בת ק כבת כ - חתן 20 יאהר עלטער פון כלה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

בת ק כבת כ - חתן 20 יאהר עלטער פון כלה

שליחה דורך קרעקער »

די גאס רודערט שוין עטליכע טעג איבער דעם אינטערעסאנטען שידוך פון א מיידעל 17 [לויט טייל ידיעות נאך 16] וואס איז א כלה געווארען מיט א 36 יעריגען גרוש, א טאטע פון 3 קינדער
מאנכע וועלען טענהען אז סאיז נישט שיין צו מישען אין יענעמס פרייוועט שידוך, אבער איך פיהל אז מדארף יא רעדען וועגען דעם אפען, ווייל סאיז נוגע די געזעלשאפט פין אינדזער ציבור בכלליות
עטליכע נקודות וואס כוויהל ארויסברענגען;

לדעתי איז עס א שרעקליכע עוולה וואס מטאהר נישט צולאזען, כוויל נישט הערען דעם טענה אז די מיידעל וויל דעם שידוך, זי איז נאך א קינד, און ווייסט מסתם נאכנישט ווי אזוי מהאט קינדער, זי איז געווארען געכאפט פון זיין געשליפען צינגעל, און אין 10 יאהר ארום ווען זי גייט זיין 25 יאהר גייט ער שוין זיין כמעט 50 מיט א ווייסע בארד,
איך קען עם נישט פערסאנעל מזאגט ער מאכט ספארדישע בעלי תשובות און לערנענט פאהר 8000 שיעורים אויף יוטוב, אבער ער איז 2 מאהל עלטער פון איר, זי קען ווען זיין זיין טאכטער, ווי אזוי האט ער א הארץ צו טוהן אזא אומרעכט מיט א קליין מיידעל?
מיין הארץ איז מיך אויסגעגאנגען צו הערען די צובראכענקייט פין דעם טאטע פון מיידעל, זיין הילפסלאזיקייט ווי ער קען גארנישט טוהן, ווייל זיין מיידעל וויל דעם שידוך, זי וויל נישט הערען פון עפעס אנדערש. ליידער איז דעס דער מצב ביי היינטיגע יוגענט, וואס עלטערען קענען זיי גארנישט איינטיילן, זיי האלטען אז זיי ווייסען און פארשטייען וואס זיי טיען, כאטשיג די אמת איז אז די עלטערען מיינען דאך די בעסטע פאר זייערע קינדער
די רבנים וואס זענען ביזי מיט אלע בייזע פראבלעמען פינעם דור דארפען זיך ווען צאמנעמען און אראפלייגען די פיס און נישט לאזען די מיידעל טוהן דעם שידוך, יא זיי האבען א כח און קענען עס אפהאלטען, עס גייט זיי אבער נישט אהן, זיי זענען ביזי מיטן עירוב און אינטערנעט
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

קען איינער לינקען זיינע שיעורים?

צען קען גיין צו די אינסטאנצן וואס געבן זיך אפ מיט אזעלכע ענינים, און עכ"פ ביז אכצען וועט ער נישט קענען חתונה האבן מיט איר.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דאס איז טאקע נוגע די וואכעדיגע סדרה, אבער נישט צוליעב דער קעפל
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

אישתישבי האט געשריבן:קען איינער לינקען זיינע שיעורים?

צען קען גיין צו די אינסטאנצן וואס געבן זיך אפ מיט אזעלכע ענינים, און עכ"פ ביז אכצען וועט ער נישט קענען חתונה האבן מיט איר.


https://www.youtube.com/playlist?list=P ... aeas5PyTt0

זיי גייען חתונה האבן אין ארץ ישראל ווי פאר די אכצן איז נישט אזא פראבלעם
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: בת ק כבת כ - חתן 20 יאהר עלטער פון כלה

שליחה דורך החוקר »

ווען איך האב געהערט דערפון האב איך אויך געטראכט אז עפעס קלעבט דא נישט, דא מוז זיין נאך עפעס וואס מען ווייסט נישט. איך האב חושש געווען אז אויב איז ער טאקע אזא גוטער רעדנער, ווי מען לייגט אראפ, קען זיין ער האט איר מפתה געווען און אריינגעלייגט פייגלעך אין קאפ, און לכבוד דעם זאגט זי יעצט רוצה אני.

