן... איא?!).
איך גלויב אז לויט סייענס האבן ווארשיינליך אלע ציטרוס ביימער אויך איין מקור, לפי"ז כל זמן מען קען מרכיב זיין איז דאס איין מין און א אתרוג המורכב העט זיין כשר. נעווער מיינד מורכב, מען קען לכתחילה נעמען א לעמאן אדער א מאראנץ...
איך מיין אז אפילו מען זאל לגמרי גיין מיט די סייענס דא, העט פארט הלכה האבן אן אנדערע גאנג. איך האף אז איך בין גענוג קלאר, הלוואי וועט [tag]יידל[/tag] אליין אריינקומען.
אודאי האט הלכה אן אנדערער גאנג. די פראבלעם איז נאר אז דער גאנג איז תלוי אין גארנישט חוץ דער (פעלערהאפטיגע) אינטואיציע פון רבנים, ווי לעיקוואד'ס האט דאס שיין אויסגעברייטערט. אחוץ דער חזון איש לגבי כלאים, האב איך כמעט נישט געטראפן קיין ערנסטער פוסק וואס זאל זיך אפגעבן מיטן דעפיניציע פון מין לגבי הלכה.
אין א סימן אז עס איז ריין תורה לשמה האב איך דעם שבת זיך אנגעשטויסן אינעם רמב"ן אין פרשת בראשית וואו ער שרייבט בפירוש אז דער דעפיניציע פון מין איז ווי די אנגענומענע וויסנשאפטליכע דעפיניציע, און אזוי זאגט ער (בראשית ב כ):
כי הקב"ה הביא כל חית השדה וכל עוף השמים לפני אדם, והוא הכיר טבעם וקרא להם שמות, כלומר השם הראוי להם כפי טבעיהם. ובשמות נתבאר הראוי להיות עזר לחברו, כלומר הראויים להוליד זה מזה. ואפילו אם נאמין בשמות שהם בהסכמה, לא טבעיות (מו"נ ב ל), נאמר שקריאת השמות היא הבדלת המינים, כי עברו לפניו זכר ונקבה והתבונן בטבעם, איזה מהם עזר לחברו, כלומר המוליד ממנו, והודיע זה בשמות, כי הבהמה הדקה קרא בשם אחר, שכולן עזר זה לזה בתולדה שיולידו זה מזה, והגסה בשם אחר, והחיה בשם אחר, שלא יולידו מין זה מזה, וכן כולן. ולא מצא בכולן שתהיה בטבעה עזר לו ותקרא בשמו, כי קריאת השמות היא הבדלת המינים והפרד כחותם זה מזה
שוב ראיתי אז ליטוואק פון בודאפעסט ברענגט דאס שוין פריער
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:הרב אמתי בן דוד איז איינער וואס קען זיין נושא זייער גוט (און ער האלט אז ביידער, הן די 'פארמישטע' טשיקענס און הן די 'ריינער' טשיקענס זענען כשר), און ער איז פונקט די זעלבע חרדי ווי אונז אלע. ס'איז דא נייגעריגע מענטשען אין דער וועלט און אומנייגעריגע מענטשען, און דער וואס האט א פארשטאפטע קאפ, ווען גארנישט וויסען אפילו ווען ער לערנט לימודי חול ערליכעהייט אין סקול.
הרב בן דוד איז איינער וואס האט דורכגעטון די "לימודי חול" חלק פונעם נושא. עס האט נישט מיט זיין א חרדי, איך בין אויך א חרדי.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:
ולהעיר, דברי החת"ס המספקים אודות עיבור טהור מטמא הם שיהא זה דין בנוגע לתולדה שלהם, אבל אינו דן לגבי הגדרת מין שזה שמזדווג עם העוף יהווה ראיה שהוא מאותו המין. ונראה שלא נחית לשאלת הגדרת מין בכלל אלא לדין אחר ולכן אפשר לומר שגם לספקו זה הגדרת המין או אפשר לומר להיפך.
