אמעריקע'ס גאן פעטיש!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

אמעריקע'ס גאן פעטיש!

שליחה דורך החוקר »

מען האלט נאכאמאל נאך א טראגישע מאסן שיסעריי, דאסמאל אין טעקסאס, וואו 26 צו מער, זענען היינט געהארגעט געווארן. די יונגסטע בלויז 5 יאר אלט.

א מאסן שיסעריי ווערט וואסאמאל ווייניגער טראגיש און ווייניגער newsworthy, צוליב וואס עס פארלאנגט זיך אלס מער און מער טויטע, אז מענטשן זאלן ווערן אויפגעשוידערט. עס האלט שוין ביי דעם אז עס פארלאנגט זיך איבער צוואנציג טויטע, אז עס זאל ווערן א נייעס. אין צוגאב ווערט עס וואס אמאל אפטער און אפטער, מען האלט א קארגע חודש פון די ערגסטע שיסעריי אין אמעריקאנער היסטאריע.

כ'גלייב נישט אז צופיל ווייסן דא, אויב בכלל איינער, אז נאר נעכטן איז פארגעקומען א מאסן שיסעריי אין אוסטאן טעקסאס, ווי איינער פון די געשעדיגט איז א 7 יעריג מיידל! דאס איז חוץ פון נאך א שיסעריי אין אוהייאו, איינס אין סאנטא מאניקא און נאכאיינס אין גארדינאו קאליפארניע. דאס אלעס רעד איך פון נאר נעכטן.

דעם חודש איז שוין פאגעקומען זיבן "מאסן שיסערייען", און מען האלט קוים דער פיפטער. פארגאנגענעם חודש אליינס, זענען כמעט 100 מענטשן געהארגעט געווארן אין מאסן שיסערייען איבערן לאנד. און 350 זענען געשעדיגט געווארן.

עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ וויאזוי מענטשן, בדרך כלל באזעסענע, קייען איבער נאכאמאל און נאכאמאל, נאך יעדע שיסעריי, זינלאזע, נארישע און אבסורדע סטעיטמענטס אז עס האט נישט מיט קיין גאנס, צוימען גאנס גייט נישט העלפן, פארקערט גאר, מען דארף האבן מער גאנס זיך צו באשיצן, ועוד ועוד וואס איך גיי נישט דא אויסשמוסען, ווייל זיי זענען אזוי לעכערליך און זינלאז.

ווען איינער זאל ווען ארויסקומען פון א יארן לאנגע הייבארנעישאן, און אפקויפען פאר גוט געלט אלע נארישע סיבות פאר גאנס, נו, וואלט איך נאך געקענט קלערן אז אויבנאויף איז דא געוויסע נקודות וואס קענען זיך הערן לאגיש. אבער וויאזוי קען איינער וואס לעבט מיט אונז, האלט מיט די מציאות, זעהט וואס טוט זיך, וויאזוי קען אזא איינער זיין אזוי בלינד?

איך רעד אפילו נישט פון פארבאטן אלע גאנס, איך רעד פשוט פון לאגישע, זעלבסט פארשטענדליכע געזעצן, סיי וואס, אבער אבי עפעס צו האלטן די טראגעדיע פון גאנס אינטער קאנטראל. אבער ביי גאנס איז דו מינדעסטע זאך חס מלהזכיר. אזוי ווייט, אז פארבאטן מענטשן וואס זענען אויף די נאו פליי ליסט, האט מען אויך נישט מצליח געווען.