למעשה האב איך איינגעזען אז עס קען זיין פשוטערע, מער פארשטענדליכע סיבות, וואס מאכט עס אויס עוולה. לדוגמה, עס איז מעגליך אז זי קען קיין קינדער נישט האבן, פארט וויל זי אבער קינדער. איז די איינציגסטע עצה חתונה האבן מיט איינעם וואס האט שוין קינדער.

איך ווייס נישט אויב עס איז אזוי, קען זיין אנדערע ווייסן פאר א פאקט אז דאס איז נישט די קעיס. טאמער אבער איז עס אזא אדער ענליכע סיטואציע איז עס מער פארשטענדליך.
מענטשאלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 4:59 am
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

שליחה דורך מענטשאלע »

אין ארץ ישראל איז עס אויך א פראבעלם פאר 18, ס'איז נישט גזעצליך עד כדי כך וואס מ'קען אריינ'מושב'ן זעם מסדר קידושין אין חד גדיא אריין.
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

זי איז 16 פלאס. מ'קען דא אין נ.י. חתונה האבן ביי די 17
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

ליפא האט געשריבן:זי איז 16 פלאס. מ'קען דא אין נ.י. חתונה האבן ביי די 17


נאר אויב א דזשאדש עפראווד
https://www.hrw.org/news/2017/06/20/us- ... rriage-law
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

כסדר ווערט דא ארינטערגעריסן אונזער סיסטעם אז די עלטערן ארענזשן די שידוך פאר די קינדער אנדעם וואס חתן כלה האט א טשענס אריינצורעדן. אט האבן מיר א פאל ווי א מויד האט זיך פארליעבט אין איינעם און וויל חתונה האבן מיט אים, איז ווייטער נישט גוט.
נאר וואס יא?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

זי וועט זיין א יונגע, רייכע אלמנה. נאר דער אייבישטער זאלל העלפן אז דער מאן זאלל מאריך ימים ונשים זיין .

ערנסט גערעדט. איך געב נישט פאר דעם שידוך פון אייביגע ליעבע מער ווי זעקס חדשים...! אבער צומאל דארף מען לאזן א סצענע זיך אויסשפיעלן. דאס מיידעלע וועט זיך לערנען א לעקציע אויף איר אייגענע הויט. און זי וועט נישט האבן קיינעם צו בלעימען נאר זיך אליין. זי מיינט נעבעך אז דאס לעבן איז אזוי ווי זי האט זיכער געליינט אין די מעשה ביכלעך. אז אלע מעשיות ענדיגן זיך זייער שיין און גוט... און זיי האבן אייביג געלעבט גליקליך און צופרידן...!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס איז טאקע נוגע די וואכעדיגע סדרה, אבער נישט צוליעב דער קעפל

גוטער כאפ! דער 40 יעריגער יצחק האט גענומען די קליינע רבקה'לע..... לאמיר אלע מוחה זיין...

לדעתי, שמעון וואלף איז גערעכט, און ס'איז קיינעמ'ס ביזנעס נישט. קען זיין ס'איז נאריש, קען זיין נישט. נישט אונזערע דאגות. ליוו ענד לעט ליוו. ווילאנג עס איז תורה'דיג, געזעצליך, און בהסכמת שניהם, זאל זיין בשעה טובה ומוצלחת, און די אלע זייטיגע צוקוקער און צוהערער זאלן מיינדן די אייגענע ביזנעס.
וירח ה' את ריח הניחוח
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

שמעון וואלף האט געשריבן:כסדר ווערט דא ארינטערגעריסן אונזער סיסטעם אז די עלטערן ארענזשן די שידוך פאר די קינדער אנדעם וואס חתן כלה האט א טשענס אריינצורעדן. אט האבן מיר א פאל ווי א מויד האט זיך פארליעבט אין איינעם און וויל חתונה האבן מיט אים, איז ווייטער נישט גוט.
נאר וואס יא?

