סיפורי צדיקים 21

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
הבל וריק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 826 מאל

סיפורי צדיקים 21

שליחה דורך הבל וריק »

דאס לעבן און שאפן פון
ר' טבלי פאקסווילער זצ"ל                                                                                                         

דעם פארגאנגענעם יום שנכפל בו כי טוב האט זיך געמאכט אן אויסנאם ווען עס איז אראפגעפאלן איינע פון פראמינינסטע עטרות פון די אידישע קעפ אין אמעריקא זינט דעם קריג, דער צדיק ר"ר טבלי פאקסווילער זצוק"ל.
מיט טרויער האט כלל ישראל איבער דער גארער וועלט אויפגענומען די ביטערע בשורה אז דער צדיק איז מער נישט מיט אונז. שאק איז אבער דאסמאל נישט געווען וויבאלד ר' טבלי איז שוין אלט, און קראנק געווען א שיינע פאר יאר.
נישט בלויז איז זיין אנגעוועזנהייט געווען לשם ולתפארת ביים היימישן חרדישן אידנטום בכלל ובפרט, נאר ביים ליטווישן קרייז אין צוגלייך איז ר' טבלי געווען אנגענומען פון די סאמע שטארקסטע חריפים בדורנו און אין די ישיבישע וועלט אלס א געוואלדיגער עמקן. ווי אויך אין די לומדישע וועלט פלעגט מען אסאך אנפרעגן ביי ר' טבלי'ן פאר א סברא ישרה.
אין די פריעדיגע יארן פלעגט ער זיך אסאך מפלפל זיין מיט די לומדים פון בעיקן סיטי, ווי ער פלעגט וויילן אויף דאטשע, אזוי ווייט אז דער ראש ישיבה אליינס הגאון הגדול ר' ברוך פינגערפייג זצ"ל פלעגט זאגן די תלמידים "געיט פרעגט ביי רבי טעבלען".
מפי השמועה האט דער לעצטער סאקמיר רבי זיך אין אים אמאל אויסגעדריקט נאך אלס יונגערמאן "ווען מיין פנימיות איז ווען אזוי שיין ווי ר' טבלי'ס חיצונית וואלט מען אויף מיר אויך געזינגען משיח".

פרק א' - אבות על בנים, על שילשים ועל רבעים

ר' טבלי איז געבוירן אין שטאט פאווען פאר אומגעפער 87 יאר צוריק צו זיינע עלטערן קמח און בראטע האבּל.
קמח איז געווען א וואוילער איד א בעל פרנסה און א נזר אב השנה ביי צוויי דינער'ס. בראטע, די מאמע, איז געווען א פיינע וואוילע אידענע וואס האט זיך פארנומען מיט קאכן נאכטמאל און רעדן אויפן קארדלעס.
די האבּל פאמיליע ציהט א לאנגע דינאסטיע בן אחר בן ביזן ערשטן אייזיק האבּל'ס, דער גרינדער פון די באקאנטע האבּל בעקעריי קייט געשעפט.
אויף דעם אייזיק, וואס איז אויך באקאנט אלס אייזיק בעקער, גייט די וועלטס באקאנטע מעשה "א בלוטיגע געבעקס" וואס איז פון די איינפלוסרייכסטע געשיכטעס אין די וועלט פון ליטראטור אזוי ווייט אז לעצטענס האט ש. זימרי - פון די גאר לינקע חברי הכנסת (וה"יׁׁׁׂׂׂׂׂׂׂ) פארגעשלאגן עס אריינצולייגן אין די אפציעלע היסטאריע קאריקעלום פון די ציניסטישע א.ג שולעס.
לעצטענס איז ארויפגעשווימען א בילד פון די ערשטע געדרוקטע קאפיע דערפון, און דעם פרעזטיזשפולע אידישער מאגעזין 'דער מאמענט' איז געלונגען צו כאפן א שמועס מיט אן אייניקל בן אחר בן פונעם הויפט פיגור אינעם געשיכטע, אין ווי ער טיילט מיט זיינע געפילן איבער זיין גרויסן זיידן, באגלייט מיט אלטע בילדער פון אירלאנד בימים ההם.
ווי אויך פלעגט דער שמיצלאווער רבי ז"ל זיך נוהג זיין צו דערציילן די מעשה יעדן פסח אויפדערנאכט. דערפאר וועלן מיר ברענגן דעם עובדה בקיצור, ווי פאלגענד:

אייזיק בעקער - לבית האבּל, איז געווען א אירלאנדישע אפשטאמיגער, פינף דורות ארויף פון רייכע אידן, אפשטאמיגע פון די טרויעריג בארימטע ספאנישע מאראנאוס, וואס זענען געווען אייניקלעך פון איינע פון די פארגעסענע בעלי התוספות, בנתיה דרב ינאי, רבי יצחק נפחא, אזוי ארויף ביז שאול המלך.

