ביטקוינס Bitcoin

הילף, עצות און טיפס
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

סמבטיון האט געשריבן:אז סעדא א דימענד און מענטשן טראסטן עס גייט עס ארויף ווי מעשיגע, דאס פארשטייסטו יא אז אין די לעצטע צוויי וואכן איז עס ארויף מיט 2 אלפים?

איז די דימענד גאראנטירט? ווילאנג איז מסתבר אז ס'זאל אזוי אנגיין? און אז איך פארשטיי נישט פארוואס ס'איז ארויף מאכט עס די קשיא אסאך שטערקער.

איך וויל עס אביסל קלאר מאכן, דעריבער וועל איך עס פרעגן אנדערש.

איז די סיבה פארוואס ס'איז אין די לעצטע צוויי וואכן ארויף געגאנגן ווייל ס'איז שוין צוויי וואכן צוריק באמת ווערט געווען מיט צוויי טויזנט דאלער מער, נאר די מארקעט האט עס נישט רעפלעקטעט? אדער איז עפעס געשעהן אין די לעצטע צוויי וואכן וואס האט געהויבן די ווערט? אויב האלטסטו אז ס'איז ווערט מער אדער ווייניגער בין איך נייגעריג צו הערן. איך וויל אמת'דיג פארשטיין וואס ס'איז די אמת'דיגע אנדערלייאינג ווערט פון די ביטקוין?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קורקלענד האט געשריבן:
עפעס אזוי ליינט זיך אין די נייעס

אין מיין עקספיריענס פארלירט מען די הויזן ווען מ'אינוועסטירט אויף וואס די נייעס זאגט.

איך בין נישט אין די ביטקוין ביזנעס מילא מיין גאנצע אינפארמאציע איבער דעם קומט פון ליינען די נייעס, אזוי ווי מיין אינפא אויף די סטאקס און אויף אסאך אנדערע זאכן, איך גלייב אז דיין אינפארמאציע קומט אויך פון ליינען די נייעס. חוץ אויב די ביזט אויף די באורד פון די ביטקוינס

די חשבון פארוואס ס'זאל געשעהן איז די זעלבע חשבון פארוואס ס'איז בכלל עפעס ווערט, ס'איז ווערט מער ווי א קוואדער אן קיין שום חשבון,


ביטקוין איז זייער א קליגע און שטארקע קאנצעפט/רעאליטעט און עס איז שוין איינמאל ווערט. ס'איז לכאורה ווערט אסאך מער ווי א קוואדער מיט גאר שטארקע חשבונות. די (מיליאן דאלאר) שאלה איז וויפיל איז עס באמת ווערט.
אוודאי איז ביטקוין א שטארקע שטארקע קאנצעפט/רעאליטעט, און אוודאי איז עס ווערט מער ווי א קוואדער, קיינער קריגט נישט דערויף, די סיבה פארוואס ס'איז אבער ווערט מער ווי א קוואדער דאס איז פון וואס מיר רעדן

וע"ד זה קען עס אנקומען גאר הויעך.

ס'קען גיין ביידע וועגן ארויף און אראפ, אז ס'גייט ארויף קען מען עס מסביר זיין, און אז ס'גייט אראפ קען מען עס בעסער מסביר זיין.

מסכים, אבער היות אז דערווייל גייט עס נאר ארויף, איז דא א סיבה צו אינוועסטירן דערין, און טאקע קליין געלט כאשר דיברנו צוזאמען מיט אנדערע

כ'וואלט געזאגט אז ס'איז בערך ווי די אתרוגים מארקעט, ס'איז דא וויפל מ'וויל, מ'קען אייביג ברענגן נאך, דאך צאלן מענטשן דערפאר,


ניין. ס'נישט אזוי. ס'נישט דא וויפיל מען וויל, און מ'קען נישט ברענגן נאך. דאס איז איינער פון די שטערקסטע מעלות פונעם ביטקוין, ס'איז נאר דא א מספר מצומצם.