וויי איז פאר א סיסטעם וואס איין פאריקטע זאך דארף אויסגעלויבט צוליב א צוויטע פאריקטע זאך.
וואס יא?! סיריעסלי? לאמיר זען אויב דו קענסט אפשר אויפקומען מיט א וואס יא. כמיין ועסט ווערן באלוינט מיט א ביטקוין אויב דו סאלווסט דו חידה.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יתרו, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

רעיפ גאר? ווען זי איז פולשטענדיג מסכים? שאלה את פיה ואמרה הן. דאס זאגט אונזער תורה. זינט ווען רעכנט מען זיך מיט די אלגעמיינע וועלט? געבן א פאטש איז היינט טשיילד אביוז אין די אלגעמיינע וועלט, אשר על כן? דאס מיידל האט געבעטן זי וויל דעם שידוך, לאז איר. אויב וועט זי נישט זיין צופרידן ווען איר מח וועט זיך' דעוועלאפן', איז אלץ דא א וועג ארויס.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: בת ק כבת כ - חתן 20 יאהר עלטער פון כלה

שליחה דורך א איד »

און די גויאישע וועלט, ווען אזא זאך קומט פאר, וואס געשעהט דעמאלטס?
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
אברך משי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 2:29 pm
געפינט זיך: נישט ווייט
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

שליחה דורך אברך משי »

ראה סנהדרין דף קד עמוד א:
"העיר רבתי עם" אמר רבא אמר רבי יוחנן שהיו משיאין קטנה לגדול וגדולה לקטן כדי שיהו להם בנים הרבה
בכל אדם יש דבר יקר שאינו נמצא בשום אדם אחר! (רבי פנחס מקוריץ זי"ע)
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 765
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

שמעקעדיג האט געשריבן:רעיפ גאר? ווען זי איז פולשטענדיג מסכים? שאלה את פיה ואמרה הן. דאס זאגט אונזער תורה. זינט ווען רעכנט מען זיך מיט די אלגעמיינע וועלט? געבן א פאטש איז היינט טשיילד אביוז אין די אלגעמיינע וועלט, אשר על כן? דאס מיידל האט געבעטן זי וויל דעם שידוך, לאז איר. אויב וועט זי נישט זיין צופרידן ווען איר מח וועט זיך' דעוועלאפן', איז אלץ דא א וועג ארויס.

רעיפ איז אפשר צו שארף אבער עס איז א בחינה פון א קטנה וואס ווערט נתפתה וואס בלייבט נאך אלץ אן אונס. יתרו איז גערעכט ביי די זעכצען קען מען נאכנישט נוצן געהעריג די Prefrontal Cortex וואס העלפט מאכן ראצינאלע decisions. בנוגע דאס אז די תורה געט רשות, וועט מען מוזן זאגן נתקטנו המוחות.
בייגעלייגט איז א שיינע הסבר פון דא ווי אזוי די יונגווארג פאר די 18 מאכט דיסיזשענס בנוגע רומנטיקה, און עס פארלאנגט זיך פון אחריותדיגע עלטערן אראפצולייגן א פיס.

We mentioned in Brain Development, Part I that young children don’t have a prefrontal cortex. By this point, a teen’s prefrontal cortex has developed, but that doesn’t mean your teen is using it. A teen’s brain doesn’t fully utilize the connections in the pre-frontal cortex, which helps read and respond to emotions. This makes judgement and interpersonal interactions (aka “teen drama”!) so difficult. Also, while they may understand an idea, they can’t express themselves emotionally like a full adult.