איבער אייזיק'ס פאטער, פישל, איז נישט קיין סך באקאנט בלויז די פאר שטויביגע דעטאלן. ער איז געווען גאר א פרומער איד און האט צוויי מאל חתונה געהאט. דאס ערשטע ווייב מיט וועם ער האט געקויפט אייזיק, איז געווען א אירלענדישע און די זיווג האט נישט עולה יפה געווען. עס זענען דא צוויי גרסאות איבער די געשיכטע, י.ב אויכוואר האלט אז דער מאן האט איר פון כעס אויס דעמארדעט נאך וואס זי האט אים בטעות מוזג יין געווען אין יענע טעג, ש. בונט (1844-1907 אין זיין בוך "גראדע ווענט און איר קריכער")  ווידעראום, טענה'ט אז ער האט איר בלויז משלח געווען און זי האט פארשפרייט דעם שמועה.

אלנפאלס איז אייזיק אויפגעוואקסן זינט די דריי בלויז אונטערן טאטנ'ס אויפזיכט אין א שטעטל קוואי אין צפון אירלאנד. א יאר שפעטער האט די טאטע עוקר מקום געווען און זיך געצויגן קיין פוילן צו א שטעטל הונדערט קילאמעטער אוועק פון קראקע ווי עס האט געוואוינט א ערשטע קאזין זיינער, קינדער פון זיין טאטן'ס ברודער, מאיר יחזקאל שמש און זיין ווייב און קינדער. דער קוזין חצקל מאיר - ווי מען האט אים גערופן, איז געווען שמש אין שטעטל און האט געהאט צוויי קינדער. א אכט יעריג מיידל, פייגא לאה, און א קליין יונגל נתן. אייזיק האט זיך באפריינדעוועט מיט די פאמיליע און איז געווארן ווי א בן בית ביי זיי אין שטוב און די פרוי פלעגט קאכן וועטשערע פאר אים און טאטן. איבערהויפט האט אייזיק ליב באקומען זיין נייעם קוזינע פייגא לאה און זיי זענען געווארן ווי שוועסטער און ברודער. פישל האט זיך באשעפטיגט מיט שמידעריי און איז געווארן א רעניצער חסיד. ער פלעגט תמיד פארן צום רעבין און זיך אויפהאלטן דארט אפאר וואכן אין א שלעפ. אזוי איז אדורכגעלאפן פיר יאר ביז איין טאג האט חצקל מאיר אנגעטראגן דעם קוזין זיינעם זיין צוועלף יעריג'ן פייגא לאה פאר א ווייב.
פישל האט גלייך מסכים געווען און דער שמש האט גלייך געשטעלט חופה וקידושין און איבערגעפאקט איר האב און גוטס צו פישלען אין שטוב.
ווי נאר אייזיק האט געהערט די בשורה איז ער אריינגעפאלן אין א היסטעריע און געלאפן צו פייגע לאה וואס האט אים מודיע געוועזן אז די באשלוס איז נישט אירע. זיי האבן זיך געהאלזט און געקושט און געוויינט איינע אויף די אנדערע און זיך געזעגנט. בלילה ההוא, ווען פישל האט פייגע לאה'ן כונס געוועזן האט אייזיק'ל נישט געקענט איינשלאפן און איז געליגן אין בעט פארקלעמט ווען עס איז פלוצים דערגאנגען זיינע אויערן א שטארקע גערודער פון די גאס, געשפרעכן און לאכערייען באגלייט מיט טענץ און שנאפס, איז אייזיק'ל צוגעלאפן צום פענסטער א בליק טאהן, און דערזעהן א גרופע חסידים זיך גרייטן אויף א נסיעה צום רעבין רבי שעכטל ליעווער.