דירעקט פארקערט ווי די זאגסט, ס'איז דא סך מער ווי א מספר מצומצום, נאר אנצוקומען דערצו איז שווער, מ'קען אייביג ברענגן נאך, די גאנצע mining מהלך איז א באלון. ס'איז נישט א קאמאדעטי וואס ס'איז דא א באגרעניצטע צאל
(ס'האט ניטאמאל די פשוטע סיבה פון סופליי און דימענד)

סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

פאר וואס איז א דאללער ווערט א דאלער? פארוואס איז פרענקלין ווערט א הינדערטער? די פאפיר איז דאך נישט מער ווערד ווי א סענט, נאר מענטשן טראסטן די דאלער און אז מענטשן טראסטן עס האט עס א וועליו, ביטקוין איז די זעלבע זאך, אז מענטשן גלייבן דערין און מער אינוועסטערס קומען , קענען עס ארויף גיין העכער און העכער,
דיסקלעימער, איך בין נישט אין די באורד אוף ביטקוינס , איך זאג נאר וואס איך האב צאם געליינט, און איך פרוביר עס נאכצוזאגן כאטש איך פארשטיי עס אויך נישט 100 פראצענט.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

איך בין נישט אויף די באורד, ס'איז גראדע נישט דא קיין באורד. דאך אבער האב איך עס גרינטליך אדורך געטוהן. און ווען איך האב געזאגט אז מ'פארלירט די הויזן ווען מ'אינוועסטירט אויף וואס די נייעס זאגט, האב איך דערין כולל געווען סטאקס. ס'איז א לענגערע שמועס ואין כאן המקום להאריך.

איר מישט אויס צוויי טערמינען איינס איז 'ווערט' די אנדערע איז 'פרייז'. איך פארשטיי אז איר קענט זאגן אז ס'איז 'ווערט' אזויפיל ווי די 'פרייז'. דאך אבער איז עס צוויי אנדערע זאכן. לדעתי (נאך א גרינטליכע פארשונג) איז די אמת'ע ווערט מער ווי א קוואדער, אפי' ווען די 'פרייז' זאל זיין צען צענט וואלט איך עס נישט פארקויפט פאר ווייניגער ווי א קוואדער (באמת אפי'פאר מער, איך רעד נאר לדוגמא) ווייל איך האלט אז די 'ווערט' איז מער. מיין אינערליכע ספק איז, וואס איז די אמת'ע ווערט?

דערווייל גייט עס נישט נאר אויף ארויף, ס'האט שוין מערערע מאל פיין געקראכט! אזויפיל ווי ניינציג פראצענט! לעצטנס גראדע האט עס עפעס שטארק ארויפגעשאסן. אריינלייגן קליין געלט (איז כמעט יעדער מודה) וועט לכאורה אין די צוקונפֿט נישט ברענגן די פראצענטן פונעם עבר.

איך רעד פון א פאקט אז ס'איז נאר דא א מספר מצומצם. די מספר מצומצם איז בערך צוואנציג מיליאן און נישט די גאנצע איז שוין פארטיילט. דעריבער וועט נאך ארויסקומען א געציילטע מספר און די נעקסטע פאר יאר. די מיינינג ווידער איז ווייט פון א באלון, ס'פשוט צו קאמפליצירט פאר מיר עס אפצושרייבן על רגל אחת.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קורקלענד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

סמבטיון האט געשריבן:פאר וואס איז א דאללער ווערט א דאלער? פארוואס איז פרענקלין ווערט א הינדערטער? די פאפיר איז דאך נישט מער ווערד ווי א סענט, נאר מענטשן טראסטן די דאלער און אז מענטשן טראסטן עס האט עס א וועליו, ביטקוין איז די זעלבע זאך, אז מענטשן גלייבן דערין און מער אינוועסטערס קומען , קענען עס ארויף גיין העכער און העכער,
דיסקלעימער, איך בין נישט אין די באורד אוף ביטקוינס , איך זאג נאר וואס איך האב צאם געליינט, און איך פרוביר עס נאכצוזאגן כאטש איך פארשטיי עס אויך נישט 100 פראצענט.

ס'וועט מיר נעמען צו לאנג צו ענטפערן אויף דעם. אבער איך וועל פרובירן אין קורצן.

