ויהי אחרי המבול אין שטאט מאנסי -ראקלענד קאנטי

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

ויהי אחרי המבול אין שטאט מאנסי -ראקלענד קאנטי

שליחה דורך ימים ידברו »

את אשר יגרנו באה, דער אמטירענדע קאנדיאט, עד דעי, האט געווינען זייער שטארק! עס הערשט א שטארקע ווייטוג, אין דער היימישער ציבור מ'האט געטון כל מה שביכלתינו, אבער שערי שמים זענען געווען ליידער פארקלאפט, און ער איז אריינגעקימען מיט א לענדסלייט, וואס ווייטער? ווי אזוי וועט מען עקזיסטירען די קומענדיגע 4 יאר מיט זיינע בייזוויליגע פלענער אקעגין דעם כן ירבה וכן יפרוץ,
פון צווייטען זייט האט די לאקאלע פאלטישענס געווינען, די טאון וועט אנהייבען א נייע צייט נאך די צרות וואס מיר האבען געהאט נישט האבענדיג קיין געהריגע טאון די לעצטע יאר און א האלב, מוועט קענען ווייטער בויען און טוען, לויט וויפול די קאנטי וועט נישט שטערען,
ביז אהער איז פלעין די נייעס ווי אזוי ס'זאגט זיך אין די היימישע גאס און די היימישע מקוואות,
אבער רבותי אפשר איז געקימען א צייט אויף חשבון הנפש,
און איך וויל פרעגען א פאר קשיות, תמכתי יסודתי אז די סאטמאר רבי ז"ל האט אויך געזאגט די נשוא תורה הערשט נאך די מלחמה, יעצט צום ענין אז ער האט געווינען מיט אבט אדער צען טויזענט וואיטס, איז דא געווען א שלעכטע רעכנוג, וואס גייט דא פאר? קענען נישט די עסקנים שאצען פונקטליך פון פאראויס די מצב?
אויב זיי האבען יא געוויסט די רעזאלטס, וואס האבען זיי געטון ? זיי האבען אונז געפירט צוט א פארלוירענע מלחמה?
די תוצאות פון אזא מלחמה איז דען גיט פאר אידען?
האבען די גדולי הדור עיני העדה דן געווען אז אזוי דארף מען טוען בעת כזאת, אין גלות?
ווער איז די דעת תורה דא?
איך וויל הערען די דעת הקהל אויף די קשיות און איך וועל בעניי זיך נאך צוריק קערען מיט מער אקטועלע פראגעס, וואס האפענטליך וועט דאס ענדערען די צוגאנג פון אונזערע טראכטען גאנג, מער פראקטיש און אויסגעהאלטען מענטשליך און תורה דיג עסט א פיינע פרישטאג! שכוח
סאדאם חוסעין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 12:56 pm
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

שליחה דורך סאדאם חוסעין »

שתי תשובות בדבר
1] די גיום זענען געקומען אין מאסן שטימען אומפארגעזען,
2] עס איז נאך אלץ כדי געווען צו ווייזען פאר די פאלאטישענס אונז ענען מיר אונבער וואס מען קען נישט אזוי גרינג אוועק מאכן.
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

ימים ידברו האט געשריבן:פון צווייטען זייט האט די לאקאלע פאלטישענס געווינען, די טאון וועט אנהייבען א נייע צייט נאך די צרות וואס מיר האבען געהאט נישט האבענדיג קיין געהריגע טאון די לעצטע יאר און א האלב, מוועט קענען ווייטער בויען און טוען

קודם כל די 'נישט געהעריגע טאון' פון די לעצטע יאר צו וויפל, איז נאך געווען פון די בעסטע אין די לעצטע צוואנציג יאר. מיט סטאביליטעט, נישט גע'הרג'עט מיט קייינעם, און א גאר גוטע און קלוגע דורכגעטראכטע סופערווייזער אולמאן.