אראפגייענדיג אויפן גאס האט ער אנגעטראפן אן אלטער איד וואס האט אים געגעבן א צוקער'ל און א גלעט און אנגעבאטן ארויפצוקומען, אייזיק האט קיין סך נישט געקווענקלט און מיטן בהלה אינאיינעם ארויפגעשפרינגן אויפן וואגאן.
הערשט א האלבע שעה אריין אינעם נסיעה ווען איינע פון די חסידים האט געכאפט אז דער יונג האט זיך מיטגעכאפט אהן באצאלן האט ער זיך גענומען ליאמערן און האט געפאדערט דאס יונגל צו זאפארט פארלאזן דאס וואגן, דער אלטער האט מיט יענעם זיך איינגעטעה'נעט אז עס איז א סכנה אים איבערצולאזן אליינס אין וואלד איז אנטשטאנען א געשלעג וואס האט באדראעט די גאנצע רייזע, ביז דער אלטער חסיד האט אנגעבאטן צו האלטן דעם יונג אויף זיין שויס און אונטער זיין נאנטן אויפזיכט פאר די רייזע און אזוי ארום אים אפגעהיט פון פאר'קמצא'ט ווערן. ווי נאר אייזיק איז אראפ פון וואגן האט ער צו זיין פארוואונדערונג מער דעם אלטן נישט געזעהן, ויהי לפלא.
איז ער מיטגעגאנגען מיט די גרופע חסידים אריין צום רעבין און אריינקומענדיג האט ער צו זיין ערשטוינונג געזעהן אז דער רבי איז נישט מער און נישט ווייניגער נאר דער אלטער פונעם קארעטע. דער חסיד וואס האט אים געוואלט ארויסווארפן פון וואגן איז געפאלן דעם רעבין צו די פיס און געבעטן מחילה און די רבי האט אים אוסגעמוסר'ט מיט די באקאנטע פראזע "אז ס'דא פלאץ אין הארץ איז דא פלאץ איבעראל". די רבי האט אייזיק'ן געגלעט און געקושט ארויסווייזענדיג גרויס ליבשאפט. אייזיק פלעגט שטענדיג זאגן אז די גלעט ליגט אים נאך אין די ביינער. נאך א פאר טאג האט אייזיק זיך געשפירט פרעמד און פארלאזט און געוואנדן זיינע פיסטריט צום צענטראלן מארק פלאץ. דארט האט ער געפינען א ביאלעסטאקער איד מיט זיין איידעם א חסיד וואס האט געשלעפט דעם שווער צום רעבין. דער שווער איז אבער געווען זייער אויפגעברויזט נאכדעם וואס די רבי האט זיך פון אים נישט וואוסענדיג געמאכט און האט תיכף איינגעשפאנט די פערד און וואגן אויף צוריק קיין ביאלעסטאק, מיטנעמענדיג יעצט אייזיק'ן מיט זיך.

