הארכזאמע קינדער - פארוואס און וויאזוי

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

הארכזאמע קינדער - פארוואס און וויאזוי

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך ווייס נישט וויפיהל ביכער זענען בנמצא פאר די אידיש רעדענדע ציבור, ווי אויך נישט וויפיל מ'האט געליינט דערוועגען. דעריבער וויל איך ארויפברענגען דער ענין אויסצושמועסען.

ערשטנס, פארוואס דארפען קינדער זיין געהארכזאם? פארוואס איז עס וויכטיג אז זיי זאלען פאלגען זייערע עלטערן? אז מ'ווייסט וואס ליגט אונטער די אינסטינקט, קען מען וויסען וויאזוי עס צו ווידמען און מיט וועלכע מיטלען וועט מען עררייכען אונזער ציל.

א. ערשטנס, דער קינד זוכט און בעט אז מ'זאל איהם פיהרען. דער וועלט איז א שרעקעדיגע פלאץ, און ווען ער\זי ווייסט אז איינער גיבט איהם אנווייזונגען און איינער פאדערט און עקספעקטירט פון איהם געוויסע זאכען, ווייסט ער\זי אז ס'איז דא א סדר, איינער נעמט קעיר, ס׳איז נישט קיין הפקר וועלט.

ב. אלץ א תורה חינוך, דער קינד מוז זיך צוגעוואוינען אז דער וועלט איז נישט הפקר און מ'קען זיך נישט ארומדרייען און טוהן וואס מ'וויל. דער לעבן קומט מיט פליכטן. ווען ער איז דערצו צוגעוואוינט, וועט עס איהם זיין לייכטער אנצונעמען זיינע תורה פליכטען.

ג. אפילו א גוי מוז זיך צוגעוואוינען אז דער וועלט האט גרעניצען, אז מ'טוט וואס מ'וויל און מ'איז נישט גענוג רייך, שטויסט די וועלט צוריק. ער דארף זיך צושטעלען צו די ארומיגע.

צו דעם דארף מען וויסען וויאזוי דאס אויפצובויען און וויאזוי דאס נישט אויפצובויען.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אויף צו עררייכען די ערשטע ציל, די סטאביליטי פון דעם קינד, מוז מען אוועקשטעלען א סדר אין שטוב. אפט מאכט זיך אז מ'איז פאריאגט און צוטומלט און ממילא פיהרט מען זיך 'עד האק', לויט די אומשטענדען פון די מינוט, און דער קינד ווערט צומישט. אמאל ווען טאטי זאגט ניין איז ניין, און אמאל מיינט עס 'פרעג נאכאמאל'. דער קינד קען זיך נישט פארלאזען אויפ'ן טאטענ'ס ווארט, ווייל ער קען עס טוישען, אדער קען ער גיין צום מאמען און הערן אנדערש.

דעריבער איז זייער וויכטיג צו האלטען קאפ און האלטן ווארט. איידער מ'זאגט עפעס, זאל מען זיין זיכער אז מ'האלט ביים אויספיהרען (איך ווייס נישט וואס מ'טוט מיט די כלל 'א איד טאר נישט אויספיהרן').

דאס מיינט אבער נישט אז יעדער זאך איז א שלעגעריי און א שרייעריי. מ'דארף טרעפען א מהלך וויאזוי זיך צו שטעלן אויף עפעס און ס'זאל נישט בלייבען קיין טענה'ריי און ס'זאל נישט ווערען צוהיצט, אבער פעסט זאל עס בלייבען אז יא מיינט יא און ניין מיינט ניין, און 'גיי שלאפען' מיינט גיין שלאפן.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ווען א קינד זעט אז די טאטע/מאמע זענען פעסט מיט זייערע ווערטער, וועלען זיי אפט מאל פאלגן נאר צוליב דעם. זיי וועלען גלייך שפירען אז זיי וועלען נישט זיגען, און ממילא וועלען זיי נישט אנהייבען.

דאס גילט נישט אייביג. געוויסע קינדער ווייסען נישט וויאזוי צו ליינען די סימנים, און זיי מערקען נישט אז טאטע/מאמע זענען פעסט. אנדערע קינדער זענען בטבע גרעסערע מחוצפים.

צו דעם דארף מען אוועקשטעלען א גייסט אז די איינציגסטע אפציע איז פאלגען. פעטש קען צו דעם העלפן, אבער ווען ס'קומט מיט שלעגעריי, וויינעריי און טענה'ריי, פארגעסט מען שוין דעם תכלית און דער קינד האט נאר געלערנט אז טאטע/מאמע זענען שטערקער פון איהם.

געוויסע קינדער קען מען איינקויפען מיט א וויץ. "יענקי, גיי שלאפען!"
"שפעטער מאמי, איך שפיל\ליין\שמועס יעצט".
"דיין בעט וויל אויך שמועסען\שפילען\ליינען".

אזוי איז עס נישט קיין פייט, אבער פאלגען וועט ער מוזען.

אמאל א קליינער שטופ קען העלפען, גענוג אז די פשטות זאל זיין 'ווי טאטי הייסט'.

ווען מ׳זאגט "אקעי, מיר גייען יעצט", זאל מען זיך טאקע גלייך הייבן און גיין. די קינדער זאלען זעהן אז מ'טוט גלייך, אן קיין שהיות.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

בשם כל הקהל אומגעפרעגטערהייט דארף מען דא קאמפלימענטען ליטוואק פארן נעמען די מוה און מחזיר זיין אביסעל עטרה ליושנה פון קאווע שטיבל,בפרט נאך די שווערע טראל תקופה וואס מיר זענען לעצטענס אדרוך, מיט אנהייבען תוכן'דיגע זאכליכע אשכולות!

:like
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ייש"כ וואלווי.

טאמער איינער האט וואס צוצולייגען פון זיין ערפארונג, אדער עצות מיט טיפס, זאל ער זיך לאזען הערען.
פארשפארט