אגב, יידל זאגט בתוך הדברים אז די אלע עופות וואס די אחרונים זענען דן ווי פערל-הינער וכדו זענען טאקע נישט ממין התרנגול. איז דאס ריכטיג? וואס איז דער מקור דערפאר?
דעם חתם סופר האב איך נישט געברענגט אלס ראיה לגבי הגדרת מין, נאר פשוט אז זיין דיון איז לקוי בחסרון ידיעה. דאס איז לכאורה זיכער אז עס קען נישט זיין איין מין וואס טייל פון די מין זענען טהור און טייל פון זיי זענען טמא (ווי תוס' צייכנט אן אין די סוגיא פון תרנגולתא דאגמא אלס כל היוצא מן הטהור טהור)
לגבי די פערל-הינער און די אוהערהינער: דאס זענען פויגלן וועלכע זענען עד היום הזה באקאנט מיט די נעמען, און זיי זענען קלאר נישט ממין טשיקן: עיין ויקיפדיה בגרמנית ערך פערלהון, וערך אוהערהון
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
שלום עליכם יידל,
ווי כ'האב שוין געשריבן, האב איך גרויס הנאה געהאט פון אייער ארטיקל, בעיקר די פילע ידיעות איבער די אידענטיטעט פון די פערל הינער, תרנגולא דאגמא וכו'. אבער דאך געשפירט א ציפ אין הארץ אז איר גיבט נישט דעם פולקאמען בילד ווי עס וואלט געפאסט פאר יידל.
צום ביישפיל, עס איז נישט ריכטיג וואס איר שרייבט אז אלע הינער וואס די פוסקים האבן דן געווען זענען נישט ממין התרנגול. די הינער פון וואס דער דברי חיים רעדט זענען לכאורה געהעריגע טשיקנס מיט געוויסע שינויים, ווי האר אויף די פיס, און די קול איז אנדערש וכדו'. אזוי אויך האט איר בכלל נישט גערעדט וועגן מסורה, ווי אזוי א מסורה קומט צושטאנד, ווי אזוי די טוירקי (וואס איז אינגאנצן נישט ממין התרנגול) איז אריין אין כלל ישראל, פון וואספארא שינויים רעדט מען דא? מיט וואס איז בראקל אנדערש ווי קארניש? וואס איז די היסטאריע פון דעם עוף? וכו' וכו'. דאס זענען אלעס א חלק פון די דעבאטע, און פונקט ווי מען קען נישט פארשטיין דעם שאלה בלויז פון די ספרי הפוסקים קען מען נישט פארשטיין די שאלה בלויז פון וויקיפידיע.
אויב איז אייער ציל געווען בלויז צו מעיר זיין אז עס איז דא א חסרון אין דעם מציאות הדברים - זאל זיין אזוי. אבער אויף דעם דארף איך נישט יידל.

האדם לא נברא אלא להתענג
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
יאיר האט געשריבן:עס איז נישט ריכטיג וואס איר שרייבט אז אלע הינער וואס די פוסקים האבן דן געווען זענען נישט ממין התרנגול. די הינער פון וואס דער דברי חיים רעדט זענען לכאורה געהעריגע טשיקנס מיט געוויסע שינויים, ווי האר אויף די פיס, און די קול איז אנדערש וכדו'.
כ'האב נישט געשריבן אלע הינער, און טאקע דארט אין יענעם שטיקל באצי איך זיך צו די תרנגולי קוצ'ין פון וועלכע דער דברי חיים האט גערעדט, עיי"ש בדברי.[/quote]
יאיר האט געשריבן:אזוי אויך האט איר בכלל נישט גערעדט וועגן מסורה, ווי אזוי א מסורה קומט צושטאנד, ווי אזוי די טוירקי (וואס איז אינגאנצן נישט ממין התרנגול) איז אריין אין כלל ישראל, פון וואספארא שינויים רעדט מען דא? מיט וואס איז בראקל אנדערש ווי קארניש? וואס איז די היסטאריע פון דעם עוף? וכו' וכו'. דאס זענען אלעס א חלק פון די דעבאטע, און פונקט ווי מען קען נישט פארשטיין דעם שאלה בלויז פון די ספרי הפוסקים קען מען נישט פארשטיין די שאלה בלויז פון וויקיפידיע.