די ערשטע פאר שעה נאכן אנקום האט זיך אייזיק געדרייט אליינס פרובירענדיג צו טרעפן די אידישע געגנט, ביז ענדליך שפעט ביינאכט האט ער דעגרייכט צום גרויסן בית הכנסת. א שרעק איז אים אבער באפאלן ווען ער האט געזעהן א כאפטע מלמדים קומען זיין וועג. צו ערשט האט ער פרובירט זיך אויסצוטאהן די קאפל און זיך דורכצושארן מיט צוויי שגץ'לך וואס זענען געשטאנען הארט צו זיין זייט, אבער די מלמדים האבן אים באמערקט און נאכגעיאגט און צושמיסן דאס פנים אויסגעפאטשט דאס גענאק און אויסגעשאקלט די גאמבע, אזש מער האט ער דאס פנים זיינעם נישט באוויזן אינעם אומגעגנט.

אייזיק איז דערנאך געווארן א שיק יונגל פאר א חסיד אומות העולם וואס האט זיך מרחם געווען אויף אים נאכן צוקוקן ווי ער שלאפט אויפן גאס, און ער האט דארט אפגעארבעט פיר פינף יאר און זיך שיין ציוואקסען. איין שיינעם טאג איז צו זיין האר אנגעקומען א אידישער פריינט, אן אלמן, מיטן נאמען נטע האבל. דער פריץ האט אים דערציילט וועגן זיין אידישן שיק יונגל אייזיק. נטע האט באשלאסן אים אויסצולייזן פונעם גייסטישן מצרים און האט זיך איינגעבעטן ביים בעל הבית אים אוועקצושענקן אלס ארבעטער. נטע האט אבער זיכער געמאכט צו לאזן אייזיק אין זיין היימלאנד און דערפאר געבראכט אויף אים א פיזישער מצרים. די ערשטע דרייסיג טעג איז ער יעדן טאג געגאנגען מיט אים אין מקווה און אים באפוילן תשובה צו טוהן אויף אלע עבירות און אנגעגעסענע טריפות, איינטינקענדיג דערביי זיין קאפ אינעם בור אונטערשעפשענדיג פאר יעדן טינק בדמייך חיי. דערנאך איז ער געבליבן וואוינען ביי אים פאר דריי יאר און געארבעט ביי אים אין בעקעריי, מיטן נאמען האבּל'ס בעקעריי. אייזיק האט זיך צוביסלעך איינגעגלידעט אין די יידישע קהילה און געשאפן פריינט. די קונים האבן אים איבערהויפט ליב געהאט וויבאלד ער פלעגט יעדן כסדר זאגן א גוט ווארט און ווארפן קאמפלימענטן. מיט זיין בעל הבית אבער האט ער זיך נישט פארטראגן, וויבאלד ער פלעגט אים שטארק פייניגן. צומאל פלעגט ער אריינקומען אין געשעפט און אים אריינרופן אין זיין קליין צימער'ל פון אהונטער און אים שמייסן מיט א ריט, לאכענדיג דערביי מיט הנאה.

איין שיינעם טאג, א קורצע צייט נאך אייזיקס זיבעצנטע געבורטסטאג איז דער בעל הבית זיינער אריינגעקומען אין געשעפט און אים ארייגעריפן אין צימער'ל ווי געווענליך, אייזיק האט געשפירט אז ער האלט עס מער נישט אויס און געכאפט א שטעקן און א זעץ געטאהן דעם בעל הבית אויפן גענאק, וואס האט אים אראפגעטראסקעט א באוויסטלאזער אויף דער ערד. אייזיק האט מיט שרעק, שנעל א כאפ געטאהן א גרויסן מעהל זאק און אריינגעווארפן דעם נטע'ן דערין מיט וואס ער האט אים געפירט צו זיין הויז אויף די אנדערע גאס. דארט האט ער אים געזעצט אויף א בענקל און דערשטיקט מיט א שמאטע און אים געלאזט געמאכט. א שעה דערויף איז אייזיק צוריקגעקומען מיט א שאקירנדן אנשטעל און זיך גענומען מאכן קולות מיט בכיות אויפן קאלטן גוף אז די גאנצע גאס איז זיך צוזאמגעלאפן צוקוקענדיג צום ספעקטאל ווי אייזיק באוויינט זיין פארשטארבענעם בעל הבית.

ויהי אחר הקבורה און אייזיק איז צוריק אין געשעפט אריין וואס איז אויפן פסק פונעם קהילה אפיציעל געווארן זיינער. אייזיק האט שטארק ארויפגעארבעט די בעקעריי און געהויבן די הכנסה גענוג אז זיין נאמען אין שטאט איז ארומגעפארן אלס א נושר און מיט א קורצע צייט שפעטער איז אייזיק א חתן געווארן מיטן רב'ס פלימעניצע וואס האט געוואוינט אין א דערפל אפאר קילאמעטער אהינציר, ווי ער האט חתונה געהאט קורץ דערויף מיט גרויס פאראדע.
אייזיק האט אבער געגעסן אין הארץ איבער די רציחה וואס ער האט דורכגעפירט אויף נטע'ן האט ער באשלאסן צו פארלאזן ביאליסטאק און זיך ציעהן קיין לאזדש, ווי ער האט געפענט נאך א בעקעריי אויפן זעלבן נאמען פונעם נרצח 'האבּל'ס בעקעריי'. אזוי ארום האט זיך אנגעהויבן עפענען די באקאנטע קייט פון האבּל בעקערייען וואס איז נאך היינט ברייט אנדערקענט אלס די פארלעסליכסטע אינעם פעלד פון געזיפטע מעל און באקוקטע אייער, און אזוי ארום האט זיך אנגעהויבן וועבן די גאלדענע האבּל דינאסטיע וואס ר' טבלי א אור אור אור אייניקל פונעם ערשטן ר' אייזיק בעקער לבית האבּל, האט ווייטער געצויגן מיט פראכט.

