אובר דרייווער

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

Uber קענסעלעישען טייערער פון די טריפ אליין??

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

אויב מ'קענסעלט א uber טריפ קאסט עס 5 דאללער. וואס איז פשט אז אויב באשטעלט איך א uber טריפ וואס איז ווייניגער פון 5 דאללער איז די קענסעלעישען נאך טייערער פון די טריפ אליין???
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל

אובר דרייווער

שליחה דורך ווייל אזוי »

ס'טוט זיך אויף קעסל און כלים, די עולם איז ביזי אז די טעראריסט וואס האט דורכגעפירט די טעראר אטאקע אין מאנהעטן איז געווען א אובר דרייווער, קול מבשר האט אינטערוויא'ס נעמט אראפ אינטערוויא'ס בקיצור מ'טוט דורך אובר דרייווער'ס אויב מ'קען זיי טראסטן אדער נישט.

איז איך אלץ אובר דרייווער לאמיר עס אביסל אויסשמועסן.

מיט א שטיק צייט צוריק האב איך געהאט א שמועס מיט א אינגערמאן (גראדע האט ער א פארשטויבטע ניק דא) און ער פארציילט מיר אז ער האט זיך ארויפגעסיינט צו דרייוון אויף אובער און ער האט געמאכט איין טריפ און געענדיגט יענע טריפ האט איהם געשלעפט פון מאנסי קיין מאנהעטן ס'האט איהם געקאסט טאלל און א וועג צוריק האט ער נישט געקענט באקומען ווייל אובר לאזט נישט א אפסטעיט דרייווער אויפפיקן און די סיטי האט ער געמאכט 30$ נאך פאר טאלל פאר צוויי שעה ארבעט.

האב איך געטראכט לאמיר זיך אויך אויפסיינען אויף אובר און ליפט וואס קען שוין געשעהן און איך האב מיר ארויפגעסיינט ויקרא שמו בישראל 'אובר דרייווער'.

איין נאכט נאך מעריב בין איך ארויף אנליין און באקומען א טריפ פון א באר איינעם אהיים צוטראגן און אזוי האב איך שוין געמאכט א שיינע פאר טריפס, פארגאנגענע מוצאי שבת ווען איך בין ארויף אנליין האט זיך גענומען רעגענען טריפס די עולם האט פיין געפארטי'ט, מענער און פרויען צוגלייך זענען אריינגעקומען אין קאר פארשטעלט ס'געווען חאגע, ס'האט זיך געמאכט שמועסן, בקיצור ס'געווען געשמאק, איך האב דערמאנט פון פורים ווען איך נעם א אובר אהיים נאכן משתה יין.

סא צו ווי וויל איך צוקומען? אה, יא אז א אובר דרייווער גייט דורך א בעגראונד טשעק און אובר האלט מיט פונקטליך ווי ער איז און אלע קאמפלעינטס וואס קומען אריין אויף די דרייוער, אויב האבן זיי די מינדערסטע חשד אז א צווייטער נוצט מיין דרייווער'ס עפפ וועלן זיי מיר הייסן וועריפייען דורך א פיקטשער אז איך בין די דרייווער, און איין ווארט זיי זענען זייער אן טאפ אויף די דרייווערס, מער טראסטעבאל ווי א לאקאלע טעקסי קאמפעני, זאל די עולם עס נוצן געזונטערהייט.

אויב האט איהר מיר אלץ דרייווער דערמאנט'ס די אשכול און געב א טיפ.
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

נו למעשה לוינט זיך עס פאר דיר?
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל

שליחה דורך ווייל אזוי »

וויליאמסבורגער האט געשריבן:נו למעשה לוינט זיך עס פאר דיר?


קיין סאך געלט מאכט מען נישט, אבער מ'טרעפט נייע מענטשן, און מ'סאשול לייזט אביסל.
קאוריג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 81
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 2:21 pm
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

שליחה דורך קאוריג »

ווייל אזוי

דו דרייווסט פאר זיי אין די סיטי אדער אפסטעיט?

איך פלעג דרייווען פאר זיי אין די סיטי, איך כ'האב געמאכט חרוסת, נישט ווערט געווען די קאפ וויי, דארפסט האבן TLC פלעיטס, וואס דאס קאסט א מיאנטעק מיט געלט, און דערנאך מאכט מען נאר געלט אויב מ'דרייווט אין די surge areas
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 292 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

Re: אובר דרייווער

שליחה דורך טרויבן88 »

ווייל אזוי האט געשריבן:
וויליאמסבורגער האט געשריבן:נו למעשה לוינט זיך עס פאר דיר?


קיין סאך געלט מאכט מען נישט, אבער מ'טרעפט נייע מענטשן, און מ'סאשול לייזט אביסל.
וויפיל שעה דרייווסטו? מען קען מאכן געלט פון אובער/ליפט, די שאלה איז נאר וויפיל שעה מען דארף אריינלייגן, נישט אזוי?
לעב אין לאז לעבן.
קאוריג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 81
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 2:21 pm
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

שליחה דורך קאוריג »

טרויבן88 האט געשריבן:
ווייל אזוי האט געשריבן:
וויליאמסבורגער האט געשריבן:נו למעשה לוינט זיך עס פאר דיר?


