הרבנית חי' רוזא מסעמיהאלי
- סקרן
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1082
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
- געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל
הרבנית חי' רוזא מסעמיהאלי
מאוד השתוממתי לראות שאין אשכול על הרבנית הנ"ל.
כשהתבוננתי חשבתי שאולי זה מפני שהרבה מחברי השטיבל הם תלמידי או חסידי סאטמאר וזה עניין או סיפור מאוד מרגש בקרב החסידים
אבל בראותי שהעיתון דער בלאט אזרו אומץ והתחילו לערוך עלי' כתבה אמרתי בלבי שהזמן מוכשר גם פה לישא וליתן על אישיותי' חשיבותה
הקשר בינה לאביה,
לאמה חורגהה
לר' יוסל אשכנזי ודעימי'
ואיך פתאום נפטרה ולהגדיל התמהון או הטראסק אומרים שהיתה בחודשה השמיני
ומה גם שהתגוררה בוויליאמסבורג ויום אחד החליטה היא ובעלה להתיישב בהוועסט סייד ולא הגיעה {לא הניחו לה} לבקר אביה,
כשהיתה היחידה מיו"ח בחיים
בעלה לא ישב שבעה עם חותנו,
המכות והצעקות וההזהרות (נוסח סאטמאר) שהוא קיבל בחיים חיותה ולאחר פטירתה
כשנחלה וחותנו לשעבר הגיע לביקור בביה"ח אחרי שהתברר שהוא {הסעמיהאלי} אינו יוצא משם כבר והסתגר עמו ב' שעות
ואיך זה שלא רק שלא קרבו בניו בסאטמאר, גם רחקו אותם
ואחרון חביב, יש כבר עתונות בחסידות סאטמאר עשרות שנים וכותבים על כל אחד, אבל על בתו של הרבי שהיתה לה בתמונה של סאטמאר גם לפני השואה ובהתחלה מיד אחרי השואה מעמד מרכזית, ורק עכשיו יותר מששים שנה החליטו לכתוב.

-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
דא האט מען שוין אביסל גערעדט.
הרבנית חי' רויזא ע"ה איז געווען חתונה געהאט צו ר' ליפא טייטלבוים, ער איז געווען ראש ישיבה אין די ישיבה אין סאטמאר, זי האט געפירט די גאנצע ווערטשאפט ביי איר טאטן אין שטוב וואס איז דעמאלטס געווען אן אלמן ל"ע. הרבנית אלטא פייגא איז געווען א מיידל און היבש אינגער פון רויזעלע, ווען זי האט חתונה געהאט מיט ר' יואל איז [ווי נארמאל אין אזא מצב] תיכף געווארן א שטיקל רייבעריי צווישן די טאכטער און די נייע ווייב, למען השלום בית האט דער רבי פארשיקט דעם איידעם קיין סעמיהאלי און אים דארט געגעבן די רבנות (וואס האט אריגינעל געברויכט גיין פאר זיין נעפיו דער ברך משה).
ר' ליפא'לא איז ווי אסאך אנדערע טייטלבוים אייניקלעך געווען א שטיקל שווערע מענטש, און אנשטאט פארשטיין אז ער געפינט זיך און א האקעלע מצב ווי ער גייט ממילא נישט געוואונען, (קיינער גט נישט א ווייב פאר א טאכטער) האט ער כסדר פארפירט און זיך אפגערעדט, פארשידענע מענטשן האבן זיך אנגענומען פאר אים, ווי דער ראש הקהל ר' חיים פריינד און נאך, שמעתי אז דאס האט גורם געווען א ריס צווישן אים מיטן רבי'ן און דערפאר האט ער עולה געווען קיין ארץ ישראל, ווי אויך האט דער ברך משה זייענדיג מיט אים א גאר נאענטער קרוב (דאכט זיך אפאר מאל א ערשטע קאזין) זיך שטארק אנגענומען פאר אים.
דא אין אמעריקע האט די מחלוקה אינגאנצן אויפגעפלאקערט, ר' ליפא האט שוין נישט געהאט א רבנות, און געוואוינט דא אין די איסט סייד, ער איז ארומגעגאנגען נאך געלט און בארעדט זיין שווער אז ער הונגערט און זיין שווער גיבט אים נישט קיין פרוטה, און דער רבי האט זיך אינגאנצן צוקריגט מיט אים און די טאכטער, די רעביצינ'ס שטוב מענטשן האבן פארשטייט זיך נאר צוגעהאלפן אז קיין שלום זאל נישט זיין. די מעשיות אז זי האט דא מפיל געווען זענען סתם שמועות פורחות, ווען זי איז אוועק איז זי שוין געווען א עלטערע פרוי און שוין נישט געקענט האבן קיין קינדער.