פרק ב - אם אין קמח אין תורה

ר' טבלי'ס פאטער, קמח, איז אויפגעוואקסן אין א רייכן שטוב און זייענדיג די יונגסטע פון פיר איז ער געווען שטארק געצערטלט. א קאפ צום לערנען האט ער נישט געהאט אבער דער פאטער האט פון דעם נישט געוויסט ווייל ווי נאר די מלמד פלעגט אנהייבן זאגן "איך וואלט געוואלט מיט אייך רעדן..." כדי צו צוברעכן דעם טאטן'ס בּאבּל, האט  אים די טאטע שנעל איבערגעהאקט און אוועקגעמישט די שמועס, פארשטאפענדיג דערביי דעם מלמד'ס מויל מיט באנקאטן. אזוי ארום איז אלעס גלאט געפארן ביז די זעכצן.
אבער ביים אריינגיין אין ישיבה גדולה האבן זיך גענדיגט אלע קיצין און די מגידי שיעור האבן דעם טאטן מודיע געווען אויף א שיינעם אופן אז זיין זוהן איז פשוט אויסגעוואקסן ישיבה און איז שוין צו שטארק פארן פלאץ. האט דער טאטע בלית ברירה געשיקט דעם זוהן קיין ארץ ישראל אונטער'ן אויפזיכט פון א באקאנטן מגיד משרים, שפרעכער און משפיע.
קמח פלעגט פארציילן אז ווען ער איז אריין מיטן טאטן דאס ערשטע מאל צום משפיע פאר א באזוך, האט דער משפיע געבעטן צו זעהן דאס האנט זיינעם און באטראכט די שטריכן (אמאל פלעגן זיך מענטשן היילן מיט די חכמה, עס ווערט אפילו דערמאנט אין די ספרים אלס 'חכמת היד', היינט האט שוין די סייענטיפישע וועלט באשטעטיגט אז די שטריכן פארמירן זיך לויט ווי אזוי מען קנייטשט די האנט) און געשמייכלט דערביי, דערנאך האט ער שטארק פארמאכט די אויגן אויף אפאר סעקונדעס און ווידעראמאל געבעטן צו זעהן ס'האנט, און דאסמאל האט ער געקרעכצט, דערנאך האט ער גענומען די האנט מיט ביידע הענט און געפאטשט דערויף שאקלענדיג די קאפ מיט פארמאכטע אויגן פאר א מינוט צייט. ווי פארשטענדליך איז דאס געווען א מאדנע געשהעניש, ווי אויך האבן די ארומיגע גבאים באשטעטיגט אז אזאנס האט נאכנישט פאסירט בנוכחותם. איז געווען דארט איינער מיט א שטיקל עזות דקדושה און א פרעג געטאהן דעם משפיע מאי האי, קודם געלאכט נאכדעם געקרעכצט דערנאך געפאטשט, האט דער משפיע זיך צוקאכט גענטפערט מיטן ירושלימער אקצענט "מיר קאנען זעהען גוט און מיר קאנען זעהן שלעכט אבער פושטי יד ברויכן נישט פארכטן" קוקט אויס אז דער עולם האט נישט פארשטאנען, האט דער משפיע צוגעלייגט "ובצדקה - מעבירין את רוע הגזרה", באלד דערויף - פארציילט קמח, האט דער טאטע ארויסגענומען דעם טשעק ביכל און פארשריבן א גאר הויכן סכום. אבער דער משפיע איז ווייטער געזיצן מיט האלב פארמאכטע אויגן און נישט ראגירט, האט די טאטע ווידעראמאל ארויסגענומען דעם ביכל און פארשריבן א דאפעלטן סכום אבער ווידעראמאל איז נישט געקומען קיין רעאקציע פונעם משפיע וואס האט אויסגעקוקט ווי ער שוועבט אין העכערע ספערן, אזוי איז עס געגאנגען פיר מאל ביז דעם משפיע'ס פנים האט אויפגעלאכטן און ער האט זיך אויפגעשטעלט געבן א לאנגע ברכה וואונטשענדיג און ארויסבאגלייטענדיג דעם פאטער ביזן אויטא.

ויהי בימים הרבים ההם ויאנחו, קמח האט געוויילט אין ארץ ישראל פאר זיבן יאר און געווארן פון די גאר שטארקע מצויינים דארט. עס האט דאן געהאנגען די גזירה פון גיוס בני הישיבות און די גרויסע המעוררים צעטליך וואס האט באדראעט די גאנצע עולם התורה, און קמח פלעגט זיך מוסר נפש זיין און גיין צו יעדן פראטעסט לוחם זיין די מלחמות השם. מען פארציילט אז ביי איינע פון די פראטעסטן האט א פאליציאנט געמיינט אז ער האט אים צוגערירט און אים דערלאנגט א שטויס וואס האט אים געמוטשעט כל ימיו. קמח איז ווייטער זייער געשטיגן אזש די ראשי ישיבות האבן ווייטער מודיע געווען דעם טאטן אז העכער קען ער מער נישט גיין, אלנפאלס נישט ביי זיי, און קמח האט אנגעהויבן זיפצן פאר א לעבנס-באגלייטער.