יעדע אנדערע טראגעדיע וואס קומט פאר, ווי אימער, איז א העכסט נארמאלע זאך צו קוקן אויף די פאקטן, און זען וואס איז דא צו טון עס צו פרובירן אפהאלטן פון געשען נאכאמאל. וואס איז גאנס אנדערש, ווי ווערט די שכל הישר פארלוירן אין אמעריקע אז מען זעט נישט גראד נאר מען גייט קרימערהייט אריין אין וואנט.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

אבער די הייליגע קאנסטיפעישאן... כ'מיין קאנסטיטושען...
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

איך דאנק דעם פון אויבן אז דא אין ניו יארק איז זיך שווער איינצוהאנדלן וואפן, און ס'וואוינען נישט דא די אויסגעשפראכענע גאן-פאנאטיקער, וואס זענען טאקע ברייט באקאנט פאר זייער שכל הישר און פארכט פארן הייליגן קאנסטיטוציע. א מין משוגענע בריה די רויטע-האלדזן. טראמפ גרויסט זיך מיט'ן נישט זיין פאלטיש-קארעקט, לאמיר זען ער זאל רעדן א ווארט וועגן גאנס.

די וועלט וויאזוי ס'איז פארט נישט אין ערגעץ.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אין אמעריקא איז פארהאנען צויי זאכען. קודם די געזעץ מיט די קאנסטי..... (וואס דו ווילסט) וואס לאזט צו גאנס. אבער צו דערצו איז פארהאנען א קולטור וואס רימט אויס דער זעלבסשטענדליכקייט וואס זיי רעדען זיך איין קומט מיט גאנס. גוים וואס האבען מורא צו האבען א גאן אין שטוב, האלטען עס פאר א פערזענליכע פעלער זייערע. אין אנדערע מדינות עקזיסטירט דאס נישט.

טוישן די געזעצן וועט נישט העלפן ווילאנג מ'טוישט נישט דער קולטור. און דאס איז פיהל שווערער.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

מ'קען פארשטיין פארוואס די קאנסטיטוציע האט מתיר געוועהן גאנס פאר יעדעם, ווייל פשוט טראכטס איין מינוט וויאזוי די וועלט האט דעמאלס אויסגעקוקט, ס'איז נישט געוועהן קיין עלעקטריק, טעלעפאן, טעכנאלאגיע, אלארמס, קעמערעס, קאמיוניקאציע, נארמאלע פאליציי. ס'איז נישט געוועהן קיין אנדערע ברירה נאכדערצו אז איינער האט געוואוינט אויסער'ן שטאט אין אפגעזונדערטע מקום. אז א רויבער איז געקומען מיט ביקסן און געשאסן יענעמ'ס הונט, וואס האט דער יעניגער שוין געקענט טוהן זיך צו פארטיידיגן? וויאזוי וואלט ער זיך פראטעקטעט???

אבער היינטיגע צייטן גאנס??? נאכדערצו יעדער חרש שוטה וקטן זאל מעגן פארמאגן הונדערט שטיק? גיי רעד צו די רעכטע פויערן וואס טראכטן ווי בהמות און חיות... זייער ברעין ארבעט פרימיטיוו, זיי ווילן נישט מ'זאל זיי אוועקנעמען "זייער געווער", "זייער מאכט", זיי פילן שטארק און מעכטיג מיט זייערע רעוואלווערס! דעס מאכט זיי גרויסע טאטעס! גיי זאג פאר א חיה רעה א שטייגער ווי א לייב, טיגער, וואלף, אז פון היינט אן און ווייטער קען ער נישט הארגענען קיינעם! זייער לעבן איז פלוצלינג ווערטלאז...

קורקלענד ברענגט פאריגע וואך אין א אנדערע אשכול א נארישע meme מיט קינדערישע "טאלקינג פוינטס" - מ'קען ממש שרייבן און אנפילן גאנצע אשכולות און מסביר זיין זייער נארישע טענות דורכגעווייקט מיט לאגיקל פאליסיס איינס נאכן צווייטן, וויאזוי זיי פרובירן אריינצוכאפן קליינע מוחות מיט א דיסטרעקציע אז העי, וויפל מענטשן שטארבן א יאר פון אוביסעטי און פון הארץ אטאקעס? איז וואס איז שוין אז אפאר טויזנט מענטשען שטארבן פון גאנס! קוק וויפל מענטשן מאכן אבאורשען (כאילו ס'איז ממש די זעלבע זאך - בשעת ווען די גאנצע ציוויליזירטע וועלט האלט נישט אז אבאורשען איז אפילו נאנט צו מערדער - פארקערט, אין יעדע נארמאלע לאנד אויב א מאמע מאכט אפ אז זי וויל אבאורדן די קינד באצאלט פאר דעם די גאווערמענט). אפגערעדט פון די פאלשע אינפארמאציע און פעיק ניוס אז נאר 5000 מענטשן א יאר ווערן געשעדיגט פון גאנ'ס. בשעת וויקיפידע זאגט אז ס'איז בערך פינף מאל אזוי סאך אין 2015.

