[center]סקירה א':[/center]דאס לעצטע מאל איך בין געווען אין פינטער'ס, האב איך איינגעקויפט איבער א מנין ספרים און ביכער. שפעטער האט מיר איינער צוגע'שדכנ'ט צו נאך א סעט פון ספרים פון פינטער'ס. כאמור לעיל, האט מיר יעדע ספר/בוך געקאסט איין איינציג דאלער.
ווי פארשטענדליך, קען איך נישט מאכן א סקירה איבער אלע ספרים בבת אחת. דערפאר וועל איך אי"ה אנכאפן אפאר ספרים אויפאמאל, און זיי אדורכטון בקצרה, מיט אן אויבנפלעכליכער בליק, אז מ'זאל כאפן וואספארא ספרים מ'קען דארטן קויפן. און דאס וועט אוודאי אויך באשטייערן אז מענטשן זאל איינהאנדלן ידיעות כלליות אינעם תורה'דיגן, און אינעם ליטערארישן, פעלד.
[center]***[/center]איין ספר וואס איך האב איינגעקויפט, איז א
שטיינזאלץ גמרא חלק י"ד, דאס איז יבמות חלק ב'. [center]***[/center][center]תולדות הגאון הרב עדין שטיינזאלץ שליט"א.[/center]למותר להאריך בשבחו פונעם ספר, ווי פונעם מחבר הספר. אבער כאטש אפאר ווערטער: דער מחבר הספר, הגאון העילוי המופלא
רבי עדין שטיינזאלץ [אבן-ישראל] שליט"א, איז א געוועזענע פרייער איד
[געבוירן אין א משפחה וואו דער טאטע איז געווען א חבר לח"י [-לוחמי חירות ישראל], דער מערסט קיצוניות'דיגער רעכטער גרופע בתקופה טרום מדינת ישראל. אבער דער זעלבער טאטע איז געווען א באשוואוירענער קאמוניסט, אזוי לינק, אזש ער איז זעלבסט געפארן קיין שפאניע אנטיילצונעמען אין די שלאכטן פון די לינקע גארילעס. און ער איז טאקע זעלבסט געווען א חסיד פון הלל צייטלין, וואס איז אויך געווען א חסיד'ישער חוקר, געווארענער בעל תשובה, עווענטועלער בעל מקובל, און ברסלבער נשמה. ער איז אויך געווען אן אייניקל פונעם ערשטן סלאנימער רבי, דער יסוד העבודה. פון אזא טשיקאווער עילוי'שער שטוב איז אויסגעוואקסן דער עילוי ר' עדין...] וואס איז בבחרותו געווארן א בעל תשובה מעצמו. ער איז אנגעקומען קיין ליובאוויטש, צו וועם ער איז געווארן גאר שטארק אדוק ומקושר [פרעגטס [tag]ונבנתה העיר[/tag] וויאזוי עס ארבעט, אז עילויים פון פרעמדע מקומות קומען אן קיין ליובאוויטש...].
ער האט אויך שטודירט כעמיע און פיזיקס, און איז אויסגעוואקסן א ריז בכל קנה מידה, אנערקענט אפילו אין די סעקולערע וועלט, באצייכנט דורכן פרעסטידזשפולן טיימס מאגאזין אלס 'א געלערנטער וואס קומט אראפ איינמאל אין א מילעניום'! ער האט באקומען א פרס ישראל, און עיטור מבית הנשיא, און האט געעפנט מוסדות התורה אן א שיעור. דער אבנארמאלער עילוי, האט מחבר געווען אסאך מעכטיגע ספרים, אבער דער עולה על כולנה איז זיין פונדאמענטאלער חיבור על הש"ס כולו, וואו ער איז געווען דער פארגייער פון 'ארטסקרול' און 'מתיבתא' ודומיהם, און נאך מער פון דעם - ער איז ווירקליך א 'וואן מען בענד', זייענדיג דער איינציגסטער כותב, מגיה, עורך, וכו', פון זיין הפלא'דיגן ארבעט אין מפרש זיין ש"ס [
ליינט דא א שיינע אינטערוויו מיט הרב עדין].
