מילתא דבדיחותא

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

שמעון וואלף האט געשריבן:איך טרעף א איד וואס דאווענט אין א ביהמ"ד ווי ס'דא צען אידן - פונקט א מנין.
גרונם, וויאזוי איז געווען דאס דאווענען ביי ענק? פרעג איך אים. ענטפערט ער: איינער איז געגאנגן קטנ'ן און דאס גאנצע מנין איז געגאנגן קאקען
[emoji23]
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

שמעון וואלף האט געשריבן:איך טרעף א איד וואס דאווענט אין א ביהמ"ד ווי ס'דא צען אידן - פונקט א מנין.
גרונם, וויאזוי איז געווען דאס דאווענען ביי ענק? פרעג איך אים. ענטפערט ער: איינער איז געגאנגן קטנ'ן און דאס גאנצע מנין איז געגאנגן קאקען
"

א ריכטיגע בחינה פון "בין כסא לעשור"....
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך החוקר »

מיין ווייב ב***טשט, פאריגע וואך האט זי סערווירט אלטע עסן ביי די סעודה, די וואך סערווירט זי בכלל נישט, אויף נעקסטע וואך האט זי געלאזט וויסן דארף איך טרעפן א נייע היים.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

החוקר האט געשריבן:מיין ווייב ב***טשט, פאריגע וואך האט זי סערווירט אלטע עסן ביי די סעודה, די וואך סערווירט זי בכלל נישט, אויף נעקסטע וואך האט זי געלאזט וויסן דארף איך טרעפן א נייע היים.


און א וואך שפעטער זאגט זי מ'מישט איבער א פריש בלעטעל און מ'הייבט אן פון בראשית...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

כפליים לתושי'
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

דער נאר גייט צירוק אהיים
דער דאס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך דער דאס »

קינד: מאמי, וואס איז דאס ׳סעודת המפסקת׳?

מאמע: אזא סארט שבת סעודה, אבער מיט וואטסעפפ..

ק/פ
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

אויב נח איז געווען דער ערשטער שיכור, פארוואס האט לוט זוכה געווען לדראון עולם ועל שמו נקרא "שיכור ווי לוט"?

נאר א מענטש דארף געדענקען אז אויב ער גייט שיכור'ן עד כדי בזיון וקצף זאל ער נאר האבן זון און נישט מיידלעך, ווייל אויב נישט וועט די שאדן סוף כל סוף גיין פאבליק..
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך גר ותושב »

תזכורת לבני חו"ל: השבוע *מפסיקים* לעשות עירוב תבשילין
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

פרעזידענט קאלווין קאולידזש ["סיילענט קאל"] איז מיר נאנט צום הארץ. ער האט געליטן אויף דעפרעסיע, און ממילא געהאט א גוטן סענס אוו יומער.

[left]a matron, seated next to him at a dinner, said to him, "I made a bet today that I could get more than two words out of you." He replied, "You lose."

Coolidge often seemed uncomfortable among fashionable Washington society; when asked why he continued to attend so many of their dinner parties, he replied, "Got to eat somewhere."[/left][/left]
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ונבנתה העיר על תילה!
לכה דודי וכו'
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל

שליחה דורך ציבעלע-קיגל »

אחד הגיע להתייעץ עם הרב שלו:

"רבי, נקלעתי לצרה", פתח ואמר, "אבי נפטר אתמול, ואילו אני חייב לטוס מחר על הבוקר לחו"ל, לרגל עסקיי, אחרת אני פושט רגל! על כן שכרתי יהודי צדיק ושילמתי לו שיישב שבעה במקומי, יגדל זקן במקומי ויגיד קדיש במקומי כל יום".

"אם כך סידרת", תמה הרב, "אז למה באת אלי?"