אויב איז אייער ציל געווען בלויז צו מעיר זיין אז עס איז דא א חסרון אין דעם מציאות הדברים - זאל זיין אזוי. אבער אויף דעם דארף איך נישט יידל.
עס איז נישט מיין שולד אז די פוסקים באציען זיך נישט דערצו, עס איז די פוסקים'ס שולד. אדרבא, טרעף מיר וואו אין די פוסקים עס איז דא אן דירעקטער שמועס איבער וואס מיינט א מסורה און וואס מיינט א מין? עס איז כמעט נישטא אזא זאך, נאר אלעס איז אומדירעקטע משמעות'ן פון די פוסקים. (אן אינטערעסאנטע שמועס לגבי דעם קען מען געפונען אין בני בראון'ס "החזון איש" וואו ער באהאנדלט דעם חזון איש'ס צוגאנג צו מסורה ווי עס האט זיך אויסגעשפילט לגבי דעם זבו. און אפילו דארט איז אויך נישטא קיין געהעריגער דעפעניציע פון מסורה, נאר אויף אזויפיל ווערן מיר געוואויר אז נישט-אייראפעאישע אידישע קהילות האבן נישט געקענט שאפן א מסורה לדעת החזו"א וויבאלד זיי געהערן צום דלת העם.)
כ'מיין אז כ'האב גאנץ קלאר מסביר געווען וויאזוי דער בראקל איז אנדערש ווי דער קארניש (פשוט: עס איז אן אנדערער בריד און דעריבער האט עס שינויים אינעם אויסזען און אינעם אויפיררונג. פונקטליך וואס די שיונים זענען איז באמת נישט אינטערעסאנט, און מ'קען די כאראקטעריסטן געפונען אויף יעדן טשיקן האדעווער פארום אויפן אינטערנעט.), אן עוף איז נישט קיין מענטש אדער לאנד, עס האט נישט קיין "היסטאריע". עס איז פשוט דער ברידיניג אין אנדערע פלעצער און אין אנדערע צייטן וואס מאכט פארשידענע ברידס אויסזען אנדערש איינער פון צווייטם. מיר דוכט זיך אז זעענדיג אזא היציגן געפעכט צווישן די היינטיגע גדולים ערווארטעט איר עפעס א טיפערער און מער פונדאמענטאלער חילוק צווישן אונזערע ברוילערס און דער בראקל. דער פשוט'ער אמת איז אבער אז עס איז בכלל נישט קאמפליצירט, עס איז גאר פשוט. עס איז נאר דער חסרון הידיעה וועלכע שאפט א רושם ווי כאילו דא איז דא עפעס א גאנצער נושא אדרוכצוטון מיט א היסטאריע און א סייענס.
לגבי די טוירקי זענט איר גערעכט אז כ'וואלט דאס געדארפט קאווערן אבער דער טוירקי איז א קאמפליצירטער נושא, הויפזעכטליך וויבאלד די פריערדיגע פוסקים האבן זיך מיאוס טועה געווערן דערין ואכמ"ל.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
קען זיין מיר קומען פשוט פון אנדערע אנגלען. לאמיך אייך זאגן ווי אזוי איך קוק עס אן.
איר טענה'ט אז סייענס זאגט אונז אז עס איז פארהאן איין מין הין און אלע זענען ברידס. סייענס זאגט אונז אז יעדער טשיקן בריד באלאנגט צום זעלבן מין, און אלס איז אפשטאמיג פון איין מין, דעריבער איז דאס אלעס נכלל אין די מסורה פון תרנגול. אויב בראקל איז טריפה זענען אלע הינער טריפה, וההיפך בהיפך. דער דברי חיים ודעימיה האבן געהאט א גרויסן ריזיגן טעות ביי די פריערדיגע שערוריות. וכו' וכו'.
