אלעס איבער דעם עולם המוזיק
אויערבאך
מאנשי שלומינו
הודעות: 25 זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 29, 2017 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל
שליחה
דורך אויערבאך » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 5:35 pm
קלוגע יודל האט געשריבן: אויערבאך האט געשריבן: קאצקע , סא שאד די צייט דער עולם דא איז נישט אינטא מאטי .פינטל
וואס עפעס?
ביי @אויערבאך איז מען פארנומען מיט הפגנות, אבער רוב שלומי אמוני ישראל האבן אביסל צייט פאר שיינע מוזיק.
ווייסעך נישט צו וועלכע אויערבאך דו באציסט דיך איך האב מיט יענעם אויערבאך אזויפיל שייכות וויפיל די האסט מיט דיין ניק , איך האלט אז דער סידי איז א מעסטערפיס שוין לאנג נישט געווען אזאנס .
קאצקע ציקער
חבר ותיק
הודעות: 2203 זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
שליחה
דורך קאצקע ציקער » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 6:17 pm
סקרן האט געשריבן: איך האב געהערט די טעיפ ס'איז הערליך לענ"ד א חידוש אז אזא שיינע זינגער קען נאך אין היינטיגע טאג ארויסגעבן אזא חסידישע טעיפ טאמער האלט ער זיך ווייטער אויף דעם טרעק קען ער זיין די אופקאמינג אייזיק האניג {איך דיסקוסיר נישט טאמער ס'איז גערעכט אדער נישט אבער פאר די {חסידישע} אידען וואס נעמען נאר אריין געוויסע זינגער'ס טעיפ'ס אינדערהיים איז דאס א געווינס כנלענ"ד
אויך געטראכט אז ער איז די אפקאמינג אייזיק האניג די סידי ענדעלט שטארק צו זיינע טעיפס
לבי במזרח
מאנשי שלומינו
הודעות: 117 זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 18, 2013 10:36 pm
האט שוין געלייקט: 578 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל
שליחה
דורך לבי במזרח » מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 2:24 pm
אויערבאך האט געשריבן: קאצקע , סא שאד די צייט דער עולם דא איז נישט אינטא מאטי .פינטל
איי געס די עולם האט ליב צו הערן טאטעס זינגען ווי טאטעס און נישט ווי יונגלעך (און מאמעס ווי מאמעס). אז איך וויל הערן א יונגל וועלעך הערן א עכטע יונגל.
אויערבאך
מאנשי שלומינו
הודעות: 25 זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 29, 2017 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל
שליחה
דורך אויערבאך » מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 3:24 pm
ווען איך רעד פון דעם אז "דער עולם" איז נישט אינטא מאטי באצי איך מיר צו קאווע שטיבל, אין די עכטע וועלט ווערט די סידי באטראכט ווי א היט , האט שוין געבראכן אלע רעקארדס אין סעילס.
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358 זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל
שליחה
דורך סמבטיון » מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 4:25 pm
אוודאי אזוי, עס איז נישט עפעס וואס קומט ארויס יעדן טאג, אז דער יונגל גרין וועט אליין ארויסגעבן א סידי וועט עס אויך גיין ווי וואסער. קוק, נישטא וואס צו רעדן ער האט גאר א הארציגע שטימע און זינגט מיט א ים פון רגש, נעם למשל די ניגון ויהי נועם, מען קען אויסגיין פון מתיקות, אזוי אויך אנדערע ניגונים, אבער פון א מוזיקאלישע שטאנדפונקט, איז ער גאנץ שוואך.
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415 זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל
שליחה
דורך signout » מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 5:30 pm
כ'האב אים געהערט זינגען 1 יאר אין סאטמאר, זיין שטומע איז א זעלטענהייט, כ'הער אז זיין סידי איז זייער גאנגבאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
הודעות: 2203 זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
שליחה
דורך קאצקע ציקער » מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 6:39 pm
סמבטיון האט געשריבן: אוודאי אזוי, עס איז נישט עפעס וואס קומט ארויס יעדן טאג, אז דער יונגל גרין וועט אליין ארויסגעבן א סידי וועט עס אויך גיין ווי וואסער. קוק, נישטא וואס צו רעדן ער האט גאר א הארציגע שטימע און זינגט מיט א ים פון רגש, נעם למשל די ניגון ויהי נועם, מען קען אויסגיין פון מתיקות, אזוי אויך אנדערע ניגונים, אבער פון א מוזיקאלישע שטאנדפונקט, איז ער גאנץ שוואך.
חוץ פון אלעם האט ער עכט גיטע ניגונים איינס ביי איינס די בריוועלע ניגון איז הערליך און פינקיס כה אמר מיט והוא נועם פון יענקי דאסקל פשוט הערליך
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1082 זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל
שליחה
דורך סקרן » מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 10:01 am
C/P א לעיקוואדער אינגערמאן האט געכאפט א היטש ביים היטשינג ספאט ביי וויספרינג פיינס {פאר דער וואס איז באקאנט} אפגעשטעלט האט זיך אן אוטו מיט צוויי ישראלים ער האט זיי נישט דערקענט זייענדיג אריינגעטוהן נאר אין תורא געפארן זענען זיי קיין בארא פארק אנהייב וועג האט די לעיקוואדער געזעהן אז ס'הערשט א שטילקיין האט ער זיי געפרעגט צי ער קען אריינלייגען א CD צו שפילן {פאר דער וואס איז באקאנט איז דאס א זייער אפטע געשעהניש} זאגט ער זיי לעצטענס איז ארויסגעקומן א הערליכע טעיפ פון מוטי שטיינמעץ זיי האבן עס אנגעצונדן ס'האט געשפילט אגאנצן וועג אנקומענדיג קיין ב"פ האט די לעיקוואדער צוריקגענומען זיין CD און גרייט זיך ארויסצוגיין פון די קאר רופט זיך אהן איינע פון די ישראלים איך הייס מוטי שטיינמעץ און א גרויסן ייש"כ ביז יעצט יעדער וואס איז מיר געקומן זאגן אז ס'איז שיין איז אדער געווען פאר חניפה אדער ווייל וואס דען זאל ער מיר זאגן אבער דו האסט דאך נישט געוויסט ווער איך בין און נאכאלץ געזאגט אז דו האסט הנאה א גרויסען ייש"כ