קמח האט זיין באשערטע געטראפן דורך א מורא'דיגן השגחה פרטית. וואס האט פאסירט איז אז א בארא פארקער בעלעבוס מיט קורצע ארבלען איז געקומען צופארן קיין ארץ ישראל אויף א וואקאציע מיט זיין ווייב און עלטסטן טאכטער 'בראטא' און האט געהאט באשטעלט א בחור א דרייווער אויף א פאר טאג. האט זיך אבער אויסגעשטעלט אז פונקט א טאג פאר זיין אנקום האט מען אהיימגערופן דעם בחור אויף א שידוך און קמח האט אים ערזעצט אלס דרייווער די לעצטע מינוט. דעם בארא פארקן יוד, בראטעס טאטע, איז זייער געפאלן דעם בחור און נאך מער דעם רייכן טאטן, און האט זיך געלאזט אנטראגן ביי קמח'ס טאטע צוזאגענדיג בראטען, זיין טאכטער, אז סעט איר גארנישט פעלן. קמח'ס טאטע האט אויך זייער דערפרייט צו הערן אז איינער וויל זיין עלטערן זוהן און האט געבעטן צו זעהן א בילד פונעם מיידל. נאכן באשטעטיגן אז איר תואר איז אזוי שיין ווי איר מראה האט ער צוגעזאגט א דירה, געקויפט די נויטיגע דיימאנטלעך און געזעצט די צוויי פאר א שמועס. צו די האלבע שעה זענען ביידע עלטערן אריין מיט אן אויסגעטרונקענעם לחיים גלעזעל און אנגעגאסן דעם בחור איינס, זיך וואונטשענדיג מזל טוב העכער זיין קעפל, און די צוויי מחותענעסטעס האבן זיך שטארק צוקישט און געזעצט חשבענען א דאטום פאר די גרויסע שמחה. באלד דערויף האבן די קרובים אנגעהויבן שטורעמען די שטוב אפצוגעבן דעם אנגעסטראפקעוו'טער חתן דעם וויצישן מזל טוב און די פלאפלנדע כלה דעם שלעפ-אויף-ארויס קוק-אין-פנים שלעפ-אויף-אריין קוש, וליהודים היתה אורה.

צו די צעהן חדשים האט דאס פארפאלק זוכה געווען כורת ברית צו זיין אויף א פרישן זכר א לייכטער אין שטוב, וועם מען האט א נאמען געגעבן טבלי. עס איז אומבאקאנט פונקטליך נאך וועם מען געגעבן די נאמען אבער די לעגענדע גייט אז די טאטע ר' קמח האט פשוט געוואלט געבן אן אייגענארטיגן נאמען מיט די טענה אז אזאנע מענטשן האבן מער אויסזיכטן צו אויסוואקסן עפעס מער. אלס אן הוכחה דערצו האט ער גענוצט די צוועלף נשיאים.

פון אלס קליין קינד האט שוין טבלי ארויסגעוויזן סימני גדלות און ביי די אכט יאר האט אים שוין אנגעהויבן שפראצן א בארד. ווען ר' קמח איז אריין צום רעבין זיך אפרעדן האט אים די רבי געזאגט "רבי אלעזר בן עזריה האט עס געבעטן און איר רעדט זיך אפ?!" פון דאן און ווייטער האט זיך קמח מער נישט אפגערעדט און פארשטאנען אז ער האט א העכער קינד. ובמעללו יתנכר הנער - פון יונגווייז אהן האט מען שוין געזעהן אז דער קינד איז אנדערש פונעם אלגעמיינעם. טבלי האט צומאל געקענט זיין זיס און וואויל און צומאל ביטער און שלעכט. איז די מאמע אריינגעפאלן אין א פארגעלעגנהייט און געלאפן צום דאקטאר אנפרעגן דעם למה זה אנכי, וישא הרופא את משלו און האט דאס קינד דיאגניזירט מיט די.איי.די וואס שטייט פאר מולטיפול פערסאנעליטי דיסארדער און האט דעם מאמען מודיע געווען די בשורה, וויסן זאלסטו מאמע, שני לאומים ממעייך יפרדו, דיין קינד ליידט אויף א פראבלעם וואס איז גורם ער זאל אין זיך זעהן צוויי אדער מער סארטן פערזענליכקייטן. דערפאר קען ער זיין א מלאך און א גלח אויפאמאל, איין טאג לויפן אין שוהל און די צווייטער אין טעאטער, און אייער ארבעט איז דערפאר, אים צו העלפן אינדעפיצירן/פארמירן זיין ריכטיגן אידענטיטעט, און וועלכע וועג איר וועט אים זיסער מאכן דאס וועט ער עווענטואל זיך קלייבן.