אבער דאס האב איך געוואוסט פאר אייער ארטיקל; נתן סליפקין האט דאס געשריבן אין זיין בלאג אין פינף פאראגראפן. (מסתמא אנדערע האבן דאס נישט געוואוסט און פאר זיי איז דאס א ווילדע חידוש). איר האט טאקע ברייטער אריינגעגאנגען אין די היסטאריע פון די הינער, איבער די שאלות פון די פערל הון וכדו'. און איך האב זיך שוין געפרייט אז בקשתי את שאהבה נפשי. למעשה בין איך אבער געווארן אביסל אנטוישט. פארוואס?
איך קוק אן אז עס איז דא עפעס א סיסטעם אין הלכה (כאטש אפשר אומקלאר פון א וויסנשאפטליכע שטאנדפונקט, אבער א סיסטעם איז עס) וואס מען דארף מעסטן לויט דעם. אין מיינע אויגן איז פשוט אז מערערע פוסקים האבן אנגענומען אז צווישן די הינער זענען פארהאן פארשידענע מינים און נישט אלע גייען אריין אונטער די זעלבע מסורה.
ווי ענליך דארף די מין זיין? אויף דעם טוט זיך אפ א ריזיגע געטועכץ אין די פוסקים, און דא הערשט מיין אומקלארקייט. עס זענען פארהאן טשיקנס וואס זעען אויס גאר אנדערש ווי די געווענליכע טשיקנס צו וואס מען איז געווען געוואוינט אין אייראפע, און אויף דעם איז דער גרויסער דיון, ווי גרויס די שינויים דארפן זיין אז מען זאל דאס נאך באטראכטן אלס אונטער דעם זעלבן מסורה. דאס אז אין די תורה ווערט א מין באצייכנט אלס א מער כלליות'דיגע קאטעריע איז בכלל נישט אינטערעסאנט אין דעם דיון ווייל מיר זענען דאך נישט קיין צדוקים. אזוי אויך דאס אז אלעס איז פיזיש אפשטאמיג פון דעם זעלבן מין איז אויך אינגאנצן נישט אינטערעסאנט פאר דעם חרדי'שן פוסק ווייל לויט דעם וועט מען מוזן זאגן אז אלע פריערדיגע פוסקים האבן געהאט א גרויסן טעות און דאס קומט אפילו נישט אויפ'ן געדאנק. אפגערעדט אז פון דא ביז עוואלוציע איז א שפאן אוועק.
די קריטישע שאלה, אין מיינע אויגן, איז וואס הייסט א שינוי? געהערט האב איך פון א בקי אז דאס אסר'ן דעם בראקל איז אין כדוגמתה אין היסטאריע, וויבאלד די שינויים זענען אזוי קליין אז עס וואלט קיין איין פוסק נישט געקומען אויפ'ן געדאנק דאס צו אסר'ן. די פריערדיגע שאלות האבן זיך געהאנדלט מיט פיל גרעסערע חילוקים. איז דאס ריכטיג? דאס האב איך געמיינט אז דאס פאדערט א געהעריגע באהאנדלונג. וואספארא טשיקנס מישט מען אריין? ווי אנדערש איז עס? ווי אנדערש זענען די טשיקנס געווען איינער פון אנדערן אין אייראפע? וכו'.
און ווי איך האב געשריבן דארף מען אויך א געהעריגע אפהאנדלונג וואס מסורה איז. מען דארף טאקע ארויסנעמען אומקלארע משמעות'ן פון פוסקים. פארדעם איז וויכטיג די טוירקי דעבאטע. איר ווילט אז פוסקים זאלן קלאר אויסשמועסן מיט א סייענטיפישע פונקטליכקייט וואס מסורה איז. אבער ווידעראמאל, הלכה איז נישט סייענס. מען דארף פארשטיין אז הלכה האט זיך אירע אייגענע כללים און אייגענע סיסטעמען וואס זענען אפשר טאקע נישט אזוי אויסגעהאלטן לאגיש און מאטעמאטיש אבער פאר די וואס פראקטיצירן איר שטימט דאס זייער גוט. מען דארף זיך אריינלייגן אין זייערע קעפ און פרובירן מאכן סענס דא.