א דאלער איז ווערט א דאלער ווייל ס'איז א דאלער, אזויווי א ביטקוין איז ווערט א ביטקוין ווייל ס'איז א ביטקוין.
א הונדערטער איז ווערט אזויפיל ווייל דאס איז עס.
נישט די ווערד פונעם פאפיר מאכט עס ווערט אזויפיל ווי ס'שטייט דעראויף. נאר די גאראנטי פונעם רעגירונג וואס שטייט אונטער דעם דאס געט עס די וועליו. און פארדעם לייגן מענטשן אריין טראסט דערין. לעגאל איז דאלער די איינציגסטע וואלוטע מיט וואס מען מעג אין אמעריקע לעגאל ניצן אלס ליגעל טענדער. גראדע ביטקוין אין לעגאלע טערמין פארופט זיך נישט אלס א וואלוטע, נאר אלס א קאמאדיטי. אה''נ אז מענטשן לייגן היינט אריין טראסט אין די ביטקוין איז נאך אלס א ריזיגע ריסק וואס וועט זיין מארגן? בכלל בין איך נישט זיכער אז מענטשן לייגן אריין טראסט דערין ס'וועט מיר אבער דויערן צו לאנג צו שרייבן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קורקלענד האט געשריבן:איך בין נישט אויף די באורד, ס'איז גראדע נישט דא קיין באורד. דאך אבער האב איך עס גרינטליך אדורך געטוהן. און ווען איך האב געזאגט אז מ'פארלירט די הויזן ווען מ'אינוועסטירט אויף וואס די נייעס זאגט, האב איך דערין כולל געווען סטאקס. ס'איז א לענגערע שמועס ואין כאן המקום להאריך.

איר מישט אויס צוויי טערמינען איינס איז 'ווערט' די אנדערע איז 'פרייז'. איך פארשטיי אז איר קענט זאגן אז ס'איז 'ווערט' אזויפיל ווי די 'פרייז'. דאך אבער איז עס צוויי אנדערע זאכן. לדעתי (נאך א גרינטליכע פארשונג) איז די אמת'ע ווערט מער ווי א קוואדער, אפי' ווען די 'פרייז' זאל זיין צען צענט וואלט איך עס נישט פארקויפט פאר ווייניגער ווי א קוואדער (באמת אפי'פאר מער, איך רעד נאר לדוגמא) ווייל איך האלט אז די 'ווערט' איז מער. מיין אינערליכע ספק איז, וואס איז די אמת'ע ווערט?

דערווייל גייט עס נישט נאר אויף ארויף, ס'האט שוין מערערע מאל פיין געקראכט! אזויפיל ווי ניינציג פראצענט! לעצטנס גראדע האט עס עפעס שטארק ארויפגעשאסן. אריינלייגן קליין געלט (איז כמעט יעדער מודה) וועט לכאורה אין די צוקונפֿט נישט ברענגן די פראצענטן פונעם עבר.

איך רעד פון א פאקט אז ס'איז נאר דא א מספר מצומצם. די מספר מצומצם איז בערך צוואנציג מיליאן און נישט די גאנצע איז שוין פארטיילט. דעריבער וועט נאך ארויסקומען א געציילטע מספר און די נעקסטע פאר יאר. די מיינינג ווידער איז ווייט פון א באלון, ס'פשוט צו קאמפליצירט פאר מיר עס אפצושרייבן על רגל אחת.

ווען איך רעד פון ליינען די נייעס, מיין איך וואס בערך וואס די זאגסט א גרינטליכע פארשונג, חוץ אויב די רעדסט פון די דארקוועב, אלעס וואס מ'ווייסט איבער ביטקוינס איז נאר פון די נייעס דערוועגן.
און איך מיש שוין גארנישט צווישן פרייז און ווערט, קוק צוריק די שמועס ווער ס'מישט.

ווי אויך ביזטו דיר טועה מיט די מציאות, דערווייל איז נישטא קיין צוואנציג מיליון ביטקוינס, ס'איז שוין דא איבער זעכצן מיליון, די איבריגע ביז ערגעץ אין די 21 מיליון וועט ערפינדן ווערן אין די קומענדע יארן.

קיינער ווייסט נישט קלאר ווי ביטקוין גייט, ווען די זאגסט אז כמעט יעדער איז מודה ווייס איך נישט פון וועם די רעדסט, ווייל אלעס איז שפעקולאציעס, נישטא קיין איינער וואס ווייסט, ס'איז דא שאצונגן אז ס'גייט נאך ארופגיין אסאך, און ס'איז דא שאצונגן אז ס'גייט פאלן, דערווייל זענען די שאצונגן אז ס'גייט ארויפגיין אמת, ווען ראובן האט געפענט די אשכול איז עס געווען ווערט 875, יעצט האלט עס ביי איבער זעקס טויזענט דוללער, ביים אריינלייגן זעקס אלפים האלט איך נישט דערביי, אבער כ'וואלט יא געקויפט א חלק מיט נאך אנדערע צוזאמען.