(המשך געוואנדן לויטן פאדערונג)

וועם ס'כאפט כאפט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קודם געלייקט!

ארויסגעפרינט צו ליינען שבת.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הבל וריק: איך האב געדארפט צו ליינען ביז'ן 5'טן פאראגראף צו כאפן אז די מעשה איז הויל פיקציע. אבער גוטע פיקציע. א הוה אמינא האב איך שוין געהאט גלייך ביים קעפל. און ספעציעל,קוקנדיג אין וועלכען פארום ס'איז ערשינען. בכל אופן, כ'האב נישט געהאט קיין נערוון אדורכצוליינען די גאנצע נישט געשטויגענע שיינע מעשה'לע. כ'האב נאר געליינט ביז וואו מ'האט איינגעטינקען אייזיק האבל'ן אין מקוה. די רעשט וועל איך בלי"נ ליינען אום שב"ק נאכמיטאג. נישט פארגעסן ארויסצופרינטן. אזוי ווי דער געוואגטער יונגל.

דו קענסט זייער גוט שפינען א מעשה. א קאמפאזיט פון אלע נארישע און קלוגע און אינטרעסאנטע, פראוואצירנדע און באלערנדע געשיכטעס און רעפארטס אויף קאווע שטיבל אין די לעצטע3 יאר...!

דו זאלסט נאר זעהן אז 2 פון אונזערע פאררוקטע, קארופטירטע און קרומע פערזענליכקייטן (אויב מ'קען זיי אנרופן אלס אזעלכע) זאללן נישט ארויסנעמען פון דיין אנגעבליכן רעפארט פארשידע נישט געשטויגענע גאססיפ און לשון הרע אויף געוויסע מענטשן וועם זייער שלעכטער און פארדארבענען נפש טרייבט צו באשמוצן. הלוא המה (מיט'ן טראפ פון אזלא גרש.) נחום ראזנבערג. ואחיו בדומה לו חיים'קע שאולזאן...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: סיפורי צדיקים 21

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

וואס איז דא געשען? פארוואס איז אזא דיאמאנט פארהאלטען געווארען? פארוואס פארלאנגט דער עולם נישט מער?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
קאוריג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 81
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 2:21 pm
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

שליחה דורך קאוריג »

איצטערט באמערקט...



באלעקנד, אזש ס'שמאלץ רינט אויף די בארדע....

קיעפעראפ!!
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1082
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל

שליחה דורך סקרן »

We Want More
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: סיפורי צדיקים 21

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

קודם דארף איינער שרייבען א רש"י און תוס׳. דער שרייבער איז עפעס מורא׳דיג, זיכער דער געווינער פון דער פארמעסט, מיט בייסעדיגע הומאר, א שעפערישע קאפ און א רייכען שפראך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
Gimpel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 06, 2017 4:40 am
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

שליחה דורך Gimpel »

We want more
באניצער אוואטאר
הבל וריק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 826 מאל

Re: סיפורי צדיקים 21

שליחה דורך הבל וריק »

ישר כח @ליטוואק, און א דאנק פארן מיך דערמאנען פון דעם פארלאזטן ארטיקל. די מעשה מיט דעם ארטיקל איז צוויי נקודות שלובות זו בזו.
ערשטנס דארף מען זיין אביסל אנגעליינט מיט היבש אסאך יידישע ליטראטור און בעיקר די פוסטע, כדי צו פארשטיין וואס איך וויל בכלל. צווייטנס איז אפילו אזוי די הומאר דערין - נישט מעינסטרים. איך האב פון פאראויס געקווענקלט צו ס'וועט נישט פארקומען ווי ריין שגיון דערפאר האב איך צוגעלייט א נאטיץ "וועם ס'כאפט כאפט".
ווי אויך האב איך דערפאר געפרעגט אויב ס'דא אן אינטערעסע אויף ווייטער. אויסגעשטעלט האט זיך ווירקליך אז נישט, און איך האב עס באגראבן ווי א מצרי.
קוקט אויס אז דו און די אנדערע, ווי אויך בערל טאקע, האבן יא דערשמעקט די קאווע און פאר אייך איז עס א דיימאנד. בלייבט בלויז איבער צו האפן אז איכל אריינפאלן אין א מאדנע גוסטע אין די נאנטע צוקונמפט, וואס מאכט זיך גראדע יא היבש אפט.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: סיפורי צדיקים 21