איך האף איך האב זיך גענוג מסביר געווען. ודי בזה.

-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
Re: א הינער-שטורעם
קודם כל וויל איך באדאנקען @יידל פאר נעמען די מי אראפצושרייבן אן ערנסטער ארטיקל איבער דער בראקל שערוריה ווי עס פארדינט זיך.
כמוני כמוך האב איך מיטגעהאלטן דעם שמועס אויף אוצר החכמה, אבער שלא כמוך בין איך געקומען צו א פארקערטער מסקנא. בעת וואס די ידיעות המדעיות וואס דו ברענגסט איז יא געווארן דערמאנט דארט כמה וכמה פעמים - טאקע נישט געווען אזוי בולט בתוך ים המלל דארט - איז דווקא דער תורה'דיגער חלק געווען גאר ארים און אויבערפלעכליך.
דעם ניק "ברזלים" וועמען דו האסט צוטירט אלס טאן שטעלער פון אשכול, קומט אים טאקע קרעדיט פארן מאדערעיטן אז ס'זאל זיך נישט דערקייקלען צום יסודות'דיגן חקירה פון ווער ס'איז דער עכטער רב פון בני ברק, אבער ס'האט אים געפאלאוט האט האט געזען אז ער קען זיך נישט אויס און אז ער לערנט זיך אָן דע גאָוּ. בעסער וואלט געווען צו ציטירן הגאון "ברזלי", וואלט מען געזען אז דארט וואו ס'דא תורה איז דא חכמה.
איך וויל דא שרייבן כמה הערות, איך וועל גיין לויטן סדר וכפי מסת ידי:
א. דאס נישט אריינגיין אין די פאליטישע חלק נעמט צו די מעגליכקייט דן צו זיין איבער איגנאראנץ. ווען מ'גייט אריין אין די שרשי הדברים זעט מען אז ס'נישט אזוי ווייט איגנאראנץ ווי אגענדע, וד"ל.
ב. רש"י איז נישט מחדש קיין חומרא! די דירעקטע תוצאה פון די מעשה מיט די גירותא איז אז ס'נישט שייך צו מברר זיין דער סימן פון דורס, ואין חולק על זה. נאר לויט ר'משה בר' יוסף במקום ג' סימנים דארף מען ממילא נישט חושש זיין אויף דורס, אבער לויט רש"י'ס מהלך אין דער סוגיא איז עס מעיקר הדין.
ג. דער שו"ע פסק'נט להדיא יא ווי רש"י! נאר לגבי די צווייטע מחלוקה אויב חרטום וכף רגל רחבה שליסט אויס דעם חשש דורס, קריגט ער זיך מיטן רמ"א. אבער דאס האט נישט מיט רש"י און נישט מיט תרנגולים!
ד. דער תורה'דיגער דעפיניציע פון מין איז זיכער שמאלער ווי דער וויסנשאפטלעכער. דער הונט מיטן וואלף זענען קלאר צװײ מינים ואסור להרביעם. והא לך לשון הרמב"ם כלאים פרק ט הלכה ד: שני מיני בהמה או חיה שדומין זה לזה--אף על פי שמתעברין זה מזה, ודומין זה לזה--הואיל והם שני מינין, הרי אלו כלאיים ואסור להרכיבן. כיצד: הזאב עם הכלב, והכלב הכופרי עם השועל, והצבאים עם העיזים, והיעלים עם הרחלים, והסוס עם הפרד, והפרד עם החמור, והחמור עם הערוד--אף על פי שדומין זה לזה, הרי הן כלאיים זה בזה.
ה מין שיש בו מדברי ויישובי, כגון שור הבר עם השור, והרמך עם הסוס--מותר להרכיבן זה עם זה, מפני שהן מין אחד. אבל אווז עם אווז בר, כלאיים זה עם זה: שהאווז ביציו מבפנים, ואווז הבר ביציו מבחוץ--מכלל שהם שני מינין.