די עסס'קאנים אין מאנסי האבן טאקע קיינעם געפרעגט וואס צו טוהן. אלעס על דעת עצמן (חוץ איינס, וואס האט טאקע ביי די יעצטיגע וואלן נישט פארארבעט) איך ווייס יא פון רבנים וואס האבן שטארק געזאגט אז מען זאל זיך נישט! ארומרייסן אזוי מיט עד דעי.
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

איך האב אינצווישען געדאווענט שחרית! און די ציבור איז עולם כמנהגו נוהג, עולם גולם גייט ראויג ארום, מיין געוויסען איז אבער זייער נישט ראויג, און איך פרעג מיט א א באסיווע שטימע וואס גייט דא פאער? זענען מיר טאקע אין די הענט פון אפאר יונגע היציגיע לאפטאטערס? קול מבשר רעדנער, ווי ראלניצקי געשטעטנער ווידער, זענען דעת תורה ? זיי פירען אונז שולל, און מיר גייען כצאן לטבח,! אזאנא קהלות ווי סאטמאר ביידע, סקווירא, וויזניץ, בעלזא, קענען נישט אהער שטעלען ערליכע בעלי בתים מיט אחריות און געפיל, זאלען פירען דעם ציבור מיט א אחריות און דעה וואס איז אויסגעהאלטען על פי דעת תורה, ווי פירט אונז דאס, א עלטערע איד ווען איך האב גרעדט מיט אים זאגט ער מיר אלטץ תלמיד פון רבי מיכאל בער ז"ל מיט טרערען און די אויגען ס'דערמאנט אים 1940 ווי אזוי די יודענראט האבען געפירט די ציבור שולל, פארוואס ווערט נישט א קאליציע פון עלטערע באזעסנע בעלי בתים א שטייגער ווי בערל ראזענפעלד, מיט אברהם שיפף, מיט אברהם שלום מענדלאוויטש, אביגדור עסטרייכער מיט א רב מיט שכל און דעת תורה דורך טוען יעדע שריט איז דאס מיט אחריות און אויסגעהאלטען, איך מיין עס איז געקימען די צייט דעראויף,
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

ווי קומט אריין דעת תורה? מיר זענען נישט קיין ליטאים. און בכלל בין איך מער צופרידען אז געשטעטנער און ראלינצקי פירען ווי הרב וועטענשטיין הרב הלבערשטאם און הרב שנעלבאלג. ביזדערווייל האב איך נאך נישט געזעהן אז זאכן וואס די מוסדות רבנים פירען זאל זיין מיט מער שכל.
נאר וואס יא ? אפשר א ערענסטע ועד בעלי בתים, נאר די פראבלעם איז אז ערענסטע בעלי בתים האבן בעסער דאגות בלייבן מיר איבער מיט עסקנים און מוסדות רבנים.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל

שליחה דורך ווייל אזוי »

ימים ידברו האט געשריבן:אבער רבותי אפשר איז געקימען א צייט אויף חשבון הנפש,
און איך וויל פרעגען א פאר קשיות, תמכתי יסודתי אז די סאטמאר רבי ז"ל האט אויך געזאגט די נשוא תורה הערשט נאך די מלחמה, יעצט צום ענין אז ער האט געווינען מיט אבט אדער צען טויזענט וואיטס, איז דא געווען א שלעכטע רעכנוג, וואס גייט דא פאר?

קענען נישט די עסקנים שאצען פונקטליך פון פאראויס די מצב?

אויב זיי האבען יא געוויסט די רעזאלטס, וואס האבען זיי געטון ?

זיי האבען אונז געפירט צוט א פארלוירענע מלחמה?

די תוצאות פון אזא מלחמה איז דען גיט פאר אידען?

האבען די גדולי הדור עיני העדה דן געווען אז אזוי דארף מען טוען בעת כזאת, אין גלות?

ווער איז די דעת תורה דא?