"תגיד", שואל, "אתה חושב שאני צריך ללכת לנחם אותו?".
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך יהודי פשוט »

דעם מוצש"ק גייט מען צוריק ריקן דעם זייגער און מען גייט צו באקומען א שעה וואס דער שעה האט מען פארלוירן פארגאנגענעם פורים ווען מען האט פאראויס געריקט דעם זייגער, על כן דארף מען לכאורה דעם מוצש"ק האלטן איין שעה פורים.....
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ס'איז דא א באקאנט ווערטל וואס גייט ארום איבער די עם הארצות פון א טייל פון די וויכטיגע פיהרערס פון מדינת ישראל. אלזא. איינער פון די שרים פון די מדינת ישראל רעגירונג איז אמאל געקומען אין א ביהמ"ד און מ'האט איהם געוואלט געבן אן עליה. ווען מ'האט איהם געפרעגט זיין טאטנ'ס נאמען...בן...האט ער געענטפערט בן ארבעים...! מ'שמיהרט עס אן אויף דעם געוועזענעם יו. ען אמבאסאדאר און אויסערן מיניסטער אבא אבן. אויך אויף יצחק ראבין. אבער איך האב עס געהערט מפה קדשו פונ'ם בעל דבר אליינס. נפתלי בענעט. וואס ער קומט פון א משפחה פון בעלי תשובה. פארציילט ער אז זיין טאטע איז צוערשט געווען א פרייער איד וועלכער האט געוואוינט אין סאן פראנסיסקא. ווען ער איז בראשית דרכו געקומען אין שול און מ'האט איהם געוואלט געבן אן עליה האט מען איהם געפרעגט זיין נאמען. האט ער געזאגט..."דזשעק"...האט מען איהם געזאגט. זאג דעם אידישן נאמען...ווען מ'האט איהם געפרעגט בן...האט ער געזאגט שלושים :lol:

נ.ב.: אבא אבן, וועלכער איז צוערשט געווען דער איזראעלי אמבאסאדאר צו די יו.ען. און שפעטער דער אויסערן מיניסטער. איז געווען פאררעכנט אלס זייער אן אינטעליגענטער מענטש. ער האט גערעדט זייער א געשליפענם אקספארד ענגליש. אבער ווען ס'איז געקומען צו אידישקייט איז ער געווען ערגער ווי יאנקל עם הארץ. ער איז געווען אינגאנצן אויסגעטון פון אידישקייט...! מ'פארציילט אז ער איז אמאל געקומען צו א מסיבה אום יו"ט. און מ'האט איהם מכבד געווען צו מאכן קידוש...האט ער נישט אנגעהויבן צו וויסן וואס מ'דארף צו טון.

יצחק ראבין, אבער וועלכער האט געשטאמט פונ'ם יוד הק' פון פשיסחא. כאטש ער איז אויפגעוואקסן אין א שטוב וואו מ'האט נישט געהאלטן קייין אידישקייט. אבער זיין טאטע האט געזאגט אז ער וויל אז זיינע קינדער זאללן נישט זיין קיין עמי הארצים. ער האט יא געוואוסט א סאך זאכן איבער אידישקייט. ווען ער איז געווען באזוכן אין אוישוויץ האט ער זיך אנגעטון א קאפל און געזאגט קדיש...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב געהערט פון א מקורב למלכות אין א"י, אז רבין איז געווען א ריכטיגע תינוק שנשבה, אשר לא ידע כלום וועגען תורה און אידישקייט. בן גוריון האט פיין געוואוסט, שרון אויך. אבער רבין האט גארנישט געקענט. ווען מ׳האט איהם עפעס געזאגט האט ער פראבירט צו פאלגען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