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: הרבנית חי' רוזא מסעמיהאלי
"עלטערע פרוי"?
דער סאטמאר רב איז געבוירען געווארען אין שנת תרמ"ז און ער האט חתונה געהאט אין שנת תרס"ה דוכט זיך. זי איז אוועק אין תשי"ד, וואס איז 59 יאר נאך זיין חתונה. איך ווייס נישט ווען זי איז געבוירען געווארען, אבער מעגליך איז עס נאך.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שמערל: ייש"כ. אבער איין שטיקל פירכא האביך אויף דיין טעאריע אז דער שווער מיט זיין איידעם זענען געווען שטארק צוקריעגט. ווייל ווען דער סאטמאר'ע רבי מיט זיין רביצין אלטע פייגא זענען אנגעקומען קיין ארץ ישראל נאך די מלחמה. און נאך שווייץ זענען זיי איינגעשטאנען פאר א לענגערע צייט ביי די טאכטער און איידעם. וואו דער סעמיהאלער רב האט געהאט א ביהמ"ד. און ער האט זייער שטארק מכבד געווען זיין שווער. נאר ס'איז מעגליך אז די פירוד לבבות איז פארגעקומען שפעטער. א מעגליכע סיבה דערצו, איז מפי השמועה, געווען, אז די טאכטער הרבנית חי' רויזא. און אויך דער סיגעטער רב, ווען זיי זענען געקומען באזוכן ביים סאטמאר'ן רב אין שטוב, האבן זיי מכלומרש'ט געהעצט אקעיגן די רעבעצין אלטא פייגא. און איהם שטענדיג צוגערעדט אז ער זאל זיך גט'ן פון איהר.און דערפאר האט זי זיי געזעהן מרחק צו זיין מיט אלע כוחות. און זי האט געארבעט אויף ביידע פראנטן. פון איין זייט האט זי זיי נישט צוגעלאזט צו איהם. אייביג מיט'ן תירוץ אז ער שלאפט. און פון די צווייטע זייט איז זי געגאנגען אנהעצן איהם אז..."קוק, דיין טאכטער און דיין נעפיו קומען קיינמאל נישט ארויף צו דיר באזוכן"...!. ביז יענעם טראגישן ערב יום כיפור נאכמיטאג ווען חי' רויזא איז געקומען אנוואונטשן פאר'ן טאטן א גוט יאר. האט ..."מען"... זי אראפגעשטופט פון אלע סטעפס... י"א אז עזריאל. און י"א אז די הרבנית בכבודה ובעצמה...!
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 17
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 15, 2017 6:00 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל
Re: הרבנית חי' רוזא מסעמיהאלי
א. דאס וואס מען זאגט אז חי׳ רוזא׳לע האט געהעצט דעם רבי׳ן דאס איז לכאורה איפכא מסתברא ווייל זי איז דער וואס האט צוגערעדט דעם רבי׳ן צום שידוך.
ב. דאס וואס ס׳איז געווארען א ראבעריי ווען דער רבי איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל, איז ווייל ביז דעמאלסט איז דער סעמיהאלי רב געווען כאילו דער שליח פון סאטמאר רב צו זיין דער שיינער איד, אבער ווען דער רבי איז אנגעקומען איז ער געווארען אויסגעשפילט וויבאלד די סאטמערער צו סיגוט׳ער תלמידים זענען געגאנגען צום רבי׳ן.
מ׳קען אפשר מוסיף זיין א מעשה. מ׳דערציילט אז א חסיד פונעם רבי פלעגט שיקען פון אמעריקע א סומע געלט צום סעמיהאלי רב, אבער ווען דער רבי איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל האט דער איז אנגעפאנגען עס צו שיקען צום רבי׳ן. איז חי׳ רוזא געגאנגען זיך אפרעדן צום רבי׳ן אז מען נעמט איר צו דאס ביסל ברויט. האט דער רבי געהייסען פאר ר׳ יוסל (וואס פון זיין חכמה דארף מען א עקסטערע אשכול) אז ער זאל זאגן פאר דעם נגיד אז ער זאל שיקען דאס געלט פאר סעמיהאלי רב. ווי מען דערציילט האט מען געמאכט א חלוקה אויף די געלט אז א דריטל איז געגאנגען צום רבי׳ן, נאך אלעמען האט דער רבי אויך נישט געהאט א פרוטה צו זיין נאמען.