לאמיר טרייען צו פארענטפערן.

קודם דיין נאמבר צען טויזנט איז נישט די עכטע נומבער ווייל אז דו געסט איהר 5 איז נישט דא קיין צעהן און איך וועל מסביר זיין, די רעפארם ליין האט באקומען בערך 6000 שטימען ווען די 6000 זאל ווען גיין פאר די אינדארסירט קאנדידאט, וואלט זי געוואונען.

ביי די פאריגע קאונטי עקסעקוטיוו רעיס איז נישט געווען קיינער אויף די רעפארם ליין וואס דאס מיינט אז מ'האט נישט געקענט פאראויסזאגן.

חוץ פון דעם וואס פאריגע מאל איז געווען גוים און געוויסע אידן וואס האבן איהם געשטיצט וואס נאך זיין רשעות די לעצטע פיר יאר האבן זיי איהם אויפגעהערט צו שטיצן, האבן די עסקנים געהאלטן אז טאמער קומען די אידן ארויס די מערסטע וואס מעגליך איז דא טשענסעס אז מיר וועלן געוואונען, אבער ליידער האט די אייבערשטער אנדערש געוואלט.

אויב די תוצאות פון אזא מלחמה איז שלעכט, צופיל ערגער איז עס נישט, חוץ פון דעם וואס מ'האט געהאפט אויף א זיג.


און דאס וואס דו פרעגסט ווער דעת תורה איז, איז די תירוץ אז יעדע רב אין מאנסי קען אריינרעדן און מ'הערט איהם אויס ....
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

איין זאך וואס איך זעי אין מאנסי אז ווער עס לויפט אקעגן די אינדארסירטע עסקנים קאנדידאט ווערט אויטעמאטיש א אנטיסעמיט

די עסקנים אין מאנסי מאכן א זייער שוואכע ארבעט אין טוירםס פון אנקלאפן מיט די ריכטיגע חברה זיי האבן נישט ארויס דעם וועג ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט פאליטישענס
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ימים ידברו:כאטש איך וואוין נישט אין ראקלענד קאונטי נאר אין ברוקלין. דאך וועל איך פרובירן צו געבן א שטיקל אנאליז און אפשאצונג איבער'ן מצב. די הויפט סיבה פארוואס עד דעי האט געוואונען. און מיט א שטארקע מערהייט איז, ווייל ער האט א שטארקע באזע אונטער זיך. פון איין זייט האט ער די ווייסע, אלטגעזעסענע גויים פון די פרעזערוו ראמאפא עלעמענט, וועלכע ס'שטעכט אין די אויגן דער אידישער צושפרייטונג און אויפבליה. און זעהען אין איהם איינער וואס וועט צוימען דעם אידישן וואוקס. אדער לכה"פ לייגן שטיינער אין וועג פאר די דעוועלאפערס. ווייל אונז דארפן מיר געדענקען אז פונקט אזוי ווי א איד (כ'מיין רוב אידן) פרייט זיך און האט הנאה פון זעהן דעם אידישן אויסשפרייטונג, בליעה"ר. אזוי שטעכט דאס די אויגן פאר א גוי. אפילו דער ווייסער, אלטגעזעסענר גוי וועלכער איז מצליח אין ביזנעס און האט זיך זיין אייגענע רחבות'דיגע פראפערטי. ער זעהט אבער אין דעם אידישן וואוקס א קאמפעטישן. און עד דעי איז דא איהם צו העלפן. נאכדעים האט ער דעם נידריגן עלעמענט. די טונקעלע, ציגיינערישע און אימיגראנטישע גויים וועלכע זענען אומפארגינערס און זיי זעהען אייביג צופיהל הצלחה ביים איד. ספעציעל נאכדעים וואס עד דעי האטציך אנגענומען זייער מכלומר'שטע עוולה. דערקלערנדיג אז די געלט וואס די כולל יונגעלייט נעמען אומבארעכטיגט (לשיטתו) נעמען זיי אוועק פון די נעבעכ'דיגע, אונטער'דריקטע מינאריטעטן. אזוי אז ער איז אריינגעקומען גענוג שטארק. און דאס וועט איהם געבן חיזוק ער זאלל אדורכפיהרן זיינע אגענדאס און פראגראמען אין די קומענדיגע פיהר יאר. נאכמער ווי אין זיין ערשטן טערמין...!