At the same time, they’ve gone through puberty, so their bodies react to situations like an adult, even though their brain might not be ready to handle it.

This is especially true for teens who are getting romantically involved. As noted by The Development of Romantic Relationships in Adolescence, a title from the Cambridge University Press, biological drives have a major impact on what teens prioritize and how they ultimately behave. In particular, any potential partner that a teen can form an attachment to – which, in this case, refers to a sense of security – is likely to be a more long-term interest as long as nothing happens to drive them apart.

Teens being teens, though, powerful emotions often drive them to call it quits. There’s usually a tipping point somewhere in their emotions – they’ll endure practically anything in a relationship up the moment they finally decide to call it quits, at which point they’re probably not going to change their mind no matter how bad the breakup makes them feel.

Essentially, older teens are driven to be independent and will increasingly value their own opinion over yours. This tends to remain true even when they’re making mistakes that could haunt them for the rest of their lives – older teens tend to assume they’re correct, or at least that they can handle any problems, right up to the point when things finally spiral out of control.

The digital world is no safer than the real world – in fact, it’s arguably less safe for teens, given the way a single mistake could come back to haunt them for many years to come. While teens should be given an increasing amount of freedom while they’re online, try to restrict their freedoms until you’re absolutely sure that they’re ready to handle it.

Try framing this in a positive way – don’t say that you’re restricting them, but rather, explain that you’re giving them the opportunity to earn new freedoms. On the whole, teens respond better to these kinds of positive encouragements, especially if they believe that it is possible to earn what they want. They still care about what you think, and they’re less likely to go against your wishes if they think they can get what they want without jeopardizing the relationship they have with you.

As any experienced parent knows, raising a teenager isn’t easy. However, once you understand why they act the way they do, it’s easier than you might think to raise them into better people. This is all we have to say on development, but there’s one more thing to talk about – check back soon for the last part of this series, where we’ll discuss some strategies for parenting a developing brain.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

לעגאל קען דער טאטע אריינגעבן א קלאגע ווילאנג די טאכטער איז נישט 18. אויב ער לאזט עס צו איז דאס אביוז.
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

שמעקעדיג האט געשריבן:רעיפ גאר? ווען זי איז פולשטענדיג מסכים? שאלה את פיה ואמרה הן. דאס זאגט אונזער תורה. זינט ווען רעכנט מען זיך מיט די אלגעמיינע וועלט? געבן א פאטש איז היינט טשיילד אביוז אין די אלגעמיינע וועלט, אשר על כן? דאס מיידל האט געבעטן זי וויל דעם שידוך, לאז איר. אויב וועט זי נישט זיין צופרידן ווען איר מח וועט זיך' דעוועלאפן', איז אלץ דא א וועג ארויס.


יא לעגאל אינטער 18 קען מען נישט געבן קאנסענט און דאס איז רעיפ.
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

https://youtu.be/o_-WoFS_aqs
דר. פיל'ס פסק פאר עלטערן וואס געבן רשות.
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

https://youtu.be/mpjBMHvMnvg

https://youtu.be/8PI6Yr_qtPM

פארוואס א גרויסע age gap ענדיגט זיך געווענטליך נישט גוט.
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

שמעקי עס פאסט כלל נישט פאר דיר זוינע שטותים. ווען ער רעדט ווען עברית מיט דיין טאכטער ביי די 16 וואלטו אויך דאס געשריבן??
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אוודאי נישט. איך וואלט עס נישט צוגעלאזט, ווייל איך האלט עס איז א אומרעכט! אבער יענער טאטע מעג האלטן אנדערש ווי מיר. סך הכל וואס איך טענה, אז אויב איז עס געזעצליך און ע"פ תורה, דאן איז עס נישט אונזער ביזנעס, וזהו.
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט