קורקלענד האט געשריבן:איך בין נישט אויף די באורד, ס'איז גראדע נישט דא קיין באורד. דאך אבער האב איך עס גרינטליך אדורך געטוהן. און ווען איך האב געזאגט אז מ'פארלירט די הויזן ווען מ'אינוועסטירט אויף וואס די נייעס זאגט, האב איך דערין כולל געווען סטאקס. ס'איז א לענגערע שמועס ואין כאן המקום להאריך.
איר מישט אויס צוויי טערמינען איינס איז 'ווערט' די אנדערע איז 'פרייז'. איך פארשטיי אז איר קענט זאגן אז ס'איז 'ווערט' אזויפיל ווי די 'פרייז'. דאך אבער איז עס צוויי אנדערע זאכן. לדעתי (נאך א גרינטליכע פארשונג) איז די אמת'ע ווערט מער ווי א קוואדער, אפי' ווען די 'פרייז' זאל זיין צען צענט וואלט איך עס נישט פארקויפט פאר ווייניגער ווי א קוואדער (באמת אפי'פאר מער, איך רעד נאר לדוגמא) ווייל איך האלט אז די 'ווערט' איז מער. מיין אינערליכע ספק איז, וואס איז די אמת'ע ווערט?
דערווייל גייט עס נישט נאר אויף ארויף, ס'האט שוין מערערע מאל פיין געקראכט! אזויפיל ווי ניינציג פראצענט! לעצטנס גראדע האט עס עפעס שטארק ארויפגעשאסן. אריינלייגן קליין געלט (איז כמעט יעדער מודה) וועט לכאורה אין די צוקונפֿט נישט ברענגן די פראצענטן פונעם עבר.
איך רעד פון א פאקט אז ס'איז נאר דא א מספר מצומצם. די מספר מצומצם איז בערך צוואנציג מיליאן און נישט די גאנצע איז שוין פארטיילט. דעריבער וועט נאך ארויסקומען א געציילטע מספר און די נעקסטע פאר יאר. די מיינינג ווידער איז ווייט פון א באלון, ס'פשוט צו קאמפליצירט פאר מיר עס אפצושרייבן על רגל אחת.
ווען איך רעד פון ליינען די נייעס, מיין איך וואס בערך וואס די זאגסט א גרינטליכע פארשונג, חוץ אויב די רעדסט פון די דארקוועב, אלעס וואס מ'ווייסט איבער ביטקוינס איז נאר פון די נייעס דערוועגן.
און איך מיש שוין גארנישט צווישן פרייז און ווערט, קוק צוריק די שמועס ווער ס'מישט.
ווי אויך ביזטו דיר טועה מיט די מציאות, דערווייל איז נישטא קיין צוואנציג מיליון ביטקוינס, ס'איז שוין דא איבער זעכצן מיליון, די איבריגע ביז ערגעץ אין די 21 מיליון וועט ערפינדן ווערן אין די קומענדע יארן.
קיינער ווייסט נישט קלאר ווי ביטקוין גייט, ווען די זאגסט אז כמעט יעדער איז מודה ווייס איך נישט פון וועם די רעדסט, ווייל אלעס איז שפעקולאציעס, נישטא קיין איינער וואס ווייסט, ס'איז דא שאצונגן אז ס'גייט נאך ארופגיין אסאך, און ס'איז דא שאצונגן אז ס'גייט פאלן, דערווייל זענען די שאצונגן אז ס'גייט ארויפגיין אמת, ווען ראובן האט געפענט די אשכול איז עס געווען ווערט 875, יעצט האלט עס ביי איבער זעקס טויזענט דוללער, ביים אריינלייגן זעקס אלפים האלט איך נישט דערביי, אבער כ'וואלט יא געקויפט א חלק מיט נאך אנדערע צוזאמען.
זאגן אז אריינלייגן קליין געלט וועט לכאורה אין די צוקונפֿט נישט ברענגן די פראצענטן פונעם עבר איז זייער א גוטע סברה, אבער די זעלבע סברה האט מען געהערט אין די עבר ווען ס'איז ווערט געווען 13 דוללער, און די זעלבע סברה איז געווארן איבערגעחזרט פאר יארן, איך געדענק מיך זעלבסט טענה'ן מיט אנדערע דערוועגן ווען ס'איז געווען אפאר הונדערט דוללער, אבער אצינד בין איך סברה'לאז, כ'האב איינגעזעהן אז ס'איז נישט תלוי אין קיין סברות, און מ'קען עס עס נישט פאראויס זאגן, מילא בין איך שטיל