איך האב א פיהלינג אז ער איז נאכנישט פארטיג מיט זיין פאליטישע קאריערע. ער האט אמביציעס פאר העכערע און גרעסערע פאליטישע אפיסעס אין די סטעיט. און אפשר פעדעראל. דארפן מיר געדענקען אז ער וועט אייביג אפעלירן צו דעם באהאלטענעם אנטיסעמיטישן, אנטי-אידישן עלעמענט. בכל אופן. קיין אוהב ישראל איז ער נישט...מ'דארף מתפלל זיין אויף גרויס רחמי שמים אז לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי...! און מ'מעג זאגן מיט א ביסל מער כונה דעם ..."תקע בשופר גדול לחירותנו"...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ימים ידברו האט געשריבן:אזאנא קהלות ווי סאטמאר ביידע, סקווירא, וויזניץ, בעלזא, קענען נישט אהער שטעלען ערליכע בעלי בתים מיט אחריות און געפיל, זאלען פירען דעם ציבור מיט א אחריות און דעה וואס איז אויסגעהאלטען על פי דעת תורה

איך האב זוכה געווען צו זעהן מיט מיינע פליישיגע אויגן א גרויסע קול קורא אונטערגעשריבן פון די אלע רבנים הנ"ל מיט אלע אנדערע רבני מאנסי צו גיין שטימען פאר די היימישע קאנדידאטן, אלזא וואס'זשע קלאגסטו איבער דעת תורה?
וירח ה' את ריח הניחוח
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 292 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

Re: ויהי אחרי המבול אין שטאט מאנסי -ראקלענד קאנטי

שליחה דורך טרויבן88 »

האבנדיג א הייזקע אין מאנסי האב איך גראדע האב נישט פיינט אז עד דעי האט געוואונען, בלייבט נאר איבער צי זען צי ער וועט איבעריג רודפן וואס דאס איז אבסאלוט נישט וואס איך וויל, אבער די דעוועלאפערס האבן חרוב געמאכט מאנסי, עס וואלט ווען געקענט זיין א נארמאלע פלאץ מיט הייזקע נאך הייזקע, נישט אזוי ברייט און ניט אזוי צישטופט, זענען געקומען די מיליאן דאלאר פרעסערס געגעבן שוחד און אזוי מיאוס געמאכט די שטאט, אנגעלייגט טרעפיק אויף למשל די נארישע 306, געבויט הייזער ביים 306 אויפן 306 ביז אינמיטן די 306, מען קען נישט פארן, ווען עס איז ווען דא א נישט קאראפטירטע פירערשאפט וואלטן קליינע דעוועלאפערס געבויט און געבויט און ס'וואלט געווען נארמאל,

דאס איז איינע פון די זאכן פארוואס "מען ברויכט האבן גוים צי וואטשן אידן פון אידן אליינס"
לעב אין לאז לעבן.
טשעסטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 05, 2017 10:34 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

שליחה דורך טשעסטער »

איבער די פארלאפענע פאלם טרי וואלן אין קרית יואל:
viewtopic.php?f=33&p=388717#p388717
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: ויהי אחרי המבול אין שטאט מאנסי -ראקלענד קאנטי

שליחה דורך גר ותושב »