קיין סאך געלט מאכט מען נישט, אבער מ'טרעפט נייע מענטשן, און מ'סאשול לייזט אביסל.
וויפיל שעה דרייווסטו? מען קען מאכן געלט פון אובער/ליפט, די שאלה איז נאר וויפיל שעה מען דארף אריינלייגן, נישט אזוי?


לאוו דווקא, דער עיקר איז surge areas און ביזי צייטן, למשל, מוצ"ש ביינאכט, אדער ראש האוער צופרי פון 7-9 און ביינאכט פון 5-8 אינמיטן טאג מאכט מען נישט קיין געלט

און נאכאלעם ברויך מען אסאך מזל, אויב איינער נעמט דיר 7 צופרי קיין ניו דזשערסי, און די קומסט צוריק 9:30 האסטו דערלייגט דיין טאג
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך אוהב ספרים »

זיי זענען רויבערס.

מען דארף אכטונג געבען מיט זיי.

אסאך קענסעלד דער דרייווער און מען טשארדזשט נאך אלטץ דעם קאסטומער
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 292 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

Re: Uber קענסעלעישען טייערער פון די טריפ אליין??

שליחה דורך טרויבן88 »

וויליאמסבורגער האט געשריבן:אויב מ'קענסעלט א uber טריפ קאסט עס 5 דאללער. וואס איז פשט אז אויב באשטעלט איך א uber טריפ וואס איז ווייניגער פון 5 דאללער איז די קענסעלעישען נאך טייערער פון די טריפ אליין???
איך פארשטיי נישט דיין קשיא בכלל, גוט מארגן אמעריקא, אזוי ארבייט עס, און עס איז נישט אפגעפרעגט די טשארדזש, ווען די וועסט עלטער ווערן וועסטו פארשטיין

סתם צי וויסן, אויס מען איז געטשארדזש געווארן גייט און מאכט א dispute מען באקומט אלעמאל ציריק דאס געלט, סיי אבער און סיי ליפט
לעב אין לאז לעבן.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

נאך א איבערפאל דורך אן אובער דרייווער.

א גרויסע פראבלעם מיט זייער בעקגראונד טשעקס איז אז מען דארף ניטאמאל מאכן פינגערפרינטינג. אין יעדעס פלאץ וואו מען האט דאס פארלאנגט פון זיי, האבן זיי פארמאכט יענע לאקעשאן!
.I got voices in my head.
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל

שליחה דורך ווייל אזוי »

איך האב געהאט א שלעכטע עקספיריענס מיט א אובער טריפ און איך וויל עס מיטטיילן מיט'ן עולם, ומעשה שהיה כך היה.

פאריגע וואך האב איך מחליט געווען אז מ'גייט מאכן אביסל אובער טריפ'ס, איך זעץ מיך אריין אין קאר און איך צינד אן די עפפ, ס'קומט אריין א טריפ וואס די דראפ אפפ איז נייעק, איך לייג אראפ די פאסאזשירן און ס'קומט אריין א פרישע טריפ דאס מאל א אובער איט'ס פון מ'קדאנעלס אין טעריטאון שוין איך נעם דעם 13 מינוט טריפ און איך פאר דורך דעם טעפפאן זי ברידזש צאלענדיג 4.75 פאר טאל, אנקומענדיג קיין מ'קדאנעלס איז צו מיין מזל געווען א ליין און איך האב געמוזט ווארטן אזא צעהן מינוט (נישט באצאלטע) ביז איך האב באקומען די עסן.

ענדליך איך פיק שוין אויף די עסן און איך שרייב פיקט אפ איך פאר צו די דראפ אפפ לאקעישן א זעקס א האלב מינוט וועג און איך לייג אראפ די עסן, פון דארט האב איך באקומען א נייע קאל פון נייעק.

איך קוק אויף מיין עפפ צו זעהן וויפול געלט איך האב געמאכט פון די טריפ און איך זעה אז איך האב געמאכט פיר טאלער מיט איין און פופציג צענט, קאנטעקטן אובער פרובירנדיג צו באקומען עפעס האב איך דערווייל באקומען גאנץ שוואכע ריפלייס.

שוין רעד איך מיך דא אויס, אויב ווייסט איהר ווער ס'האט באקומען די מיעל לאזט איהם וויסן אז די אובער דרייווער האט חוץ ספענדן א האלבע שעה נאך גאר דערלייגט א קוואדער אויפ'ן טריפ.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

אוהב ספרים האט געשריבן:זיי זענען רויבערס.

מען דארף אכטונג געבען מיט זיי.

אסאך קענסעלד דער דרייווער און מען טשארדזשט נאך אלטץ דעם קאסטומער

איך פאר אפט מיט זיי, יעדע מאל איך שיק אריין א קאמפלעין געבן זיי מיר קרעדיט, ווען די דרייווער קענסלד רעכענען זיי דיר קיינמאל נישט. אויסער דעם באקום איך א שיינעם דיסקאונט פאר לאקאל טריפס, געווענליך 50 פראצענט שוין פאר די לעצטע האלבע יאר.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
פארשפארט