מה ענין שמיטה אצל הר סיני? אפשר זאל מען נישט לייגן קיין טרעפיק לייטס און סטאפ סיינס ווייל מענטשען ווערן במילא געהארגעט פון אוביעסטי און הארץ אטאקעס??? די לאגיקל פאליסי איז גרויס - וואס האט יענעמס אובעסיטי מיט מיר צו טוהן? וויאזוי קען עס מיר שאטן??? ער קען מיך שיסן ווייל זיין בויך איז אנגעפילט מיט טשולנט און קוגל??? וואספארא סכנה איז עס פאר אנדערע מענטשנ'ס לעבן??? וויאזוי באדראעט ער מיין וואוילזיין??? הא???

חוץ מזה, יעדע זאך פון די ליסטע האט מען געמאכט גרויס פארשריט אין די לעצטע הונדערט יאר. מ'שטארבט שוין נישט היינט ווי אמאל פון הארץ אטאקעס, מאדערן סייענס האט אונז ערמעגליכט זאכן וואס אונזערע זיידעס האבן נישט גע'חלומ'ט אין וויסטן שלאף, מ'קען היינט מאכן א הארץ טראנספלאנט! קאר עקסידענטס איז אויך געווארן פראצענטואל אסאך ווייניגער וועגן מאדערן סייענס. יעדע פון דיינע זאכן אויף דיין ליסט איז פארבעסערט געווארן אין די לעצטע הונדערט יאהר, אסאך פראגרעס האט מען געמאכט, פיל מאל פארבעסערט געווארן - חוץ גאנס, וואס די מצב אין די לעצטע סענטורי האט זיך פיהל פארערגערט און ווערט נאר ערגער און ערגער פון טאג צו טאג, מאסן שיסערייען אין אמעריקא איז ליידער א טעגליכע ערשיינונג, טאקע וועגן די רעכטע און מאכטפולע NRA מיט זייער רייכע רעפובליקאנער עליטס וואס בלאקירן יעדע פארום פון "גאן קאנטראל".

מיין לעצטע קשיא צו די אלע בלינדע רעכטע קריסטליכע פויערן: פארוואס ווען איינער האט א אונס פון מאריוואנע אדער אנדערע דראגס אין ענקערע שטעט שליידערט איר יענעם אריין אין תפיסה פאר צוויי יאר אדער מעהר, כאטש יענער שטערט נישט די וואוילזיין פון המון עם, אבער ווען א צורידעטער משוגענער האט אינדערהיים הונדערט שיסערס איז עס אקעי מיט ענק??? וואס איז ערגער, אביסל דראגס אדער הונדערט שיסערס??? זערא טאלאראנץ צו דראגס אבער ביי גאנס כל המרבה הרי זה משובח!? גיי פארשטיי רעליגיעזע קריסטן...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

Texas shooter got a gun despite history of domestic violence

https://news.vice.com/story/the-texas-m ... -own-a-gun
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

Air Force Failed To Enter Church Shooter’s Domestic Violence Record In U.S. Database

As a convicted abuser, Devin Kelley was not legally allowed to purchase firearms. He fell through the cracks

https://www.huffingtonpost.com/entry/te ... mg00000009
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

Gun death rate rises for second year in a row

Overall, there were more than 38,000 gun deaths last year, according to the CDC. That's up from about 36,000 in 2015, and around 33,500 each year between 2011 and 2014

https://www.cbsnews.com/news/gun-death- ... -in-a-row/
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 292 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

Re: אמעריקע'ס גאן פעטיש!