ה. פון די כ"ד עופות טמאים ווערן ביי פיר פון זײ דערמאנט למינו. זאגט דער גמרא אז דאס קומט אונז לערנען אז ביי די דאזיגע פיר זענען פאראן כמה מינים וסארטן וכולם אסרה תורה. און אויף דערויף זאגט איסי בן יהודה אז "מאה עופות טמאין יש במזרח וכולן מין איה הן" אבער בײ די אנדערע עופות וואו די תורה האט נישט מרבה געווען פארשידענע סארטן איז עס טאקע נישט דא.
ו. בײ סימני בהמות וואו נישט דער שם גמל איז דער מטמא נאר דער סימן החסר, פעלט נישט אויס צו שרייבן למינו ודי בזה.
ז. דאס אליין אז לויטן מדע ווערט יעדער סארט וואס פארמערט זיך איינער מיטן צווייטן פאררעכנט אלס איין מין, בעת וואס דער גמרא זאגט קלאר אז ס'איז שייך אז צוויי באזונדערע מינים זאלן זיך מישן, ולו יהי אז ביידע זענען טהור אבער פארט פארשידנארטיגע, צייגט אז דער הלכה'דיגער קלאפיקאציע אין מין איז שמעלער.
ח. תוספות אין חולין זאגט נישט אז ס'קען נישט זיין אין איין מין הן טמאים והן טהורים, (וואס רש"י זאגט קלאר אז יא) נאר ס'קען נישט זיין אלע זכרים טמאים וכל הנקיבות טהורים, ודווקא בגלל שעל אופן זה יש להם קושיא.
ט. די שייכות פון גענעטישע מאדיפיקאציעס מיט בראקל איז זייער פשוט, די גאנצע צורך אינעם בראקל איז נולד מזה שחששו אז אין די ברוילערס האט מען גענעטיש מאדעפיצירט, וכאמור דארף מען וויסן די הינטערגרונד, ווייל מ'רעדט פון בראקל און מ'מיינט גאנץ עפעס אנדערש.
יש להאריך עוד אבל כיון שמתארך ומתיירא אני שלא אגע לריק שיק איך שוין, איך וויל נאר זאגן נאך איין נקודה: לדעתי איז דער פראבלעם פון דער עולם התורה היינט צוטאגס נישט דער חוסר בידיעות הכלליות (איך זאג נישט אז ס'קיין פראבלעם) נאר דער בינוניות און שטחיות אין תורה וחוסר ביקוש האמת וואס הערשט, דער ונהיו בעינינו כחגבים און יעדער איז נאר כננס על גבי ננס (כלשון יאיר?: נתקטנו הביצים). און טאקע דערפאר בין איך מסכים מיט יידל'ס עפילאג. ווייל איינע פון די עיקר גורמים צום היינטיגן מצב איז טאקע צוליב דעם וואס דער המון עם גייט נישט ארבעטן און האט זיך אריינגעזעצט אין בית מדרש און פארשטיקט דעם קול פונעם אמת'ן דבר הלכה בתוך המולת הקהל. אדרבה זאל דער המון עם זיך לערנען א פאך און איבערלאזן די תורה פאר די תלמידי חכמים. נאר פאר די טענה מוחצת: "דו קענסט דען זיין מער גערעכט ווי דער צאנזער רב?!" וועט עס נישט העלפן.

דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
מיט איין נקודה אנדרעש, די וואס זענען קובע די הלכות היינט, זענען נישט די גרעסטע תלמידי חכמים בדורנו, און דאס מאכט דער פראבלעם, נישט אז יעדער לערנט.
צ.ב.ש. אויב וואלט בעלזער רב געהאלטען פין בראקעל, וואלט געוועהן צענדליגע תשובות פין אלע בעלזער דיינים אז בראקעל איז כשר און די ברוילערס זענען טריפה און נבילה, אם אלע סאטמארער דיינים וואלטן געשריבן תשובות פארקערט בבירור גמור.