מיינע צוויי סענט די עסקנים (builders) האבן געוויסט אז זיי קענען נישט געוואונען עד דעי און זייער מטרה איז נישט געוועין צו געוואונען עד דעי ווייל ער שטייט זיי נישט און וועיג די אלע בנינים געזעצן על פי רוב געהערט פאר די טאון אויף ראמעפא און דאס האבן זיי געוואלט זיי האבן געוואלט צוריק באקומען די טאון אבער זיי האבן געוואוסט אז די עולם איז שטארק דערקעיגן האבן זיי אונז געפירט שולל אז די עיקר איז דער עד דעי און מען זאל עים ארויס וועילן און דרך אגב אויך אריין וועילן זייערע חברה און עס איז זיי געלונגען.
דעת זקנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 12:38 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

שליחה דורך דעת זקנים »

ימים ידברו האט געשריבן:איך האב אינצווישען געדאווענט שחרית! און די ציבור איז עולם כמנהגו נוהג, עולם גולם גייט ראויג ארום, מיין געוויסען איז אבער זייער נישט ראויג, און איך פרעג מיט א א באסיווע שטימע וואס גייט דא פאער? זענען מיר טאקע אין די הענט פון אפאר יונגע היציגיע לאפטאטערס? קול מבשר רעדנער, ווי ראלניצקי געשטעטנער ווידער, זענען דעת תורה ? זיי פירען אונז שולל, און מיר גייען כצאן לטבח,! אזאנא קהלות ווי סאטמאר ביידע, סקווירא, וויזניץ, בעלזא, קענען נישט אהער שטעלען ערליכע בעלי בתים מיט אחריות און געפיל, זאלען פירען דעם ציבור מיט א אחריות און דעה וואס איז אויסגעהאלטען על פי דעת תורה, ווי פירט אונז דאס, א עלטערע איד ווען איך האב גרעדט מיט אים זאגט ער מיר אלטץ תלמיד פון רבי מיכאל בער ז"ל מיט טרערען און די אויגען ס'דערמאנט אים 1940 ווי אזוי די יודענראט האבען געפירט די ציבור שולל, פארוואס ווערט נישט א קאליציע פון עלטערע באזעסנע בעלי בתים א שטייגער ווי בערל ראזענפעלד, מיט אברהם שיפף, מיט אברהם שלום מענדלאוויטש, אביגדור עסטרייכער מיט א רב מיט שכל און דעת תורה דורך טוען יעדע שריט איז דאס מיט אחריות און אויסגעהאלטען, איך מיין עס איז געקימען די צייט דעראויף,

איך ווער באמת צעמישט פון ליינען דיינע מעסעדזשעס, ס׳קוקט אויס ווי די וואוינסט בכלל נישט אין מאנסי, און די האסט נישט די מינדערסטע ידיעה וואס דארט טוט זיך.

למשל דאס וואס די פרעגסט פארוואס די עלטערע באזעצענע בעלי בתים מאכן נישט די החלטות, א שטייגער ווי בערל ראזענפעלד, מיט אברהם שלום מענדלאוויטש, און אביגדור עסטרייכער, זיי זענען גראדע די וואס זיצן ביים מיטינג מיט אלע אנדערע ראשי קהילות ומוסדות און שיקן ארויס דעם עולם וואוטן, זיי מיט אלע אנדערע קהילות ומוסדות זענען די עומדים בראש, אבער פונקט ווי זיי זענען נישט די באס דרייווערס און קעכערס אין זייערע תלמוד תורה׳ס, פונקט אזוי זענען זיי אויך נישט די קול מבשר רעדנער/צעטיל קלעבער פאר די עלעקשאנס.

אויב וואלסטו ווען געדאווענט אין די שול׳ן ווי איינע פון די אויבן דערמאנטע נעמען דאווענען וואלסטו זיי (אדער איינע פון זייערע מיט ארבעטער) געהערט רעדן שבת, און וואלסט זיכער געזעהן זייערע נעמען און די נעמען פון אלע רבנים אויף די צעטליך אויפן וואנט.