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

פארוואס ווי א מצרי? פארוואס נישט ווי נטע האבל?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1082
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל

שליחה דורך סקרן »

@הבל וריק איך מוז אייך זאגן ס'איז אחד בעולם א חידוש איך האב עס נישט באמערקט בשעתו ווען האסט עס געשריבן
און ס'קען זיין ס'איז דא נאך אזוי ווי מיר וואס האבען עס הערשט יעצט באמערקט ממילא האט מען נישט געבעטן פאר נאך
אבער חלילה אויפצוהערן און צו באגראבן אזעלעכע טייערע זאכען
בבקשה תביא עוד
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הבל וריק האט געשריבן:ישר כח @ליטוואק, און א דאנק פארן מיך דערמאנען פון דעם פארלאזטן ארטיקל. די מעשה מיט דעם ארטיקל איז צוויי נקודות שלובות זו בזו.
ערשטנס דארף מען זיין אביסל אנגעליינט מיט היבש אסאך יידישע ליטראטור און בעיקר די פוסטע, כדי צו פארשטיין וואס איך וויל בכלל. צווייטנס איז אפילו אזוי די הומאר דערין - נישט מעינסטרים. איך האב פון פאראויס געקווענקלט צו ס'וועט נישט פארקומען ווי ריין שגיון דערפאר האב איך צוגעלייט א נאטיץ "וועם ס'כאפט כאפט".
ווי אויך האב איך דערפאר געפרעגט אויב ס'דא אן אינטערעסע אויף ווייטער. אויסגעשטעלט האט זיך ווירקליך אז נישט, און איך האב עס באגראבן ווי א מצרי.
קוקט אויס אז דו און די אנדערע, ווי אויך בערל טאקע, האבן יא דערשמעקט די קאווע און פאר אייך איז עס א דיימאנד. בלייבט בלויז איבער צו האפן אז איכל אריינפאלן אין א מאדנע גוסטע אין די נאנטע צוקונמפט, וואס מאכט זיך גראדע יא היבש אפט.

הבל וריק: איך ווארט שוין בכליון עיניים פאר די המשך...!

נאר כדי צו זיין א ניט פיק (אזוי ווי --- --- ----) וויל איך דיך פרעגן. אין דיין לעצטע תגובה וואו דו שרייבסט דאס ווארט..."שגיון" מיינסטו צו זאגן "א טעות"... אדער ..."משוגעת"... ווייל די צווייטע שרייבט מען..."שיגעון". אן די ערשטע טאקע ...."שיגיון"...!
באניצער אוואטאר
הבל וריק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 826 מאל

Re: סיפורי צדיקים 21

שליחה דורך הבל וריק »

היתכן בערל, פאר איין יוד ביסטו מבזה א צווייטע?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ביטע זיי מסביר: וועם האביך דא מבזה געווען. מצדי זאלל עס זיין שיגעון מיט א יוד אדער אן א יוד....!

איך הייב שוין אן צו גלייבן אין רוח הקודש...נישט אז דער ניק/טראלל האט עס. נאר אז ..."אויפ'ן גאנעףף ברענט דאס היטל"...!
באניצער אוואטאר
הבל וריק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 826 מאל

Re: סיפורי צדיקים 21

שליחה דורך הבל וריק »

berlbalaguleh האט געשריבן:ביטע זיי מסביר: וועם האביך דא מבזה געווען. מצדי זאלל עס זיין שיגעון מיט א יוד אדער אן א יוד....!

איך הייב שוין אן צו גלייבן אין רוח הקודש...נישט אז דער ניק/טראלל האט עס. נאר אז ..."אויפ'ן גאנעףף ברענט דאס היטל"...!

שוין. יעצט ביסטו זיך מבזה פארן נישט נעמען די וויץ.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הבל וריק: איך כאפ נאכאלץ נישט.עפעס שטימט דא נישט מיט דיין סענס אוו היומאר. ועוד...!

שוין. לאמיר עס סטאפן דא פאר דער סדרן וועט אנהייבן מעקן...!
פארשפארט