שליחה דורך טרויבן88 »

שבת אחים האט געשריבן:Gun death rate rises for second year in a row

Overall, there were more than 38,000 gun deaths last year, according to the CDC. That's up from about 36,000 in 2015, and around 33,500 each year between 2011 and 2014

https://www.cbsnews.com/news/gun-death- ... -in-a-row/


נאנט צי צוויי דריטל זענען סואיסייד'ס און די לעצטע דריטל איז א שטיקל געמישטע נאמבער, עס איז אזא פארטייאישע נושא אז מען מיז מישן נונבערס, איך האלט גראדע פון גאן קאנטראל, אבער פארוואס זענען די נונבערס פארדרייט?
לעב אין לאז לעבן.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך ווייס אז ס'איז נעריש פון מיר אזוי צו טראכטען, אבער ס'זעט עפעס אויס פון דיין תגובה אז סואיסייד איז נישט קיין גרויסע טראגעדיע, מ'קען מיט דעם לעבען.

ס'איז נישט מסתבר אז דו ביסט טאקע אזא אכזר, אבער ביטע אויסקלארען פאר די וואס קענען זיך טועה זיין.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

טרויבן88 האט געשריבן:נאנט צי צוויי דריטל זענען סואיסייד'ס און די לעצטע דריטל איז א שטיקל געמישטע נאמבער, עס איז אזא פארטייאישע נושא אז מען מיז מישן נונבערס, איך האלט גראדע פון גאן קאנטראל, אבער פארוואס זענען די נונבערס פארדרייט?


כ'בין נישט זיכער אויב מ'קען דעס אנרופן "פארדרייטע נומבערס".

איך האב נישט אריינגעקוקט אין די נומבערס נאר "ארויסגעברענגט א פוינט" אז גאן וויילענס ווערט ערגער פון טאג צו טאג אין אמעריקא - און דעס איז אמת ויציב.

כז'עה אסאך כאפן נישט די אמת'דיגע פראבלעם פון גאנס. ס'איז נישט וויפל מענטשן ווערן למעשה גע'הרג'עט, ס'איז מעהר אז "אמעריקעס סעפטי" איז באדראעט, יעדע משוגענער קען עני טיים אריינקומען אין יעדע פלאץ ווי מענטשן פארזאמלען זיך און אנזייען טעראר, און דעס מאכט אונזער גאסן UNSAFE, און UNSECURED. יעדער משוגענער אין אמעריקא האט געווער און קען אין any given time אריינגייען אין סקול, קירכע, רעסטאראנט, באר, טיאטער, קאסינא, סטעדיום, און טעראריזירן די גאנצע שטאט. דעס איז נישט נארמאל! ספעציעל ווען די אנטי-גאן קאנטראל חברה זענען אבסעסט מיט א fetus אין די מאמעס בויך און געבן נישט קיין שין פאר די מענטשן וואס זענען שוין יא געבוירן געווארן...
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 292 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

Re: אמעריקע'ס גאן פעטיש!

שליחה דורך טרויבן88 »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך ווייס אז ס'איז נעריש פון מיר אזוי צו טראכטען, אבער ס'זעט עפעס אויס פון דיין תגובה אז סואיסייד איז נישט קיין גרויסע טראגעדיע, מ'קען מיט דעם לעבען.

ס'איז נישט מסתבר אז דו ביסט טאקע אזא אכזר, אבער ביטע אויסקלארען פאר די וואס קענען זיך טועה זיין.
איך האב קיינמאל נישט געטראכט אז עס וועט אנקומען צי די ליניע פון טראכטן, אבער אויס עס איז אזוי אויסגעקומען אנטשולדיג איך מיר,

די נושא פון גאן'ס באציט זיך צי מענטשן וואס הרגענען אנדערע מענטשן, און וויפיל אומשילדיגע עס ווערן גע'הרג'עט פון גאנס, זיך צי הרגענען אליינס איז נישט די ערשטע פריאריטעט פון א רעגירונג, עס מיינט נישט צי זאגן אז עס איז "בכלל נישט" נאר א מענטש וואס ווערט דערמארדעט ביי א קאנצערט איז א גרעסערע רחמנות בלויז ווייל ער איז דארט געווען, ווי איינער וואס האט זיך אליינס דערשאסן, והשנית ווער עס וויל הרגענען וועט טרעפן א וועג עס צי טון, אבער צי הרגענען 50 מענטשן ברויכט מען האבן א ביקס
לעב אין לאז לעבן.
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 292 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

Re: אמעריקע'ס גאן פעטיש!