און גענוי פארקערט ווי די זאגסט, מאנסי איז א פלאץ ווי די רבנים און מוסדות האבן באמת די ווארט, אלע קהילות אין שטאט ארבעטן צוזאמען, ובתוכם ביידע סאטמער׳ס, ביידע באבוב׳ס, ביידע קלויזענבוירגס, ליטווישע, חסידישע, און אסאך פון די מער מאדערענע, די אלע זיצן צוזאמען ביי אסיפות און זיי זענען די וואס קומען ארויס מיט א בקשה פאר די עלעקשאנס ארויסצוגיין שטומען, פארשטייט זיך אז די טעכנישע ארבעט ווערט געטוהן דורך אנדערע.

אגב איך קוק די רעזולטאטן, און ס׳לאזט זיך נישט גלייבן די אחדות פון תושבי מאנסי, א ריזיגע פראצענט מאנסי איז ארויס שטומען, כ׳גלייב אז ס׳איז בערך אביסל מער פון 70 פראצענט, ס׳איז א חשבון פון איבער 17000 וואוטס, ס׳איז נישט דא דאס גלייכן ביי די אידן איבער דער גארער וועלט, מ׳מוז זאגן אז אחדות האט א כח!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גר ותושב האט געשריבן:מיינע צוויי סענט די עסקנים (builders) האבן געוויסט אז זיי קענען נישט געוואונען עד דעי און זייער מטרה איז נישט געוועין צו געוואונען עד דעי ווייל ער שטייט זיי נישט און וועיג די אלע בנינים געזעצן על פי רוב געהערט פאר די טאון אויף ראמעפא און דאס האבן זיי געוואלט זיי האבן געוואלט צוריק באקומען די טאון אבער זיי האבן געוואוסט אז די עולם איז שטארק דערקעיגן האבן זיי אונז געפירט שולל אז די עיקר איז דער עד דעי און מען זאל עים ארויס וועילן און דרך אגב אויך אריין וועילן זייערע חברה און עס איז זיי געלונגען.

גר ותושב: במחכת"ה האלט איך אז דו מאכסט א טעות. אמת, אז א סאך פון די געזעצן זענען טאון ביי-לאוס. און די דעועלאפערס האבן (לשיטתך) אריינגעוועהלט זייער אייגענע חברה. אבער מ'דארף געדענקען אז עד דעי, אלס דער קאונטי עקזעקיוטיוו האט נאכאלץ א וויטאו פאוער. און ער קען ח"ו היל"ת אנמאכן א סאך צרות פאר די אידישע יישוב אין ראקלענד קאונטי. און אונז ווייסן מיר אז ער צייכנט זיך נישט אויס מיט קיין אהבת ישראל. אפילו לפנים. פארקערט. ערשט יעצט וועט ער ווייזן אז ער דארף בכלל נישט אנקומען צו די אידישע וואוטס. און ער וועט (ח"ו) טון ככל העולה על רוחו הטמאה...!
טשעסטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 05, 2017 10:34 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

שליחה דורך טשעסטער »

קען זיין ס'שוין באריכטעט געווארן דא, אבער כ'מיין אז יעצט איז נישט פארהאנען קיין בילדונג אינספעקטאר, (ווייל ער האט ארויסגעווארפן די פריעדיגע) ממילא טאר מען נישט בויען.
דעת זקנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 12:38 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

שליחה דורך דעת זקנים »

טשעסטער האט געשריבן:קען זיין ס'שוין באריכטעט געווארן דא, אבער כ'מיין אז יעצט איז נישט פארהאנען קיין בילדונג אינספעקטאר, (ווייל ער האט ארויסגעווארפן די פריעדיגע) ממילא טאר מען נישט בויען.

ס'דא אצינד פיר בילדינג אינספעקטערס, מ'קען בויען, פערמיטס איז אביסל שווער וועגן די סטעיט.
פארשפארט