זאגן אז אריינלייגן קליין געלט וועט לכאורה אין די צוקונפֿט נישט ברענגן די פראצענטן פונעם עבר איז זייער א גוטע סברה, אבער די זעלבע סברה האט מען געהערט אין די עבר ווען ס'איז ווערט געווען 13 דוללער, און די זעלבע סברה איז געווארן איבערגעחזרט פאר יארן, איך געדענק מיך זעלבסט טענה'ן מיט אנדערע דערוועגן ווען ס'איז געווען אפאר הונדערט דוללער, אבער אצינד בין איך סברה'לאז, כ'האב איינגעזעהן אז ס'איז נישט תלוי אין קיין סברות, און מ'קען עס עס נישט פאראויס זאגן, מילא בין איך שטיל
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

כבוד הרב שטיסל:

איך פרוביר זיך צו באגיין מיט אייך מיט די גרעסטע מאס פון רעספעקט, פארט אבער וואלט כדאי געווען אז איר זאלט עטוואס אדורך טוהן די נושא איידער איר שרייבט. איך וועל אייך פרובירן צו העלפן מיט בעיסיק מקורות וואו איר קענט זיך לערנען אויב איר זענט אינטערעסירט.

די וועלט'ס ברייטע נעץ באשטייט נישט נאר פון נייעס. ס'איז דא נאך אינפארמאציע וואס קומט נישט בתורת 'נייעס'. אדרבה פון ליינען נייעס זעהט מען כמעט גארנישט! מ'דארף קוקן דארט וואו די נייעס קוקט.

פאלגנד האט איר אפאר אדרעסן וואו איר קענט זיך אביסל לערנען.

קהאן אקאדעמיע האט לעקציעס אויף געלט פון גאלד ביז ביטקוין.

א שיינע עף.עי.קיו. דערנאך קענט איר סתם ארום קוקן אויף יענע זייטל, מ'קען דארט קונה זיין אסאך.

וויקיפעדיע.

די ארגינעלע מאניפאסטאו

דערנאך קענט איר אויך נהנה זיין אביסל פון די בארימטע דאמאודארן'ס חשבונות, וואו ער האט אויף זיין בלאג לעצטענס ברייט געשריבן און שפעטער אפדעיטעט אויף ביטקוין'ס 'ווערט'.

דאס אלעס איז סחורה וואס מ'ליינט נישט אין קיין נייעס, און ס'נישט אויפן דארק וועב. און אן אייער וויסנשאפט פון עטוואס א חלק דערפון איז א שאד פאר מיר צו פארברענען צייט אויף אייך.

ס'זעהט מיר אויס ווי איר פרובירט מיר אפצופרעגן, אדרבה איך קען באשטיין צו הערן קשיות, ווייל אזוי לערן איך זיך מער. אבער סתם צו שיסן אומבאזירטע פאקטן האט נישט קיין פשט.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

שלום שטיסל האט געשריבן:אבער אצינד בין איך סברה'לאז, כ'האב איינגעזעהן אז ס'איז נישט תלוי אין קיין סברות, און מ'קען עס עס נישט פאראויס זאגן, מילא בין איך שטיל

ווען מ'הייבט אן אינוועסטירן סברה'לאז איז די התחלה פונעם פארלוסט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב נישט געבעטן קיין רעספעקט, און איך פארלאנג עס נישט, גראדע פיל איך ווי די זיצט אויף מיין קעיס, כ׳האב גענטפערט נארמאל אויף א שאלה דיינער, ביזטו געקומען און צעפיצלט מיינע ווערטער מיט א צימעס סטיל מערכה.

כ׳פרוביר צו זיין איינגעהאלטן אבער ס׳קוקט מיר אויס ווי די ווילסט פארדרייען מיינע ווערטער מיר צו טרעפן ביי א טעות ווי למשל דאס פאלגענדע,
קורקלענד האט געשריבן:ווען מ'הייבט אן אינוועסטירן סברה'לאז איז די התחלה פונעם פארלוסט.
האסט עס געטוהן אפאר מאל היינט נאכט, (חוץ אויב דו פארשטייסט טאקע נישט, כ׳בין דיר נישט חושד דערויף) און ווען כ׳לאז מיר נישט האסטו געגוגלט אפאר וועבזייטליך און וויקיפדיה און מיר געשריבן צו קוקן די בעסיקס, ווי כאילו כ׳דארף צוקומען דערצו.

כ׳האב באמת נישט קיין נערווען דערצו, כ׳קען פירן מערכות ווען כ׳וויל, אבער בין נישט דא דערפאר, ביטע.....
באניצער אוואטאר
הויזן טראגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 09, 2014 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

Re: ביטקוינס Bitcoin

שליחה דורך הויזן טראגער »

די 'ווערט' איז דאס וואס coinmarketcap אדער xe currency שרייבן.

