נהמא דכיסופא (וועקער #10)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

נהמא דכיסופא (וועקער #10)

שליחה דורך מפוזרי »

ס'איז נאכנישט געעפנט געווארן אן אשכול אויף [tag]לעיקוואד[/tag]'ס אויסגעצייכנטער ארטיקל, וועל איך דעריבער גיין פתיחה.

קודם כל א ריזן סאלוטאציע! צו צענעמען אזא טיפער און דקות'דיגער ענין מיט אזוינע מושכלות מופשטות און עס אזוי מפשט זיין און אויסלייגן כשולחן הערוך, איז צום באוואונדערן.

אפאר נקודות דארפן א תוספת ביאור. די עיקר נקודה פונעם מאמר, בקיצור נמרץ, איז אזוי: אנדערש ווי מ'וואלט פשוט פארשטאנען אז די הטבה איז דער הויכער גן עדן און אונזער נידריגער וועלט איז נאר אן אמצעי, א היכא תמצא, אז מיר זאלן קענען געניסן פונעם גן עדן בלא בושה. ביסטו מסביר אז ניין, אונזער וועלט וואו ס'דא בחירה, דאס גופא איז די הטבה השלימה שאין בה בושה. וואונדערבאר. אבער וואס וועט זיין לאחר מאה ועשרים? דארט איז שוין נישטא קיין בחירה? באמת האסטו עס אדרעסירט אויפן שפיץ גאפל, אבל לא כל הצורך.

והעיקר וואס איז מיר שווער, די קשיא וואס דו האסט געברענגט סוף ארטיקל. וואס האבן די רשעים פון די בריאה? האסטו אזוי שיין מסביר געווען אז אויב די עצה קעגן נהמא דכיסופא איז בחירה, זעלבסשטענדיגקייט, האבן זײ עס ערשט געקריגן. איז מיר אבער שווער, די גאנצע פראבלעם מיט נהמא דכיסופא איז כדי די בריאה זאל זיין א הטבה. איז איה"נ די בריאה פאר די רשעים איז טאקע נישט קיין נהמא דכיסופא, אבער מיט וואס ווערט עס א הטבה? וואס האבן זיי דערפון, פארוואס האט זיך עס זײ געלוינט?

בשנות בחרותי האב איך אמאל געפרעגט ממורי הרה"ח שליט"א אז אויב דער גאנצער תכלית פון ביאתי לזה העולם איז כדי צו קענען קריגן גוטס וואס איז נישט קיין נהמא דכיסופא, איז ריכטיג ס'דא בחירה, אבער ס'דאך אויך דא ידיעה, איז אויב ס'גלוי לפניו אז איך וועל דורכפאלן און זינדיגן וואס האט זיך עס מיר געלוינט? צום סוף נאכן אריבערגיין שבעה מדורי גיהנום וועל איך ווײטער דארפן צוקומען לחסד חנם ולא בזכות? וענה לי, שיהיה איך שיהיה וועט עס אלץ זיין בעסער ווי די נהמא דכיסופא וואס איך האב געגעסן איידער איך בין געקומען לזה העולם, איך בין א זיכערער פארדינער. דאס האב איך געהערט לפי דעם פשטות'דיגן הבנה, ווי איז עס לויט דיין ביאור?
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

בטעות רעדאגירט געווארן. אויב מ'קען עס פארעכטן. שכויעח.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום לעיקוואד, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
I have a dream
Martin Luther King ~
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: נהמא דכיסופא (וועקער #10)

שליחה דורך מפוזרי »

די קשיא איז פשוט, די סיבה פארוואס גאט ב"ה גיט די הטבה=זעלבסטשטענדיגקייט איז וויבאלד ער איז א גוטער, און א גוטער וויל מטיב זיין - ער וויל ס'זאל יענעם אויך זיין גוט - דעריבער גיט ער יעדן איינעם דעם גוטן זאך וואס הייסט בחירה. איז בחירה א גוטע זאך? געוויס, נאר ווענדט זיך פאר וועמען. צוקער איז זיס, אבער פארן קראנקען איז עס סם, אים עס צו געבן איז קיין טובה נישט.

און דא קומט אריין ידיעה. ווען דער רשע, נאכן ווערן אפגע'פסק'נט לדראון עולם, וועט אנפרעגן ביים רבש"ע: אמת אז איך האב געהאט בחירה און איך האב מיך אליין פארפּאטשקעט, אבער דו ביסט דאך דער קורא הדורות מראש, דו האסט דאך געוואוסט אז דער גאלדענער פיל וואס הייסט בחירה וועט למעשה זיין פאר מיר סם, וויאזוי האט עס מיר גוט געטון?
וואלט ווען גאט געקענט ענטפערן: הער אויס, בחירה איז דאך אייגנטליך א גוטע זאך, און דו האסט עס געהאט - האסט נישט געמוזט זיין א רשע, אמת למעשה ביסטו יא געווארן א רשע און דעריבער אין רעטראספעקט איז עס טאקע - פאר דיר - נישט געווען גוט, אבער איך האב נישט געוואוסט! לויט די דאטא וואס איך האב דעמאלט געהאט איז עס געווען די בעסטע אפציע, בתם לבבי ובנקיון כפי עשיתי זאת, אפילו ס'האט צום סוף נישט גוט אויסגעקלאפט.

וואלט דער רבש"ע אזוי געקענט ענטפערן, איז מיר גארנישט שווער. אבער דוכט זיך אז גאט קען זיך נישט ארויסדרייען מיטן זאגן לא ידעתי. און דאס איז אפילו נאכן וויסן אז ידיעה איז נישט שולל בחירה, ובמקום שיש בחירה אין ידיעה וכו', כך מדומני.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

לעקוואד,
איז דו גאנצע שטיקעל געבויט אז נברא פילט כסדר אז ער וויל זיין א בורא?
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איים סארי אז איך קען נישט געהעריג ענטפערן אויף די הערות. עס איז גענוג שווער געווען עס אראפצושרייבען איינמאל און איז נאך שווערער זיך צו דינגען אין דעם ווען איינער איז נישט מסכים מיט אדער פארשטייט נישט עפעס א נקודה.

באופן כללי די אלע שאלות וואס מען פרעגט דא שטייט שוין אין דער ארטיקל, ווי מען קען מבחין זיין א חלק האבען גלאטע תירוצים מתוך עיקר הענין און א חלק בלייבען טאקע אפשר נישט אזוי גלאטיג לפי הענין. עס איז אבער זייער שווער צו מאכען א שמועס און פראבירען צו פארשטיין וואס באדערט פאר איינעם צו פראבירען מסביר זיין נאכאמאל די נקודה.

באופן הכללי זעהט מיר אויס פון רוב קשיות פון הרב מפוזרי זענען פארענטפערט מיט די עיקר נקודה וואס איך האב מסביר געווען, נעמליך אז עס איז נישטא עפעס א זאך "הטבה" וואס צו דעם דארף מען א תנאי "בחירה און עבודה". נאר דער בחירה איז גופא דער הטבה וואס מאכט והייתם כאלהים און קיין אנדערע הטבה איז נישטא.

אבער כאמור דאס צו מסביר זיין קלאר דארף מען צוריק בויען דער גאנצער בנין פון דער ארטיקל און דאס האב איך שוין געטוהן דארט מיט מער אריכות ווי עס איז שייך דא.

און אויב איינעם איז נישט מתיישב על הלב די גאנצע מהלך, האב איך שוין געשריבען אז איך האב נישט קיין טענות.. והבוחר יבחר.
I have a dream
Martin Luther King ~
פארשפארט