Sent from my iPhone using Tapatalk
ב. דאס וואס ס׳איז געווארען א ראבעריי ווען דער רבי איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל, איז ווייל ביז דעמאלסט איז דער סעמיהאלי רב געווען כאילו דער שליח פון סאטמאר רב צו זיין דער שיינער איד, אבער ווען דער רבי איז אנגעקומען איז ער געווארען אויסגעשפילט וויבאלד די סאטמערער צו סיגוט׳ער תלמידים זענען געגאנגען צום רבי׳ן.
מ׳קען אפשר מוסיף זיין א מעשה. מ׳דערציילט אז א חסיד פונעם רבי פלעגט שיקען פון אמעריקע א סומע געלט צום סעמיהאלי רב, אבער ווען דער רבי איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל האט דער איז אנגעפאנגען עס צו שיקען צום רבי׳ן. איז חי׳ רוזא געגאנגען זיך אפרעדן צום רבי׳ן אז מען נעמט איר צו דאס ביסל ברויט. האט דער רבי געהייסען פאר ר׳ יוסל (וואס פון זיין חכמה דארף מען א עקסטערע אשכול) אז ער זאל זאגן פאר דעם נגיד אז ער זאל שיקען דאס געלט פאר סעמיהאלי רב. ווי מען דערציילט האט מען געמאכט א חלוקה אויף די געלט אז א דריטל איז געגאנגען צום רבי׳ן, נאך אלעמען האט דער רבי אויך נישט געהאט א פרוטה צו זיין נאמען.
Sent from my iPhone using Tapatalk
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ראש הכולל: אין ארץ ישראל איז דאס אפשר געווען דער מצב. אבער דאהי אין אמעריקע איז דער סאטמאר'ע רב, אפשר גאנץ אין אנהייב געווען געענגט אין געלט. אבער נישט א ביסל שפעטער. ווייל צוערשט האט איהם זיין קאזין ר' מענדל טייטלבוים. וועלכער איז געווען א שטיקל גביר. זייענדיג א שותף אין א מוזיק געשעפט. (סעם אש) וואו ער האט שפעטער פארקויפט זיין חלק אין שותפות, (אן אייניקל פונ'ם ייטב לב, וועלכער האט שוין געוואוינט דאהי אין אמעריקע) געגעבן $5,000 דאללער. א גרויסע מטבע בימים ההם. נאכדעים וואס דער רבי איז איהם געגאנגען באזוכן אין זיין דירה אין איסט ניו יארק...! אויך האט מען תיכף אנגעהויבן צוזאמשטעללן געלט וואס דער סאטמאר'ע רבי האט געדארפט פאר זיינע מוסדות ייטב לב אין ארץ ישראל. אויף וועלכע ער האט געהאט א סאך חובות. און אנגעבליך איז זיין מטרה צו קומען קיין אמעריקע,געווען (ודעתו לחזור) צו מאכן געלט כדי צו באצאללן די חובות...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 17
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 15, 2017 6:00 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל
Re: הרבנית חי' רוזא מסעמיהאלי
berlbalaguleh: זאגסטו דאך אליינס אז דארטן אין ארץ ישראל איז געווען זייער שווער צו לייזען פאר ביידע
Sent from my iPhone using Tapatalk
Sent from my iPhone using Tapatalk
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ראש הכולל: איך זאג עס בדרך אפשר. איך האב נישט קיין קאנקרעטע ידיעות. ווייל לויט ווי איך בין אינפארמירט האבן זיי זיך זייער גוט פארטראגן אין ארץ ישראל. נאר אויב ס'זענען געווען חילוקי דיעות איז דאס נאך געווען פון יוראפ. ווייל דער סעמיהאליער רב און זיין רביצין זענען געפארן קיין ארץ ישראל מיט א סערטיפיקאט פון די אגודה אדער אן אנדער גרופ. וועלכעס איז געווען בניגוד רצונו ושיטתו פונ'ם סאטמאר'ע רב....!
נ.ב.: א סאך פון מיין אינפארמאציע איבער דעם סאטמאר'ע רבי'ן נעם איך פון ר' סענדער דייטש. וואס ס'איז מעגליך אז ער האט א סאך מאל פארבויגן דעם אמת לפי הצורך...!