די ווערט קען זיך טוישן ? יא, איך ווייס נישט צו די קיקסט אמאל פרייזן פון ירקות למשל, אבער די ווערט פון דעם טוישט זיך אויך אין אנדערע סעזאנען.

עס האט שוין אזויפל מאל געקראכט..., וואס ווילסטו זאגן מיט דעם ? עס האט אנגעהויבן ביי אפאר צענט אין עס גייט מן הסתם אריבערגיין די 7000 אין די קומענדיגע 24 שעה ! וועם גייט עס אן אז עס איז געווען א תקופה נידעריגער ווי מען האט עס איינגעקויפט ? אפילו עס זאל טראסקען צו 0 האסטו נאך אלס די קוין אין ווען עס ווערט צוריק עפעס ווערט קענסטו עס פארקויפן.

די ווערט פון די דאלאר קען מען מאניפולירן די ווערט פון די ביטקוין קען נאר מאניפולירן איינער וואס האט פון 51 פראצענט אין העכער פון אלע ביטקוינס.
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

די סיבה פארוואס סאיז ארויף

The Dangerous Reason Why Bitcoin Just Hit Yet Another New High
http://fortune.com/2017/11/01/bitcoin-6 ... e-futures/
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

א גוט מארגן ליבע ברידער!
ביטקוין האלט יעצט ביי 7150.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

סמבטיון האט געשריבן:א גוט מארגן ליבע ברידער!
ביטקוין האלט יעצט ביי 7150.

כ׳בין נישט סופרייזד, שוין כמעט א יאר וואס ס׳איז אוועראלל אויף א דראסטישע וועג ארויף, וויפל ס׳איז נאר געפאלן איז עס צוריק געקומען שטערקער פון בעפאר.
פאר אינוועסטערס וואלט עס געווען במציאות די בעסטע אינוועסטמענט דאס יאר
איך קען עימיצן וואס האט שוין פארדינט דערפון איבער פערציג אלפים אין די לעצטע יאר
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

ווענד זיך וויפיהל מען לייגט אריין, אז איינער וועט היינט אריינלייגן 1000 דולער וועט עס אים לכאורה נישט קיין סאך אויפברענגן. אבער אז איינער האט געקויפט פאר א יאהר צו מער שיינע צאל ביטקוינס און יעצט איז יעדער אינציגע ווערד איבער 7 אלפים, אוודאי האט ער געמאכט געלט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

סמבטיון האט געשריבן:ווענד זיך וויפיהל מען לייגט אריין, אז איינער וועט היינט אריינלייגן 1000 דולער וועט עס אים לכאורה נישט קיין סאך אויפברענגן. אבער אז איינער האט געקויפט פאר א יאהר צו מער שיינע צאל ביטקוינס און יעצט איז יעדער אינציגע ווערד איבער 7 אלפים, אוודאי האט ער געמאכט געלט

אוודאי נאר קליין געלט (אפאר הונדערט דוללער) אויפן חשבון אז ס׳גייט ווייטער אויף די זעלבע טרעק ווי די לעצטע ניין חדשים קען קליין געלט ברענגן גרויסע רווחים אקארדינגלי.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

שלום , אפשר קען מען טאקע מאכן א גרופ פון אינוועסטערס פון קאווע שטיבל? ווער איז אין? לאמער אנהייבן מיט 300 דאלער.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

איך זעה נישט פארוואס ס'זאל דארפן זיין א גרופע. פארוואס קען נישט יעדער איינער אליינס קויפן?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

Jack Bogle: "The biggest mistake investors make is looking backward at performance and thinking it’ll recur in the future."
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

א גוט ערב שבת טייערע חברים, (קרעדיט יואל אשר לאבין)

ביטקוין האלט ביי 7400, שטייטס ביי די זייט און קוקטס ווי מענטשן מאכן געלט...
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: ביטקוינס Bitcoin

שליחה דורך פליקער »

https://youtu.be/bknJl4iuTWY
א גאנץ קלארע הסברה אויף ביטקוין'ס און די ריזיקע'ס
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

גאנץ א לאנגע דרשה, אבער זייער אינטערעסאנט

https://pro.earlyinvesting.com/p/ADWCOI ... 02/?h=true
אביסעל שכל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 2:06 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

שליחה דורך אביסעל שכל »

נא די עולם האט שוין געקויפט ביטקוין?
מיט אביסעל שכל וואלטען מענטשן שנעלער אנגעקומען
פארשפארט