יאנקל כהן, דמיתקריא ראדני דעינדזשערפיעלד, איז מהנה דעם עולם.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=LGvnHvba_b0[/youtube]
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב געהערט פון א מקורב למלכות אין א"י, אז רבין איז געווען א ריכטיגע תינוק שנשבה, אשר לא ידע כלום וועגען תורה און אידישקייט. בן גוריון האט פיין געוואוסט, שרון אויך. אבער רבין האט גארנישט געקענט. ווען מ׳האט איהם עפעס געזאגט האט ער פראבירט צו פאלגען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ס'איז גאנץ מעגליך. אבער יצחק רבין שרייבט אין זיין בוך..."פנקס שירות"/נאוטבוק, אז כאטש זיין טאטע איז נישט געווען קיין ערליכער איד, האט ער אבער געלאזט זיינע קינדער לערנען כדי זיי זאללן נישט זיין קיין עמי הארץ...!
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך החוקר »

א מענטש האלט אין מיטן פארן אויפן וועג און זיין קאר צוברעכט זיך, ער דערזעט זיך אין דער וויסטעניש, מען זעט נישט קיין נפש חי ארום, חוץ איין קליינע הייזקע ביי די זייט. ער גייט צו צו דער הייזקעלע, קלאפט אן אויף די טיר און אן אלטער גרייז גרויער זקן מאכט אויף. ער באגריסט אים און זאגט, "מייַן קאר איז צעבראכן. צי טראַכט איר אז איך קען בלייבן איבערשלאפן די נאַכט?"
דער אלטער זקן נעמט אים גערן אריין, געט אים עפעס איבערבייס זיך צו דערכאפן דאס הארץ, דערנאך פארעכט ער זיין קאר. ווי נאר ער לייגט זיך אויפן בעט גרייט איינצושלאפן, הייבט ער אן צו הערן א קול פון נגינה, עפעס אזא מין מתיקות, אזא לויטערקייט, א העכערקייט. אזש עס האט אים געדאכט אז ער הערט די קול פון דוד המלך אליין, צו גאר סרח בת אשר וואס איז געגאנגען שפילן פאר יעקב. מער קען ער שוין נישט איינשלאָפן די נאַכט. ער דרייט און וואלגערט זיך אויפן בעט, פרובירנדיג צו כאפן וואָס קען אפשר זיין די הערליכע קול.
אויפצומארגענס נאכן אויפשטיין, פרעגט ער דעם אלטער וואָס די קול איז געווען, אָבער יענער ענטפערט, "איך קען דיר נישט זאגן דאס איז עפעס וואס מען דארף זוכה זיין צו דעם." טיף אנטוישט איז ער געווען געצווינגען צו פארלאזן דעם ארט.
יאָרן שפּעטער, קיינמאָל נישט קענענדיג פאַרגעסן די הערליכע קול, גייט דער מענטש צוריק צו דער הייזקעלע און בעט זיך ביים אלטן אז ער זאל אים יא אנפארטרויען דעם סוד. דער אלטער ענטפערט ווידעראמאל, "איך קען דיר נישט זאָגן. איר זענט נישט ראוי."
דער מענטש זאגט, "אויב דאס איז דער איינציגער וועג צו וויסן, אפשר זאגסטו מיר וויאזוי איך קען זוכה זיין."
דער אלטער ענטפערט, "איר מוזט אַרומפאָרן די וועלט און קום מיר דערציילן וויפיל גראָזעלעך עס זענען פארהאן און די פינקטליכע נומער פון זאַמד ברעקלעך. ווען איר וועט דאס וויסן וועסטו זיין ראוי צום סוד."
דער מענטש גייט ארויס אופן וועג געוואר צו ווערן וויפיל גראז און זאמד עס איז דא. נאָך יאָרן פון פארשן קערט ער זיך צוריק, אליינס שוין א גרויער אַלטער מענטש און קלאפט אן אויף די טיר פון דעם אלטן. ער עפענט די טיר און לאדענט אים אריין אינעווייניג.
"אין מיין זוכן אויס צו געפינען וואס דו האסט געהייסן, בין איך ארומגעפארן א וועלט און געטראפן וואָס איר האט געפרעגט: די וועלט איז אין א אייביגע טויש עס האלט זיך אין איין ענדערן גארנישט איז נישט אויף אייביג. בלויז גאט ווייסט דעם ענטפער צו וואס איר פרעגט. א מענטש קען נאר וויסן וואס טוט זיך אינערליך אין זיך, און אויך נאר אויב איז מען באמת אויפריכטיג מיט זיך."
דער אלטער זאגט אים, "מזל - טוב, איר האָט זוכה געווען צו קענען וויסן דעם סוד. איצט וועל איך דיר ווייזן די וועג צו די מיסטעריע פון ​​די לויטערע קול".
דער אלטער פירט אים צו אַ האלצענער טיר, וואו דער אלטער זאגט, "די קול קומט פון הונטער די טיר."
דער אלטער געבט אים די שליסל, און ער עפענט די טיר. הינטער די האלצענער טיר איז דא אן אנדערער טיר געמאכט פון שטיין. ער גיבט אים די שליסל צו די שטיינערנער טיר און ער עפענט עס, נאָר צו טרעפן אַ טיר געמאכט פון פלאטינום. און נאכדעם איז געווען א טיר געמאכט פון זילבער, דערנאך פּערל און דימאנטן. צום סוף, זענען זיי אנגעקומען צו אַ טיר געמאכט פון ריין גאָלד.
דער קול האט זיך שוין געקענט הערן קלאר און לויטער. דער אלטער זאגט אים, "דאס איז די לעצטע שליסל צו די לעצטע טיר."
דער מענטש איז אנגעצויגן פון ערווארטונג אן קיין סוף. זיין לעבן'ס ​​וואונטש איז הינטער די טיר!
מיט ציטערדיגע הענט, שפארט ער אויף די טיר, דרייט דעם קליאמקע און צושטאטליך שטופט ער אריין די טיר עס צו עפענען. כמעט פאלענדיג צו זיין קני, איז ער מורא'דיגע איבערגענומען צו אנטדעקן דעם מקור פון דעם לויטער ריינעם פארכישופדיגן קול......
...
...
...
...
...
...
...
...
אבער, זעלבסט פארשטענדליך, אז איך קען נישט זאָגן וואָס ער האט געטראפן ווייל איר זענט נישט ראוי.
דער דאס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך דער דאס »