- היימישער באניצער
- הודעות: 593
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3150
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
- האט שוין געלייקט: 414 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל
און אזוי ווי יעדע מחלוקה איז דא צווי צדדים
און ווי אויך איז דא וואס צווישן די צוויי צדדיים זענען ביידע גערעכט דאס איז קלאר אז די ראבעריי האט זיך אנגעהויבן ווייל די רבנית האט זיך נישט פארשטאנען מיט'ן שטוף קינד אויך איז אמת אז ר' ליפאלע איז געווען א רביש קינד ווי אלע רבישע קינדער..........
און דאס איז קלאר אז זי האט געוואלט גיין צום טאטן און זי איז נישט אנגעקומען אינעווענדיג .......... פ"וו קען יעדער זאגן וואס ער וויל
אויך איז דאס קלאר אז מ'האט איר איינמאל אראפגעשטיסן די טרעפ און נישט לאנג נאכדעים האט זי צוריק געגעבן איר נשמה צו איינס האט שייכות מיטן צווייטן קען אויך יעדער זאגן וואס ער וויל
צו זי איז געווען מעוברת ס'איז דא וואס שווערן זיך אז יא און ס'איז דא וואס שווערן זיך אז נישט אבער דאס איז קלאר אז זי איז געווען דאן אין די פערציגער יארן
אבער כלשעצמה איז זי געווען א אשה כשירה א שטיק הארץ און חסד א ריכטיגע רעבעצן וואס איז געווען פארנומען מיט מעשי צדקה וחסד איר גאנצע לעבן אוועק געעגבן פאר אנדערע אשה יראת ד' און א אשה משכלת
און ווי אויך איז דא וואס צווישן די צוויי צדדיים זענען ביידע גערעכט דאס איז קלאר אז די ראבעריי האט זיך אנגעהויבן ווייל די רבנית האט זיך נישט פארשטאנען מיט'ן שטוף קינד אויך איז אמת אז ר' ליפאלע איז געווען א רביש קינד ווי אלע רבישע קינדער..........
און דאס איז קלאר אז זי האט געוואלט גיין צום טאטן און זי איז נישט אנגעקומען אינעווענדיג .......... פ"וו קען יעדער זאגן וואס ער וויל
אויך איז דאס קלאר אז מ'האט איר איינמאל אראפגעשטיסן די טרעפ און נישט לאנג נאכדעים האט זי צוריק געגעבן איר נשמה צו איינס האט שייכות מיטן צווייטן קען אויך יעדער זאגן וואס ער וויל
צו זי איז געווען מעוברת ס'איז דא וואס שווערן זיך אז יא און ס'איז דא וואס שווערן זיך אז נישט אבער דאס איז קלאר אז זי איז געווען דאן אין די פערציגער יארן
אבער כלשעצמה איז זי געווען א אשה כשירה א שטיק הארץ און חסד א ריכטיגע רעבעצן וואס איז געווען פארנומען מיט מעשי צדקה וחסד איר גאנצע לעבן אוועק געעגבן פאר אנדערע אשה יראת ד' און א אשה משכלת
- סקרן
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1082
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
- געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל
זיי אליינס פארציילן אז ווען זייער מאמע האט געשיקט א שליח צום סאטמאר רב בעט'ן אז זי וויל שיקן די קינדער לערנען אין ישיבה האט זי צוריק באקומן א טעלעפאון קאלל אז זי זאל זיך נישט וואגן צו שיקן אדער בעטן נאכאמאל אזא זאך
ווען זיי זענען אריינגעקומן דא אין שטוב האבן די גבאים געמאכט פון זיי ליצי ליצנות
און דאס איז נישט עפעס וואס איך האב געהערט נעכטען איך האב עס געהרט בשעתו
זייטס אזוי גוט סאטמאר'ע פארדרייטס נישט קיין היטאריע יא עטס האטס גערודפ'ט און געהארג'ט די אייגענע אויך נישט נאר יענעם'ס
זייטס מודה האט'ס חרטה און טוהט'ס תשובה
ווען זיי זענען אריינגעקומן דא אין שטוב האבן די גבאים געמאכט פון זיי ליצי ליצנות
און דאס איז נישט עפעס וואס איך האב געהערט נעכטען איך האב עס געהרט בשעתו
זייטס אזוי גוט סאטמאר'ע פארדרייטס נישט קיין היטאריע יא עטס האטס גערודפ'ט און געהארג'ט די אייגענע אויך נישט נאר יענעם'ס
זייטס מודה האט'ס חרטה און טוהט'ס תשובה
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
סקרן: גלייב מיר. ס'איז נאך דא גענוג סקעלעטאנס אין קלאזעט. נאר איך וויל דא נישט פאר'צימעס'ן דעם אשכול...!