שליחה דורך טרויבן88 »

איך האב יעצט נאכגעקוקט די נאמבער, געכאפט א לאנד 'יאפאן' האט 127 מיליאן מענטשן אין געהאט איבער 20,000 טויטן דורך סואיסייד אין 2016 אין מסתם נאר א פראקציע פון א פראקציע זענען פון גאנס, אין יאפאן איז דא 700.000 גאנס לויט יענעם באריכט
לעב אין לאז לעבן.
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 292 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

שליחה דורך טרויבן88 »

[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] איך האב נישט געהערט פון דיר צי די ביסט מסכים צי וואס איך זאג?
לעב אין לאז לעבן.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: אמעריקע'ס גאן פעטיש!

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

די טשויס איז אדער סואיסייד אדער האמיסייד?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

At least 4 people dead after Northern California shooting

Gunman picked random targets at 7 locations, including elementary school, police say

http://www.cnn.com/2017/11/14/us/califo ... index.html
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

Teen killed his family with semiautomatic in 345th mass shooting of 2017

https://news.vice.com/en_us/article/59w ... ng-of-2017

sixteen year-old boy allegedly killed family in New Year’s Eve attack


The teen, identified by local media as Scott Kologi, killed his father, Steven Kologi, 44; mother, Linda Kologi, 42; sister, Brittany Kologi, 18; and family friend Mary Schultz, 70
https://nypost.com/2018/01/01/teen-arre ... ult-rifle/
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

מ'דארף אויך סקרינען יעדער איינער וואס קויפט א טראק, אדער א קאר.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ברוך שפינוזה האט געשריבן:מ'דארף אויך סקרינען יעדער איינער וואס קויפט א טראק, אדער א קאר.

:roll: :דיסלייק: :לשוןהרע:
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

שבת אחים האט געשריבן:
ברוך שפינוזה האט געשריבן:מ'דארף אויך סקרינען יעדער איינער וואס קויפט א טראק, אדער א קאר.

:roll: :דיסלייק: :לשוןהרע:

איך זע אז דו האסט פארגעסן וואס איז געווען און פראנקרייך, איך געדענק נישט ווילאנג צוריק.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

די סבה פארוואס ס'נאכנישט דא קיין גאן קאנטארל איז, ווייל ווען מענטשן טענה'ן זיך, טענה'ט מען זיך נישט אויף די פאקטן, מטענה'ט זיך צו באשיצן די אייגענע איידענטיטעט.
ווען איינער האט א שיטה, ווערט עס א חלק פון זיין אידענטיטעט, און ווי מער דו וועסט איהם אויפווייזן אז ער איז נישט גערעכט, אלס מער וועט ער זיך עקשנען.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: אמעריקע'ס גאן פעטיש!

שליחה דורך החוקר »

היינט האט די אמעריקאנער גאן משוגעת ווידער אמאל געקאסט קרבנות.

א מערדער האט היינט זיך גענומען שיסן אין א שולע אין פלארידא. אחרי ככלות הכל, איז דא צוועלעף פארוואונדעטע און 17 טויטע קרבנות, רוב דערפון זענען סטודענטן. לויט ווי עס קוקט אויס איז עס פשוט געווען נקמה פארן אים ארויס ווארפן פון די שולע.

א שיסעריי אין שולע איז שוין אזא 'נארמאלע' זאך, אז געוויסע שולעס האבן רעגלמעסיגע דרילל'ס דערפאר.

#נאר_נישט_גאן_קאנטראל
Guns don't kill people, people kill people!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

כהאב געליינט אז סאיז די אכצענטע שיסעריי אין א שולע אין 2018 אליינס!