הרב עדין שטיינזאלץ, איז געקומען
אונטער אטאקע פון אסאך היימישע רבנים, צוליב זיין אומצוויידייטיגע ווערטער, וואו ער שרייבט איבער חכמי התלמוד אנדערש ווי דער נארמע במחנה החרדים. זיין אוניווערסאלער בליק, וואס ער האט נישט געלאזט ליגן אין בויך, וואס קומט פון נישט געבוירן ווערן ביי חרדים, איז אים געשטאנען לרועץ, ווען די גרעסטע רבנים זענען ארויסגעקומען אנטקעגן אים דירעקט, ווי אנטקעגן זיינע חיבורים. בעיקר איז ער אויסגעשטאנען אטאקעס ביי די ליטאים [וואס ברענגט ארויף א חשד צו זיין נטיה לחב"ד האט א שייכות מיטן חרם אנטקעגן זיין ווערק]. פארט האט הרב עדין צוריקגעצויגן פון געוויסע קאנטראווערסיעלע לשונות, און ער איז אביסל צוריקגעקומען במחנה החרדים.
[center]עצם הפירוש של 'שטיינזאלץ'.[/center]דער פירוש - ווי דער עצם החיבור - איז איינגעטיילט זייער שיין: יעדע בלאט וואס מ'עפנט, איז א פרישע עמוד גמרא [נישט בצורת הדף], מיט ניקוד ופיסוק וכו' באופן נפלא, און איז מעוטר בשני צדדיו בשני פירושים. פון איין זייט -
פירוש רש"י, און פון די אנדערע זייט,
הרב עדין'ס פירוש. אונטער די גמ' והפירושים, האט ער אויך די
תוספות [וואס ער האט עווענטועל ארויפגעריקט גלייך נאכן פירוש רש"י],
'עיונים' - געקליבענע פירושים והערות מגדולי ראשונים ואחרונים,
'אורח ההלכה' - דברי הרמב"ם וטושו"ע וואס פסק'נען איבער די דברים שנידונו בגמ' דשם.
און אין די זייטן האט ער נאך קרישקעלעך:
'מסורת הש"ס', 'גרסות' - וואו ער ברענגט אנדערע גירסאות בלשונות הש"ס,
'לשון' - מאדנע לשונות הגמ', וואס זייער מקור איז. גאר גאר א גאונ'ישע מעשה.
'העולם' - מושגים פון בעלי חיים און געוויקסן וואס די גמרא ברענגט אראפ, און מיר פארשטייען נישט וויאזוי דאס ארבעט/זעט אויס/ווערט געמאכט, און ער באשרייבט דאס מיט זיין מורא'דיגע בקיאות בכל דבר.
'אישים' - קורצע ביאגראפיעס אויף די תנאים, אמוראים, און אנדערע מענטשן וואס די גמרא ברענגט אראפ,
'החיים' - באשרייבונגען און בילדער פון חפצים וכו', וואס זענען געווען בתקופת חז"ל וואס איז באשריבן אין גמרא,
'עיטורים' - בילדער, מאלונגען, באשרייבונגען, איבער ארכעאלאגישע, זאאלאגישע, און בוטניקה, וואס איז באשריבן אין גמרא.
בעפאר יעדע פרק איז דא
'מבואות וסיכומים' - כשמו כן הוא, א הערליכע סקירה איבער די נושאים וואס ווערן אויסגעשמועסט אינעם קומענדיגן פרק. סוף מסכתא איז דא:
'תוספתא', אן א הערליכע
'מפתח' - אלעס וואס ווערט דערמאנט אינעם חיבור, נעמען, נושאים בש"ס, פסוקים, היסטאריע, און וואס מ'קען נאר אויס'משל'ן, איז דארט צום געפינען אינעם הערליכן מפתח.
[center]
הגאון המופלא הרב עדין שטיינזאלץ, מיט אן אפענעם 'שטיינזאלץ גמרא':[/center]
ככללא דמילתא, אפילו היינט צוטאגס, נאך די הערליכע דזשאב פון ארטסקרול [און דורכפאל פון די אנדערע], איז שטיינזאלץ נאכאלס פארבליבן אייגנארטיג און גאר גאר אינטרעסאנט, פאר יעדער וואס וויל נאר אדורכלערנען א שטיקל גמרא מיט א 'נייע בליק'.
----
די סקירה האט זיך פארצויגן גאר לאנג, און באמת איז הרב עדין ווערט סאך א לענגערע באשרייבונג. אי"ה קומענדיגע מאל וועלן מיר באשרייבן עטליכע ספרים בבת אחת, אין אביסל א קורצערע פארמאט.