ר' סענדער דייטש, זייענדיג דער פראפאגאנדע מיניסטער אין די קהילה, האט במתק לשונו ארויפגעלייגט א שיינעם פנים און א גוטן ספין אויף אלע מעשיות וועלכע האבן זיך אפגעשפיעלט אין הויף...! ער האט נאר אייביג געזוכט שמוץ און סקאנדאלן ביי אנדערע. ס'האט איינער עס גוט מגדיר געווען. ער האט געהאט א קאלום וואס האט געהייסן ..."פון דא און דארט"... אבער ער האט אייביג געברענגט סחורה פון ..."דארט"... קיינמאל נישט פון ..."דא"...!
ר' סענדער דייטש, זייענדיג דער פראפאגאנדע מיניסטער אין די קהילה, האט במתק לשונו ארויפגעלייגט א שיינעם פנים און א גוטן ספין אויף אלע מעשיות וועלכע האבן זיך אפגעשפיעלט אין הויף...! ער האט נאר אייביג געזוכט שמוץ און סקאנדאלן ביי אנדערע. ס'האט איינער עס גוט מגדיר געווען. ער האט געהאט א קאלום וואס האט געהייסן ..."פון דא און דארט"... אבער ער האט אייביג געברענגט סחורה פון ..."דארט"... קיינמאל נישט פון ..."דא"...!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3150
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
- האט שוין געלייקט: 414 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל
סקרן האט געשריבן:צו אלע וואס פרובירן טוישן די מציאות און זאגן אז ס'איז געווען אנדערש
(אפי' האסט א נקודה ווייל איש ימים ישראל דיפפ וכל שאר חניכא דילי' איז שוין נישט דא)
ביי די וועי די תגובה איז איש ימים ישראל דיףף סטייל תגובה
איך וועל דיר זאגן א סוד בעלזע רב איז אויך ניט געווארן רב איידער די אלטע רעבעצן האט געכאפט געהרגעטע מכות או אזוי איז אויך געווען אין אנדערע חסידות סאו ווער ניט אזוי ווילד פון סאטמאר
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 593
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
גאנצל האט געשריבן:סקרן האט געשריבן:צו אלע וואס פרובירן טוישן די מציאות און זאגן אז ס'איז געווען אנדערש
(אפי' האסט א נקודה ווייל איש ימים ישראל דיפפ וכל שאר חניכא דילי' איז שוין נישט דא)
ביי די וועי די תגובה איז איש ימים ישראל דיףף סטייל תגובה
איך וועל דיר זאגן א סוד בעלזע רב איז אויך ניט געווארן רב איידער די אלטע רעבעצן האט געכאפט געהרגעטע מכות או אזוי איז אויך געווען אין אנדערע חסידות סאו ווער ניט אזוי ווילד פון סאטמאר
און דאס איז גאר א תירוץ?!
עד מתי פתאים תאהבו פתי
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 17
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 15, 2017 6:00 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל
Re: הרבנית חי' רוזא מסעמיהאלי
מען האט געהעצט דעם רבי׳ן אז דער סעמיהאלי רב פירט א חסידות אין ארץ ישראל, וואס די גאנצע זאך לא דובים ולא יער.
נאר וואס דען, ער האט געהאט אפאר בחורים יונגעלייט ארום זיך וואס זענען געקומען צו אים נאכן קריג יתומים׳לעך און ער האט זיי חתונה געמאכט.
דאס איז א דוגמא ווי אזוי א סאקמיר׳ע מעשה גייט
Sent from my iPhone using Tapatalk
נאר וואס דען, ער האט געהאט אפאר בחורים יונגעלייט ארום זיך וואס זענען געקומען צו אים נאכן קריג יתומים׳לעך און ער האט זיי חתונה געמאכט.
דאס איז א דוגמא ווי אזוי א סאקמיר׳ע מעשה גייט
Sent from my iPhone using Tapatalk
- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
Re: הרבנית חי' רוזא מסעמיהאלי
און וואס איז די פראבלעם אז ער פירט א חסידות?
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
גאנצל האט געשריבן:איך וועל דיר זאגן א סוד בעלזע רב איז אויך ניט געווארן רב איידער די אלטע רעבעצן האט געכאפט געהרגעטע מכות או אזוי איז אויך געווען אין אנדערע חסידות סאו ווער ניט אזוי ווילד פון סאטמאר
אייגענס געבעקס? טעלערל? שלמה יאנקל?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)