די רעכטע האלטן ווייטער אז נאר א וואנט צווישן מעקיסקא און אמעריקע קען אונז מאכן סעיף! אלע אנדערע זאכן זענען אומנויטיג. מעקסיקא איז גאר די פראבלעם. נישט אז די מאכטפולע בלוטיגע רעכטע ארגאנזאציע ווי די NRA טיילט מוצא׳ס מיט האניג פאר די פאליטשאונס.

גיי זאג זיי אז רובא דרובא פון די מעקסיקאנער פון וואס זיי רעדן קומען דא אריין מיט א געהריגע פליגער און שווערצן זיך בכלל נישט אריין דורך די גרעניץ.

גיי זאג זיי אז די מעקסיקאנער און אימגראנטן האבן גאר א נידריגע קרימינאלע ראטע און זענען בכלל נישט קיין סכנה פאר אמעריקע. פארקערט זיי צאלן דא איין סאושעל סעקיורטי טעקסעס און נעמען עס קיינמאל נישט אפ. און טוען געווענטליך די ארבעט וואס פוילע אמעריקאנער האלטן נישט ביים טוהן-ספעציעל פאר אזא נידריגע געהאלט.

די רעכטע זענען וויליג צו באצאלן ביליאנען פאר מלחמות אין דער אנדערע עק וועלט וואס האט גאר ווייניג צוטוהן מיט די וויואלזיין פון די אמעריקאנע בירגער.

ווען זיי שרייען אז די וואנט מאכן זיי צוזיין פשוט ״סעיף״ זאלט איר וויסן אז וואס זיי מיינען באמת איז פשוטע ׳אלט-געזעצנע ראסיזים׳ ווייל ווען זיי וואלטן זיך באמת געזארגט פאר די סעיפיטי פון די אמעריקאנער וואלטן זיי שוין לאנג עפעס געטוהן פאר די ״טעגליכער רציחות״ פון קליינע קינדער אין סקול.

ס׳געפעלט מיר ווי דער רופבליקאנער היפיקריט פון פלארדיע מארקאו רוביאו מאכט זיך זיס אויף טוויטר, אויפן חשבון פון אומשולדיגע קינדער און זייערע משפחות וואס האט ליידער באטראפן אזא אומגליק. שעמען זאל ער זיך אין זיין קליינע פרצוף אריין! זיינע הענט זענען פארשמירט מיט בלוט!
זאג נאר רוביא זוסקייט וויפל טשעקס האסטו באקומען אין דיין לעבן פון די NRA? רוב אמעריקאנער שרייען חי׳ וקים אז מזאל שוין איינמאל פאר אלעמאל מאכן עפעס א ״גאן קאנטראל״ אז נישט יעדער ״מענטאל קעיס״ זאל קענען דערהארגאנען א גאנצע קלאס מיט קינדער. וועם פארטרעט ער די אמעריקאנע פובליק אדער ער איז א אגענט פאר די קריסטליכע NRA?

כמעט אלע ריפובליקאנער האבן בלוט אויף זייער הענט! זיי זענען קלאר שולדיג אינדעם! לא עכברא גנב אלא חורא גנב.

מרעדט פון גאן קאנטראל-אונזער זיכעהייט! סעקיורטי פאר אונזערע קינדער און זיי זענען ביזי מיט א אומנויטיגע 30 ביליאן דאללעריגע וואנט על לא דבר... אייסעס איז א מוראדיגע פראבלעם ביי זיי! גיי ווייס פארוואס? וויפל אמעריקאנער האט אייסעס געהארגט? וויפל אימגראנטן האבן א קרימיאנאלע רעקארד? סאיז אסאך אסאך ווייניגער ווי שיסערייען אין אמעריקע. זיי ווארפן ארויף זייערע פראבלעמען אויף די אומשולדיגע מעקסיקאנער און היטלער ימ״ש האט געווארפן די שולד אויף די ״אומשולדיגע אידן״ גארנישט אנדערש...! די זעלבע מענטאלעטי...
פארשפארט