כלומר, נישט די תורה איז די קובע, נאר איין בעלזער רבי וואס איז לאו דוקא אן עם הארץ (אקעי, אפשר יא) אבער ער האט מיט א א ווארט קובע געוועהן די תשובות אויף די שאלה.
און דאס איז נאר א דוגמא, ווייל ביי די עירוב און אריזאנע ווייץ און די טריפות הכרס, האט די הלכה קובע געוועהן אלעס אויסער אמת'ער דעת תורה.
און אדרבה, לאז דער המון עם לערנען, האבען זיי כאטש א טשאנס איינצוזעהן דער חורבן הדור.
וע"ז אמר שלא ימצאו הלכה ברורה במקום אחד, אפילו דער חלה של תרומה וועט מען ווארטען צו הערען וואס דער רבי אדער יענער רבי זאגט, צו וויסען אויב צו שרייבען תשובות כדבריו אדער פארקערט.

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
גאר א שיינע ארבעט, אינטרעסאנטע חידושים, בנוגע די כינעזער הינער, דער טורקי, בנוגע דער מציאות פין דער פלימאט ראק אז עס שטאמט גאר פין די שאלה'דיגער כינעזער הינער, נישט קיין מסורה פין די טשיקענס וואס מען האט געניצט ביז דעמאלס.
א אינטרעסאנטע ליקוט פין פסקים פין דער שואל ומשיב און אנדערע וואס זענען מער מקיל אין דער מסורה בנוגע טשיקענס.
איך שיהיה איז זיין בירור געבויט אויף דער יסוד אז א טשיקען איז א טשיקען, און אלע טשיקענס זענען כשר, און דער תרנגולתא דאגמא איז נישט א תרנגול נאר זעהט אויס ווי א תרנגול.
און איך מוז מודה זיין אז דער מציאות'דיגער מנהג לאורך הדורות איז אזוי געוועהן, ווייל סוף כל סוף עסט מען טערקי און די כינעזער הינער און היינטיגע ברוילערס וואס קומען פין נישט מסורה טשיקענס, און בעל כרחך אז דער פסק פין שולחן ערוך אז מען מוז האבען א מסורה איז נישט להלכה, אדער ווייל דער מין טשיקען האט א מסורה. הגם דער דברי חיים זעלבסט איז דער גרויסער מחמיר לגבי מסורה, איז ער זעלבסט מקיל לגבי די כינעזער הינער איינמאל ער האט "מברר" געוועהן אז אנדערע אידען עסען דאס, הגם עס האט באמת נישט געקענט האבען א מסורה.
א אינטרעסאנטע ליקוט פין פסקים פין דער שואל ומשיב און אנדערע וואס זענען מער מקיל אין דער מסורה בנוגע טשיקענס.
איך שיהיה איז זיין בירור געבויט אויף דער יסוד אז א טשיקען איז א טשיקען, און אלע טשיקענס זענען כשר, און דער תרנגולתא דאגמא איז נישט א תרנגול נאר זעהט אויס ווי א תרנגול.
און איך מוז מודה זיין אז דער מציאות'דיגער מנהג לאורך הדורות איז אזוי געוועהן, ווייל סוף כל סוף עסט מען טערקי און די כינעזער הינער און היינטיגע ברוילערס וואס קומען פין נישט מסורה טשיקענס, און בעל כרחך אז דער פסק פין שולחן ערוך אז מען מוז האבען א מסורה איז נישט להלכה, אדער ווייל דער מין טשיקען האט א מסורה. הגם דער דברי חיים זעלבסט איז דער גרויסער מחמיר לגבי מסורה, איז ער זעלבסט מקיל לגבי די כינעזער הינער איינמאל ער האט "מברר" געוועהן אז אנדערע אידען עסען דאס, הגם עס האט באמת נישט געקענט האבען א מסורה.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: א הינער-שטורעם
אינו ברור לי שצודק בענין התרנגול הודו. כנראה התירו את זה בטעות. אחרי שנתפשטה המנהג לאוכלו, ונתבררה טעותם, החליטו לסמוך על המחבר מחמת דוחק ה׳מנהג׳ שהונהג. אין מזה ראטה שהוכרע לכתחילה כדעת המחבר, וגם לא נאמר שאכילת התרנגול הודו יש בו משום מסורה אם נתבססה על טעות.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: א הינער-שטורעם
דער ׳מיט די צייט׳ איז שיטת המחבר, נישט דער רמ"א, עיי"ש. פון מעשה׳ס ווייס איך נישט. די מאמר האט זיך נישט באצויגען צו מעשה׳ס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
Re: א הינער-שטורעם
כאמור איז דער שיטת המחבר גלייך ווי דער רמ"א. דער טורקי איז נתקבל געווארן אדער בטעות, אדער דורך קהילות וואס האבן זיך געפירט ווי דער אלטער ספרדישער מנהג קודם שנתפשט לנהוג כהמחבר.