‏‏חסדי השם אז די רבי זכותו יגן עלינו האט געהייסן טייטלבוים. עטס קענטס ענק פארשטעלן ווען ער הייסט מייזליש וואלט לכאורה די נייע קרית יואל טאון געהייסן
Town of Mouse Trap

C/P
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך החוקר »

השתא דאתית להכא, ,Mouse tights איז נישט בעסער.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

דער דאס האט געשריבן:‏‏חסדי השם אז די רבי זכותו יגן עלינו האט געהייסן טייטלבוים. עטס קענטס ענק פארשטעלן ווען ער הייסט מייזליש וואלט לכאורה די נייע קרית יואל טאון געהייסן
Town of Mouse Trap

C/P
און וואס וואלט מען ווען אנגעלייגט די גאסן און די בתי מדרשים פאר חתונה אנשטאטס די טייטל ביימער?? אדער וואס וואלט ווען געווען די קהילה סימבאל??
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער גאלדענער אדלער: ווען אונז וואלטן מיר ח"ו געווען מוסלמעינער, וואלט עס גראדע פונקט גוט געווען. ווייל זייער אפגאט איז נישט מער ווי א מייז...! זיי זאגן דאך אליינס..."אללאה הוא עכבר"... אז זייער אללאה איז נישט מער ווי א מייז...נאר א שלעכטער מייז וואס לייגט אונטער באמבעס און שטעכט אידן...!
ישפה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 6:27 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

שליחה דורך ישפה »

בערל האסט מיר געקאסט א לאך.
אבער איך בין זיכער אז די ווייסט די אמת׳ע טייטש. א-כבר איז טייטש הוא כביר, ער איז שטארק. אל כביר איז אויך א כינו וואס ווערט דערמאנט אין אידישע מקורות.
פארשפארט