עכ"פ דאס איז געווען דער מנהג איבעראל אז עפעס וואס איז שוין געווארן איינגעפירט, אסר'ט מען נישט. אפילו אם אי אפשר לישבו רק בדוחק.
עכ"פ דאס איז געווען דער מנהג איבעראל אז עפעס וואס איז שוין געווארן איינגעפירט, אסר'ט מען נישט. אפילו אם אי אפשר לישבו רק בדוחק.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אבער איין זאך זעהען מיר. אז מ'עסט שוין ב"ה טוירקי א שיינע פאר יאר. און ס'איז קיינעם נאכנישט געשעהן גארנישט ב"ה. מ'האט נישט באקומען קיין פארשטאפטע קעפ ווי פון עסן אנדערע, נישט כשר'ע בהמות און עופות...!
איז אבער דא אן אינטרעסאנטע זאך. כאטש מ'קען נישט ברענגען קיין ראיה פון א זמירות (שיין זעה מיר אויס.) אבער אין זמירות שטייט אז לכבוד שבת האט מען געגעסן ..."ברבורים" ושליו ודגים. און אונז ווייסן מיר אז ברבור איז א ..."סוואן"...אידאך משמע אז אמאל האט מען געגעסן סוואן'ס. איז די שאלה. ווען האט מען אויפגעהערט צו עסן די מין עוף...?!
איז אבער דא אן אינטרעסאנטע זאך. כאטש מ'קען נישט ברענגען קיין ראיה פון א זמירות (שיין זעה מיר אויס.) אבער אין זמירות שטייט אז לכבוד שבת האט מען געגעסן ..."ברבורים" ושליו ודגים. און אונז ווייסן מיר אז ברבור איז א ..."סוואן"...אידאך משמע אז אמאל האט מען געגעסן סוואן'ס. איז די שאלה. ווען האט מען אויפגעהערט צו עסן די מין עוף...?!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
לעולם האט מען יא פארשטאפטע קעפ, נאר מען איז תולה אין די געלט וואס מען נעמט פין טייטעל וואן.
ווער זאגט אז ברבור איז נישט כשר ביי אונז?
https://www.yeshiva.org.il/ask/52053
גענז זענען אויך כשר און מען פארקויפט נישט
ווער זאגט אז ברבור איז נישט כשר ביי אונז?
https://www.yeshiva.org.il/ask/52053
גענז זענען אויך כשר און מען פארקויפט נישט
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
לגבי דאס וואס יידל האט געשריבען אז 'בעלעדי' מיינט נישט קיין סארט טשיקען, נאר 'דארף' אז די טשיקענס זענען דארף טשיקענס.
דער יו"ט האב איך געקוקט אביסל אין א ספר מיט'ן נאמען 'מסורת האתרוג', וואס גייט דורך די היסטוריה פון אלע אתרוגים אין א"י, קורפו, קאלאבאריא, און בעיקר קומט ער מצדיק זיין דער חזו"א אתרוג. דארט דערמאנט ער דער 'בעלעדי אתרוג', און ס'האט גלייך אנגעצינדען א רויטע לעמפעל. דאס איז דאך די זעלבע ענין ווי דא, אז אין די דערפער האט מען געהאדעוועט אתרוגים.